היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווער איז די חלה דעקל ?

ווער איז די חלה דעקל ?

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2800510

סעפטיק_זל » 18/6/2010 20:57

נעכטען נאכט שפאציר איך אריין אין ביהמ"ד פון ראדני

און עס אנטפלקט זיך פאר מיר א מוראדיגע אונטערסאנטע זאך, איך שטיי און איך רייב מיך מיין אויגן אויב איך זעה טאקע גוט, און יא!

עס איז מיר אנטפלעקט געווארן די פונטקליכע פלאן פארוואס דווקא מען האט זיך יעצט גענומען צום קרעטשמע און צום סעפטיק?

און די תירוץ איז !! כאפט אייך אן אין בענקל איר זאלט נישט אראפ פאלן

ווייל די זאמד און בית החיים האט זיך שוין אויס גענוצט במילא האט מען נישט געטראפן קיין בעסערע פלאטץ פון ווי צו שאפן נאך זאמד נאר פון די סעפטיק!

נאכמאל איר הערט גוט? ווייל קהל האט געמאנגעלט און זאמד האט מען נישט געטראפן קיין בעסערע פלאטץ פון ווי עס צו שאפן נאר פונעם סעפטיק און מיט דעם באגראבן די טויטע

מיין שאלה איז נאר פארוואס דארף די ווילידזש צאלן אוצרות מיט געלט אוועק צו טראגן די זאמד וועכנטליך פון די אלע נייע שטחים וואס מען בויעט,

יעצט איז די פראגע ווער איז א חלה דעקל?

ווען עס שטייען עלטערע מענטשען מיט פארגלייזטע אויגן און לערנען דאס דורך כתורת משה מסיני