איך וועל דא שרייבן בקיצור נמרץ די ארטיגע מחלוקה, און פרובירן עס מפרש זיין לויט מיין שטייגער.
עמנואל איז א שטעטל אין מדינת ישראל וואס ווען מען האט דאס אויפגעבויט, און ווי יעדע שטעטל אין מדינת ישראל האט דאס אויך געקריגן געלט אויפצובויען רעליגיעזע אינסטיטוציעס. אזוי ווי די פרייזן ווען מען בויט א נייע שטאט זיינען זייער נידעריג, אלזא, האבען זיך אהין געצויגן א קומץ חסידי סלונים, וואס אינעם חרדישען סעקטאר זיינען זיי געווען דער רוב.
די סלונימער חסידים האבען נישט געעפענט קיין אייגענע מיידל שולע אין עמנועל, צוליב וואס זיי האבען סיי ווי געפירט די ארטיגע בית יעקב. וואס טראץ דאס איז אונטער חינוך העצמאי, אבער וויבאלד זיי זיינען געווען דער רוב האבען זיי דאס געקענט פירען אויפען שטארק חרדישן שטייגער און קיינער איז זיי נישט געשטאנען אין וועג.
ביז, ס'האבען זיך אויפגעוועקט עטליכע מענטשען און גענומען יאווען אז מען באקריוודעט זיי, הלמאי מען זאגט אפ זייערע טעכטער צוליב דעם חטא פון זיין פון די ספרדישע געמיינדע. אויף וואס די מנהלי בית יעקב האבען אפגעווארפען די באשולדיגונען, זאגענדיג אז, זיי האבען קיינמאל נישט אפגעזאגט צוליב געמיינדע פארשידנהייטן, נאר ליבערשט צוליב וואס די עלטערן פירן נישט אן ערליכען לעבנס שטייגער.
איך האב עטליכע טאג געטראכט אויב די ספרדים זיינען גערעכט מיט זייער טענה אז די חסידים/אשכנזים זאגען זיי אפ. וואס איך גיב די ספרדים גערעכט אז מען האלט זיי פאר א מינאריטעט. אבער לעומת זה האב איך געטראכט פון די צווייטע זייט מטבע, וואס דעס וויל דער ספרדי נישט הערן. וואלט איר געוואלט א מאיאריטעט אשכנזים ביי אייך אין שולע? דער תירוץ איז א גראדער ניין!!! איר האט גענוג וואוילע מוסדות וואס ווערט געפירט אויפן אלטען ערליכען ספרדישן שטייגער, דאן וואס זוכט איר זיך צו געפעלן די אשכנזים?
א צווייטע נקודה וואס איך האב געטראכט איז ווי פאלגענד. איר האט א טענה אז די צאל ספרדים און אשכנזים אין די שולע זאל זיין שווה בשווה, וואס איך האלט אז דאס וועט זיך נישט אויסארבעטן. ווייל דאן וועט דאס מער נישט זיין קיין אשכנזישע מוסד און איר ספרדים וועט נישט וועלן מער שיקען די קינדער אהער.
איך טראג מיך שוין ארום מיט די ערקלערונגען יארען אין מוח. זינט מען האט אנגעהויבען די מאסען אויסוואנדערונג פון ארגענטינע, תימן, בראזיל, ישראל, אורוגוואי, אויסטראליע. מען לייגט זיי אריין אין א חדר/קלאס וואס זיי האבען נישט קיין אנונג וועלכעס ווינט האט זיי דארט אריין געבלאזען. וואלט דען נישט ליבערשט געווען ווען מען לאזט זיי לערנען אין מוסדות לויט זייערע שטרעמונגען? מיר זיינען נישט ווי זיי און זיי זיינען נישט ווי אונז, איך קוק דאס נישט אן ווי ראסיזם, נאר ליבערשט ווי מענטשען פון א אנדער לאנד.
פונקט ווי איר פארשטייט אז דער פאקיסטאנער להבדיל איז אנדערש פון דעם אמעריקאנער, און נישט נישט אלס זיין גלויבען, די זעלבע זאך דא. זאל דער אשכנזישער נישט פרובירן צו זיין א ספרדישער, און זאל נישט דער ספרדישער פרובירן צו זיין אן אשכנז'ער, והכל על מקומו יבוא בשלום