היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » עקסלוסיוו: טאג-ארדענונג פאר דינסטאג אין וואשינגטאן!

עקסלוסיוו: טאג-ארדענונג פאר דינסטאג אין וואשינגטאן!

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2805619

לאפלאש » 4/7/2010 19:40

פאלגענד איז א עקסלוסיוו רעפארט פאר "אידישע געדאנק": דער טאג-ארדענונג פאר קומענדיגן דינסטאג אין וואשינגטאן עיר הבירה!

דינסטאג אין די פריע צופרי שעות פארן ארויס הונדערטער קארס און באסעס פון אלע געגענטער איבער גאנץ ניו יארק, איבערגעפולט פון טויזנטער אידן זקנים עם נערים, וואס וועט מאכן דעם וועג צו די הויפט-שטאט וואשינגטאן.

דער היסטארישער "וואשינגטאן דעמאנסטראציע" וועט זיך אי"ה אנהייבן אום 12:30 מיטאג פארנט פון די איזראעלישע אמבעסי אין וואשינגטאן די.סי., וואו דער גאנצער ציבור וועט זיך דארט פארזאמלען אויסצושרייען א קול מחאה, און די עסקני וחשובי העדה וועלן ארויפגיין צום אמבאסאדער אויף א פון-פאראויס-באשטימטע אפוינטמענט, איבערצוגעבן די פעטיציעס מיט צענדליגער טויזנטער אונטערשריפטן מיט כלל ישראל'ס מעסעדש.

פון דארט וועט דער גאנצער ציבור צופארן צום "ווייסן הויז" אויף 1600 פענסילוועניע עוועניו בערך אום 1 אזייגער, אין די צייט וואס עס ברויך פארקומען דער באגעגעניש פונעם ראש ממשלת הכופרים מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט, און מען וועט שטיין הארט אקעגן איבער דאס ווייסן הויז, און אויך אינעם דערנעבעדיגן לאפיעט פארק.

עס ווערט דארט — פארנט פון ווייסן הויז — אויפגעשטעלט א ריזיגע פלאטפארמע פאר די גדולי ישראל רבותינו שבגולה וואס וועלן באשיינען אין שפיץ פונעם דעמאנסטראציע. ביי דער געלעגנהייט וועט מען בעז"ה אויסשרייען דאס וויי געשריי פון כלל ישראל קעגן דעם מלכות המינות — עס וועלן געהערט ווערן פייערדיגע דרשות פון רבנים און עסקנים, און מען וועט גלייכצייטיג מארשירן מיט טאוולען און אויפשריפטן.

פון דארט וועט מען אי"ה אום 3 אזייגער צופארן צו די אפיס פונעם "סטעיט דעפארטמענט", וואו דער גאנצער ציבור וועט זיך אהין פארזאמלען, און די רבנים ועסקנים וועלן אויף א פון-פאראויס-באשטימטע אפוינטמענט ארויפגיין צום סעקראטערי-אוו-סטעיט קלינטאן, איבערגעבן דעם ענגלישן פעטיציע פון די התאחדות הרבנים מיט די צענדליגער טויזנטער אונטערשריפטן, מיט א בקשה צו די רעגירונג אז מען זאל אונטערווענירן די מושלי המדינה הציונית אז מען זאל זאפארט אפשטעלן די קברים גראבנגען, און אויפהערן מיט די אינקוויזיטארישע מעטאדן אויף אחב"י תושבי ארה"ק.

פון דארט וועט מען אום 3:30 נאכמיטאג צופארן צו די אפיסעס פון די קאנגרעסלייט און סענעטארן, וואו מען וועט איבערגעבן אין אלע אפיס קארידארן דעם ספעציעלן "בראשור" מיט די שוידערליכע פאקטן באגלייט פון בילדער און אלע אינפארמאציע, וואו מען וועט גלייכצייטיג אויפפאדערן באלדיגע הילף פון די הויכע רעגירונגס לייט צו דרוקן אויף די מושלים עריצים.

עס איז אין פלאן בעז"ה אום 4 אזייגער נאכמיטאג, ארויסצופארן צוריק אויפן וועג אהיים, צו זיין צוריק אויף אכט אזייגער פארנאכטס, וחפץ ה' בידינו יצליח. מען בעט שטארק אז יעדער זאל זיך האלטן די גאנצע צייט צום זעלבן סדר הבאסעס, עס וועלן זיין נומערן אויף יעדע באס, און מען בעט צו האלטן א ארדענונג.

די עסקני וועד הפעולה שע"י התאחדות הרבנים בעטן בכל לשון של בקשה אז מ'זאל אויספאלגן די אנווייזונגען און דירעקציעס פון די פאליציי און סדרנים במשך די גאנצע דעמאנסטראציע, אז עס זאל געקרוינט ווערן מיט א סוקסעס ויתקדש ש"ש על ידינו.

כולנו למערכה ולה' הישועה!

צו הערן כסדר'דיגע אפדעיטס אין צוגרייטונג צום וואשינגטאן פראטעסט, ווי אויך פונקטליכע דעטאלן איבער טראנספארטאציע דינסטאג אינדערפרי פון אלע געגנטער, רופט דעם ספעציעלן אינפא ליין 718.838.3869

נוסעים אנחנו לוואשינגטאן לקדש שם שמים.


נעקי » 4/7/2010 19:55

אין א צווייטן אשכול האט א צווייטער געשריבן אז מען וועט נישט האבן ווי צו פארקירן די קאר'ס דעריבער קען מען פארן נאר מיט די באסעס. די שרייבטס דא אז הונדערטער קער'ס וועלן ארויספארן. ווי אזוי ביסטו מיישב דעם סתירה?

רשכבהגולם » 4/7/2010 19:58

דעס איז זייערע א שווערע סתירה וואס מען וועט לכאורה זיך זייער שווער ארויס דערזען דערפון,

נערמאלער » 4/7/2010 19:59

ווער עס ווייסט פרטים איבער די פארקינג זאל ביטע אראפברענגען.

איז דא פארקינג? פאר געלט אדער בחינם? איז דא פארקינג נאענט צום פראטעסט? לאפלאש שרייב פונקטליך ארויס ווייל הונדערטער מענטשן ווילן פאר'ן מיט קאר'ס

נפל » 4/7/2010 20:02

איך וויל אויך ארויספארן מיט מיין קאר. מיין בעל הבית האט מיר געגעבן א טאג אף פון די ארבעט.

לאפלאש » 4/7/2010 21:23

פארקינג פאר פריוואטע קארס אין וואשינגטאן ביים פראטעסט!
אלע ליצים זענען געבעטן שטיל צו זיין... אט איז די פארקינג אינפארמאציע פאר פריוואטע קארס ביים וואשינגטאן פראטעסט!


RFK Stadiume
2400 E-Capital St.
Northeast Wahshington DC

פון דארט ממש נעמט מען דעם טרעין — א פינף-צען מינוטיגע וועג — אנצוקומען צום פלאץ פונעם פראטעסט, פארנט פון ווייסן הויז

די פונקטליכע דירעקציעס וועט געמאלדן ווערן מארגן מאנטאג אויף די טאג-בלעטלעך און אויפן אינפא ליין 718.838.3869


צביהירש » 5/7/2010 03:00

Public Parking near the white house at the Ronald Reagan Building and International Trade Cente

Daily Parking

Daily parking (2,000 spaces) is available in the Ronald Reagan Building underground parking garage. Access is available via 13½ Street (off Pennsylvania Avenue) or via two entrances on 14th Street from 5:00 am until 2:00 am.

Please allow extra time for parking, as all guests need to show a photo ID and vehicles are screened upon entry.

 The maximum overhead clearance in the garage is 7 feet.

 

The current parking rates are as follows:

 

1 hour or less

$8.00

2 hours or less

$14.00

3 hours or less

$18.00

Over 3 hours to 10 hours

$20.00

Over 10 hours to close

$22.00

Evenings weekday rate

$10.00 (enter after 5:00 pm to closing)

Weekend/Holiday Rate

$10.00 (enter after 5:00 am to closing)

Contact the Reagan Building and International Trade Center at 202.312.1317.

 

Walking distance to the Lafayette park (north side of the white house) is about 10 minutes.

Walk straight up north 3 blocks on 14th Street to G street, turn Left on G street and go 1 block to 15th Street, turn right on 15th street go 1 small block north to Pennsylvania Ave. Turn Left walk 1 walk towards the White house north side which is facing Lafayette Park.  

לאפלאש » 5/7/2010 07:37

fromNytoDC

די עסקני וועד הפעולה האבן געשאפן א וועב סייט צו פובליצירן פאר די וועלט דעם בעפארשטייענדן וואשינגטאן פראטעסט — און אויך אונטערצושרייבן די עלעקטראנישע פעטיציעס — 

http://www.fromnytodc.com/ 

מאןדפליג » 5/7/2010 18:00

עס גייט זיין זייער הייס ארום 100 דעגריס! און עס גייט פילן ארום 105!
איך האף אז די עסקנים זענען גערעכנט דערפאר


תוקן על ידי מאןדפליג ב- 05/07/2010 18:02:53

לאפלאש » 5/7/2010 18:54

"פרידזש טראק" מיט קאלטע וואסער און אייז פאר די גאנצע וועג!
צוליב די וועטער באריכטן איבער א שטארקע דעגרי פון היץ, האבן די עסקני המערכה ארויסגעדינגען א ספעציעלער "פרידזש טראק" וואס וועט באגלייטן די גאנצע נסיעה קיין וואשינגטאן, מיט קאלטע וואסער און אייז, ווי אויך טויזנטער מזונות פעקלעך און איבערבייסן.

אויך ווערט איבערגעגעבן אז דער עולם זאל קומען מיט "חאלאטען" — אז מען זאל נישט ברויכן שטיין אונטער די זוהן מיט וואלענע רעקלעך..


פריש » 5/7/2010 19:32

צבי הירש איך ווייס נישט פארוואס די פארדרייסט א קאפ מיט א פארקינג וואס געפינט זיך 4 מייל אוועק פון ווייסן הויז (אפשר גאר איז דיין ציל אפצוהאלטן מענטשן פון קומען בכלל?)

עס געפינען זיך הארט נעבן ווייסן הויז עטליכע פארקינג'ס.

איך פאר אי"ה ארויס מיט מיין קאר און איך גיי פארקן ביי סענטרל פארקינג סיסטעמ'ס.

 
555 11th St, NW
Washington, DC 20004
(202) 393-7703

זיי זענען A אויף די מאפע. אלע אנדערע אותיות זענען נאך פארגינג'ס וואס געפינען זיך נעבן דעם ווייסן הויז.

די שפיץ פונם גרינעם "עראוי" אין צענטער פונם מאפע איז די אריינגאנג צום ווייסן הויז. די פיס פונם "עראוי" שטייט ביי לאפאיעט פארק.

[בילד – נישט אפגעהיט]

פריש » 5/7/2010 19:55

נאך פארקינג אפציעס
נאך פארקינג סטעישאנ'ס אין געגענט פונם ווייסן הויז. איר קענט אריינלייגן אנים GPS די אדרעס ווען איר געפניט זיך נאך אין ברוקלין אדער אפסטעיט.

יעדע נומער אויפן ליסטע צייגט אויך ווי עס געפניט זיך אויפן מאפע.

די פרייזן זענען נאר אויב איר באשטעלט א קיופאן אויפן אינטערנט, מיר ווייסן נישט וואס די פרייזן וועלן זיין ווען איר קומט אן אן רעזערוואציע.

צו באשטעלן א קיופאן גייט צו http://washingtondc.centralparking.com/Partners/Washington-DC-White-House-Parking.html

[בילד – נישט אפגעהיט]




[בילד – נישט אפגעהיט]

העלד » 5/7/2010 20:20

איך וואלט רעקאמענדירט אויב מעגליך צו שניידן אביסל פונעם פראגראם אז מען זאל נישט דארפן שטיין אזוי לאנג אין די היצן עס וועט זיין אומדערטרעגליך.