ישיבה גדולה החדש – אויפן שפיץ גאפל
עס איז נישט די פאסיגע געלעגענהייט צו בארירן יעצט די גאנצע טעמא ארום די נייע ישיבה גדולה (לכאורה וועט דאס באשריבן ווערן אין חלק ב' אדער אין א באזונדערע ישיבה אפטיילונג) פארט קען מען נישט גיין ווייטער אן בארירן די מערכה וואס די אהרוינים האבן געפירט אין קעמפ דערקעגן. דעריבער וועלן מיר דאס טאקע בארירן אבער נאר אויפן שפיץ גאפל ועוד חזון למועד.
עס איז געווארן קלאר ווי די טאג אז די וואס זענען זיך מכניע פארן רבי'ן און זענען גרייט זיך אינטערצואווארפן דעם נייעם רב קענען נישט שיקן זייערע בחורים קיין קרית יואל. די ישיבה אין קרית יואל איז געווען די עיקר כח וואס ר' אהרן האט פארמאגט, די בחורים זענען געווען זיין מיליטער און זיינע פריוואטע "לייב וועכטער". די בחורים האבן אנגעפירט די טעראר קאמפיינס קעגן יעדע זאך אין קרית יואל – און יעצט אויך אין וו"ב - וואס האט נישט פולקאם זיך געשאקלט לויט ר' אהרן'ס ווינק. די בחורים האבן געווארפן די שטיינער אויף הרה"צ ר' יחזקאל ראטה, די בחורים האבן באזינגן אדער אנגעהאקט די ביינער פאר יעדן בני יואל'ער וואס איז געקומען צום ציון. די בחורים האבן אינטערגעצינדען קאר'ן און געשאסן פענסטער, אנגעהאקט די ביינער פאר וועם עס האט נאר געפאדערט, געווארפן פאשקעוויל, געמאכט פאני קאלס 24 שעה במשך דעם טאג וכו'. די בקשות פון רבי'ן אז בחורים זענען נישט קהל'ס פאליציי האט ווייניג געהאלפן, ר' אהרן האט געמאכט זיכער אז די בחורים פארשטיין "אויפן ווינק" בבחינת "די אייער ליגט דארט, קיינער זאל נישט ווארפן". פאר די חסידים פון רבי'ן האט דאס זייער וויי געטון, די עלטערן זענען געווען אנגעווייטאגט און האבן זיך אנגעהויבן לאזן הערן אפען "אמת אז די בני יואל זענען מחוצפים קעגן רבי'ן אבער די בחורים זענען נישט די וואס דארפן טון די שמוציגע ארבעט", רוב עלטערן וואס האבן געהאט קינדער אין די וויליאמסבורגע מוסדות זענען געווען אין די דעה אז מען דארף פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשטות אן די "אויפקלערונג'ס" פון ר' אהרן בנוגע דעם רבי'נס "אמת'ע" מחשבות...עפ"ל. קען זיין אז אין "סיגעט איז געווען פעטש" קען זין אז "אין ארשעווע איז געווען פעטש", קען זיין אז "אין סאטמאר איז געווען פעטש" אבער קהל דארף דאס טון אן די הילף פון בחורים. בפרט יעצט איז די פראבלעם נאכמאמל אויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך ווען ר' אהרן האט אנגעהויבן ניצן די בחורים קעגן... דעם רבי'ן זעלבסט רח"ל. דעריבער איז געווען פארשטענדליך אז אויב וויל מען מגדל זיין די בחורים מיט א אמונת חכמים אן קיין חכמות, פשטים און פשרות, אויב וויל מען מגדל זיין ערליכע בחורים, קען מען די בחורים נישט שיקן לערנען אין די ישיבה גדולה פון קרית יואל.
די פראבלעם פון ניצן די בחורים אלס סאלדאטן איז נישט געווען די איינציגסטע פראבלעם פון די ישיבה. די ישיבה איז אין די סוף נ' יארן געווען אנגעפיקעוועט מיט אלעמען ארגסטן, סעלפאונ'ס, פערפיום, געשטיצטע בערד זענען נאך געווען פון די קליינע פראבלעמען. עס האט שוין ליידער געהאלטן ביי א מצב אז בחורים פלעגן פארן אין א האטעל אין מאנטריאל אויף שבתים וד"ל רח"ל. די ישיבה איז געווען א שם דבר אין די וועלט אויף שקאצעריי. ווער פון אונז געדענקט נישט די הכנות אויף שבועות ווי די "בחורים" פון ישיבה האבן געדרייווט די טראק'ס? כהיום איז שוין דא אויך אינטערנעט סעלפאונס פון ווי די בחורים פירן אן כל מיני אינטערנעט סייטס. עס איז צו אינזערע הענט אנגעקומען א קליפ ווי דער בנו הגדול רעדט צו די בחורים וועגן זיך ארומדרייען מיט די כלי "אין ישיבה"... די דרשה האט געדארפט זיין א מעכטיגער סוד פארט איז דאס אנגעקומען צו אונז.
תיכף נאך די התמנות פון רב איז שוין געווען פארשטענדליך אז די ישיבה גדולה אין מאנרא איז נישט א פלאץ מער פאר א סאטמארער בחור. האבן זיך עסקנים אריינגעלייגט צו שאפן א גוט פלאץ פאר ישיבה וואס דעמאלס איז דאס געווען דער גרעסטער פראבלעם פון סאטמאר, ווען די מיליטער איז געפאלן מאראליש שרעקליך, אז רוב נארמאלע משפחות האבן זיך ארויסגעדרייט פון שיקן זייערע קינדער און דעם מיליטער פון דעם אני אמלוך, יעדער ארענטליכער סאטמארער איד האט געזוכט א פטור פון שירות לאומי מען האט געשיקט איבעראל, און ווער סהאט ליידער נישט געזעהן דעם חורבן אדער האט נישט געהאלט די פארמעגליכקייט האט נעבעך געדאפט באוויינען דעם חורבן ווען מען האט געזהען בחורים אין די העדלייןס פון די צייטונג, אדער מען האט געהערט אז בחורים זענען געגאנגען פראטעסטירן אדער שטעכן רעדער אדער שלאגן אזויווי אין קראלי, און אויסער דעם פארלוירן יעדן געפיל צו דבר שבקדושה, יעדן בין המזנים איז דער בארד געווען באשערט בנינו כנטיעים ווי שמעקעדיגע גראזן מיט ביפערס אויפן פאסיק, מהאט געזעהן סאטמאר בתפארת"ו שיינ"ע פירות, דעריבער איז גווען פארשטענדליך אז להחזיר עטרה ליושן וועט דער ערשטער זיין די ישיבה, אלע חברי הנהלה האבן זיך אריינגלייגט, און בעסער געזאגט אלע חברי הקהלה, יעדער סאטמאר יוד ווען ער האט געזעהן א בנין וואס האט געהאט א הוא אמינא אז מען קען אפשר דארט מאכן א ישיבה האבן זיי אנגעקלינגען אינעם אפיס אדער צו חברי הנהלה, די ליפט און די גאס איז געווען א געוויסער חרות'דיגער לופט דער הויפט דאגה ואת עמלינו אלו הבנים אז זיי זאלן אויפוואקסן ערליכע אידן ירא שמים און בעלי מדות דער שטיין פון הארץ האט אנגעהויבן צוביסלעך אראפגיין ר' אליעזר קעסטנבווים איז געווען מורא'ידיג אקטיוו מיט זוכן מקומות ער האט זיך פארבינדען מיט אלע ריעל איסטעיט בראוקערס אין ניוא יארק דער רב האט זיך געשטעלט אז ער וויל נישט קיין ישיבה ווייט פון שטאט אבער אויך נישט אין שטאט, ענליך צו סענס סטריט וואס מען קען נישט וואקן דאס מיינט דער בחור מוז אויפשטיין און זיין באס סטאפ אויפן באשטימטן זייגער אז נישט וועט ער אנקומען שפעט, אבער נישט צו וייט כדי רוב בחורים זאלן שלאפן אינדערהיים און זאלן זיין אינטער די אויפזוכט פון די עלטערן, און שבתים זאלן די בחורים וויילן מיט די משפחה, דער מקום וואס די ישיבה האט געקויפט פון רב געלדצעהלער האט געברענגט הרה"ח דוד ארי' יאקאב און האט דאס אנגעטראגן זיין ידיד ר' אליעזר קעסטנבוים, וואס נאכן שוקל זיין אלע אנדערע פלעצער אין לאנגאיילענד און קווינס און קאנארסי האט די הנהלה מחליט געווען צו באזוכן דעם פלאץ אינאיינעם מיטן רבי'ן , און מיטן רב, די הנהלה האט בוחר געווען אין דעם פלאץ ווייל ר' ארי' לייב האט דעמאלס געזאגט אז ביזר ראש חודש חשון וועט דא זיין געבויט א נייעם דמיטארי מיקוה חדרים פיקס פערטיג מיט א פערטל מיליאן דאלאר קען דאס זיין פערטיג אריינצומאפן ר' בערל אייזדארפער פון די הנהלה האט אראפגעלייגט 250 טויזענט פאר דיפאזיט פאר רב געלדצעהלער, און ר' אברהם לעפקאוויטש האט צוגעזאגט צו ברענגן דאס איבעריגע געלט צום גומר זיין דעם מקח, ר' אברהם האט צוגעשעטלעט א מיליאן דאלאר צו אהאבן דעם נאמען אויף איין בנין, דער חשבון איז געווען אז עס וועט קאסטן קרוב צו דרי מיליאן קיינער האט נישט גחלומ'ט דער ארי' לייב ווייסט וייאזיו צו בויען בערך אזוייווי ער פארשטייט צו חינוך און צו בוקקיפינג, עס האט געקאסט בערך 1.7 אין נאך א מיליאן פארן איבערבויען און מוסיף זיין נאך א שטאק פאר דארמיטארי, בחודש תמוז האט דער רב הצעיר אנגעכאפט א פחד אז די הנהלה 82 גייט נעמען די שטחים ארומם די ישיבה און פארקויפן און בויען הייזער, האט ער אפגעשריבן א שארפן בריוו פאר ר' שלמה זלמן סאנדער אז ער לייגט אן עיקול אז מען טאר נישט בויען קיין בנינים, נישט ווייל ער האלט אז נכסי המתיבתא און דערפאר איז ער בעלהבית,נאר אלס מראד אתרא און אלס ראשי הישיבה האלט ער אז עס נישט לתועלת המתיבתא אז בעלי הבתים זאלן וואוינען דערנעבען עכל כן איז ער מעקל און בחתימת ידו הקדושה האט ער נישט געשוינט דעם טינט פון פעדער נאר אינטערגשערבין דעם עיקול וואס קאי וקיימי עד היום הזה, הגם כהיום יום ליידער באו פריצים ויחללוה זיי האבן אויפגעשעלט א מיידל שולע פון יושנה אויף דעם שטח ואס דער רבי האט מעקל געווען אבער קיין דירות האט מען נאכנישט געוביעט דארט.
דער בריוו לייענט זיך אזוי,
לכבוד חברי הנהלת הישיבה הק' העוסקים במלאכת ה' באמונה בהאפיס של82 LEE AVE
כ"א בשמו יבורך
אחדשה"ט באה"ר
הגיע לאזני שהנכם מתוננים למכור הקרקעות שנרשמו ע"ש
UTA 82 LEE AVE, סביביות המתיבתא פה ק"י, הנני להודיעכם שאחרי העיון והתבוננות בתור ריש מתיבתא ואחרי דיון עם כל העוסקים בניני חינוך ובענינו צניעות פה קריתינו הק' באת לידי החלטה שאין לבנות שום בתים באותן הקרקעות שסביביות הישיבה ואך למטרה זו שלא יוכלו לבנות שם שום בתים קנתה הנהלת הישיבה קרקעות האלו, ואקוה שתשימו לב לדברי לב לדברי ותבינו שמחובתי לעמוד על המשמר שלא להניח מקום לגרום היזק לחינוך תלמידי ישיבתינו הק'.
באעה"ח יום א' לסדר זאת חקת התורה תשנ"ט לפ"ק
כמה גדולים דברי חכמים עס איז שוין צען יאר פון דעם בריוו און קיינער וואגט זיך נישט צו בויען דירות, נישט נאר דאס נאר אפילו די פאר שכנים פון רעיוואד וואס האבן נאך דארט געוואוניט הייבן פיס און טראגן זיך אפ, רצון יראיו יעשה, ,דערנאך האט דער רב הצעיר זיך מיישב געווען צו פארן אויפן ישמח משה' יארצייט און דערנאך פאברענגן חודש אב אין שווייצער בערג אינאיינעם מיט אנטעעוארפענער רב היינטיגער אב"ד ור"ם ווילימסבורג.
בשעת ר' אהרן איז געווען אין שווייץ האט די הנהלת המוסדות פון קרית יואל מאיר הירש שמעון משה קעפעטש, יחזקאל כהנא מיטן ראש הקהל אברהם ווידער, האבן זיך אוועקגעזעצט מיט די הנהלת המוסדות פון וויליאמסבורג, ר' שלמה זלמן סאנדער אברהם לעפקאוויטש שאול פערלשטיין און פארגעשלאגן פאר די וויליאמסבורגע הנהלה אז היות וויליאמסבורג עפענט א נייע ישיבה גדולה און קרית יואל גייט אויך האבן א מתיבתא, וואס דערווייל וועלן דאס הייסן איין קאלעדש צוליב די פראגראמען, אבער זיי ווילן זיך אפטיילן פון וויליאמסבורג און אפקויפן די בנינים און די שטחים ארום ארום די מתיבתא, די צוויי הנהלות זענען זיך דורכגעקומען אויף א דיעל, דער דיעל איז געווען א סוד פאר די גאס וויפיל געלט אבער סהאט זיך גערעדט פון עטליכע מיליאן דאלאר, און די הנהלות זענען אריבער צום רבי'ן דער ברך משה אין קרית יואל בשעת ווען ביידע רבנים געפינען און אנדערע עקן וועלט, און מען האט געמאכט א לחיים אינטערגעשריבן א הסכם צו פארקויפן די נכסי המוסדות פאר די קרית יואלער מוסדות, ר' אהרן איז אהיימגעקומען אויף דעם רבי'ןס יארצייט וואס איך אויך געווען דער דינער פאר די מתיבתא ר' אהרן האט דערמאנט בשעת זיין דרשה, אז די מתיבתא דארף
זייער א סאך געלט ווייל זיי מוזן אפקויפן די שטחים פון די וויליאמסבורגע מוסדות, און דעריבער באשטימט אויף פרשת כי תצא א עקסטערן מגבית וואס האט זיך גערופן יסוד איתן, דער עולם האט צום ערשטן מאל געהערט עפעס אן אומפארטירטע ארץ ישראל'דיגער סטייל נאמען פאר א מגבית מיוחד צו שאפן מיליאנען דאלאר אפצוקויפן די מתיבתא פון וויליאמסבורגע מוסדות, ר' אהרן האט שוין דעמאלס פארגעסן אז ר' לייביש לעפקאוויטש האט שוין פארקויפט מיט אפאר יאר פריער די בנינים אומזיסט אינאיינעם מיט ר' ארי' לייב גלאנץ, דער יסוד איתן איז פארגעקומען אין קרית יואל'ער בית המדרש האט זיך שוואך אויסגעארבייט עס איז געווען א שרעקליכער שטורעם יענע נאכט עס איז געקומען א קליינער עולם און האט געגעבן א געלעגענהייט צו מאכן נאך אפאר צענדליגער יסוד איתן.
אבער צום סוף האט ער צוריסן דעם צעטל און מבטל געווען דער הסכם, ער האט געמאלדן פאר מאיר הירש אז ער פארטרעט נישט די מתיבתא, ער מיט די אנדערע חברי הנהלה
זענען נאר אויף די מוסדות, ער האט אויפגענומען א נייע הנהלה פון אלישע האראוויץ אליעזר ווייס (עקיבא הערש קליין בערל מיטלמאן יעקב סופר – בין איך נישט זיכער אויב זיי זענען געווען שוין בשנת תשנ"ט) ער האט געדינגען א נייעם מתיבתא אפיס אין וויליאמסבורג אין דעם בעיסמענט פון ר' סענדר דייטש – כדי צו שרייבן אז דער משרד המרכזי בבית הרה"ח ר' סענדר דייטש ע"ה, ער האט אויפגענומען אליעזר היילברוין אלס אדמיניסטראטער ער איז ביז דעמאלס געווען אין אפיס פון ישיבת בית בנימין סטעמפארד, מען האט גלייך אנגעהויבן מאכן פלענער אויף נאך יסוד איתן מסיבות אפילו דער עיקר היסוד איז געווען צו קענען אפקויפן די בנינים איז שוין לאנג בטל געווען ווייל ער האט דאך צוריסן דעם הסכם, אבער וועם ארט דען צו טאנצען אביסל מיט מוזיק און עסן פיינע סעודות, מחזק צו זיין דעם רב הצעיר, עס איז גרינגער ווי באצאלן פאר פיסכיאטעראן, און זיך מיטשען מיט דעם דעפרעסטן נשמה'לע, דעמאלס ווען ר' אהרן איז אהיימגעקומען פון שווייץ האט ער גערינדעט צוויי נייע זאכן פאר פי אר, ערשטנעס האט מען געמאכט א האט ליין ווי ער האט געפיטערט שטרוי פאר זיינע קיען, דער האטליין האט נאך גענוצט פאלשע קולות נישט צו דערקענען ווער עס רעדט די נייעס, צווייטענס האט ער אנגעהויבן דריקן דאהי א נייער אויסגאבע קול התאחדתינו וואס איז ארגינעל געווען געדריקט אין בני ברק שוין אפאר יאר, האט ער עס איבערגעפלאנצט און ארויסגעגעבן אונטערן נאמען פון התאחדות אברכים סאטמאר בכל אתר ואתר, דער ערשטער אויסגאבע פון קול התאחדתינו איז געווען שבת מברכים אלול,
איז געמאלדן געווארן אז לכו ונשובה אל ה', דער גאב"ד מקרית יואל וועט האלטן ראש חודש אלול א דרשה אויף עניני תשובה בקרית יואל, ער האט זיך מאפיל געווען בטליתו אין זיך אויפגעשטעלט אויפן ארון הקודש אין בית המדרש בקר"י, און געדענט נישט קיין קרישקעלעך פון יענע דרשה אבער איך שטעל אים אויף די חזקה אז דער כסיל האט מוציא דיבה געווען, כ"ו אב אויפן ציון, האבן זיינע בחורים געהאקט שטיקער, מען האט אנגעהאקט יעקב שמעון כהן די ביינער, ווייל ער האט געארבעט אין אפיס פון מתיבתא, אויך משה אהרן שטויבער האבן זיי צובראכן הענט אין פיס, ער האט זיך ארומגעדרייט מיט קראטשעס אפאר וואכן נאכדעם, ר' שלמה זלמן סאנדער האט מען נאכגעשריגן און מיאוס מבזה געווען, און אזויווי די לעצטע פאר יאר אנגעגאנגען מיט מנהג רבותם בידם.
תוקן על ידי באדאפעסט ב- 20/08/2010 01:41:51
תוקן על ידי באדאפעסט ב- 20/08/2010 02:04:09