א קוויניפיאק אנקעטע נעכטן ארויסגעקומען, גיט גאר שוואכע אויסזיכטן פאר די רעפובליקאנער צו געווינען אפילו איינס פון די דריי הויפט סטעיט-ווייד פארמעסטן, וועלכע ווערן איצט געהאלטן דורך די דעמאקראטן.
אינעם גאווערנאר פארמעסט שטייט דער זוהן פונעם געוועזענעם גאווערנאר מאריא קאומא, יוסטיץ מיניסטער ענדרו קאומא מיט 32% העכער (58-26) דעם געוועזענער קאנגרעסמאן ריק לאזיאו וועלכער האט פארלוירן צו מרס. קלינטאן דעם סענאט זיץ אין 00', - אין א פארמעסט וועלכע ענדרו האט פארלוירן צו קארעל מעקאל אינעם פריימערי אין 02' זייענדיג הא"ד סערעטאר אונטער פרעזידענט קלינטאן.
אינעם פארמעסט אויסצופילן די איבריגע צוויי יאר פונעם סענאט טערמין פון אויסערן מיניסטער מרס. קלינטאן, שטייט די איצטיגע סאנעטארשע מרס. דזשיליבראנד מיט 20% העכער (46-26) דעם רעפובליקאנעם אקטיוויסט ברוס בלעקמאן. די איינציגסטע האפענונג פאר בלעקמאן איז דער פאקט אז אזויפיל ווי 26% וויילער האבן נאך קיין מיינונג.
פון טשאק שומער'ס סענאט זיץ טראכטן די רעפובליקאנער ניטאמאל פון איבערנעמען.
דאקעגן נאציאנאל שטיין די רעפובליקאנער דווקא יא אין א פאזיציע פון אוועקכאפן עטליכע דעמאקראטישע זיצן, כאטש מיט א ווייטע מעגליכקייט פון גענצליך איבערנעמען דעם סענאט, זייענדיג אונטערשטעליג מיט אזויפיל 10 בענקלעך.