הגאון האדיר שר התורה פוסק הדור בעל "עקלי דבש" שליט"א
ווי באוויסט האט דער אלטער רבי אויפגענומען במשך 2-3 יאר דריי דיינים אינערהאלב די קהילה קהל יטב לב דסאטמאר. רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן אין וויליאמסבורג, רבי יחזקאל ראטה אין בארא פארק און רבי געציל בערקאוויטש אין קרית יואל. שפעטער ווען דער אלטער רבי איז נפטר געווארן האט דער ברך משה אויפגענומען פרישע דיינים: רבי זלמן לייב פילאפ אין אברכים, רבי שלמה לייב וויינבערגער אין תהילות יואל, און רבי משה מנחם טירנויער אין מאנטרעאל. און נאך שפעטער, רבי חיים דוד כ"ץ אין בארא פארק, רבי חיים קלמן גוטמאן אין סאוט 8.
איצט וועלן מיר זיך אומקוקן איבער די אלע דיינים ווערסעס רבי געציל. עס האט זיך גלייך ארויסגעשטעלט אז דער רבי געציל איז נישט דאס וואס די אנדערע זענען. זיי זענען גרויסע עובדי השם, משכמם למעלה מהעם, און זיי זענען טאקע מער פארהייליגט געווארן ביים ציבור ווי ר' געציל. אלע פון די דיינים אויסער רבי געציל האבן באקומען א ריזיגע נאכפאלגערשאפט פון סאטמארער חסידים. יעדער פון זיי איז געווארען פארעהרט און באמת פארהייליגט ביי דעם ציבור און די אינגעלייט האבען זיי אנגעפרעגט אלעס וואס זיי האבען געהאט צו פרעגען אויסער שאלות באיסור והיתר. זיי זענען געווארען רבי'ס ממש און צענדליגער אינגעלייט האבען געהאלטען פאר א זכיה צו קענען ארייננעמען אין זייער אויטא דעם דיין צו קענען פארען וואו אימער. און דאס זענען נישט געווען קינדער פון רביס. זיי זענען אלע געווען אייגען געווארען צדיקים גאונים וואס סאטמארער חסידים האבען געזען אין זיי קדושה וטהרה והתמדה רבה און עס איז געווען זכיה זיי צו באדינען. זיי האבען אלע געהאט אפגעהיטענע מיילער, נישט גערעדט איבריג, און סאטמארער חסידים האבען געהאט וואס צו ווייזען פאר זייער קינדער אז אזוי זעט אויס א דיין אין סאטמאר.
עס איז נישטא איין קהילה אויף דער וועלט וואס פארמאגט אזעלעכע ריזן אין תורה און עבודה אין זייער קהילה. אלע פון זיי זענען גאונים אדירים, צדיקים און עובדי ה' מפורסמים. קיין איינע פון די דיינים לעבען נישט קיין פשוט לעבען. אלע פון זיי זענען ראוי צו נעמען קוויטלעך פון אידען. אלע מיט א אויסערגעווענליך אצילות, נשואי פנים, און קענען די תורה דורך און אדורך.
יעדער פון די דיינים האט געהאט באזונדערע אייגענשאפטן מיט וואס ער האט זיך ספעציעליזירט. רבי ישראל חיים מנשה'ס יראת שמים און אצילות זיין בקיאות אין הלכה כחד מקמאי. רבי זלמן לייב'ס בקיאות אין יעדען שו"ת און זיין קלארקייט אין שו"ע און זיין עבדות השם בתמימות, רבי שלמה לייב'ס ישרות און צוגעלאזענקייט צו יעדען איד, זיין קלארע פסקים האט צוגעצויגען די מאסען. רבי משה מנחם האט מען געוויסט אנצוצייגען אז ער איז דער שענסטער תלמיד פון אלטען רבין אין אמעריקע. זיין פייער ביים דאווענען, זיין מוסר זאגען מיט תקיפות, זיין אומ'פשרה'דיגן צוגאנג צו יעדע אומאויסגעהאלטענע זאך, אויסער זיין גאונות וצידקות וואס איז געווען לשם ותפארת פאר גאנץ סאטמאר. רבי חיים דוד מיט זיין גאונות בתורה ובחסד, זיין צוגעלאזענקייט צו יעדען בארא פארקער איד איז להפליא. אזוי ווייט אז די אלע וואס שיקען אריין זייערע קינדער צו וואוינען אין בארא פארק נאך די חתונה ווייסען אז צו בלייבען א סאטמארער חסיד מיטן זעלבען פייער ווי אין וויליאמסבורג, מוז מען זיך אנקערן צו רבי חיים דוד'ן. ר' חיים קלמן פארמאגט אויסערגעווענליכי מדות נאות, זיין גאונות בתורה, זיין העלפן אידן איז להפליא.
איצט וועלן מיר עטוואס אנאליזירען רבי געציל בערקאוויטש. ר' געציל איז א קלארער פוסק און אויסגעהאלטען אין ישרות. אבער, און דער אבער איז גאר א געפערליכער. מען האט אלעמאל געוויסט אז ר' געציל וועט פאר א דאלער אלעס זאגען. עס גייען ארום אויף ר' געצילס חשבון אן א שיעור מעשיות וואס מאלט אים אראפ ווי איינער וואס נאר דער דאלער האט געשפילט און שפילט ווייטער ביי אים די הויפט ראלע. ער איז קיינמאל נישט געווען אין דעם קאליבער ווי די אנדערע דיינים אין סאטמאר. נאכמער, אין קרית יואל נאך איידער די פאליטיק האט אויסגעבראכען, האבען פרומען אידן געפרעגט זייער שאלות ביי "רבי יואליש מארגענשטערען" היינט שארמאשער רב שליט"א. רבי יואליש האט אלץ געטראגען פיל מער א ערענסטערען כאראקטאר ווי ר' געציל. מען האט אלעמאל געוויסט אז ר' יואליש לערענט טאג און נאכט, ר' יואליש דרייט נישט מיט די צינג, ער איז נישט קיין צווייטזייטיגער מענטש וואס זאגט פאר איינעם אזוי און פאר אנדערען פונקט פארקערט. מען האט געוויסט אז ר' געציל ענטפערט פאר יעדען לויט זיין בערזעל. ער האט אוועקגעמאכט אנדערע דיינים וועם קרית יואל האט אויפגענומען אלס מוצי"ם. ער האט פון זיי אפען ליצנות געמאכט און יעדער ווייסט און געדענקט דאס זייער גוט.
און דאס האט זיך אויסגעשפילט וויאזוי דער ציבור האט זיך אויפגעפירט כלפי אים. אפילו ווען מען האט אים געלאדענט צו א שמחה איז עס געווען ווייל "מען מוז" אים אונטערשטופן, ווייל אויב נישט וועט ער פסל'ן אלע שאלות... מען האט אים געגעבען א שענערען סכום ביי מכירת חמץ ווייל ער האט "געקוקט" וויפיל יעדער גיט.
עס איז אלע יארען אנגעגאנגען א שטילע וויכוח איבער ר' געציל, צו ער איז א פשוטער קל, אדער א פשוטער לץ, אדער א פשוטער בעיבי. דאס אז ער איז א "פשוטער" איז נישט געווען די דעבאטע, די מחלוקה איז נאר געווען וואס מען לייגט אלץ צו, צו דאס ווארט פשוט. ער האט קיין איין טאג פון זיינע איבער 35 יאר דינען אלס דיין, נישט געטראגען אן ערענסטען פנים ביי קיינעם. דער וועג וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט איז אלעמאל געווען, אין בעסטען פאל, קאמיש. עפעס מאדנע איז געווען מיט אים. און עס איז אלעמאל און ביי אלעמען קלאר געווען אז ער איז נישט וואס די אנדערע דיינים זענען. עפעס "פאני" איז מיט אים".
ער איז געשטאנען אלעמאל פאר "היטשעס" צו פארן אין ביהמ"ד אדער צו שמחות. עס האט קיינער נישט געהאלטען א זכיה אים צו טראגען. עס איז נישט געווען דער מענטש וועם ער האט געקענט אנרופן אים צו בעטען אז ער מוז איצט ערגעץ פארען. אויב האט ער געמוזט ערגעץ פארען, האט ער זיך ארויסגעשטעלט "היטשען" אדער גענומען א טעקסי.
און דאס האט אנגעהאלטען ביז גאנץ לעצטענס ווען ענדליך האט רים די מאנראער קהל יטב לב, צוגעשטעלט א יונגערמאן פאר זעקס הונדערט דאלער א וואך, וואס ער זאל אים ארומפירען ווי אימער און ער זאל נישט מער שטיין פאר היטשעס. וואס אזא סערוויס האט קיין איין קהילה אין סאטמאר נאכנישט געדארפט צושטעלען פאר קיין איינעם פון זייערע דיינים. אלע דיינים האבען אן א שיעור יונגעלייט וואס האלטען פאר זכיה צו טראגען דעם דיין און אים משמש זיין סיי ווען.
און פארוואס טאקע האט די קהילה צוגעשטעלט פאר ר' געציל אזא טייערע סערוויס, וואס אנדערע קהילות האבען דאס נישט באדארפט, האט אויך א גאר טיפע סיבה, און כדי דאס מסביר זיין וועלען מיר אייך צוריקפירען צו ח"י סיון תשנ"ט.
עס איז היינט ח"י תשנ"ט און סאטמאר איז אפיציעל באקרוינט געווארען מיט א עתידות וואס דאס איז זיי ניטאמאל במחשבה ארויפגעקומען. מען האט באקומען א רב, דעם דריטען זון פון רבין דער ברך משה. דער זון איז אלעמאל געווען א צוריק געצויגענער, א שטילער, נישט גערעדט הויך, נישט געווען פארמישט אין פאליטיק, א חכם נפלא, א צוגעלאזענער, א בעל מידות, א מעביר על מידותיו, א פה מפיק מרגליות, א תלמוד חכם און פארמאגט נאך פילע מעלות וואס א סאטמארער רב דארף באזיצען.
און ווינדער איבער ווינדער אלע אלע דיינים אין סאטמאר האבען זיך אין די רגע צוגעשטעלט צום נייעם רב. אלע דיינים האבען זיך אפען און אפיציעל אונטערגעווארפען אונטער דעם נייעם רב, רבי זלמן לייב טייטלבוים שליט"א. די דיינים האבען במשך די ערשטע און קריטישע צייטען געהאלטען דרשות און זיך ארויסגעשטעלט צום רבינס באשלוס "אז אויב וויל מען אז סאטמאר זאל בלייבען סאטמאר קען דאס נאר געשען אז רבי זלמן לייב ווערט רב!" מורא'דיגע ווערטער. ממש רוח הקודש הופיע בבית מדרשו.
אינטרעסאנט טאקע, אבער אלע האבען זיך גלייך צוגעשטעלט גלייך צום נייעם רב. און נישט נאך זיך צוגעשטעלט, נאר זיי זענען געטריי פאר אים, זיי זעען אין אים א רב וואס איז ראוי צו פירען סאטמאר און ער איז פאר זיי כמים פנים אל פנים, געטריי און האלט זייער דעת תורה, ווי א רב דארף זיך פירען.
די אמתע סיבה פארוואס זיי אלע האבען זיך צוגעשטעלט צו ר' זלמן לייב איז ווייל זיי האבען אלע יארען געציטערט וואס וועט זיין מיט סאטמאר ווען דער "עספערדזשערס סינדראם" ר' אהרן וועט איבערנעמען, און רוח הקודש הופיע בבית מדרשם, זיי האבען געזען מיט זייערער ווייט זעענדע אויגען וויאזוי ער פירט זיך נאך היינט אויף. (מען האט נישט געדארפט קיין בעל רוח הקודש עס איז גענוג געווען צו קוקען זיין הנהגה פון תש"מ ביז תשנ"ט.) און דעריבער איז צו זייער שמחה ח"י סיון תשנ"ט נישט געווען קיין גרעניץ. זיי האבען דאס אלע אפען געזאגט.
עס איז נישט א פראגע אז דאס צושטעלען זיך פון אלע סאטמארער דיינים האט געבויעט דעם נייעם רב און זיי זענען געווען א טייל פון דעם גרויסען נס אז היינט 11 יאר שפעטער האלט מען אז ר' אהרן מיט זיינע ארונים זענען געווארען א מיניראטעיט אין וויליאמסבורג און זיין ישיבה אין קרית יואל האלט היינט מיט א צוויי הונדערט בחורים ווויניגער ווי די גרויסע ישיבה אין וויליאמסבורג פארמאגט. מאון זיי האבען געהאט א אינטערגאלען טייל אין דעם "אז אויב וויל מען אז סאטמאר זאל בלייבען סאטמאר קען דאס נאר געשען אז רבי זלמן לייב ווערט רב!"
פארשטייט זיך אז ר' אהרן מיט זיינע יועצים האבען דאס אלעס געזען און פארשטייט זיך אז מיט זיין נארישען מח און מיט זיינע נארישע יועצים האט באשלאסען אז מען וועט זיך נישט ום שורש פון דעם פראבלעם וואס דאס איז ער זעלבסט. דאס אז ער מיט זיינע מידות משחתות האט פארטריבען יעדען ערענסטען איד פון זיך, דאס אז זיינע מידות מגונות צו אנדערע מענטשען האבען צוגעברענגט אז אלוועלטליך סאטמאר האט רעוואלטירט און אומגעווארפן זיין עתידות'דיגען "מלכות", האט ער נישט געוואלט זען, האט ער זיך געמומען צום טפל. ער האט באשלאסען מיט זיין זעלטענעם חוש הבהמיות מיט זיין "עספערדזשערס סינדראם" אז אלעס זענען שולדיג די דיינים. און ר' אהרן מיט זיינע יועצים ווי לישע שמואל דער טאשען שניידער און מיט אהרן מתתי' דייטש דער חכם הארזים און מיטן "ספינער" שמואל ווידער, האבען געמיינזאם באשלאסען אז מען גיין ווייזען די דיינים.
און זיי האבען זיך גענומען מיטען שרייבען אין בלאט וואס דאס איז דאך ר' אהרןס מעדעצין פון וואס ער האלט זיך ביים חיות, פארוואס אזעלעכע תורה ריזען, די סמעטענע פון סאטמאר, האבען זיך אינגאנצען צוגעשטעלט צום נייעם רב. צו ערשט איז שמואל ווידער ארויף געקומען מיט א ספין: די אלע דיינים האבן מורא געהאט פאר ר' אהרן ווייל זיי האבען געוויסט אז מיט ר' אהרן וועלען זיי האבען א שווער פעלד צו פירען אייגענע רעביסטעוועס; ר' אהרן איז א תקיף, א לידער, א פירער, און מיט אים קען מען נישט מאכען קיין מאנקי ביזנעס. ווען ער וואלט געווארען רבי, וואלטען אלע דיינים געמוזט קומען צו די טישען, קומען צו יעדע דאווענען, און זיי וואלטען זיך נישט געקענט פירען אייגענע מלוכות. און דערפאר האבען זיי זיך צוגעשטעלט צום נייעם רב.
אבער עס איז דורך עטליכע יאר, האט דער מעדעצין אויפגעהערט צו ארבעטען אויף ר' אהרן. האבען זיי געמוזט אנהייבען שרייבען מער בייסיג און צוביסלעך אפען שרייבען קעגען די לאנגיעריגע רבנים און דיינים. און דא איז געווארען א פראבלעם אז ר' אהרן האט אויפגענומען דיינים ווי שלום לאנדא, לאוב שנעבאלג, בערענשטיין, מיטעלמאן, מענטשען בלי פנים ובלי שם. מוז מען זיך א עצה געבען ווי אזוי מען פארפירט די מאסען אז נישט ר' אהרן איז דער פראבלעם נאר די דיינים און די רבנים.
זיי האבען אנגעהויבען צוביסלעך גראב שרייבען אויף די דיינים. מען האט אלע דיינים אנגעהובען משפיל זיין מיט די מיאוס'טע צונעמען – "פעיראל דיינים", ממילא יעדער פון די דיינים האט באקומען א צונאמען. בכלל זענען די ארונים זייער נאנט אדוק ומקושר מיט צונעמען. זיי האלטען אז ווען איינער באקומט פון זיי א צונאמען, איז דאס ווי א "קמיע" און יענער איז דערנאך. ביי זיי איז א צונאמען אלעמאל די ריכטיגע עצה. ביי יעדע פראבלעם וואס זיי האבען מיט סיי וועמען, ווערט באשלאסען א צונאמען, און אויטאמאטיש איז אויס פראבלעם. ווען ר' זלמן לייב איז געווארען רב אין סאטמאר וויליאמסבורג, האט ער גלייך צובאקומען א צונאמען "זאלי" און פערטיג.
לכאורה איז געווען דער פלאן פון די סארט קראנקע עלעמענטען אז גלייך ווען ער באקומט דעם צונאמען, גיט ער אלעס צוריק פאר ר' אהרן וואס וועט צוריק ווערען "רב הצעיר ורב דקהילות קדושות די בכל אתר ואתר". זיי איז נישט איינגעפאלען אז צומארגענס פון דעם זינלאזען כינוי שם, וועלען ר' זלמן לייבס חסידים געבען א צונאמען פאר ר' אהרן דינן. דאס אז ווער עס האט אמאל געטראגען דעם נאמען "חסיד" וועט היינט הייסען "ארוני". עס איז פשוט זיי נישט בייגעפאלען, ווייל ביי זיי רעכענט מען איינס מיט איינס א חלה-דעקל.
יעדער דיין און רב האט פון שמואל ווידער, באקומען עווענטועל א צונאמען, און מיט די צונעמען באנוצען זיך אלע ארונים. אנגעפאנגען פון "כסיל הערש" ביז "מיני מעידאף", און אזוי לעבען זיי אלע, אז נאכן צונאמען, זענען אלע "שונאים" דערנאך. דאס זעלבע קענען זיי טאן מיט בנינים. לאכטס נישט, ווייל עס איז בכלל נישט לאכעדיג. דער ביהמ"ד "ויואל משה" אין קרית יואל האט באקומען דעם צונאמען "סאסמאן", דער ביהמ"ד החדש אויף ראסס קאר. בעדפארד, האט באקומען דעם צונאמען "ביעם פלאזא" וכהנה וכהנה.
אט למשל ווען ר' זלמן לייב וואלט אויך געליטען אויף "עספערדזשערס סינדראם" און נישט געקענט לעבען מיט רעאליטעט, וואלטען זיינע מענטשען געגעבען א צונאמען אויף ר' אהרןס הויז (אלע זיינע הייזער די בעל אתר ואתר) "נארן הויז", און מיר וואלטען אויך געגעבען א צונאמען פארן דיין פון קרית יואל, "געצעלע", און מיר וואלטען זיך אויך געשוואורן אז זיינע אלע מענטשען זענען ווי פארשווינדען אין וואסער, ס'טייטש, זיי האבען דאך שוין א צונאמען... אבער ב"ה געזונטע מענטשען לעבען נישט אין דמיונות און געזונטע מענטשען ווייסען אז איינס מיט איינס איז צוויי, דעריבער מאכען נישט געזונטע מענטשען אזעלעכע קראנקע שריט אויף יעדע טריט.
צוריק צו די דיינים. אלע דיינים האבען באקומען נארישע צונעמען און זיי ווערען אין בלאט אראפגעריסען ווי זיי וואלטען ווען געווען אלישע האראוויטץ צו שמואל ווידער. דאס אז די אלע יונגעלייט זענען געבוירען געווארען דורך זייער פסקים, דאס אז זייערע עלטערען האבען זיך נישט גערירט אן די דיינים, איז נישט עפעס וואס מאכט אויס ביי די סארט אומרעאליסטישע מענטשען. און ווידער אמאל איז ביי זיי – איינס מיט איינס א חלה-דעקל.
דא איז געארען א פראבלעם. די אלע סאטמארער דיינים זענען אריינגעגעסען ביים ציבור אין מח און אין הארץ, אלע פון זיי זענען באוואסט פאר גאונים וצדיקים, און דא נעמט מען אויף דיינעם ביי ר' אהרן אנשי בליעל, בלי שם ופנים, לאנגיעריגע ליידיגייער. איינער לאוב וואס זיין איינציגסטע מעלה איז אז ער טראגט שווארצע ברילען, שלום לאנדא וואס זיין נאמען טאר נישט דערמאנט ווערען צווישן באזעצענע מענטשען, אברהם וואלף שנעבאלג וואס איז סתם א באלאוני מאקאראני און מיט זיי וויל מען ערזעצען רבי ישראל חיים מנשה, רבי משה מנחם, רבי זלמן לייב פילאפ, רבי שלמה לייב, ר' חיים דוד, ר' חיים קלמן גוטמאן? אבער דאס איז נאך ביי זיי א קליינער פראבלעם. דער הויפט פראבלעם איז אז דער איינציגסטער נאמען וואס זיי פארמאגען יא, ר' געציל אז עפעס א דריי פערטעל לא יוצלח. ביי יעדען אין די קאר רעדט ער קעגן ר' אהרן, ער מאכט אפען חוזק מיט אלע "שונאים", טראגט נישט קיין ערענסטען נאמען ביי קיין איינעם אין קרית יואל, און דא שעמט ער זיך אליין אז אלע זיינע ידידים זענען נישט מיט אים, און ער ווייסט אויך אז ר' אהרן איז א דורכגעפאלענער ביי אלע ערענסטע סאטמארער חסידים. און פארשטייט זיך אז דאס אז ער ווייסט און זעט אז ער האט אין קרית יואל נישט קיין איין מענטש וואס האלט אים פאר אן אדם גדול און דארף שטיין פאר היטשעס ווי א נאר, אין די צייט וואס אלע דיינים האבען אין די ערשטע רגע געהאט צעדליגער אנהענגער, האט אים צוגעברענגט צו מחשבות זרות אז ער איז אויסגעשפילט צווישען דעם עולם.
אויף דעם ארויף האט ר' אהרןס קהילה באשלאסען צו שיסען צוויי האזלעך מיט איין קויל. מען וועט צושטעלען פאר ר' געציל א יונגערמאן פאר גוט געלט, דורכדעם וועט ער שוין נישט שטיין פאר היטשעס, און ממילא וועט ער שוין נישט זיצן מיט "שונאים" און פאר זיי רעדען קעגען ר' אהרן.
דאס איז איינס. די צווייטער שריט איז געוען פון די יועצים החכמים, צו אויפבויען ר' געציל ביזען דאך. מען האט פון איין טאג אויפן צווייטען אנגעהויבען צו שרייבען אין בלאט טיטולען אויף ר' געציל וואס מען האט שוין נישט געשריבען אויף קיין מענטש זייט באבי סאלי. ער איז געווארען דער שר התורה, דער פוסק הדור, דער גאון הגאונים, דער חכם הארזים, דער גרעסטער משיב תשובות, אזש מען פרעגט אים אן שאלות פון "די גאנצע וועלט".
(בכלל, טראגט דער טיטול "די גאנצע וועלט" א גרויס געוויכט ביי די "עספערדזשערס סינדראם" נאכפאלגער. אלעס וואס זיי טוען, זאגען, שרייבען, טראכטען, חלומ'ן, איז פאר "די גאנצע וועלט". למשל, דאס אפגעריסענקייט פון זיך לאזן פאטאגראפירען טאג און נאכט, און דאס פובליצירען אין אלע צייטונגען, מאגאזינען, וועב סייטס, און בלעקבעריס האלט ר' אהרן און זיינע עספערדזשערס סינדראם חסידים אז "די גאנצע וועלט" וועט איצט איינזען אז ער איז דער סאטמארער רבי און נאר ער.
און מיט דעם ווארט "די גאנצע וועלט" האלט מען צוזאם דאס חסידות און מען שטעלט זיי ארויפ אויפן פארטש פון גרויסען ביהמ"ד אין קרית יואל, איינמאל און נאכאמאל, ווייל ווי נאר "די גאנצע וועלט" וועט זען דעם "מחזה הוד" וועט זיך אויטאמאטיש אויסלעשען און פארווישט ווערען דער יונגערער ברודער. פאר דעם ווארט "די גאנצע וועלט", לאזט מער ר' אהרן נישט מאכן א
"באגלייטען" מוצאי יו"ט, ווייל דאס קומט נישט פאר אויף די טרעפ פון קרית יואלער ביהמ"ד, נאר אויף א צושטופטען היוז סטריט און פאר דארט קען מען קיין שיינע בילדער נישט מאכען און "די גאנצע וועלט" קען נאך ח"ו איינזען אז ער איז נישט אזוי מעכטיג, ענדערש זאל מען בכלל נישט מאכען א באגלייטען און מען קען נאך אין דער זייט פארקויפען די קעלבער אז דער רבי האט נישט ליב די סארט כבוד און זי פארקויפען דאס ווייטער פאר "די גאנצע וועלט"... חלה דעקלעך...
ווען מען הערט א חלה דעקל זיך טענה'ן וועט מען אלעמאל הערען כאטש א צען מאל דאס וארט "די גאנצע וועלט". "די גאנצע וועלט" ווייסט אז ר' אהרן איז א תלמיד חכם, "די גאנצע וועלט" ווייסט ווער עס איז דער עכטער סאטמארער רבי, "די גאנצע וועלט" ווייסט ווער עס האט מענטשען, א.א.וו.
און נניח אז "די גאנצע וועלט" האלט קליפ און קלאר אז ר' אהרן האט דעם עולם, "די גאנצע וועלט" האלט אז ר' אהרן איז דער סאטמארער רבי. נו וואס איז יעצט? אז אויב אין סאטמאר האלט מען אז ר' אהרן איז נישט זייער רבי, אויב אלע דיינים האלטען אז ר' אהרן איז נישט אן ערליכער איד, אויב האט היינט צו טאגס דער יונגערער ברודער דאס מערהייט פון סאטמאר די בכל אתר ואתר, מה לי לצרה הזאת? וואס מאכט אויס ווען עס אפילו הונדערט פראצענט אמת אז "די גאנצע וועלט" האלט אז ר' אהרן איז דער סאטמארער רבי? "די גאנצע וועלט" מאכט נישט אויס ווען פון אינעווייניג האלט מען גאר אנדערש. על אחת כמה וכמה ווען עס איז בכלל נישט פארהאן אזא זאך ווי "די גאנצע וועלט". אבער דאס איז נאר א זייטיגער דערהער. צוריק צו ר' געציל וועם דער בלאט האט אויפגעבויעט אז פון "די גאנצע וועלט" פרעגט מען אן שאלות.)
כדי אויפצובויען דעם ר' געציל אז אים פרעגט מען אן שאלות פון "די גאנצע וועלט", און דורכדעם וועט ר' אהרן געבויעט ווערען ווייל ר' געציל איז דער איינצציגסטער דיין פון אמאליגען סאטמאר וואס איז ארבליבען מיט אים, האבען זיך פארטיי פירער צוזאמגעזעצט אז ר' געציל מוז ארויסקומען מיט א ספר "שאלות ותשובות" וואס פון דארט וועט מען ווייזען אז ער איז פיל מער ווי אלע אנדערע סאטמארער דיינים, ווייל זיי האבען נאכנישט ארויסגעגעבען א שו"ת ספר.
"עקלי דבש" ערשיינט – א שאנדע און א בושה פאר א סאטמארן דיין
דער בלאט עם הארצים האבען אראפגעלייגט דעם ספר ווען עס איז ארויסגעקומען פון דרוק אז דא רעדט מען טאקע פון א אנגענומענע פוסק הדור, און אין דער ספר זענען דא "שאלות ותשובות" ווי די פוסקי דורינו פרעגן אן חוות דעתו הבהירה פונעם "בעל עקלי דבש"
איך בין געווארן זייער סורפרייזט. א ליצנות פון ערשטען סארט. עס ווייזט גלייך אז די בלאט חברה האבען דאס ארויסגעגעבען. א גרויס חלק פונעם "תשובה ספר" באשטייט פון "שיעורים" אין קרית יואלע ישיבה גדולה, און דערויף האט ער אויך א תשובה צו יעדע מגיד שיעור עקסטערע: א תשובה צו מאיר אליעזר פריעדמאן, ר' אברהם וואלף פרידמאן, ר' מרדכי דוד קאהן, ר' שלמה זאבעל, ר' זעליג שפילמאן ז"ל, ר' ברוך לעווי, ר' שמחה שלום שטיינבערגער. דערנאך א חלק פון די "תשובה" ספר באשטייט פון "שיעורים" אין קרית יואלע כולל, און דערנאך א תשובה צו די כולל יונגעלייט עקסטערע: א תשובה צו ר' יואל קאהן, ר' שלום יוסף קליין, ר' שלום משה ליפשיץ, ר' שלמה שווארטץ, ר' שבתי קאהן, ר' אברהם מאיר עקשטיין, ר' יואל גליק.
דערנאך שיינע תשובות צו די תושבים אין קרית יואל: צו ר' שלמה בצלאל וויינבערגער איבער א ליינונג אונטערן טלית, צו ר' בערל פריעדמאן איבער צוריסענע ציצית אין די זייט ביי די צוויי לעכער (דאס איז די ערשטע תשובה אינעם שו"ת עקלי דבש) א תשובה צו ר' שאול לייב זאלדאן, ר' שמואל שלמה טעלער, און צו ר' עקיבאלע גאנץ איבער קוקעריץ.
דערנאך איז דארט געדרוקט עטליכע הגהות והערות וואס דער וועלטס גאון האט געשיקט צו בעלי מחברים אויף זייערע ספרים און עס אריינגעלייגט אינעם שו"ת וקרא שמו בישראל "תשובה": צו ר' נח אייזיק אלבום, צו אודווארי רב (כ'גלייב אז אויב אודווארי רב האט אים געענפערט אויף זיינע הגהות וואלט ער דאס אוודאי אריינגעלייגט), צו רבי אברהם חיים שפיטצער און דערנאך צו אנדערע פוסקי דורינו: צו ר' מרדכי בעק, צו ר' מאיר שפיטץ אב"ד ביסטריץ, צו ר' יודא אליעזר אונגאר (האט א ביהמ"ד אין מאנסי).
דערנאך האט ער אסאך אזויגערופענע "תשובות" איבער "שמועסן" ביי צוזאמטרעפן, ווי ער איז ממשיך דעם שמועס דורך נאכשיקן א "תשובה"...: א לאנגע "תשובה" צו ר' יודל ראזענבערג ע"ה וואס איז א המשך איבער א שמועס אין מחנה רב טוב. א לאנגע תשובה צו הרב ר' בנציון שטראססער א המשך איבער א שמועס וואס זיי האבען געהאט אין מצה בעקעריי. א תשובה צו הרב ביק אב"ד מעזוביזש וואס איז א המשך איבער א שמועס ביי די יארצייט סעודה., א תשובה צום אנטווערפן-באבוב'ער דיין איבער א שיחה (שטייט נישט ווען). א תשובה צו הר"ר ישראל דוד הארפענעס דאס איז שוין בנוגע זיין הלכה וואס ר' געציל האט "געהערט" פון "ר' יודא לייב פלאהר". א תשובה צו רבי משה ניישלאס פון סקווירא א המשך איבער א שמועס אין פאפא שטעטל איבער די סוגיא פון גרעיפ זשוס אייסעס... דאס אלעס זענען תשובות אויף שמועסן ביי צוזאמטרעפן. און קיין איינע פון די "תשובות" זענען נישט אויף א שאלה וואס זיי האבן אים אנגעפרעגט.
איצט זענען די תשובות אויף וואס ער שרייבט יא "בדבר השאלה"
3 תשובות אינעם גאנצן ספר "שו"ת אגלי דבש" וואס זענען "תשובות" אויף "שאלות"
1) תשובה בדבר השאלה איז צו ר' יעקב צבי ריבא
2) תשובה בדבר השאלה איז צו זיין מחותן הרב אשר מרגליות (פון וויען)
3) תשובה בדבר השאלה איז נאכאמאל צו ר' יעקב צבי ריבא
דערנאך א "תשובה" צו רבי ישראל'טשע האגער, איבער א "פראבלעם" וואס ער האט אים מעורר געווען איבערן "קרית יואלע'ר עירוב". די ענטפער אויף דעם פראבלעם איז א תשובה אין "שו"ת עקלי דבש".
ער האט געגעבן א הסכמה צום ספר פון "הרב" אברהם וואלף שנעבאלג (מו"ץ ארונים ווימ"ס). די הסכמה איז א "תשובה" אין "שו"ת עקלי דבש".
תם ונשלם ספר "שאלות ותשובות" עקלי דבש.
בלאט ליצנות אויפן העכסטען פארנעם.
אבער ווי עס זעט אויס דער מצב היינט צו טאגס האט געהאלפן פאר די חלה דעקלעך אז ר' געציל זאל זיך צושטעלען אינגאנצן צו זיי, אבער דאס איז געקומען מיט א טייערען פרייז פאר ר' געציל: ער האט פארלוירען דאס נאמנות, ער איז נכשל געווארען צו זיין א מאכיל טריפות במזיד, רח"ל, וואס דאס האט צוגעברענגט אז ער האט זיך פולערהייט צוגעשטעלט צום כת לצים ביי די סידור קידושין ליצנות ווי מען זעט אז ער איז געווארען א פאלנער לייצן, א פאלנער זייפן וואס איז בעד בצע כסף געווארען דער זעלבער לץ ווי שמואל ווידער, לישע שמואל און מאטעס.
עס איז געווען נישט צו לאנג צוריק א מעשה מיט א בית השחיטה (נישט קעי דזשעי) וואס דער בעל מכשיר איז געווען די "או יו" (און נישט ר' געציל). די שוחטים זענען געווען פיינע אידן (נישט נח גפן). דער בית השחיטה איז נכשול געווארען מיט א שרעקליכען מכשול אז זיי האבען בטעות געשחטען און נאכדעם פארקויפט קאטשקעס וואס האבען נישט קיין מסורה, נאכמער זיי האבען קלארע סימני טומאה.
נאכען זיי כאפן האבען זיי מורא געהאט אז דאס קען זיי שאטען פאר זייער נאמען און זייער ביזנעס האבען זיי אין זייער צייטונג וואס זיי גיבען ארויס, דאס קודם ארויפגעווארפען אויף זייער קאמפיטישאן אז מכלמרשט יענע בית השחיטה האט געשחטן די טמא'נע קאטשקעס. כאטש די "או יו" האט געוויסט גלייך אז זיי זענען די וואס זענען נכשול געווארען, דאך האבען זיי געלאזט זייער צייטונג דאס דרוקען, טראץ זיי האבען קלאר געוויסט אז עס קען זיין אז מענטשען האבען געקויפט די קאטשקע פלייש.
שפעטער ווען די "או יו" האט איינגעזען אז זיי מוזען זיך אונטערגעבען פון די דרוק וואס זיי האבען באקומען פון סאטמאר ווען די פרומסטע קהילה האט אויפגעוויזען אז דער בית השחיטה האט יא געשחטען טמא'נע קאטשקעס און נישט די בית השחיטה אויף וועם זיי האבען דאס געוואלט ארויפוואפען, האט זיך די בית השחיטה געמוזט ברעכען און זיי האבען אריינגעלייגט א קליינע מודעה אין א אנדערע צייטונג אז עס קען זיין מעגליך אז עס דא פראבלעם מיט די קאטשקע ממילא זאל מען דאס נישט נוצען ביז ווי ליאנג עס וועט קאלרער ווערען פאר די "או יו".
די מודעה איז נישט געווען פוןד י"אי יו", נאר פון פארוואלטונג פון די שלאכט הויז. די "או יו" האט זיך כמעשה ארויסגעדרייט פון די שטינק. אבער זיי האבען נישט געקענט פארשווייגען אז סאטמאר האט זיי געפאקט ביי די מעשה, האבען זיי אין זייער צייטונג אנגעהויבען זינגען עטליכע סארט ניגונים. איין סארט איז געווען אז סאטמאר האט געפעלשט די לאבראטאריע. צווייטע סארט איז געווען אז אלע שלאכט הייזער, אריינגערעכענט סאטמאר, שעכט מען די טמא'נע קאטשקעס. די דריטע סארט ניגון איז געווען אז די כשרע קאשטקעס זענען אויך טריפה. די פערטע ניגון איז געווען אז די טרפה'נע קאטשקע וואס זיי האבען געשחטען איז גאר די וואס נאר דאס מעג מען עסען. און די "או יו" איז אפיציעל שטיל די גאנצע צייט כאטש אז גרויסע רבנים זענען ארויסגעקומען אז אויב האט מען געקאכט די טרפה'נע קאטשקעס מוז מען כשר'ן אלע כלים, דאך האבען זיי באשלאסען אז ענדערש ווי ראטעווען אידן פון מאכלים אסורים, וועלען זיי ענדערש ראטעווען זייער נאמען.
איין זאך האב איך זיך טועה געווען אז די בית השחיטה איז יא געווען "קעי דזשעי", דער בעל מכשיר איז געווען ר' געציל בערקאוויטש, און דער שוחט איז יא געווען נח גפן...
האט נאך אזא סארט דיין עפעס נאמנות?
פארזעצונג קומט אי"ה