די לעצטע פאר טאג זעט זיך אן א היבשע דעמאראליזאציע ביי עטליכע אהרונישע שרייבערס דא.
איך זאג דעמאראליזאציע, ווייל אנדערש פארשטיי איך נישט פארוואס פלוצלינג האבן זיי זיך גענומען רעדן פאר פייער און פאר וואסער.
(דאס אז דעמאראליזאציע איז דער גורם, דאס איז פשוט געגנב'ט פון בלאט. יעדע פאר וואכן קענט איר דארט זען וואס דעמאראליזאציע האט גורם געווען פאר די זאליס. די ווארט וואס איז גאנץ שווער ארויס צוזאגן, האט ווייזט אויס א געוואלדיגן כח אויף מענטשן. נו, אויב אזוי שטעל איך זיך פאר אז עס ווירקט אויף די אהרונים אויכעט).
און איך מיין דא ספעציפיש, גערעכטער1, ושותפו אין זיין חשוב'ע אונטערנעמונג (ווער געדענקט נאך 5 בארא'ס הייליגע מיסיע...?) רב דין תורה.
איז אזוי. לענין גערעכטער איז קיין ספק נישט לכאורה אז ער איז א גלענצענדער שפילער. ער ברענגט אזוי גוט ארויס דעם טיפיקעל מאנדרויער אינגל / בחור / כולל אינגערמאן וועלכער ווייסט נישט "פון דינסטיג ביז מיטוואך" "בחייכון וביומיכון" וכו'. ממש אויף די האר, אז עס איז שוין אין א געוויסן זין צו גוט.
(עס דערמאנט מיר, ווען משה דוד כ"ץ קומט אויף מאנרא פאנדרעיזען פאר נטרונא, ווי דער גאנצער ווייסער שול איז באדעקט מיט צעטלעך אז נטרונא שטייט נאר בזכות ובפקודת מרן הגה"ק שליט"א, און זיי רירן זיך נישט קיין זיז אנעם רבי'ן וכו'.
אזוי האפט ער צומאכן עפעס געלט פון די אהרונים. אם לא למען ה' ותורתו, והמשכת דרכו פון רביה"ק זי"ע, כאטש עשה למען הרבי שליט"א - שיער פארגעסן "הגה"ק"...).
בכל אופן, עס איז פונקט אזוי מעגליך אז דער גערכטער מיינט עס נעבעך ערנסט, לאכטס נישט, אזוי רעדן די טיפיקעל אינגעלייט אין מאנדרוי.
למעשה, ווער עס וויל זיך משתעשע זיין מיט אים, הרשות בידו, אבער איין טובה בעטן מיר פון די הנהלה, מאכטס א עקסטערע אשכול פאר גערעכטער און פערטיג, ווער עס ענדזשויט זיין מהלך זאל אהינגיין זיך אויס'טענה'ן מיט אים. אבער אינמיטן א אינטערעסאנטן באלערנדן שמועס, קען עס היבש שטערן. ספעציעל אז אלץ איז דא חכמים וואס מיינען אז זיי מוזן אים ענטפערן.
און לגבי דין תורה, עס זעט היבש אויס אז ווי 5 בארא בשעתו איז ער דא מיט א ציל און אגענדע, בעיקר צו באקומען זיין טשעקל צום לעבן.
עס זעט אויס אז לעצטנס טשעקט מען אים נישט נאך, אנדערש וואלט ער זיך נישט געטרויט איבער צו קייען אזוינע שטותים אויף א רעגלמעסיגן פארנעם. אדער אפשר פארקערט, דאס פארלאנגט מען פון אים.
איך וועל נאר געבן 2 דוגמאות פון אים פון ממש לעצטנס, ווי ער רעדט פאר פייער און פאר וואסער מיט א פרישקייט יעדעס מאל פון דאסניי.
איינס, איז וי ער הערט נישט אויף צו פארפירן אז זלמן לייב וואלדמאן איז א מסרב לדין ווייל ער שיקט נישט קיין הזמנה צו דוד עקשטיין זאל קומען צו דין תורה, כדי זלמן לייב זאל דfארט קענען זאגן אין נזקקין בפני בי"ד דייקא, און דייקא בי"ד זאל דן זיין.
עס איז טאקע זייער לאכעדיג, אבער סוף כל סוף נערווירט עס אינמיטן א נארמאלן שמועס איינמאל און נאכאמאל די זעלבע לאקשן. און יעדעס מאל מוז מען זיך מיט אים מטפל זיין מיט א פרישקייט. אלעס האט דאך א שיעור!
צווייטנס למשל היינט וועגן דעם ארעסטירן יואל פריעד. עד איז זייער קלאר די מעשה פאר ווער עס וויל נאר וויסן.
פאבליק סעיפטי האט זונטיג קרח ארעסטירט אידן פארן חטא פון: "טרעספעסן קהל'ס לאט". נאר פאר דעם. דער שמש פון קהל האט עס פון זיי פארלאנגט. עס איז קלאר ארויסגעשריבן אין זייערע פאפירן אז דאס איז די סיבה געווען מתחילה פארן ארעסטירן יענעם זונטיג. יעדער פארשטייט, אז פאליציי ארעסטירט נישט איינעם פארן זיך נישט לאזן ארעסטירן, מען ארעסטירט פאר א סיבה - אין דעם פאל טרעספעסינג - און אויב לאזט מען זיך נישט קומט צו קאונטס.
אצינד, די אידן זענען ארעסטירט געווארן פאר טרעספעסן א לאט וואס לשיטתם באלאנגט פאר זיי. דער פריעד האט געגנב'ט א סעלפאון וואס לכאורה האט ער נישט קיין תביעות דערויף... איז געגאנגען וואלדמאן און געפרעסט טשארדזשעס קעגן אים כנהוג ביי א גנב.
איך גיי דא כלל נישט אריין אין דעם צו ער איז גערעכט צו נישט, און צו ער מעג עס טון על פי תורה צו נישט, די נקודה איז נאר איין זאך אז די שרייבערס דא האבן געשריגן פאר ווער עס האט געוואלט זאגן אויף דעם אינגערמאן מסור, אז יודא יושע וויינשטאק בשם די אפיציעלע קהל האט געטאן דאס זעלבע. און נעבעך דער דין תורה האט געמוזט מאכן ליגענטס און בויען נוירסערי סברות צו פארשטיין געבן (פאר זיך כאטש...) דעם חילוק.
בכל אופן, א שטיק צייט צוריק האט דער מנהל אנגעהויבן טון שריט אין די ריכטונג, און איך ווייס נישט פארוואס ער האט זיך אפגעשטעלט. ווי יעדער איינער קען זען, איז די פארום די איינציגסטע פלאץ וואו מען קען פירן א נארמאלע דעבאטע אויף אישוס. אינדערצייט וואס אין אנדער פארומס איז קעגנערישע מיינונגען כלל נישט וועלקאם, א מהלך וואס שטימט גראדע זייער גוט מיט יענע ספעציפישע פארטיי, משא"כד א, ווי ביי די זאליס וואורלדווייד, איז א דעבאטע א אנגענומענע זאך.
יעצט פאריגע וואך למשל איז געווען א היציגע דעבאטע איבער בית יואל, עס איז אריינגעקומען א פרישער כח ראדני קינג, -אגב שלום עליכם, האסט שוין דעם תירוץ אויף WHY WE ALL CAN'T GET ALONG? - און עס איז געווען עכט ענדזשויעבל - חוץ פארשטייט זיך די חכמהלעך פון גערעכטער און דין תורה -, בקיצור עס קען רואיג זיין געהעריג.
איך מיין אז זיי פעלן בכלל נישט אויס, ליבערשט זאלן צוריק קומען דא אזאלכע שרייבער ווי סקאט מאלען גימפל וכדו' מיט א מענטש וואס רעדט גראד איז אינטערעסאנט צו גיין צום טיס, זיצן און פירן נוירסערי סטיל שמועסן מיט גערעכטער, און כיתה ז' סטיל מיט דין תורה, ווי די עיקר איז בכללל נישט צו זיין גערעכט נאר פשוט נישט לאזן אויסרעדן קיין גראד ווארט, איז לענ"ד נישט קיין ארטיקל.
המלענ"ד כתבתי, און יעצט זאלן די חשובע מגיבים זאגן זייער מיינונג דערוועגן.

תוקן על ידי אומזיסט ב- 02/07/2010 08:12:01