היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ניו העמפשער: ר' אהרן קומט אן אויף "בליץ" באזוך!

ניו העמפשער: ר' אהרן קומט אן אויף "בליץ" באזוך!

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2804698

בראווער1 » 30/6/2010 22:47

היינט פארט דער סבלן ר' אהרן טייטלבוים אפ קיין ניו העמפשער אויף א בליץ באזוך, פשוטו כמשמעו מ'גייט בליצן בילדער און ווידיאו'ס פון זיין עבוה"ק פון די סעקונדע וואס ער שטייט אויף אינדערפרי ביזן זיך גיין לייגן.
 
9:00 א בילד מיט צוקנייטשטע פאות וואקענדיג צו די מקוה (מ'רעדט דאך פון א איד וואס ברעטשעט ביי אהבה רבה יעדן פארטאגס נאך ברכת התורה...)
 
9:30 א בילד וואקענדיג אין שול מיט די געקרייזעלטע פאות ווי א גרויסע יונגל, שטארק אנגעלאנט אויפן זילבערנעם שטעקן מיטן קרוין.
 
9:35 פנחס אלימלך ווייס באמערקט דעם פאטאגרעפירער און וויל אים ארויסווארפן, דער הויז בחור קומט צו לויפן אז דאס איז דעם רבין'ס רצון, פנחס אלימלך לאזט נאך.
 
9:40 א בילד ווי ר' אהרן גלעט די ציצית ביי ברכי נפשי שטארק פאר'מוח'ט.
 
9:42 א בילד ווי ער טוט זיך אן דעם תפילין של ראש, פונקן פייער שפריצן פון זיינע שארפע אויגן.
 
10:00 א בילד שטייענדיג אנגעלאנט אויף זיין שטענדער ווי א 90 יעריגער רבי.
 
10:15 א בילד ווי ער איז עולה לתורה און ווי ער נעמט איר ארום מיט א זעלטענעם ליבשאפט.
 
11:00 די טלית אויפן פלייצע מיטן ביבער הוט אויפן קאפ לייגט צוזאם די תפילין און שמוסט מיט זיין מח דאקטער און פסיכילאג אונסדארפער פון מאנטריאל.
 
11:15 גייט שפאצירן מיט הירצקא שטיין און נאך אפאר שלאנקיגע אקסן, רעדט הויעך און שפאצירט שטייט די ווידיאו זאל אלעס קענען אפכאפן, און מ'זאל עס דערנאך קענען דרוקן און משלחן של מלכים.
 
12:00 קומט אן אהיים, באמערקט אז דער פאטאגרעפער איז דארט שטעלט ער זיך אויף די טרעפ און עפענט א גמרא און הייבט אן דרייען מיט די פינגער מתוך בשעת ווען זיין דאקטער אונסדארפער שמייכעלט זיך אונטער.
 
2:00 ערשיינט ווידעראמאל אין אויפנאמ'ס שטוב מיט נאסע לאקן, עס ווארט אים אפ יוסי בראך מיט די פרישע באריכטן וואס ער האט שוין אלץ פארווירקליכט פון ר' אהרן'ס חלומות, פון ארעסטירן אליעזר קעסטנבוים ביזן אריינפירן יו.טי.עי. אין פעדעראל קארט.
 
3:00 תתחדש כנשר נעורכי, זעצט זיך אריין אין א קליינעם טענט, ווי די אלטע גוטע צייטן, און באקומט א לעקציע פון פסיכילאג אונסדארפער.
 
5:00 יואל לאנדא פון סאטמאר טעקסט און סאטמאר לייוו אויף טוויטער, דער שר הפיקטשערס יואל פריעדמאן און די ווייס ברודער קומען זאגן אז הערשי רובינשטיין ווארט שוין אין שול און מ'דארף גיין זיך שטעלן צו די פאזעס.
 
5:30 ערשיינט אין שול מיט א גאר ברייטן גארטל און פארשמועסט זיך, פלוצלינג באמערקט ער אז רובינשטיין כאפט ווידיאו זעצט מען זיך אראפ לערנען הויעך אויפן קול און דרייען מיט די גראבע פינגער אויף ארויף.
 
המשך יבא.

גערעכטער1 » 30/6/2010 23:05

נעבעך! דער בליץ האט זיי געכאפט ווי א דינער!!!, קינדערלעך, ווייסט איר וואס פאר א ברכה מען מאכט אויף א דינער??? זאגט שיין מיט! שכוחו וגבורתו מלא עולם!!! די ברכה  שטימט זייער צום רבן של "כל" בני הגולה! אצינד שרייט "חלה דעקל".

בראווער1 » 30/6/2010 23:13

גערעכטער, מיין טאטע לאזט מיך זיך נישט טענה'ן מיט קיין קליינע קינדער דעריבער וועל איך דיר נישט ענטפערן.

גערעכטער1 » 30/6/2010 23:16

בראווא!!! אבי דו פאלגסט דיין טאטן, דיין רבי דער בן השלישי האט בועט געווען באביו וברבו, ער האט עם קיינמאל נישט געפאלגט, עס קומט דיר אסאך קרעדיט!

בראווער1 » 30/6/2010 23:30

גיבטס אים נאר א דערמאן ווער עס האט גערופן זומער תשס"ה דעם אייגענעם טאטן אין קארט?!
 
נישט קיין צווייטער ווי דער בנו הגדול מיט די שיינע לאקן וואס פאשעט יעצט אין ניו העמפשער און שטעלט זיך פאר די בילדער, כדי די חסידים די קליינע מוחות זאלן זיך זעטיגן מיט די צענדליגער בלעטער פון בילדער אין אלע אידישע מאגאזינען פון יעדן ריר ביי דעם סבלן.

גערעכטער1 » 30/6/2010 23:50

לאמיר זען פעיפערס ווי דער רבי האט גערופן זיין טאטן אין קארט!

בראווער1 » 30/6/2010 23:58

דער טשעק פון ר' אהרן פארן לויער איז שוין מערערע מאל מפורסם געווארן דא אויפן פארק. אז דו ווילסט איך זאל מיר אנשטרענגן און דיר עס אפירזיכן, ברענג מיר קודם די צעטליך פון די צוואה פון ברך משה אז ר' אהרן איז ממלא מקום.

רשכבהגולם » 1/7/2010 00:00

גערעכטער מאך דיך נישט וויסנדיג די ווייסט דאך יא אז עס איז נישט דא קיין פעפערס, אמת

zibala » 1/7/2010 00:09

גערעכטער איך בין אויף דיין זייט, איך וואלט געמאכט עפעס א ספעישל ברכה להודות ה' וואס ער האט עם געשאנקען אזא באסאווע אומבחנ'טע שטים בענדעלע, זיין דאווענען שטעלט זיך מער אהער ווי א דינער ווי ווערטער,

שטעל דיך פאר אז ער האט ווען א זיסע בטעמ'טע שטימע ווער וואלט געגאנגען הערן עקלשטיין דאווענען אין זקנים די הייליגע טעג? יעצט איז עס באלאנסירט

אייזענבאך » 1/7/2010 00:11

בראווער איך ווינדער זיך אויף דיר, די שטייסט אין די ענטפערסט אפ דעם גרעסטן סייז חלה דעקל וואס איז נאר פארהאן- גערעכטער'ן,  די וועסט פארברענגען דעם גאנצן טאג מיט תגובות און ער וועט ממילא בלייבן מיטן לעצטן ווארט, גלייב מיר ער האט א סך מער צייט ווי דיר,    ליבערשט טו וואס רוב חברים טוען , זייער פשוט, ווען מזעהט א גערעכטער תגובה היפט מען עס פשוט אריבער כאילו לא היה,

גערעכטער1 » 1/7/2010 00:12

בראווער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער טשעק פון ר' אהרן פארן לויער איז שוין מערערע מאל מפורסם געווארן דא אויפן פארק. אז דו ווילסט איך זאל מיר אנשטרענגן און דיר עס אפירזיכן, ברענג מיר קודם די צעטליך פון די צוואה פון ברך משה אז ר' אהרן איז ממלא מקום.


אה! א טשעק פארן לויער, זייער פיין, און אויפן טשעק שטייט אז דאס איז פארן רופן דעם טאטן אין קארט?, און וואס איז מיט די פעיפערס? איז דאס געסילט פונעם קארט?, ווייל איך האב א קאפי פון די קעש וואס דיין רבי האט געגעבן פארן לויער צו קלאגן זיין טאטן, די חכם איינער! אויב האט דער רבי שליט''א געקלאגט זיין טאטן אין געריכט, לאמיר זען די פאפירן, אין אמעריקע איז יעדער קארט אקציע א פאבליק רעקארד,

אגב, רבי אהרן איז ממלא מקום פונעם פעטער זי''ע נישט פון זיין טאטע, נאר אלע חסידים פון זיין טאטע האבן זיך סתם אזוי צו געשטעלט צו עם, ווייל ער איז זייער ענדליך צום פעטערמיט זיין תורה, עבודה, גמילות חסדים, און הנהגה. אגב, קענסט אפשר ברענגן די צוואה אז דער ברך משה זי''ע זאל זיין דער ממלא מקום פון דברי יואל? 

zibala » 1/7/2010 00:29

דאכצעך ביים פעטער אין שטוב האט מען גערעדט היבראו, אין דער פעטער האט פאר א פאר טאלער פארקויפט די עשרת הדיברות, און דערעדט אויף די פריערדיגע צדיקים,

מיסטאמע מיינסטע דער קלויזענבורגער פעטער

גערעכטער1 » 1/7/2010 00:50

פארקויפט די עשרת הדיברות? וואס פאלט דיר איין?, איז ער דען געגאנגען אין בג'ץ?

רשכבהגולם » 1/7/2010 01:00

אזוי ווי מיר זעען אז גערעכטער פילט זיך זייער געטראפן ווען מען זאגט חלה דעקעל,
האבען מיר נישט קיין אנדערע ברירה מען וועט מיזן אנהייבן שרייבן נישט חלה דעקעל,

גערעכטער1 » 1/7/2010 01:05

חס וחלילה, סטאפ נישט צו שרייען חלה דעקל, דיס מעיקס מיי דעי!

רשכבהגולם » 1/7/2010 01:13

אי"ה מארגין צפרי ווען איך שטיי אויף וועל איך דיך קאלען פרעגען ווי אזוי איך פיל,
ווייל נאר די ווייסט ווי אזוי איך פיל, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי די פילסט, און אפילו נישט ווי אזוי איך פיל,
דעס איז דאך יא איקסקלאסעוו נאר דיינע רעכטען כמובא ב'גערעכטער בפארק במקום אחר,
עס אינז איבער צי זאגן נאכאמאל נישט חלה דעקעל

רשכבהגולם » 1/7/2010 01:19

גערעכטער איז די געווינער פון די טאג

בראווער1 » 1/7/2010 01:24

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארקויפט די עשרת הדיברות? וואס פאלט דיר איין?, איז ער דען געגאנגען אין בג'ץ?

 
זיכער איז ער געגאנגען, הר' אהרון טיטלבוים מיט משה חיים ווייס זענען דאך די קלעגער אין בג"ץ.

צביהירש » 1/7/2010 03:42

ביטע מודיע זיין אויב דער באשרייבונג איז פון היי יאהר שנת תש"ע צו א אלטע אויפרישונג פון שנת תשס"ט ווען דער רעבע איז געשטאנען אין בית לחם ניי העמפשער ביים פענסטער און געזעהן ווי ס'רעגענט אין לאנג איילאנד אויף די ווייץ פעלדער

גערעכטער1 » 1/7/2010 04:37

אני מאמין באמונה שלימה אז דער רבי שליט''א קען זיין אין ניו העמפשיר און זען אויב אין לונג איילאנד רעגענט, אויב דער הייליגער בעל דברי יואל זי''ע האט געקענט זיצן אין וויליאמסבורג און זען מיט זיינע לעכטיגע אויגן וואס עס טיט זיך אפ אין כנסת המינים, קען אינזער רבי שליט''א אויך זען וואס עס טיט זיך אין לונג איילאנד, ס'איז אסאך נענטער!!! [בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 1/7/2010 05:24

איך האב געזען לעצטענס א קליפ ווי דער האלבער ייטב לב שטופט אוועק דעם אונדארפער כדי דער כלי זאל פאטאגריפירן ווי ער לערנט די סוגיא פון מתוך. קען אפשר איינער עס ארויפשטעלן דא?

רשכבהגולם » 1/7/2010 14:52

איך  קען נישט יעדן ארוני אבער ר"א קען איך גוט, איך גלייב שווער אז ער אליין שרייבט דא און פארק, אבער אזויפיל קען איך אייך זאגען, אז גערעכטע'ס ווערטער בכלליות איז ווערטער וואס איז שגור בפיו פונעם סבלן אליינס, צי זיינע ארומיגע נאנטע מענטשען, אדער איז עס ער אליין, אדער איז עס א תלמיד חביב וואס דרייט זיך דארט און שטוב.

zibala » 1/7/2010 17:46

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארקויפט די עשרת הדיברות? וואס פאלט דיר איין?, איז ער דען געגאנגען אין בג'ץ?

יא! דאס איז איינמאל ווען ער האט פארקויפט די עשרת הדיברות

אוסער דעם האט זיין אנדערע פעטער רביה"ק מסאטמאר געזאגט כמה פעמים אז רעדן עיבריט איז ערגער ווי זיך ביקן צום ציילם,
צום צווייטן מאל פארקויפט די עשרת הדיברות

לפי פסקו של הגאון האדיר בעל עמק תשובה שליט"א האט ער מיטן אויפשטעלן דאס פס"ל אין קעי דזעי עובר געווען אויף דעם אנכי פון די עשרת הדיברות, לפי ידיעתי איז זיין פעטער וועם די טרייסט איהם צו מדמה צו זיין איז אוועקגעשטנען פון א אבק דאבק פון א ספק ספיקה  יהרג ועל יעבור ומינות,
דריטן מאל פארקויפט די עשרת הדיברות

לא תרצח - גערצחט יודישע קינדער פאר דרייסיג יאר, ובתוכם דודתו אלמנתו של רביה"ק, ולהבחל"ח הגאון האדיר בעל עמק תשובה והגאון הצדיק משארמאש ועוד
פערטמ מאל געטרעטן אויף די עשרת הדיברות

מאך דיין האמווארק, כ'האב נישט צייט צו ענדיגן אויס רעכענען וויפיל מאל ער פארקויפט די עשרת הדיברות

גערעכטער1 » 1/7/2010 20:10

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארקויפט די עשרת הדיברות? וואס פאלט דיר איין?, איז ער דען געגאנגען אין בג'ץ?

יא! דאס איז איינמאל ווען ער האט פארקויפט די עשרת הדיברות

אוסער דעם האט זיין אנדערע פעטער רביה"ק מסאטמאר געזאגט כמה פעמים אז רעדן עיבריט איז ערגער ווי זיך ביקן צום ציילם,
צום צווייטן מאל פארקויפט די עשרת הדיברות

דיינע פוסטע מעשיות, דער רבי זי''ע האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, וויפיל צובראכענע אידן זענען צו עם געקומען שופך שיח צו זיין און גערעדט צו עם אויף עברית און דער רבי האט נישט געשריגן אז מען זאל זיך ענדערשט ביקן צום צלם, נאר האט זיי געהאלפן כפי יכולתו,  דאס איז א חלק פון ענקער בלוף. די אשכנזי'טע האט ווייניג עברית גערעדט אין רבינס הויז?

לפי פסקו של הגאון האדיר בעל עמק תשובה שליט"א האט ער מיטן אויפשטעלן דאס פס"ל אין קעי דזעי עובר געווען אויף דעם אנכי פון די עשרת הדיברות, לפי ידיעתי איז זיין פעטער וועם די טרייסט איהם צו מדמה צו זיין איז אוועקגעשטנען פון א אבק דאבק פון א ספק ספיקה  יהרג ועל יעבור ומינות, דריטן מאל פארקויפט די עשרת הדיברות
 
אזוי? דאס האט ער געפסקעט? און עם כל זה דארט געהאט אייניקלעך אין דעם עבודה זרה סקול? און היינט צו טאג איז ער א אוהד פון רבינו שליט''א טראץ וואס דער מוסד שדערי חמלה איז נישט אפגעשפארט, און אינטרעסאנט, גיין אין בג''ץ וואס איז נישט א ספק יהרג ואל יעבור נאר א זיכערע יהרג ואל יעבור איז מותר, אדער גאר א מצוה, און פאר ענקער אויסגעטראכטער ספק יהרג ואל יעבור האסטו אזוי מורא, דאס הייס היפאקרעטיזאם לכל הדיעות.

לא תרצח - גערצחט יודישע קינדער פאר דרייסיג יאר, ובתוכם דודתו אלמנתו של רביה"ק, ולהבחל"ח הגאון האדיר בעל עמק תשובה והגאון הצדיק משארמאש ועוד
פערטמ מאל געטרעטן אויף די עשרת הדיברות

ממש גע'רצח'ט! און גאנצע דרייסיג יאר! אזוי? ער האט געהארגעט זיין מומע, כא כא כא. און וועמען נאך זאגסטו? דעם שארמאשער? אוי וויי וויי, רבי אהרן האט געהרגעט דעם שארמאשער, ווי האט מען עם געלייגט? אין פאללאק אדער אין שטאל?, און זאגסט אז דעם עמק התשובה האט ער אויך געהרגעט? פשוט א מאסען מערדער? אגב, ווען איז די יארצייט פון הייליגן עמק התשובה?, האט מען עם געמאכט א אוהל?, ממש א נחת צו קוקן אויף די נעבעכדיגע צושאסענע זאליס, יא, קענסט שרייען חלה דעקל, אבדער א חלה דעקל איז נאך אלץ בעסער ווי א קעלבל...
 
מאך דיין האמווארק, כ'האב נישט צייט צו ענדיגן אויס רעכענען וויפיל מאל ער פארקויפט די עשרת הדיברות

זעט אויס אז מיר רעדן פון אנדערע עשרת הדברות, איך האב גערעדט פון די עשרת הדברות הנתונה מסיני, און דו רעדסט פון עשרת הדיברות פון מישמאש, טשאד, משה גבאי, ברוך מרדכי לעבאוויטש יאשקע מסור וכו'

גערעכטער1 » 1/7/2010 21:04

[quote]
פארקויפט די עשרת הדיברות? וואס פאלט דיר איין?, איז ער דען געגאנגען אין בג'ץ?

יא! דאס איז איינמאל ווען ער האט פארקויפט די עשרת הדיברות

אוסער דעם האט זיין אנדערע פעטער רביה"ק מסאטמאר געזאגט כמה פעמים אז רעדן עיבריט איז ערגער ווי זיך ביקן צום ציילם,
צום צווייטן מאל פארקויפט די עשרת הדיברות

ענקערע פיסטע שקרים, דער רבי זי''ע האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, אלע חסידי ותלמידי רבינו קומט אויס צו רעדן עברית אין ארץ ישראל, וויפיל צובראכענע אידן און אידענעס פון ארץ ישראל האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אויף עברית ביים רבין און דער רבי האט זיי נישט אנגעשריגן זיך צו בוקן צום צלם, האט דען די מיסיס אשכנזי נישט גערעדט עברית ביים רבין אין שטוב? האט דען דער רבי זי''ע קיינמאל נישט ארויס גערעדט קיין ווארט אויף עברית?, ענקערע פיסטע מעשיות.

לפי פסקו של הגאון האדיר בעל עמק תשובה שליט"א האט ער מיטן אויפשטעלן דאס פס"ל אין קעי דזעי עובר געווען אויף דעם אנכי פון די עשרת הדיברות, לפי ידיעתי איז זיין פעטער וועם די טרייסט איהם צו מדמה צו זיין איז אוועקגעשטנען פון א אבק דאבק פון א ספק ספיקה  יהרג ועל יעבור ומינות, דריטן מאל פארקויפט די עשרת הדיברות

אזוי? דאס האט רבי יחזקאל ראטה שליט''א געפסקעט? און עם כל זה האט ער דארט געהאט אייניקלעך, אין דעם טמא'נעם עבודה זרה פובליק סקול?, און וואס איז מיט ר' אברהם לייטנער'ס אייניקלעך? האבן זיי געהאט א ספעשל פערמיט צו דינען עבודה זרה?, אגב, פון א זיכערער יהרג ואל יעבור ווי גיין אין בג''ץ האט איר נישט קיין מורא און דאס איז מותר אדער גאר א מצוה, און פון עפעס א אויסגעטראכטן ספק יהרג ואל יעבור האט איר אזוי מורא? דאס הייסט היפאקרעטיזאם לכל הדיעות!!!

לא תרצח - גערצחט יודישע קינדער פאר דרייסיג יאר, ובתוכם דודתו אלמנתו של רביה"ק, ולהבחל"ח הגאון האדיר בעל עמק תשובה והגאון הצדיק משארמאש ועוד פערטמ מאל געטרעטן אויף די עשרת הדיברות

אזוי? רבי אהרן טייטלבוים איז א מאסן מערדער? נישט מער און נישט ווייניגער גאנצע דרייסיג יאר וואס ער רצח'ט אידישע נפשות ואין פוצה פה ומצפצף, קודם האט ער געהרגעט די הייליגע רעבעצין, און וועמען נאך? דען הייליגן שארמאשער? איך האב גארנישט געהערט! איז דאס געווען פאר'ן היתר לערכאות אדער נאך!, און ווי האט מען עם געלייגט? אין פאללאקס אדער אין שטאל? ווען איז די יארצייט? איך ארויס פארן מתפלל זיין!. און רבי יחזקאל ראטה איז אויך פון די אומגעקומענע? איך האב עם דאך דזשאסט געזען, טיערע דערביטערטע בני יואל, ס'איז פשוט א רחמנות אויף ענק, און איר וואלט אייך געווינטשן צו זיין א חלה דעקל, וואס דאן וואלט איר נישט געפילט קיין שמערצן, וואס זאל מען טון אז איר זענט פשוטע קעלבלעך, וואס פילן צער און פעין, ס'איז פשוט א צער בעלי חיים.

מאך דיין האמווארק, כ'האב נישט צייט צו ענדיגן אויס רעכענען וויפיל מאל ער פארקויפט די עשרת הדיברות[

מיר רעדן פאר אנדערע עשרת הדיברות, איך האב געשריבן פון די עשרת הדיברות הנתונה בסיני, און איר רעדט פון עשרת הדיברות פון אייער לישקע גדולים, פון שארמאשער און טשאדער, פון יאשקע מסור מיט זיין חבר משה גבאי וכו'
/quote]

ביטע נישט אויסמעקן!!! ס'איז א טירחה יתירה דאס האלטן אין איין איבערשרייבן, אונזערע חשובע ליינער זענען ענטייטלט צו עפעס א נארמאלע תגובה,

וואס_נאך » 1/7/2010 21:19

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי? רבי אהרן טייטלבוים איז א מאסן מערדער? נישט מער און נישט ווייניגער גאנצע דרייסיג יאר וואס ער רצח'ט אידישע נפשות ואין פוצה פה ומצפצף, קודם האט ער געהרגעט די הייליגע רעבעצין, און וועמען נאך? דען הייליגן שארמאשער? איך האב גארנישט געהערט!


אוודאי האסטו נישט געהערט, דו האסט נאר געהערט ווי מען האט געפייניגט רא'ט די אלע יארן וואס ער האט זיך אלס צוזאמענגעליטן פון די מענטשן וועמען ער האט גע'רצח'עט און געפלינדערט.

וואס דארף איך מער זאגן ווי איהם אליינס אויף איינע פון זייער רעקארדעד שמועסן מיט ר' יאסל 
ראט ווער האט ערשט אנגעהויבן?
ר"י: די בחורים זענען געקומען אין אנגעשלאגן איינעם מוצ"ש (איך געדענק נישט פון וועמען דער מדובר איז געווען)
ראט: אבער קודם איז מען געגאנגען און אנגעקאלט די בחורים עלטערן אויסזאגן אז זיי האבן געמאכט פאני קאלס!!!!!

אין אנדערע ווערטער: ווער האט ערשט צוריקגעגעבן? בעיסיקלי האט ער ארויסגעשטעלט זיין מהלך אז דער וואס גיבט צוריק איז דער רוצח, נו אוודאי געדענקסטו נישט ווי ראט האט גע'רצחעט, ווייל ער איז געווען אייביג דער וואס האט געשלאגן, ווען דער מכלומר'שטער 'עכטער' רוצח איז געווען דער צושלאגענער וואס האט פרובירט זיך צו דעפענדן.

דאס איז די דעפינישאן פון רוצח אינעם ארונישן ווערטער בוך, שווער צו טרעפן אזא היפאקריסי 





תוקן על ידי וואס_נאך ב- 01/07/2010 21:48:21

zibala » 1/7/2010 22:00

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[quote]
פארקויפט די עשרת הדיברות? וואס פאלט דיר איין?, איז ער דען געגאנגען אין בג'ץ?

יא! דאס איז איינמאל ווען ער האט פארקויפט די עשרת הדיברות

אוסער דעם האט זיין אנדערע פעטער רביה"ק מסאטמאר געזאגט כמה פעמים אז רעדן עיבריט איז ערגער ווי זיך ביקן צום ציילם,
צום צווייטן מאל פארקויפט די עשרת הדיברות

ענקערע פיסטע שקרים, דער רבי זי''ע האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, אלע חסידי ותלמידי רבינו קומט אויס צו רעדן עברית אין ארץ ישראל, וויפיל צובראכענע אידן און אידענעס פון ארץ ישראל האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אויף עברית ביים רבין און דער רבי האט זיי נישט אנגעשריגן זיך צו בוקן צום צלם, האט דען די מיסיס אשכנזי נישט גערעדט עברית ביים רבין אין שטוב? האט דען דער רבי זי''ע קיינמאל נישט ארויס גערעדט קיין ווארט אויף עברית?, ענקערע פיסטע מעשיות.

פרעגסט גוט מיין קינד - און דער תירוץ איז ניין, ח"ו ועפ"ל אז ביים רעבין האט מען גערעדט עיבריט

לפי פסקו של הגאון האדיר בעל עמק תשובה שליט"א האט ער מיטן אויפשטעלן דאס פס"ל אין קעי דזעי עובר געווען אויף דעם אנכי פון די עשרת הדיברות, לפי ידיעתי איז זיין פעטער וועם די טרייסט איהם צו מדמה צו זיין איז אוועקגעשטנען פון א אבק דאבק פון א ספק ספיקה  יהרג ועל יעבור ומינות, דריטן מאל פארקויפט די עשרת הדיברות

אזוי? דאס האט רבי יחזקאל ראטה שליט''א געפסקעט? און עם כל זה האט ער דארט געהאט אייניקלעך, אין דעם טמא'נעם עבודה זרה פובליק סקול?, און וואס איז מיט ר' אברהם לייטנער'ס אייניקלעך? האבן זיי געהאט א ספעשל פערמיט צו דינען עבודה זרה?, אגב, פון א זיכערער יהרג ואל יעבור ווי גיין אין בג''ץ האט איר נישט קיין מורא און דאס איז מותר אדער גאר א מצוה, און פון עפעס א אויסגעטראכטן ספק יהרג ואל יעבור האט איר אזוי מורא? דאס הייסט היפאקרעטיזאם לכל הדיעות!!!

רביה"ק האט אויך געהאלטן אז ח"ו ס'איז יהרג ועל יעבור צו גרינדן און אויף האלטן די מדינה, ער האט אבער מתיר געווען בשעת הדחק לעת הצורך אהינצופארן, און אפילו ער זעלבסט איז געפארן אהין אפאר מאל, דאס טוישט נישט דעם ויואל משה און נישט דעם עמק התשובה,
דער עמק התשובה פסקנט קלאר אז ס'איז יהרג ואל יעבור כ'פארשטיי נישט פראוואס די רופסטעס אן "אויסגעטראכטענע", האט ער נישט געלערנט אזויפיל ווי לאוב אדער שלום לאנדא?


לא תרצח - גערצחט יודישע קינדער פאר דרייסיג יאר, ובתוכם דודתו אלמנתו של רביה"ק, ולהבחל"ח הגאון האדיר בעל עמק תשובה והגאון הצדיק משארמאש ועוד פערטמ מאל געטרעטן אויף די עשרת הדיברות

אזוי? רבי אהרן טייטלבוים איז א מאסן מערדער? נישט מער און נישט ווייניגער גאנצע דרייסיג יאר וואס ער רצח'ט אידישע נפשות ואין פוצה פה ומצפצף, קודם האט ער געהרגעט די הייליגע רעבעצין, און וועמען נאך? דען הייליגן שארמאשער? איך האב גארנישט געהערט! איז דאס געווען פאר'ן היתר לערכאות אדער נאך!, און ווי האט מען עם געלייגט? אין פאללאקס אדער אין שטאל? ווען איז די יארצייט? איך ארויס פארן מתפלל זיין!. און רבי יחזקאל ראטה איז אויך פון די אומגעקומענע? איך האב עם דאך דזשאסט געזען, טיערע דערביטערטע בני יואל, ס'איז פשוט א רחמנות אויף ענק, און איר וואלט אייך געווינטשן צו זיין א חלה דעקל, וואס דאן וואלט איר נישט געפילט קיין שמערצן, וואס זאל מען טון אז איר זענט פשוטע קעלבלעך, וואס פילן צער און פעין, ס'איז פשוט א צער בעלי חיים.

מאך דיין האמווארק, כ'האב נישט צייט צו ענדיגן אויס רעכענען וויפיל מאל ער פארקויפט די עשרת הדיברות[

מיר רעדן פאר אנדערע עשרת הדיברות, איך האב געשריבן פון די עשרת הדיברות הנתונה בסיני, און איר רעדט פון עשרת הדיברות פון אייער לישקע גדולים, פון שארמאשער און טשאדער, פון יאשקע מסור מיט זיין חבר משה גבאי וכו'
/quote]

ביטע נישט אויסמעקן!!! ס'איז א טירחה יתירה דאס האלטן אין איין איבערשרייבן, אונזערע חשובע ליינער זענען ענטייטלט צו עפעס א נארמאלע תגובה,

די חשובע לייענער פאסקמאקעווען מיט די חלה דעקלישעס


די חשובע לייענער פאסקמאקעווען מיט די חלה דעקלישעס

גערעכטער1 » 1/7/2010 22:30


ענקערע פיסטע שקרים, דער רבי זי''ע האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, אלע חסידי ותלמידי רבינו קומט אויס צו רעדן עברית אין ארץ ישראל, וויפיל צובראכענע אידן און אידענעס פון ארץ ישראל האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אויף עברית ביים רבין און דער רבי האט זיי נישט אנגעשריגן זיך צו בוקן צום צלם, האט דען די מיסיס אשכנזי נישט גערעדט עברית ביים רבין אין שטוב? האט דען דער רבי זי''ע קיינמאל נישט ארויס גערעדט קיין ווארט אויף עברית?, ענקערע פיסטע מעשיות.

פרעגסט גוט מיין קינד - און דער תירוץ איז ניין, ח"ו ועפ"ל אז ביים רעבין האט מען גערעדט עיבריט

אזוי? האלסט טאקע אז ווען רבי ליפא שווארץ איז געגאנגען אין פאסט אפיס האט ער גערעדט הונגאריש? צו ווען רבי משה ארי' איז געווען ביים דאקטאר האט ער גערעדט רומעניש? אגב, איך האב געהערט אמאל כ''א כסליו פון ר' מאיר שניצלער ווי ער דערציילט אז א איזראעלישע פרוי איז אמאל אריין געקומען צום רבי'ן זי''ע זי האט זיך ארויף געלייגט א קליין טיכל אויף די אייגענע האר און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ פארן רבי'ן אויף עברית, דער רבי האט נישט פארשטאנען קיין אות אחת ער האט נאר אזויפיל געכאפט אז זי דארף געלט, נו, דער רבי האט אראפ גענומען דאס גאנצע געלט פון טיש וואס איז געווען א גאר גרויסער סכום און דאס אהין געגעבן פאר די פרוי, אלזא, פרעג ר' מאיר צו מען האט זיך געביקט צום צלם בבית רבינו זי''ע. אפשר זאגסטו מיר ווי און פארוועם דער רבי האט געזאגט אז ס'איז ענדערשט זיך צו קוקן צום צלם ווי צו רעדן א ווארט עברית?. ענקערע חלומות !!!.

 

לפי פסקו של הגאון האדיר בעל עמק תשובה שליט"א האט ער מיטן אויפשטעלן דאס פס"ל אין קעי דזעי עובר געווען אויף דעם אנכי פון די עשרת הדיברות, לפי ידיעתי איז זיין פעטער וועם די טרייסט איהם צו מדמה צו זיין איז אוועקגעשטנען פון א אבק דאבק פון א ספק ספיקה  יהרג ועל יעבור ומינות, דריטן מאל פארקויפט די עשרת הדיברות

אזוי? דאס האט רבי יחזקאל ראטה שליט''א געפסקעט? און עם כל זה האט ער דארט געהאט אייניקלעך, אין דעם טמא'נעם עבודה זרה פובליק סקול?, און וואס איז מיט ר' אברהם לייטנער'ס אייניקלעך? האבן זיי געהאט א ספעשל פערמיט צו דינען עבודה זרה?, אגב, פון א זיכערער יהרג ואל יעבור ווי גיין אין בג''ץ האט איר נישט קיין מורא און דאס איז מותר אדער גאר א מצוה, און פון עפעס א אויסגעטראכטן ספק יהרג ואל יעבור האט איר אזוי מורא? דאס הייסט היפאקרעטיזאם לכל הדיעות!!!

רביה"ק האט אויך געהאלטן אז ח"ו ס'איז יהרג ועל יעבור צו גרינדן און אויף האלטן די מדינה, ער האט אבער מתיר געווען בשעת הדחק לעת הצורך אהינצופארן, און אפילו ער זעלבסט איז געפארן אהין אפאר מאל, דאס טוישט נישט דעם ויואל משה און נישט דעם עמק התשובה,
דער עמק התשובה פסקנט קלאר אז ס'איז יהרג ואל יעבור כ'פארשטיי נישט פראוואס די רופסטעס אן "אויסגעטראכטענע", האט ער נישט געלערנט אזויפיל ווי לאוב אדער שלום לאנדא?


אה! הייסט אז ס'איז ביהרג ואל יעבור אבער מען מעג דארט יא שיקן אייניקלעך, אה! א נחת פון א זאלי אויפטו, יעצט פארשטיי איך, ס'איז טאקע ביהרג ואל יעבור אריין צוטראגן א קלאגע אין בג''ץ אבער דאס מיינט נישט אז מען טאר נישט, וויאזוי זאגסטו? חלה דעקל?, אוי הלוואי!!!, א חלה דעקל וואלט געווען א שיין טיטל פאר ענק, זאגנאר די אויסגעוועפטער זאלי, וואס נאך איז ביהרג ואל יעבור, און עכט מעג מען דאס טון?, קען זיין איך גיי ווערן א זאלי...

לאעליכם » 2/7/2010 13:49

עס איז אמת א רבינו הק' האט געזאגט אז ס'איז ענדערש זיך צו בוקן צום צלם הונדערט מאל ווי צו רעדן איין ווארט עברית! (געדרוקט אין חידו"ת למסיבות דוכט זיך מיר פ' בהעלותך), דער רבי האט אבער אויך געזאגט אז רעדן עברית אין חו"ל איז בבחינת עבודה זרה של עץ ואבן, און אין אר"י איז עס א ע"ז של כסף וזהב, ווייל כאטשיק האט מען נוצן דערפון...

גערעכטער1 » 2/7/2010 18:19

;


תוקן על ידי גערעכטער1 ב- 02/07/2010 19:07:57

גערעכטער1 » 2/7/2010 18:25

לאעליכם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז אמת א רבינו הק' האט געזאגט אז ס'איז ענדערש זיך צו בוקן צום צלם הונדערט מאל ווי צו רעדן איין ווארט עברית! (געדרוקט אין חידו"ת למסיבות דוכט זיך מיר פ' בהעלותך), דער רבי האט אבער אויך געזאגט אז רעדן עברית אין חו"ל איז בבחינת עבודה זרה של עץ ואבן, און אין אר"י איז עס א ע"ז של כסף וזהב, ווייל כאטשיק האט מען נוצן דערפון...

איך דארף א פונקטליכע מראה מקום ווי עס שטייט, וייל ס'איז נישט מעגליך אז דער רבי זי''ע האט דאס געזאגט, רעדן א ווארט עברית איז נישט ביקן צום צלם, ביקן צום צלם איז ביהרג ואל יעבור, חנה ושבעה בני' האבן זיך מוסר נפש געווען ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט בוקן צום צלם, און רעדן א ווארט עברית איז נישט ביהרג ואל יעבור, ווייל אויב יא זענען אלע ערליכע אנ''ש אין ארץ ישראל עובדי ע''ז, אדרבה ווייז מיר ווי עס שטייט, איך האב געזיכט אין פרשת בהעלותך און נישט געטראפן.

SatmarNews » 2/7/2010 18:42

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכטער1 » 2/7/2010 18:49

;נדפס פעמיים בטעות

בראווער1 » 2/7/2010 20:14

בראווער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 
11:00 די טלית אויפן פלייצע מיטן ביבער הוט אויפן קאפ לייגט צוזאם די תפילין און שמוסט מיט זיין מח דאקטער און פסיכילאג אונסדארפער פון מאנטריאל.

 
[בילד – נישט אפגעהיט]

נערמאלער » 2/7/2010 23:42

בנוגע דער גערעכטער קוקט ער מיר עכט אויס צו זיין א ארוינישע אינגל וואס הערט אויס ערליך טעלער'ס שוואנצאנעס,

מען דארף זיין א עכטע מצומצם און שוואנץ צו זאגן אז דער רבי זי"ע האט נישט געהאט קיין פראבלעים מיט'ן רעדן עיווריט וכו' איך עקל מיך עס אפילו איבערצושרייבן.

בנוגע די דרשה פון רבינו זי"ע איז געדריקט דאכט זיך אין די חידושי תורה פון די דינער'ס

דער רבי רעדט דארט ארום קעגן דעם וואס אין געוויסע סקול'ס דא אין אמעריקע לערנט מען אויף עיווריט, רבינו הקדוש והטהור שר התורה וצדיקו של עולם חכימאי דיהודאי איז מסביר דארט מיט קלארע ווערטער ווי פאלגענד:
מילא איינער וואס וואוינט אין ארץ ישראל און לערנט עיווריט איז דאס גאר א געפערליכע זאך פון די ארס טמא פון די טריפה'נע לשון המינים, נאר דארט קען מען זיך עכ"פ איינרעדן אז מען וויל דאס קענען ווייל דאס איז די לשון המדינה. אבער דא אין אמעריקע צו לערנען עיווריט איז נישט פאר קיין שום אנדערע סיבה נאר ווייל מען סימפאטיזירט מיט דעם די שייכות און סימפאטיע צו די רשעים און אפיקורסים.

און אויף דעם האט דער רבי זי"ע געזאגט אז צו לערנען איין ווארט עיווריט איז ארגער ווי זיך צו ביקן צום צלם טויזענט מאל, ער דארף נישט האבן דעם ארוינישן טיפש זאל מסכים זיין צו נישט. די הייליגע ווערטער פון רבינו הקדוש איז חי וקים.

דאס איז בנוגע די אויסדריק און הלכה וואס דער רבי זי"ע האט דאן געזאגט, אבער בכלל וועגן די לשון המינים איז א גרויל צו ענטפערן אפילו פאר דעם ארוינישל אז דער רבי האט נישט געהאט קיין פראבלעים דערמיט.



גערעכטער1 » 4/7/2010 19:36

אזוי! הא? אינגעל!, שוואנץ!, בעבי!, מצומצם!, און וואס נאך?, קענסט מיך אנרופן וואס פאר א כינוי דו ווילסט, אבער קיין עם הארץ בין איך נישט,איך נעם נישט די שיטה הקדושה פון דעם מסלף השקרן מנשה פילפ, איך נעם נישט די שיטה הקדושה פון דעם צודרייטן געלן בדחן (ר"ת בג''ץ) און איך נעם נישט די שיטה הקדושה פון דעם לאניטיק אלתר משה ג''ב, איך האב דורכגעלערנט דעם ויואלמשה פון דעקל צו דעקל, איך קען דאס בע''פ, און איך פראביר פון ענק צו צוען אפאר ווערטער און ס'קומט מיר אן שווערער פון ארויס צוען א אלטן קראנקן באק צאן, איר פארשטייט צו די שיטה הקדושה פונט ווי ענקער עם הארץ פארשטייט א שטיקל גמרא, איר פאקט סטעיטמענטס וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און איר האפט אז מען וועט זיך נישט כאפן, איינער שרייבט אז דער רבי זי''ע האט געזאגט אז ס'איז ענדערשט זיך צו ביקן 100 מאל צום צלם ווי "רעדן" איין ווארט עברית, נו דאס איז א שקר פון א סטעיטמענט, און א נארמאלער מענטש פארשטייט גלייך אז עס איז נישט מעגליך אז דער רבי האט דאס געזאגט, ווייל דער רבי איז נישט געווען א סתם אזוי ארויס געשאסן א עקסטרעמע סטעיטמענט, יעדעס ווארט איז געווען געמאסטן יעדעס ווארט איז געווען א הלכה למשה מסיני, און צו זאגן אז א ווארט עברית איז ארגער פון 100 מאל בוקן צום צלם  איז אבסורד, נו, די תם אוואטע'דיקע זאליס האבן זיך גענומען אויף מיינע ביינער, וואס הייסט?, וויאזוי קען מען שרייבן אז דער רבי זי''ע האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט רעדן עברית, איי אפשר צייגט מען מיר ווי איך האב דאס געשריבן? אבער ביי די זאליס איז בכלל נישט קיין חילוק פון אמת צו שקר, אבי די רעבעצין סאשע איז א צלם בוקער, און א פאלנע ציוניסקע, און מען פליקט מיך אראפ, מיט "דאכט זיך אזוי", דאכט זיך אהער און מיט דאכט זיך אהין וויל מען מיך אפווענדן.

אויפאיינמאל שפאצירט אריין דער נערמאלער, שארט זיך ארויף דעם הערמל פון העמעד מאכט אפאר פויסטן אין הייבט אן צו באכן, ער הייבט אן צו שרייען שוואנץ, אינגל, און מצומצם, טייערער פריינט, אויב בין איך מצומצם ביסטו היבש צוריק געבליבן, האב איך דען נישט געוויסט פון די דרשה וואס דער רבי זי''ע האט געזאגט וועגן "לערנען" אויף די טמא'נע שפראך?, דער רבי האט א לאנגס און א ברייטס וועגן לערנען די תוה''ק אויף עברית וואס איז ביי עם געווען ביהרג ואל יעבור, אבער דאס איז קלאר דייקא ביי לערנען און נישט ביים רעדן, און אפילו רעדן אלץ די ערשטע שפראך אויף עברית איז אויך אסור, אבער דאס מיינט נישט אז רעדן עברית מיט איינעם וואס רעדט נאר עברית איז אסור בתכלית, אין ארץ ישראל ווען מען גייט אין די באנק, צו אין פאסט אפיס צו אין סיי וועלעכע עמטליכע אפיס, וואס פאר א שפראך מיינט איר רעדט מען דארט? און איז דען דא דערויף א איסור חמור, ווען דער ירושלימער רב שליט''א פארהאנדעלט מיט די פאליציי וואס קומט פאר גאנץ אפט, רעדן זיי דען אידיש? אלזא, מאכט א חשבון, ווער איז מצומצם, און ווער איז גערעכטער נומבער איינס. 

נערמאלער » 4/7/2010 19:47

הילף ביטע
ננייטיג געזוכט הילף פאר גערעכטער, ווער עס איז גרייט צו וואלונטירן צו העלפן קאנטראלירן די אויסברוך פון דעם תלמיד חכם גערעכטער (ער אליין איז מודה אז ער איז נישט קיין ע"ה) זאל ביטע זיך אנרופן ווי שנעלער

zibala » 4/7/2010 22:27

סא אין תש"ע איז מען דן צו ס'איז א פראבלעם דאס אז די א.ג. רעבעצען סאשע רעדט בעיווריט,
גאנץ ווייט דעגרייכט אין סאטמאר,
האט איינער מיילעך שווארצען'ס טעלעפאן נאמבער ער גלייכט צופירן מלחמות'ן מיט רעבעצין'ס, איז א שפיגל די פראבלעם אדער עיווריט,?

אגב אדורכלערענדיג די ויואל משה בחברותא מיט גערעכטער האט איך נישט געפונען עפעס קעגן די לאנג איילענד ווייץ ווייסט איינער די מראה מקום?

וואלדמן » 4/7/2010 22:57

מאמי, אוי איז גוט געווען די ערעפלען רייד, ס'געווען זוי סאך fun,

[בילד – נישט אפגעהיט]

ווייסטאלעס » 4/7/2010 23:37

גערעכטער קוק פון דיינע ווערטער ווי די אליינס שרייבסט אז לערנן עברית האט רביה"ק געהאלטן אז ס'איז יהרג ואל יעבר. און יעצט האט דען סאשע נישט געלערנט עברית. און אפילו וועסט טענהן אז זי איז נישט שולדיג ווייל איר טאטע האט איר געשיקט. אבער צו זיצן אויף די בענקל פון סאטמארע רביצין איז זי נישט ראוי. ווען זי וואלט ווען היינט צוטאגס נישט גערעדט די טמאנע שפראך וואלט איך נאך געשוויגן אבער אז זי איז נישט משפיל די שפראך. נאר זי נוצט עס זייער אפט אזא איינער האט נישט קיין שום זין אז זי זאל זיין די סאטמארער רביצין.

וואלדמן » 5/7/2010 00:03

סאשע איז סאטמר רביצין, ווייל זי איז די פרוי פון סאטמר רבי, אפי' זי רעט אגאנצן טאג עברית צו פויליש צו רוסיש, דאס האט שוין פאסירט מ' יום קודם יצורת הוולד, דאס איז דערנאך,

zibala » 5/7/2010 00:17

הייסט דאס רעדן עיווריט איז נישט קיין בחירה, אינטערעסאנט וואס האט אויסגעפעלט מאמר לשה"ק אין ויוא"מ

וואלדמן » 5/7/2010 00:23

האסט מיך נישט פארשטאנען, קען זיין איז די גרעסטע ציוני, אבער דאס מאכט איר נישט אויס סאטמר רבי'נס ווייב,

די רביצין טיטול איז נישט מצד עצמו, דאס איז פאר זיין די ווייב פון א רבי,

zibala » 5/7/2010 03:26

אוודאי "מאכט איר נישט אויס סאטמר רבי'נס ווייב" אבער ס'מאכט איר מאן אויס סאטמארער רעבע, ס'ארבעט נישט ביינאזאם.

וואלדמן » 5/7/2010 03:53

מיינסט אוואדי צו זאגן אז ער איז נישט "ראוי" צו זיין סאטמאר רבי, ער איז נישט "קוואליפיצירט" צו זיין סאטמאר רבי,
מסכים,

פארדעם איז דאך דא 2 סאטמארע רבי'ס, אבער אין מציאות איז ער ליידער יא א סאטמאר רבי, דאס איז א פאקט,

למשל, סדא וואס האלטן אז דער בעלזער איז נישט ראוי צו זיין בעלזער רבי, מיינט נאך נישט אז ער איז נישט, אפי' די פרוי זאל רעדן סיי וועלכער שפראך

סדא וואס האלטן אז אבאמא איז נישט ראוי צו זיין פרעזידענט, קען זיין, אבער אין מציאות איז ער פרעזידענט, אפגעזען צו ער איז קוואלאפיצירט צו נישט,

קען זיין אז למשל ר' ישעי' יעקב שטויבער, אדער ר' א"מ גאלדבערגער, איז די מערסטע קוואליפיצירט צו זיין סאטמאר רבי, [איך כאפ נאר אן משל], מיינט דאס זיי זענען סאטמאר רבי ווייל סיי האבן די קוואליפיקאציעס?

די זעלבע ר' אהרן איז סאטמאר רבי, דאס איז א מציאות, דאס אז לויט פילע מענטשן איז ער נישט ראוי ווייל זיין פרוי רעט עברית, דאס איז טאקע א גרויסע ליידער


אילו זכינו וואלט ר' ישעי' יעקב שטויבער געווען דער סאטמר רבי ועכשיו שלא זכינו ווערט סאטמאר געפירט דורך די 2 סיגעטערס בנים קדושים,

כאפסט וואס איך מיין?

SatmarNews » 5/7/2010 20:21

Ahrons Cavresa Unsderfor Learning in new hampshier with r tovya weiss and elezer weinshtok from ky and r' vulf bash from williamsburg.jpg

[בילד – נישט אפגעהיט]
 

Lechtiger » 7/7/2010 06:55

איך ווייס נישט וואס דער וואלדמן וויל דא פונקטלעך, אבער ער האט דעם ענין נאר בעסער ארויסגעברענגט. הגם דער משל מיט'ן פרעזידענט איז בכלל נישט דומה צום נמשל. דהיינו: דער פרעזידענט ווערט דאך ערוועלט דורכ'ן פאלק, אין דער וואס האט די מערסטע עלעקטארעל שטימען - ראוי צו נישט ראוי - דער ווערט פרעזידענט, מופט זיך אריין אינעם ווייסען הויז, אין באקומט צוטריט צום שווארצען רענצעל, אין ס'נאר דא איין פרעזידענט. סאטמאר רבי ווידער, איז אינגאנצען אן אנדער קעיס. סאטמאר רבי איז נישט ווער ס'זיצט דא אדער דארט, סאטמאר רבי איז א מיטל נאכמער ווי א טיטל. דער גרעסטע ראי' איז, אז ס'דא צוויי וואס "רופען" זיך סאטמאר רבי. אין נאכמער, ביי איין צד איז דער אנדערער רבי א "ניקס" (מילד גערעדט..) וואס האט אפשר דער טיטל אבער ווייט פונעם מיטל. פונקט אזוי ווי חסידי קלויזענבורג-נתני' האבען א נאמען געגעבען זייער רבי "צאנזער רבי"..., אין הגם הרה"צ שליט"א מנתני' איז לכאו' שטארק ראוי פאר'ן טיטל קלויזענבורג'ער רב אבער פאר הייליגען טיטל "צאנזער רב" איז ער פונקט אזוי ראוי ווי ליפא רייך וואס רופט זיך אויך אזוי.

יעצט צו אונזער ענין:

תלמידים וחסידים פונעם הייליגען רבי'ן זי"ע האבען א שטארקען פראבלעם מיט העברעאיש. אין אזוי ווי הרב וואלדמן האט ארויסגעברענגט, איז "רביצין" נישט א טיטל פאר זיך נאר דאס איז די פרוי פונעם רב אין ס'איז ווי איין זאך, דערפאר וועט איר קיינמאל נישט הערען אן ארוני רעדען אויף "זייער" רביצין ווייל א חסיד פון א רבי רעדט נישט אויפען רבין'ס רביצין. אין דערפאר האבען א גרויס חלק פון סאטמאר א פראבלעם אז מהר"א זאל "זיין" סאטמאר רבי ווייל זיין פרוי איז זייער באקוועם מיט העברעאיש אין אויטאמאטיש איז עס א קשיא אויף די גאנצע זאך. אין הגם - ווי איינער האט דאך שוין געפרעגט דא - אפשר איז זי טאקע נישט שולדיג אז זי "קען" דאס שפראך, האט דאך יענער זייער גוט ארויסגעברענגט, אז ווען זי וואלט ממעט געווען פון עס רעדען נאר לצורך ממש וואלט געווען אן אנדער מעשה. אבער ווי ס'איז באקאנט, רעדט זי עס אפילו מיט מענטשען וואס פארשטייען אידיש/ענגליש, אין שעמט זיך עס נישט צו טאן אפילו פארנט פון היימישע אידען, אין אזוי אויך ליינט זי נאך היינט העברעאישע ביכער אין אויסגאבעס. דאס ווייזט אז זי איז זייער "באקוועם" דערמיט.

אז מ'פארשטייט די א.ד., קען מען גיין א טריט ווייטער:

ס'איז א דבר פשוט, אז איינער וויל איינפירען עפעס א פרומקייט ביי זיך אין שטוב, אויב ער האט א גוטע תורה'דיגע שלום בית און ער מיינט עס אמת'דיג, קען מען געווענלעך פועל'ן אין שטוב. אלזא אז מהר"א קען נישט אויסרייסען ביי זיך אין שטוב א זאך וואס איז א "יסוד" אין סאטמאר, דאס ווייזט אז די גאנצע זאך אינטערסירט אים ווי די פאריעריגע שניי, אדער איז די שלום בית...

נ.ב. כ'האב גארנישט ספעציעל קעגען איר פערזענלעך. וכל מה שכתבתי לעיל, איז נאר בנוגע די ענין פון עברית אין וואס פאר א שייכות דאס האט מיט איר מאן'ס רעביסטעווע. לגבי איר כשלעצמה אלס א פערזענליכקייט, - מיין מיינונג איז - וואלט זי נישט אזוי שלעכט געווען, ווי באקאנט זענען אירע שוועסטער באקאנט אלס וואוילע ערליכע אידענעס - טאקע נישט אינגאנצען לויט אונזער רוח - אבער ווי א.ד. טוט אן ערליכע אידענע זיך צושטעלען צו איר מאן'ס השקפה. ממילא אז זי האט אידישקייט [אין צימאל אויך מענטשליכקייט] פראבלעמען, איז עס נאר ווייל זי וואוינט מיט דעם אויסגערופענעם שרוג"ר מהר"א.