היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הערות אויף פארמעליך איבער די "סידור קידושין" עפאכע

הערות אויף פארמעליך איבער די "סידור קידושין" עפאכע

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2803987

פארמעגליך » 28/6/2010 22:33

ביטע דא ראגירן אדער קאמאנטירן אויף מיינע באשרייבונגען, אזוי אז עס זאל נישט שטערן די פארזעצונגען פון מיין ארטיקעל

א דאנק


תוקן על ידי פארמעגליך ב- 28/06/2010 22:46:50

העלד » 28/6/2010 22:39

א קליינע הערה'ל'ע
אזוי שרייבט מען "קידושין"

פארמעגליך » 28/6/2010 22:45

גערעכט

דער_אקס » 28/6/2010 22:47

אויב מעגליך די שטיקליך וואס סאיז געהיילד געל איז אביסל קליין צי ליינען מאך עס גרעסער

פארמעגליך » 28/6/2010 22:49

גוט איך האב געוואלט נאר ארויסברענגן אז דאס איז שוין געטאנען אין מיין ערשטן ארטיקל פאריאר

נפל » 28/6/2010 22:53

גייט נעמען 15 וואכן זאלסט קומען צום ווארט? אדער גייסט באמבארדירן?

נ.ב. איך הלאט דיר אין איין שיקן אין "אישי" און מאכסט זיך נישט וויסנדיג?!

kj1234 » 28/6/2010 22:55

אויב די בוסט נישט ברוגז וועל איך צולייגן א קלייניקייט אז די בני יואלע האבן זיך גאנץ שיין ציגעשטעלט צים ברך משה ז"ל ביי די אויפנאמע פין דעם סבלן האט עס געקראכט ווי דעס למשל די עלטערע אידן ווי ר' לייבעלע גליק ע"ה אין נאך עלטערע אידן פין ק"י זענען אריין בעטן אז זיי דארפן רבינו שליט"א פאר רב אין ק"י אין נישט דעם סבלן ממילא איז נישט געווען די זאך געצילט אויף דעם ברך משה ז"ל סהאט אפי' א שטיקל הסבר מיין איך ווייל ווער סהאט נאר אביסל געקענט דעם ברך משה ז"ל האט געזען אין געשפירט אז ער מיינט נישט אויסצירייסן דעם רבי'ן ז"ל אין ער האלט נישט ביים מאכן פין זיך א קדוש אלטץ איינער וואס פליט אין הימל ווי דער סבלן טרייט צי טיען מיט זיינע חלה דעקליך

אבער בכלל גיי אן סאיז דיר א גרויסע זכיה אז די קענסט ניצן דיין פעדער פאר דע זאך אין אויפדעקן אביסעלע זיין פנים!!!


תוקן על ידי kj1234 ב- 28/06/2010 22:58:34

נפל » 28/6/2010 22:58

אויב רעדט מען שוין יא פון ספעלינג וועל איך אויך צולייגן אז "אין" שרייבן מען מיט א "י" נישט מיט א "ו"
די "סידור קידושין" עפאכע (און פארזעצונגען)

ווי אזוי זאגט יענער? איך קענעס נישט אויסהאלטן איך פלאץ ווען איך זע אזא זאך...

דער_אקס » 28/6/2010 23:00

ישר כח

פארמעגליך » 28/6/2010 23:15

kj1234 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב די בוסט נישט ברוגז וועל איך צולייגן א קלייניקייט אז די בני יואלע האבן זיך גאנץ שיין ציגעשטעלט צים ברך משה ז"ל ביי די אויפנאמע פין דעם סבלן האט עס געקראכט ווי דעס למשל די עלטערע אידן ווי ר' לייבעלע גליק ע"ה אין נאך עלטערע אידן פין ק"י זענען אריין בעטן אז זיי דארפן רבינו שליט"א פאר רב אין ק"י אין נישט דעם סבלן ממילא איז נישט געווען די זאך געצילט אויף דעם ברך משה ז"ל סהאט אפי' א שטיקל הסבר מיין איך ווייל ווער סהאט נאר אביסל געקענט דעם ברך משה ז"ל האט געזען אין געשפירט אז ער מיינט נישט אויסצירייסן דעם רבי'ן ז"ל אין ער האלט נישט ביים מאכן פין זיך א קדוש אלטץ איינער וואס פליט אין הימל ווי דער סבלן טרייט צי טיען מיט זיינע חלה דעקליך

אבער בכלל גיי אן סאיז דיר א גרויסע זכיה אז די קענסט ניצן דיין פעדער פאר דע זאך אין אויפדעקן אביסעלע זיין פנים!!!


תוקן על ידי kj1234 ב- 28/06/2010 22:58:34









איך ערווען עס טאקע צווישען די שורות סיי יעצט אין סיי פאריגסמאל

פארמעגליך » 28/6/2010 23:21

רבותי נישט לייגן קיין פרעשור פליז!!

איך פראביר צי שרייבן מיט א סדר, אין איך ווייס אז איר ווארט דעראויף שטארק, אבער איך בין פארט נאר א מענטש,איך פרוביר מיך אנצושטרענגען די מערסטע וואס איך קען אז דער עולם זאל עס באקומען ווי שנעלער אין ווי מער צי ליינען אי"ה,

בכלל האף איך צריק צו גיין צי די סאטמערע חלוקה ארטיקל אין אנהייבן דארט ווי איך בין שטעקן געבליבן, עס ליגט ביי מיר אין באזיץ אסאך סחורה וואס דער עולם וועט אויפשפרינגען, אין עס ברענט מיר פינקט אזוי אז עס זאל ארויסקומען,

במילא ביטע האבן אביסלע געדילד, איך האף צו אלעם אנצוקומען אי"ה

פארמעגליך » 28/6/2010 23:24

ווער עס וויל קאמאנטירן נאר ער איז נישט קיין שרייבער אויף היידפארק קען אריינשיקן אויף אוזער אימעיל אויף

FARMAGLICH@GMAIL.COM

ווער_איז » 28/6/2010 23:34

ברוך הבא

אייזענבאך » 29/6/2010 00:21

שכח, הרב פארמעגליך שכרך הרבה מאוד

שארמאשער » 29/6/2010 01:40

א הערליכען דאנק פאר אינזער מייסטער שרייבער הער פארמעגליך
דיינע פערל רייד גיבט אינז שטארקע חיזוק

ווער_איז » 9/7/2010 00:10

נא וואס גייט שוין ווייטער פאר מיר בעטן דיך מר' פארמעגליך אויב מעגליך שרייב ווייטער
 
ישר כח

kj1234 » 14/7/2010 18:42

קען זיין אז נישט יעדער האט באמערקט אז אינזער חבר פארמעגליך האט ארויף געלייגט נאך סחורה נא לאמיר דא אלע זאגן ישר כח

רשכבהגולם » 14/7/2010 20:28

עס איז דא אמאל א מענטש וואס איז, דאס וואס ער איז, כמו שהוא, און עס פעלט נישט אויס קיין ארטיקל עם צי אפמאלן, נניח ווען ר' געצל זאל זיין אויף אינזער זייט וואלט איר געזען אלע זיינע מעלות וואס ער האט יא, איז די גאנצע וואס די טוסט יעצט ווייל זיין פאזיציע איז נישט לרוחינו, לפע"ד איז לא זו הדרך, און יענעם לאגער איז דאס דער וועג שוין 20 יאר,

kj1234 » 14/7/2010 20:44

איך וואלט געזאגט ווי דיר אבער יעצט אז דער ר' געציל האט זיך ארויס געשטעלט אין ער פירט אן פארזעדליך די טעראר אין אלע מאכווייען ווי למשל אז קינדער רעדן ארום פין זאכן וואס אפי' גרויסע מעגן נישט רעדן איז זעכער אז מדארף אויף דעקען זיין פנים אפשר וועט ער נאכלאזן פין די טעראר זאל ער האלטן וואס ער האלט אבער אנדרייען טעראר דאס נישט!

בראווער1 » 14/7/2010 20:59

רשכבהגולם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

עס איז דא אמאל א מענטש וואס איז, דאס וואס ער איז, כמו שהוא, און עס פעלט נישט אויס קיין ארטיקל עם צי אפמאלן, נניח ווען ר' געצל זאל זיין אויף אינזער זייט וואלט איר געזען אלע זיינע מעלות וואס ער האט יא, איז די גאנצע וואס די טוסט יעצט ווייל זיין פאזיציע איז נישט לרוחינו, לפע"ד איז לא זו הדרך, און יענעם לאגער איז דאס דער וועג שוין 20 יאר,


 
נניח אז דו בוסט נישט קיין בני יואל, וואלסטו דאך בארעכטיגט אלע מעשים שבעולם וואס דוד עקשטיין טוט יעצט קעגן די רעבעצין... כ'מיין וואס דרייסטו א קאפ?? מ'דארף יעדער זאל וויסן וואסא פעיקער דער ר' געציל איז.

רשכבהגולם » 14/7/2010 21:04

אויף ר"א איז דאך דא די באקאנטע טעפס, וואס פארציילט, פאר ווער עס האט נאך נישט געוויסט ביז דאן, אז ער איז דער וואס פירט אליין אן, די טעראר, אפגערעד, ווער עס איז נאר געקומען און בארירינג מיט ר"א, האט זיך אליין איבערצייגט אז ער איז דער עומד בראש, פשוט, ער האט דאס בכלל נישט געפינען פאר וויכטוג צי באהאלטן פון איינעם, און ווער אימער עס האט געקענט זיין מהות, האט געוויסט, אז ער איז אלס געווען, א שוטה רשע וגס רוח, נאך אלס אינגערמאן און וויזשניץ, משא"כ רבי געצל האט במשך די אלע יארן נישט עוסק געווען און קיין טעראר, זיין מזג האט זיך קיינמאל נישט ארויס געשטעלט צי זיין א שלעכטער מענטש, און אויב די זאגסט אז ער טערערזירט און פירט אן אלעס, קען זיין, איך זאג נישט אז נישט, עס איז בכלל נישט אויסגעשלאסן, אבער אויב די ווייסט, אז דאס איז דער אמת, ביטע עס אביסל אויפווייזן מיט ראיות,



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 14/07/2010 21:16:10

kj1234 » 14/7/2010 21:15

פרעג דעם גרוש הארוויץ מיט דעם מאסרי ווער סשמייכעלט צי זיי נאך פרישע צעטליך אין ווער פרעגט זיי כסדר נא נא מיט א שמייכל פארוואס איז שטיל

רשכבהגולם » 14/7/2010 21:16

א פיקטשער

kj1234 » 14/7/2010 21:27

איך וואלט געזאגט אז די זאלסט רעדן מיט די מחותנים מיט די זיידעס וואס זענען ארויף צי דעם ר' געציל אין נאך דעם וועל מיר רעדן

רשכבהגולם » 14/7/2010 21:31

די האסט שוין גערעט מיט זיי?

רשכבהגולם » 14/7/2010 21:38

זאגן זיי אז זיי האבן געשפירט אז רבי געצל איז די עומד בראש,
און אויב יא,
פארצייל עפעס א מעשה וואס מען זעט פון דעם למי החוסמת ולמי הפסילם,

kj1234 » 14/7/2010 21:43

אפשר געדעקסטו די ווערטער וואס אנהייב פין די מלחמה וועגן סידור קדושין פלעגסטו עסכסדר אפאר ברענגען די שארפע ווערטער איך מיין פין שו"ע

די מאכסט דעם ר' געציל אזא צדיק האט ער געהאלטן א דרשה איז געזאגט אז שארמישער רב איז א פורץ גדר אין די נעקסטע טאג איז געווען אין די ק"י גאסן איבעראל געספרעט אויף שארמישער רב די ווערטער פורץ גדר !

רשכבהגולם » 14/7/2010 22:02

 


די שרייבסט, האט ער נישט געהאלטן א דרשה איז געזאגט אז שארמישער רב איז א פורץ גדר אין די נעקסטע טאג איז געווען אין די ק"י גאסן איבעראל געספרעט אויף שארמישער רב די ווערטער פורץ גדר !

הוא הדבר אשר דברתי דעס איז אמת און אויף דעם קען מען זיך באציען,

אבער איז אויך אמת די אנדערע זאכן וואס די שרייבסט? אדער האלטסטו אז פאר דעם וואס ער האט געטון קומט עם שוין ארויף צי ווארפן אויף עם אלעס,




תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 14/07/2010 22:59:29

רשכבהגולם » 14/7/2010 22:13

פארשטיי: די האסט דאך געזאגט מורא'דיגע זאכן אויף ר' געצל,

וז"ל, אז דער ר' געציל האט זיך ארויס געשטעלט אין ער פירט אן פארזעזליך די טעראר אין אלע נאכווייען, ווי למשל אז קינדער רעדן ארום פין זאכן וואס אפי' גרויסע מעגן נישט רעדן איז זעכער אז מדארף אויף דעקען זיין פנים אפשר וועט ער נאכלאזן פין די טעראר זאל ער האלטן וואס ער האלט אבער אנדרייען טעראר דאס נישט!


און צי א ראי האסטו געברענגט,

וז"ל פרעג דעם גרוש הארוויץ מיט דעם מאסרי ווער סשמייכעלט צי זיי נאך פרישע צעטליך אין ווער פרעגט זיי כסדר נא נא מיט א שמייכל פארוואס איז שטיל, 
זיכער אזוי, אויב עס איז אמת דעס וואס די שרייבסט אויף עם, איז דאך זיכער אז ס'טויג נישט, אבער דאס דארף זיין אינטער געבעט מיט ראיות אז דאס איז אמת,
למעשה פון דיינע תשובת זעט נישט אויס קיין קראנטע ראיות

 



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 14/07/2010 22:52:21

רשכבהגולם » 14/7/2010 22:33

און אנדערע ווערטער:
ווען איך בון אן ארוני וואלט איך געזאגט אז עס איז זיכער אמת וואס די זאגסט און איך וואלט אפילו מוסף געווען נופח משלי, ווייל אלס אן ארוני איז דער ציל העכער ווי דער אמת,
אזוי ווי איך בון נישט קיין ארוני, איז מיר א גרויסע נ"מ צי דעס וואס די שרייבסט,


אז דער ר' געציל האט זיך ארויס געשטעלט אין ער פירט אן פארזעדליך די טעראר אין אלע מאכווייען ווי למשל אז קינדער רעדן ארום פין זאכן וואס אפי' גרויסע מעגן נישט רעדן איז זעכער אז מדארף אויף דעקען זיין פנים אפשר וועט ער נאכלאזן פין די טעראר זאל ער האלטן וואס ער האלט אבער אנדרייען טעראר דאס נישט,

צי עס איז אמת צי נישט,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 14/07/2010 22:44:36

רשכבהגולם » 14/7/2010 22:35

.

kj1234 » 14/7/2010 23:29

ער איז א פאברעכער ווייסט פארוואס אז די ארוני קהל שרייב אויף זייערע צעטליך אז לויטן פסק פינעם דיין איז עס נישט קיין קדושין אין דער שווייגט איז ער איינס מיט די רוצחים אים מדארף עם אויפ'ן פלאץ שטעלן איינמאל פאר אלעמאל נאר סדארף זיין נארמאל נישט מיט קיין מיסע ווערטער אין אזוי ווייטער ווי אזוי דע פין וועם מיר טיילען זיך אפ טיען כסדר

רשכבהגולם » 14/7/2010 23:38

בעט איך דיר, אויב מעגליך, ביטע, די שרייב פאקטן, און איך וועל זיין מיין אייגענע פוסק, פארצייל מיר נישט אז ער איז בראש און ער פירט אן אלעס, וואס דאס מיינט ביי מיר (שווארטץ אויף ווייס) אהרן דוד טייטלשטיין, וואס לדעתי, איז מיט די אלע טענות, דאס נאך אלס נישט די זעלבע,  

kj1234 » 14/7/2010 23:49

זיי ניצען זיין נאמען ווי לאנג ער קימט נישט ארויס איז עס ער מדשתקי שמע מינה דניחה ליה

רשכבהגולם » 14/7/2010 23:54

כבר היה לעולמים

ווער_איז » 23/7/2010 00:50

ב"ה אינזער חבר פארמעגליך האט אינז אינזינען געהאט אין ארויף געלייגט פרישע סחורה

מיר אלע זאגן הויך א גרויסער יישר כח

געכאפטער1 » 23/7/2010 01:09

זשאסט פאר די רעקארד: עס איז נישט פארמעגליך עס איז א צווייטער וואס באנוצט זיך מיט זיין נאמען ווי מען קען זעהן אויף די אופן פון די שרייבעריי ווי אויך שרייבט ער למשל "ווי פארמעגליך האט עס שוין גיט ארויסגעברענגט..." און נאך וואס זעהט זיך אן קלאר אז דאס איז א צווייטער

אויך א פיינע שרייבער אבער קומט נישט צו בכלל צו אונזער פארמעגליך

וויכטיג » 23/7/2010 01:56

הגם ס'קומט קרעדיט פאר פארמעגליך צוליב זיין שרייבערישן טאלאנט, צו דער זעלבער צייט וויל איך אויסדרוקן מיין שארפסטע

מחאה אדירה


א קעגן די בזיון ת"ח אויף הרה"ג רבי געציל שליט"א, איך גיי מיך נישט אריינלאזן אין קיין פלפולים, אבער דאס איז קיינמאל נישט געווען אונזער וועג, און בזיון ת"ח איז קיינמאל נישט ערלויבט!

איך בין מוחה בכל תוקף!!

נערמאלער » 23/7/2010 05:56

ר' געציל איז ליידער היינט צוטאגס די ראש הטעראריסטן ווען איינער פרעגט אים פארוואס ער טוט נישט עפעס אפצושטעלן די רדיפות אויף אינגע קאפל'ס וועסטו הערן מיט וואס פאר א ביליגקייט און קאלטע ליצנות ער ענטפערט

א אינגערמאן אין קרית יואל וואס זיינ'ס א משפחה מיטגליד האט אדער וועט חתונה מאכן אין די נייע זאל (איך וויל נישט שרייבן פונקטליך מחמת גילוי) האט אנגערופן ר' געציל און אים געזאגט וואס פאר א רדיפות די אינגע קאפל'ס גייען אריבער, מען שרייט זיי נאך אין די גאסן, מען ווארפט פאשקווילן קעגן זיי און נאך, ר' געציל האט מיט א געמאכטע משונה'דיגע ערנסקייט געענטפערט "אזוי??????" איך האב גארנישט געוויסט!? טאקע מען רודפ'ט אינגעלייט? "איך גיי שוין זעהן וואס איך קען טוהן דערוועגן"

ער האט נעבעך געמיינט אז ר' געציל מיינט עס ערנסט האט ער אנגעדרייט א צווייטע אינגערמאן זאל אויך אנקאלן כדי צו מאכן א מצב, מענטשן זאלן קאלן כדי ער זאל טאקע עפעס טוהן דערוועגן, בקיצור דער אנדערע אינגערמאן האט גערופן ווייניגער ווי פינף מינוט שפעטער, און האט אויך אראפגעלייגט די מעשה מיט דרך ארץ אז מען רודפ'ט געפערליך די פרישע אינגעלייט, מען שרייט אויס זייערע נעמען אויף א האטליין, מען שלעפט אראפ די שטריימל....  און אלעס אויפ'ן אינציאטיוו פונעם דיין...

דער אינגערמאן איז נבהל ונשתומם געווארן ווען מיט די זעלבע ליצנות האט דער ר' געצל געפרעגט "אזוי??? איך האב גארנישט געהערט????!!!!!! טאקע אזוי ווי די זאגסט? מען רודפ'ט אינגעלייט? "איך גיי שוין זעהן וואס איך קען טוהן דערוועגן"

ער איז נישט מער ווי א געזונטע לץ וואס שטופט ערליך די וואגן פון רשעות


תוקן על ידי נערמאלער ב- 23/07/2010 06:02:03

נערמאלער » 23/7/2010 06:01

ווי הגה"צ מטשאטה שליט"א האט געזאגט ביי די דרשה אין חרדים "מענטשן זאגן מען זאל אפשוינען דעם דיין.... ער האט נישט אפגעשוינט דעם כבוד התורה פון שארמאשער רב שליט"א.... ער רופט אים אהן מיט א ביליגע ליצנות "ער מאכט זיך א בית מדרש'ל און ער איז שוין א רב"... רח"ל אים איז נישט בייגעפאלן אפצושוינען די כבוד התורה פון כ"ק הגה"צ משארמאש שליט"א, האט מען נישט קיין אנדערע ברירה נאר מוחה צו זיין אויף כבוד התורה אקעגן ר' געצל

מאןדפליג » 23/7/2010 16:10

טייערער פארמעגליך,
אר דארפט א ביסל מער מסביר זיין פארוואס איז טאקע נישט קיין פראבלעם אז יעדער זאל מסדר קידושין זיין.
דער הייליגער מנחת אלעזר האט זיך דאך נישט געשלאגן פאר גארנישט.

יענקי123 » 26/7/2010 14:43

מחאה נמרצת
איך בין מוחה בכל תוקף אויף די דברי זלזול אנטקעגן א גדול בישראל די מחאה איז אנטקעגן די זלזול אין הרה"ג ר' געציל . איך האב זייער הנאה פון די באשרייבונגען פון פארמעגליך און פון בודאפעסט אבער יעדע זאך האט א שיעור, דו מוזט נישט אלטן פון אים אבער מ'טאר אזוי נישט רעדן, הזהרו בגחלתן... 

ראדני_קינג » 26/7/2010 17:24

איך האב אנאנדערן הערה אויף דעם מונקאטשן אנאליז, ער קומט מיט א מעשה פון מונקאטש, איך קום מיט א געשריבענע תשובה פון רבי'ן ז"ל ווי ער פסקנט קלאר "אז דער פארפאלק זאל נישט וואוינען אין איינעם ביז זיי מאכן נישט איבער די קידושין"

פרעג איך דיר: וואס איז מער מכריע, א מעשה שלא כתוב פון מונקאטש, אדער א תורה שלימה פון סאטמארע רבי?

SatmarNews » 10/8/2010 01:02

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 11/8/2010 01:46

פארמעגליך קודם כל שלום עליכם איצטער וויל איך פרעגן ווי קען מען אריינשיקן קאפיס פון אלטע פאשקעווילן?

פארמעגליך » 11/8/2010 04:57

קעציל » 17/8/2010 08:51

פארגעס נישט צו שריייבן די שמיני עצרת און ראדני, און ווי דער בלאט האט אונז נאך גאר באשולדיגט אז מיר האבן דורכגעפירט די ראיאטן.

אומזיסט » 17/8/2010 21:53

ראדני_קינג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב אנאנדערן הערה אויף דעם מונקאטשן אנאליז, ער קומט מיט א מעשה פון מונקאטש, איך קום מיט א געשריבענע תשובה פון רבי'ן ז"ל ווי ער פסקנט קלאר "אז דער פארפאלק זאל נישט וואוינען אין איינעם ביז זיי מאכן נישט איבער די קידושין"

פרעג איך דיר: וואס איז מער מכריע, א מעשה שלא כתוב פון מונקאטש, אדער א תורה שלימה פון סאטמארע רבי?


און וואס איז מיט די תורה שלימה פון סאטמארער רבי אין מונקאטש? עט'ס האט'ס מזל אז מ'האט צוגעזאגט פארן מונקאטשער אדמו"ר (רמ"ל) אז מ'וועט נישט מפרסם זיין דעם מכתב. אבער דער מכתב איז דא, גלוי וידוע לכל יודעי דת ודין.

אפילו די אהרונים אין זייער קונטרס דעם פסח האבן נישט פרובירט אפצולייקענען דעם מוקאטשע מעשה.

איי וועסטו אנהייבן זאגן אז ס'איז אינו דומה, סאיז געווען נתפרדו בהיתר מיט א בי"ד וכו', נו דאס וויל איך טאקע הערן, ווייל אויב הייבט מען שוין אן צו רעדן פון אינו דומה, קען איך דאך אויך זאגן אז דער אנדערע בריוו איז אינו דומה.

נאר ביז היינט האט פשוט אויסגעקוקט אז איינמאל סאיז דא א בריוו פון רבי'ן , מעג זיך עס אפילו רעדן פון קידוש לבנה, וועט אלס שטיין דארט אז ס'איז אסור צו מסדר קידושין זיין שלא ברשות פונעם רשכבה"ג, נישט קיין נפק"מ וואסערע חילוקים סאיז דא.

וועגן דעם איז דאס א געוואלדיגע דערגרייכונג צו הערן אז ב"ה עס איז יא דא בריוון פון רבי'ן בעניני קידושין וואס איז אינו דומה.