אזעלעכע מעלאנע קעפ פאסט פאר די קרעציגע/זאליס, איך וועל זיי נישט רופן חלה דעקלעך ווייל א חלה דעקל איז א תשמיש קדושה, ואילו פירן זיי זיך אויף ווי א חלה דעקל החרשתי, אבער זייער תגובות פאס ענדערש פאר א מעלאנע קאפ. זיי ענטפערן און כאפן זיך נישט אז זיי שפארן מיר איין א ארגומענט, ווי זיס איז ווען דער פארטיידיגונג אדוואקאט הערט ווי דער פראסיקיוטער זאגט סטעיטמענטס וואס איז גאר גינסטיג פאר זיין קליענט, דארף דער קליענט נאר איבער חזר'ן די ווערטער פון פראסיקיוטער און צו לייגן זיין פוינט פארוואס ער איחז איינשטימיג מיטן פראסיקיוטער און דאס איז גאר לטובה זיין קליענט.
קענט איר אייך פארשטעלן וויאזוי די בני המן וואלטן אויסגעזען ווען דער שד בצורת אדם (מלך שב''א) משה גבאי וואלט נאך היינט געווען מושל בכיפה, וויאזוי וואלט מען היינט טעראריזירט דעם שארמאשער, טשאדער, קויפמאן וכל הפורצי גדר, וואלטן זיי דען נישט געהייסן מייקיל מרגענשטערן?, צו מייקיל טענענבוים?, ומה ביי ספק ספיקה פון יהרג ואל יעבור און חילול שם שמים הייסט מען מייקל ראטה, וואלט מען דען נישט געהייסן מייקל טענענבוים און מייקל מארגענשטערן ביים מתיר זיין א ספק זנות וממזירות?. ביי מסדר קידושין זיין באיסור.
דערמאנט אייך נאך גיט, ווען דערמלך שב''א איז געווען בעל הבית אין סאטמאר, ווען יעדער אין סאטמאר איז געווען נכנע אינטער זיין רעזשים, אנגעהויבן ביים הייליגן ברך משה זי''ע, און גענדיגט ביים דאן קרית יואל'ער רב שליט''א, ווער ס'האט זיך געטרויט ממיר זיין את פיו איז געווען אוי לו ואוי לנפשו, ביז ס'איז געקומען א צייט וואס רבינו הקדוש שליט''א ואתו יחד אלפים חסידי סאטמאר האבן מחליט געווען אז עד כאן, מיר ווארפן אראפ דעם עול מלכות שב''א, און פון דאן (שנת תשנ''ט) איז פארהעלטנסמעסיג געווארן שלום ושלוה בארמנותינו, איך וואוין און א הויז מיט נאך 5 שכנים וואס איינער איז א בני יואל 3 זאליס, און איך מיט נאך א שכן א אהרוני, מיר לעבן באמת ווי נאנטע שכנים, די נשים שטייען צוזאמען ווארטן דעם סקול באס, און מיר גייען צו די שמחות איינער צום צווייטן, אלעס נאר א דאנק דעם טשענטש אוף דע גארד, ס'איז געווארן א צייט פון אויס טעראר און כמעט אויס שנאה, יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג, מען האט קיינעם נישט נאכגעשריגן, קיינעם נישט געטשעפעט, אלעס איז געווען שלום ושלוה, טראץ וואס אלפי תושבי קרית יואל זענען נכנע תחת מרותו פון רבינו שליט''א און האלטן קלאר אז ער איז דער מרא דאתרא, אבער דאס האט נאך אלץ נישט געברענגט קיין געשלעג און מחלוקת, איי זאגט מען ערליך, ואילו לא הוציאנו הקב''ה מעול מלכות שב''א הרי אנו, בנינו, בני בנינו, רבותינו, דיינינו, משועבדים היינו למלך שב''א, איי דארף מען דאנקן דעם הייליגן באשעפער פאר זיינע חסדים, אז מיר האבן זיך געפענט אונזערע אויגן, און אראפ געווארפן דעם יאך פון דעם אכזר, און דאס האט צו געברענגט צו יארן פון שלום ושלוה, א שטיל רוהיג לעבן, וואס יעדער איז געווען צופרידן.
ביז... ביז... השקט לא יוכלו, א חלק פון די בני המן האבן זיך צו געשטעלט צו דעם מלך שב''א, און האבן מיט עם איינגעקלאפט פאניע בראט, ער איז געווארן זייער יועץ, זיי נעמען פון עם ארדערס און חיזוק, האט זיך אלעס אנגעהויבן צוריק צום אלטן, (ווי פויערשטיין זאגט אלץ, אלעס בלייבט ביים אלטן), און די נארישע קרעציגע בני המן, האבן מחליט געווען אז ס'איז שוין צו לאנג שטיל, לאמיר פאקאכן א קאשע, לאמיר קלאגן קהל, אולי ואולי וועלן מיר זיך נאכאמאל אביסל שלאגן, וועט מען כאטש וויסן אז מיר עקזעסטירן, נו, די רעסט איז היסטארי, היינט זעט מען קלאר למי החותמת ולמי הפסולים, רבי אהרן איז שוין עמטליך רבי עטליכע יאר, און אומעמטליך שוין א קיימא לן פון איבער 10 יאר, און אלעס איז געווען שלום ושלוה, ביז דער מיצר לישראל האט צוריק איבער גענומען די זאלי/בני יואל מאכט, און דאס איז די פירות פון דעם מלכות שב''א,
למעשה כפי השמיעה פון נאנטע בני יואל, וועקן זיי זיך שוין אויף, און שרייען מה לנו ולהצרה הזאת, מי ביקש זאת מידכם, וואס מישט איר זיך אריין אין אינזער מחנה, אלעס איז געווען פיין און וואויל, און פלוצלינג, א בראך, א וועלט מלחמה, ווער ברויך דאס?, האט מען דען געטשעפעט אונזערע מוסדות?, האט מען דעם געטשעפעט אונזערע בתי מדרשים?, האבן דען אונזערע באסעס נישט געהעריג קורסירט אין שטעטל אן קיין פראבלעמען?, האט מען דען אמאל נאכגעשריגן אונזערע רבנים ודיינים? אלעס איז דאך געווען פיין און וואויל, וואס ברויך מיר צוריק דעם מלכות שב''א?,
מאכט אייך אויף די אויגעלעך, רבי אהרן שטייט אייך נישט אין וועג, מען האט קיינעם נישט געצווינגען צו זיין זיינס א חסיד, אזא ליבעראל חסידות ווי חסידי סאטמאר אין קרית יואל (פאר די לעצטע 10 יאר) איז אין ערגעץ נישטא, ס'איז ממש איש כל הישר בעיניו יעשה, רבינו הקדוש רעדט אויסדריקלעך נאר צו זיינע חסידים, און ווער עס וויל נישט איז נישט, מען האט קיינעם נישט געצווינגען צו עסין אריזאנא ווייץ, מען האט קיינעם נישט געצווינגען צו עסין דייקא מהודר'דיגע פלייש, ווילסט נישט שחיטה מונחת? איז נישט, נו, וואס האט דאס אויסגעפעלט?, קומט איר דען ערגעץ אן?, האט איר דען עפעס פארדינט?, מאכט אייך א חשבון הנפש, ענקער פרעסטיטש אין די וועלט איז די לעצטע פאר חדשים געפאלן עשרת מונים, וויפיל מוה און פלאג האט אייך געקאסט אז איר זאלט נישט זיין פון די אויסגעשפיגענע, פון די אראפ געקיקטע, און אט אט איז אייך כמעט געלונגען, זענט איר צוריק געשפרינגען עשר מעלות אחורנית, צוריק צו די מחלוקה, צוריק צו די שנאה, איר ווערט ווייטער אראפ געקיקט ביי כלל ישראל. מאכט אייך א חשבון, האט זיך דאס געלוינט? על כל פנים א שיין חלקה בני יואל שרייען אויס אז ניין!!!.