בקשו רחמים: הרבנית פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש - קריטישע מצב!
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2802328
היינט אינדערפרי איז די רעבעצין לרפו"ש אריינגעברענגט געווארן אין שפיטאל דורכצוגיין א געוויסע פראסידזשער, און געזאלט אהיימקומען אין די אווענט שטונדן. נאכמיטאג האט די בלוט דרוק גענומען פאלן, און פאר אפאר שעה צוריק האט מען איר אריינגעפירט אין די איי.סי.יו.
רבינו שליט"א ואחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א זענען גלייך אריבערגעפארן אין שפיטאל, זיך צו געפונען נאנט צו די מאמע'ס בעט.
פריער האט זיך דער באקאנטער בן מכבד אם, דער סבלן וועלכע האט די מאמע נישט געקוקט אין פנים זינט די הסתלקות פון רבי'ן דער ברך משה זצ"ל, אויך באוויזן אין שפיטאל מיט א ענגע קבוצה פון זיינע שוויצער'ס.
כלל ישראל ווערט געבעטן איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתה השלימה, דער מצב איז זייער קריטיש.
די דאקטער איז יעצט אריינגעקימען מיט די גיטע בשורה אז די מצב גיי ב"ה צו א פארבעסערונג, די בלוט דריק האט זיך אביסל געהויבען
יעצט קומט די ידיעה אז דער מצב האט זיך ב"ה שטארק פארבעסערט. כלל ישראל ווערט ווייטער געבעטן צו מתפלל זיין לרפואתה השלימה.
*--[endif]*
ת תִּקְרַב רִנָּתִי לְפָנֶיךָ יי; כִּדְבָרְךָ הֲבִינֵנִי. תָּבוֹא תְּחִנָּתִי לְפָנֶיךָ; כְּאִמְרָתְךָ, הַצִּילֵנִי. תַּבַּעְנָה שְׂפָתַי תְּהִלָּה: כִּי תְלַמְּדֵנִי חֻקֶּיךָ. תַּעַן לְשׁוֹנִי, אִמְרָתֶךָ: כִּי כָל-מִצְוֹתֶיךָ צֶּדֶק. תְּהִי-יָדְךָ לְעָזְרֵנִי: כִּי פִקּוּדֶיךָ בָחָרְתִּי. תָּאַבְתִּי לִישׁוּעָתְךָ יי; וְתוֹרָתְךָ, שַׁעֲשֻׁעָי. תְּחִי-נַפְשִׁי, וּתְהַלְלֶךָּ; וּמִשְׁפָּטֶךָ יַעְזְרֻנִי. תָּעִיתִי כְּשֶׂה אֹבֵד, בַּקֵּשׁ עַבְדֶּךָ: כִּי מִצְוֹתֶיךָ, לֹא שָׁכָחְתִּי.
טוט טאקע דער אמת אזוי וויי? זעהט אויס אז יא!
דער חכם מכל אדם, דער ניק היראים/רעביאנקל און נאך, האט ציטירט אונזער באריכט בנוגע דעם געזונט צושטאנד פון די רעבעצין לרפו"ש און מתיבתא פארום. אבער מ'דארף דאך אבאכט געבן אז א אהרוני זאל ח"ו נישט זעהן די פאר ציפעדיגע אמת'ע ווערטער, נעמליך אז ר' אהרן האט זיך נישט באוויזן דעם פנים צו די מאמע די לעצטע פאר יאר, נעמט מען דאס ארויס און יעצט ווערט עס אויס פאקט. נעבעך!
דא האט איר דעם שטיקל:
אויך האט זיך דער באקאנטער בן מכבד אם, דער בועט וועלכע האט די מאמע נאך געטרונקען די בלוט נאר פין פאר די הסתלקות פון רבי'ן דער ברך משה זצ"ל, אויך באוויזן אין שפיטאל מיט א ענגע קבוצה פון זיינע שוויצער'ס.
בקשו רחמים!
[בילד – נישט אפגעהיט]
אין די מינוטן האט זיך די מצב ביי די רעבעצין פעסיל לאה בת חי' שטארק פארערגערט, די בלוט דרוק איז דראסטיש געפאלן. אידן ווערן געבעטן איינצורייסן רחמי שמים לרפואתה.
אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סט. שטעלן זיך אצינד מניני תהילים.
אפדעיט: כ"ק רבינו שליט"א געפינט זיך שוין אין שפיטאל ביי די מאמע לרפו"ש פון גלייך נאכן דאווענען היינט אינדערפרי.
תוקן על ידי באלאנד ב- 24/06/2010 23:45:48
אצינד 10:30 אויפדערנאכט געפונען זיך אלע בני רבינו בעל ברך משה זי"ע אין שפיטאל, רבינו שליט"א האט נארוואס פארענדיגט מעריב.
די מצב ביי די רעבעצין איז קריטיש, די בלוט דרוק איז נידריג אבער סטאבעלזירט ב"ה. כלל ישראל ווערט געבעט ווייטער מפציר בתפילה צו זיין לרפואתה הרבנית פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש בקרוב.
רבינו שליט"א ואחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א בלייבן אין שפיטאל פאר די נאכט מיט מנין.
דער סבלן האט פריער פארלאזט דעם שפיטאל און איז אהיימגעפארן.
יעצט געמערקט אז ארגינעלער שעלט און ווילדעוועט פארן נישט אריינלאזן די נכדי רבינו זצ"ל אין שפיטאל צו די רעבעצין לרפו"ש.
קודם כל דארף מען קיינעם נישט זאגן אז דאס איז א פאלנער שקר וואס איינס פון די צענדליגער משוגעים וואס ר' אהרן טייטלבוים האט מיטגעברענגט מיט זיך אין שפיטאל היינטיגן אווענט האט פאבריצירט.
אבער נניח אז מ'לאזט זיי נישט אריין, איז דאס מיטן פולן רעכט. אז די א.ג. געטרייע אייניקלעך האבן אונטערגעשריבן א קלאגע קעגן זייער אייגענעם זיידן רבינו בעל ברך משה זי"ע, טאר מען זיי צו די באבע נישט אריינלאזן! ביליגע אינגן וואס זיי זענען.
ארגינעלער, כאפ דיך אריבער אין שפיטאל און ברענג א פונקטליכע ליסטע פון די 'געטרייע' נכדי רבינו וואס זענען דארט געבליבן אין אזא קריטישע נאכט. אפילו דיין סבלן ר' אהרן איז שוין לאנג אין זיין אייגענעם געלעגער אין קרית יואל.
נאא, עטס האט שוין פארגעסן די פורים תורה די געוואלדיגע נחיצות פון שלאפן אין די אייגענעם בעט
אפדעיט: די מצב ביי די רעבעצין לרפו"ש איז סטאביל, די בלוט דרוק איז נידריג אבער צופרינדשטעלענד. השתדלו והרבו תחינה לרפואתה השלימה.
לויטן היצטיגן פלאן וועט רבינו שליט"א און דער זענטער רב און די אייניקלעך בלייבן אין שפיטאל איבער שבת.
תוקן על ידי באלאנד ב- 25/06/2010 20:02:08
דאס ליצנות איז ריזיג (עס טוט וויי צו לאכן ווען די מצב איז קריטיש, אזא מצב רופט מען אין אידיש "א ביטערע געלעכטער"... ליידער). אין די צייט וואס די געטרייע קינדער זיצן שבת "אין שפיטאל" ווייל די מצב איז קריטיש און מקען נישט וויסן וואס די קומענדיגע מינוט קען ברענגען. הענגען די אהרוינים אויס גאנץ וו"ב מיט צעטלעך "צדיק בא לעיר" אויף שבת וועגן די מצב פון די רבצי'ן...
ער גייט פראווען שבת אין וו"ב במקום זיצן אין שפיטאל... פאר דעם געלט קענסטו בלייבן אין קרית יואל
נאך איז אנטערעסאנט ווי די ארונים שעלטן אין זייערע מעסיזשעס אז דער רעביצין איז אינעם -כלשונם- עקעלדיגע בית ישראל האספיטאל צוליב ר שלום יוסף דייטש...
אפדעיט: דעם שב"ק איז ענטשטאנען א שטארקע פארבעסערונג אינעם מצב הבריאות פון די רעבעצין לרפו"ש, דאקטורים האפן איר אראפצונעמען פון די רעספירעטאר אין די נאנטע טעג.
אויף שבת האבן געוויילט אין שפיטאל הגה"צ זענטער רב שליט"א און זיינע קינדער און אלע בני רבינו שליט"א.
כלל ישראל ווערט ווייטער געבעטן מתפלל צו זיין לרפואתה השלימה והמהירה, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.
איך האב מיך ארום געדרייט אין וויליאמסבורגער גאסן דעם שבת זוכענדיג דעם "צדיק בא לעיר" צעטל וואס נפל האט געזען די בחורים הענגען, אין ווי אויך די פינף ערליי מינע צעטלעך בנוגע דעם שבת אין וומס"ב אין ליידער האב עס נישדט געטראפען אפי' אין הופער .....
נפל... אפשר קענסטו זאגען ווי די האסט עס געזען אדער לייג עס ארויף יישר כח
פנחס יואל, דו בוסט טאקע מיטן קאפ אין זאמד? אין דעם אשכול זעלבסט געפינט זיך א בילד פון א צעטיל וואס די אהרונים האבן געהאנגן. און צוגאב האט לאנדא געשיקט צענדליגער מעסעזשעס פונטקליך וואו און ווען דער רבי וועט שטיין און גיין במשך דעם שבת אין וויליאמסבורג.
נאר זיך נישט
בית ישראל איז טאקע א שוואכע שפיטאל
אפשר האט זי דארט א גוטע קאנעקשען איז א אנדערע מעשה, אבער פאר סתם א איד איז עס נישט קיין סאך בעסער פון מיימאנידיס
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווייסט איינער אפדעיטס פון שפיטאל? ווען קומט די רעבעצין לפרו"ש אהיים?
איך האב געהערט א שמועה אז די מצב האט זיך אביסל פארערגערט איז דאס אמת?
פרייטאג פינחס
וואס איז די מצב ביי די רעבעצין תחי', איך האב באקומען א מעסעדזש פון איינע פון די טוויטערלעך אז זי האט באקומען א לונגען אנטצינדונג,
http://twitter.com/SatmarBase
איינער ווייסט מער פרטים?
אפדעיט מוצש"ק פנחס: דעם שבת האבן געוויילט אין שפיטאל הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א און זיינע קינדער און אפאר קינדער פון רבינו שליט"א, דער מצב האט זיך במשך שב"ק שטארק פארערגערט, היינט אינדערפרי איז מען געשטאנען מנין און דער מצב איז נאך אלץ זייער קריטיש.
רבינו שליט"א איז ארויסגעפארן גלייך נאך מעריב אין שפיטאל, כלל ישראל ווערט געבעטן איינצורייסן לרפואתה פון הרבנית פעסיל לאה בת חי'.
דער גרויסער בעבי ר' אהרן וועלכע איז אפגעפארן די פאריגע וואך אויף דאטשע קיין ניו העמפשער טראץ דעם שווערן געזונט צושטאנד פון זיין מאמע הרבנית לרפו"ש, געפינט זיך יעצט אויף א פריוואטע זשעט וואס ברענגט אים פון ניו העמפשער קיין ניו יארק, אויפן פליגער געפינט זיך אויך הערשי רובינשטיין וועלכע וועט ברענגן 'צילומים בלעדים' פון "אדמו"ר מסאטמר בלימוד במטוס פרטי" און דער בעבי איז פרייליך ביז גאר, ער פארט שוין ווידעראמאל אויף א טריפ מיט א עראפלאן.
די מצב איז זייער קריטיש די רבצין ליידט פון א לונגען אנצינדונג
שבת ביי שליש סעודת האט שמואל ט"ב געזאגט אין אויער פון מהרז"ל די מצב איז פאר ערגעט שבת
ער האט שנעל געזאגט תורה אין באלד נאך מעריב אין הבדלה איז ער ארויס געפארעו צי שפיטאל
משה וואלף האט געמאכט די וועג אין עטליכער מינוט ער האט מיט גענומען די וואכענדיגע מלבישים
אין נוא העמשיר באלד נאך מהר"א האט פאר ענדיגט מעריב איז געוועהן א מיטינג וואס מען זאל טוהן
נאך א קורצע זמן איז געוועהן א באשלוס אז הגה"ק פארט אויף נוא יארק מיט א פריוויטען פליגער
עס איז ארויס געפארען 2 אין אנגעקומען 3 קיין מאנהעטין.
איבער די נאכט קומען פאר מושמורת תהילים ביים ציון הק' . די דאקטורים געבען נישט ציסאך צייט ה"י.
זייט ערעב שבת ווען די מצב האט זיך פאר ערגעט איז דא מנין ביים בעט פון רבצין.
| לאפלאש כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | דער גרויסער בעבי ר' אהרן וועלכע איז אפגעפארן די פאריגע וואך אויף דאטשע קיין ניו העמפשער טראץ דעם שווערן געזונט צושטאנד פון זיין מאמע הרבנית לרפו"ש, געפינט זיך יעצט אויף א פריוואטע זשעט וואס ברענגט אים פון ניו העמפשער קיין ניו יארק, אויפן פליגער געפינט זיך אויך הערשי רובינשטיין וועלכע וועט ברענגן 'צילומים בלעדים' פון "אדמו"ר מסאטמר בלימוד במטוס פרטי" און דער בעבי איז פרייליך ביז גאר, ער פארט שוין ווידעראמאל אויף א טריפ מיט א עראפלאן. |
|
היינט אינדערפרי האט לאנדא געשיקט מעסעזשעס מיט א בילד ווי ר' אהרן שטייגט אפ פון פליגער, (וואס זעט אגב אויס ווי ער איז געזיצן אין קארגא אפטיילונג...)
SatmarText: Rebbe Shlita coming off private plane. Keep on Davening for Harabunis Pesil Leah Bas Chaya Lrf"sh.
http://twitpic.com/22dpcoדער מצב פארעגערט זיך ליידער, אלע בני רבינו בעל ברך משה זי"ע זענען אין שפיטאל. רבינו שליט"א האט יעצט גענדיגט מנחה.
ר' אהרן איז פריער אנגעקומען און איז אריין צו די מאמע אויף א מינוט און ער איז שוין אוועקגעגאנגען.
געוואלד די מצב איז קריטיש ווי קיינמאל בעפאר!!!! אידען רייסט איין פאר א שנעלע ישועה.
satmar0: Breaking, nubers didnt change for last few hours numbers are 22/77 and heart is 98just aroinishe tumel and propoganda, everything is stable for last few hours, they didnt say nishmas, cant belive the savlunim anything
ערשטע באריכט: אין די מינוטן איז פארענדיגט געווארן דער מיטונג וואס הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק האט פאררופן ביים בעט פון די רעבעצין לרפו"ש מיט אלע בני רבינו בעל ברך משה זי"ע. מער פרטים וועלן נאכפאלגן.
אפדעיט: הרב זלמן לייב מייזליש בן הרב בעריש מבארא פארק איז צוגעקומען צו ר' משה גבאי בעטן אז ר' אהרן וויל זיך טרעפן מיט כ"ק רבינו שליט"א און דער זענטער רב און מיט אים - ר' משה - זעלבסט.
מ'האט זיך גלייך צוזאמגעזעצט ביים בעט פון די רעבעצין, עס זענען אנוועזנד געווען אלע קינדער פון רבינו בעל ברך משה זי"ע און ר' משה, און מ'האט דן איבער די מקום קבורה פאר די רעבעצין לרפו"ש.
כלל ישראל ווערט געבעטן מעורר רחמים זיין פאר הרבנית פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש.
יעצט באקומען א באריכט: אהרן פארט קיין ניו העמפשער פאר נאך 3 וואכן.... ער האט א מנהג אז ווען זיין מאמע איז שטערבליך קראנק פארט מען קיין ניו העמפשער זיך לופטערן.....
קאמענטארן זענען איבריג
איך גלייב נישט וואס איך הער. על פי הלכה איז אסור צוצוגרייטן צו קבורה פון א גוסס. ווי קען זיין אזא זאך?
נ.ב. איך וואונדער זיך אויף ביידע צדדים אייניג, הן אויף משה גבאי און הן אויפן אדמו"ר.
עס איז מעגליך אז מען טאר נישט צוגרייטן קיין קבורה פאר א גוסס, אבער רעדן דערפון איז זיכער נישט קיין פראבלעים אויב עס פעלט זיך ליידער אויס.
עס איז נישט מער ווי דורכגעשמועסט די נושא על כל צרה שלא תבא
דער מצב איז זייער ביטער די נומערן פאלן דראסטיש, עס ווערן יעצט געזאגט פסוקי יחוד ביים בעט, אידן רייסט איין! פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש
ווי איך הער איז די מצב זייער זייער שמאל, טייערע ברודער נעמט א תהלים און רייסט איין פארן אשת חבר פאר א רפואה, זייטס מתפלל פאר א נס שלא בדרך הטבע,
נשמת כל חי תברך את שמך ה''א ורוח כל בשר תפאר ותרומם זכרך מלכנו תמיד מן העולם ועל העולם אתה קל
ונבלעדיך אין לנו מלך גואל ומושיע פודה ומציל ומפרנס ועונה ומרחם בכל עת צרה וצוקה אין לנו מלך עוזר וסומך אלא אתה. אלקי הראשונים והאחרונים אלוק כל הנשמות אדון כל התולדות המהולל בכל התשבחות המנהג עולמו בחסד וברחמים.
קאנפירמד: זענטא רב שליט"א איז יעצט געשטאנען איבערגעבויגן איבערן מאמע'ן וואס ער האט גיט זיך אזוי געטריי אוועק,און די שרעקליכע מינוטן וואס מען ווייסט נישט וואס די קומענדיגע מינוטן וועט ברענגן, און פלוצלינג איז זיין גרעסערע ברודער צו עם צוגעקומען און געגעבן א שטופ און געזאגט גיי דאווען יעצט מנחה אנשטאט אלע מנחה'ס וואס די האסט ביז היינט אויסגעלאזט,
נישט קיין צייט פאר זשאוקס יעצט.
רב באלאנד
אין וואס האט מען באשלאסן?
ברוך דין האמת