עס איז דורך 2 וואכען פון דעם געלונגענעם פראטעסט אין די גאסען פון וויליאמסבורג ווי א ריזיגער ציבור אנ"ש האבען זיך אויפגעשטעלט אויסשרייען עוד ישראל רד עם קל, מסירה ומלשינות איז אסור אפגעזען ווער דער עומד בראש איז, אפשפארען בתי מדרשים איז א הימעל געשריי אפגעזען פון די כינויים –סעפטיק\קרעטשמע- וואס מען קלעבט ארויף, הליכה בערכאות ובג"ץ איז הרמת יד בתורת משה אפגעזען ווי שווער די מרימים יד ארבעטען דאס ארויפצושמירען אויפען צד שכנגד, טרעטען אויף ראשי עם קודש איז אפגעפרעגט אפגעזען פון דעם פאקט אז די פוסעים שרייען מיט לעכערליכע קולות יחיד המשתלט על הציבור און פארגיסען אידיש בלוט איז נישט אקצעפטירבאר אפילו ווען דאס קומט מיטען חותם פון "דומ"ץ דמתא".
די באטראפענע, וואס זענען רגיל צו זיין די שרייערס און נישט די באשריגענע, ווייסן נישט ווי אזוי מען עסט דאס און האבען אייגעשפאנט די גרעסטע קארפען קעפ צו שפינען א געוועב צו אונטערייסן די שרייער'ס אונטער פארשידענע שלייער'ן וואס הצד השוה שבהן אלע הימל שרייענדע עוולות וואס זיי זענען תולה קללתם איז כולם שוים לטובה אינעם כלל פון מום שבך וואס זיי זענען תולה קללתם באחרים.
די ערשטע ניגון איז געווען, הלמאי מען קומט ארויס אין די גאסען שרייען קעגען ר' אהרן טייטלבוים, דער גאון וקדוש און רשכבה"ג.
הפנים די שפין מייסטערס האבען פארגעסען די אומפארגעסליכע "מחזה הוד" ווי זיי האבען באגלייט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דאן אב"ד סאטמאר, מיט קולי קולות אויפען גאס אהיים פון בית המדרש.
דאס איז נישט געווען ביי זיין שטוב, דאס איז געווען בפניו ממש, 2 פיס אוועק פון אים זענען נאכגעלאפען בחורים און אינגעלייט און מבזה געווען מיט די נידעריגסטע כינויים כגרועים שבאומות.
אויך האבען זיי פארגעסען דעם "מחזה הוד" ווי זיי האבען פראטעסטירט לפני ביתו נאוה קודש פון אדמו"ר הברך משה זצ"ל ביים באקאנטען "א גוטען מועד" דרשה.
פארשטייט זיך אז מיר וועלען מיטאמאל בארירען די פראטעסט באגלייט שלעק און בזיון בית המדרש וואס זיי האבען דורכגעפירט שמיני עצרת ביינאכט אינמיטען די הקפות פארען חטא פון פירען הקפות אין בית המדרש אן רשות פון ר' אהרן טייטלבוים.
זעט אויס אז די עולה פון פראטעסטירען קעגען א מנהיג ישראל איז נאר ווען מען געפונט זיך אויף די אנדערע זייט פונעם צוים...
נאכדעם איז געקומען דער ניגון, די גאנצע קווינס ישיבה איז געווען ביים פראטעסט.
הפנים ביי זייערע פראטעסטען זענען עלטערע אידען געווען די חיות, עמרם כהן און עקיבא וויינשטאק, נאר העכער די 50 איז מען ערלויבט צו פראטעסטירען קעגען מנהיגי ישראל...
גאנצעטע בלעטער מיט סטראשונגען אז מען וועט מפרסם זיין די בילדער פון די קווינס בחורים וואס האבען זיך משתתף געווען ביים פראטעסט "וואס האט קיינעם נישט געבאדערט"....
מען האלט שוין 2 וואכען שפעטער, און קיין איין איינציג בילד פון קיין קווינס בחור איז נאכנישט ארויפגעלייגט געווארען.
בילדער פון אינגעלייט, אינגע בחורל'ך, חתנים ועוד, אבער קיין איין איינציג בילד פון קיין קווינס בחור איז נאכנישט ארויפגעשווימען אין די עפענטליכקייט.
(זעט אויס אז די בחורים האבען נישט געכאפט דעם רמז וואס הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א האט "באמת געצילט" מיט זיין דרשה)
עס דערמאנט אבער יא דעם ברייט פארשפרייטען ווידעא בזמנו, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר איז געקומען צום ציון פון רבותינו הקדושים איידער די חתונה פון זיין אינגסטען קינד, און איז אפגעווארט געווארען דורך די סטודענטען פון די ישיבה על קברו, וואס האבען שוין עקספיריענס צו פארשטיין דעם "אמתן ציל" פון זייער משלחים ("קהל האט געצעגערט, האבען די בחורים גענומען די זאך אין די האנט..." ר' אהרן טייטלבוים - נעתק מפי הטעיפ) די סטודענטען האבען געמאכט א פראטעסט אין אוהל רבותינו הקדושים און באגלייט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מיט פלעשער און קולות ווי חיות פון הארלעם אונטער די שיץ פון משה לייב וויטריאל דער פובליק סעיפטי טשיעף.
דאס ברענגט אונז צום בא הכתוב השלישי, הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א האט אנגעהעצט די בחורים ומה יעשה הבן שלא יחטא....
אויף די דרשה הערט מען ווי אזוי ר' נפתלי זאגט, א בחור וואס וועט גיין צום פראטעסט האט מער נישט קיין פלאץ ביי אונז אין ישיבה.
מען האט געסטראשעט אז א בחור וואס גייט צום פראטעסט וועט מען ארויסווארפען פון ישיבה.
די בחורים וואס קענען ר' נפתלי בעסער ווי די בלאט\היידפארק ארונישע שרייבערלעך, האבען געכאפט דעם ציל און פארשטאנען אויב ווילען זיי לערנען אין סאטמארע ישיבה קענען זיי נישט מיטהאלטען דעם פראטעסט.
פקודתו שמרה רוחם און פון די 700 בחורים איז נישט געווען קיין בחורים ביים פראטעסט (פארשטייט זיך איך קען נישט נעמען קיין אחריות אז קיין איין איינציגער בחור איז נישט געווען, אבער דאס איז זיכער אז מען האט זיי נישט אנגעזען אין קיין ערענסטער מספר, די גרעסטע באווייז איז, אז די ארונים אין זייער פורום האבען נאך עד היום נישט געטראפען קיין איין בילד פון קיין קווינס בחור טראץ אלע פארשפרעכונגען. זיי האבען געמוזט נעמען אומשולדיגע אינגעלייט, חתנים און בחורים פון אנדערע ישיבות און אנקלעבען אויף זיי דעם טיטעל "קווינס בחור")
הפנים זיי זענען רגיל מיט די דרשות פון זייערע מנהיגים וואס זאגען איין זאך און מיינען א צווייטע זאך און פארשטייען נישט אז עס זענען דא ערליכע מנהלי מוסדות וואס זעהען א ישיבה ווי א פלאץ מחנך צו זיין צעירי עם קודש צו תורה ומצוות ומדות טובות און נישט פאר קיין מיליטער.
דאס אלעס ווייזט קלאר ווי ווייט מיר זענען ברוך השם פון זייערע וועגען אז זיי פארשטייען מיטאמאל אונזער דרך און מהלך המחשבה, זיי קוקען אן אונזערע פירערס כאילו זיי וואלטען געווען אזוי נידעריג ווי זייערע פארפירערס און באמערקען נישט אז זיי קוקען אויף זיך אין שפיגעל.
עס בלייבט אונז איבער צו זינגען און לויבען ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים און מיר האבען זוכה געווען צו גיין תחת דגלו והדרכתו פון רבינו שליט"א בנעימת המידות ביז מיר וועלען זוכה זיין וכל הרשעה כולה כעשן תכלה יתמו חטאים ולא חוטאים מן הארץ בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן