(א הסבר פון ארויני ונתקן ע"י סגן הנהלה ווייל אויף דעם פורם מעג מען יעדער געבן זייער הסבר
אבער נאר בדרך כבוד)
סאטמארע חסידים האבן געקאלט הרב משארמאש והרב מטשאטה ווייל זיי האבן מחלל קידושין געווען נגד המרא דאתרא, דאס איז אז זאך וואס אפילו די גרעסטער בני יואל וועט נישט לייקענען די דאזיגע פאקטן:
1) בני יואל האט א חתונה זאל
2) עס איז שוין געווען דארט 7 חתונות
3) טשאטער רב האט שוין מסדר געווען 2 מאל
4) שארמאשער רב 2 מאל
5) סאטמארער רבי מהרז"ל 1 מאל
6) די אלע 5 זענען געווען נגד ר' אהרן טייטלבוים
די 6 זאכן איז קלאר כשמש בצהרים, אין גם אחד וואס זאל עס לייקענען,
די ארוינישע חסידים האלטן אז ר' אהרן טייטלבוים איז מרא דאתרא על פי תורה, און א סידור קידושין שלא ברשותו איז קיין קידושין נישט, עס איז א פירצה בחומת הדת, וואס אזא קאפעל טאר נישט וואוינען אינעם הייליגן שטעטל, אזא אינגערמאן פארשעמט דעם שטריימל וואס ער גייט, דאס אז א איד וואס גייט מיט א שטריימל און מיט בארד און פיאות, זאל אזאנס טוהן איז כמוהו לא נהייתה, און אויף דעם גייט ארויף וואס די רבי שרייבט אין די תשובה די פאלגענדע זאכן:
1) דער מסדר איז אין חרם און מען טאר אים נישט מצרף זיין צו מנין
2) דער מקדש און די אבי הכלה דארף מען קנס'נען מיט אלע מיני קנסות
קומט אויס אזוי:
אז לויט די סאטמארע חסידים ווען איינער האט אזוי חתונה, איז:
פונקט ווי ווען איינעם'ס ברודער וועט חתונה האבן מיט א גויטע טאר מען נישט גיין
פונקט ווי ווען א רב זאל דארט מסדר קידושין זיין (כאטשיג וואס אין קידושין בעכו"ם) וואלט זיך די וועלט איבערגעדרייט
ביי אזא פאל וואלט יעדער איינער אפילו די בני יואל מודה געווען אז עס איז פארשטענדליך אז מען מאכט טעלאפאן קאלס צו אזא:
רב וואס איז מסדר
חתן וואס טוט דאס
מחותן וואס לאזט דאס צו ביי זיינע קינדער
און מען איז זיי מסביר די חומר האיסור מיט גוטן און מיט בייזן,
די חילוק איז נאר אז ביי די ארוינישע חסידים גייט עס אריין אינעם איסור פון חתונה האבן מיט א פנוי' אהן קידושין, און יעדע מינוט אזענען די קאפעל עובר:
אויף יחוד
כי יקח (וואוינען אהן קידושין)
זייער יום החופה איז נישט קיין יום החופה
אין להם חלק לעולם הבא:
ווייל איינע פון די ספרים זענען מסביר פארוואס המאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעוה"ב? פארוואס זאל יום המיתה נישט מכפר זיין? זאגט ער אז טאקע וועגן דעם ווייל ער נעמט די יום המיתה וואס איז מכפר און מיט דעם איז ער עובר אויף לא תרצח איז אין להם חלק לעולם הבא,
לענינינו אז דער מקדש האט גענומען א יום החופה וואס איז מכפר צו עובר זייין אויף אזא הארבע עבירה ווי וואוינען אהן קידושין, האט ער נישט קיין חלק לעולם הבא
דאס איז די שיטת הסאטמארע חסידים
שיטת בני יואל אינו כן:
זיי האלטן אז די שטאט האט נישט קיין מרא דאתרא, נאר א פרא דאתרא יעדער מעג מסדר קידושין קומט אויס אז טאמער מאכט מען טעלאפאן קאלס צום מסדר אדער מקדש און מען איז זיי מסביר די חומר העון איז פונקט ווי זאלסט פאר איינעם מסביר זיין די חומר העון פון דאווענען שחרית, (ווייל עס איז בכלל נישט קיין עבירה לשיטתם)
קומט אויס אז די קאלערס זענען טערעריסטן און טרינקען בלוט,
ביז אהער איז די צד פון די קאלס פון ארוינישע חסידים!!!!
ווידעראום די בני יואל האבן ארויפגעלייגט אויף הייד פארק 3 נעמען ווי מאסרי-פריעדמאן און פארגעס וועם מ'דארף קאלן:
וואס די 3 האבן געטוהן ווייסט יעדער, והא ראי' ווייל זיי שרייבן נישט אויפן צעטל וואס זיי האבן געטוהן, און ווען זיי מאכן די פאני קאלס, און מען זאגט זיי איך בין גרייט דיר אויסצוהערן, איך בין גרייט דיר צו ענטפערן, זאג מיר וואס איך האב געטוהן און לאמיר אויסשמועסן אויב עס איז אזא שטארקע עולה אז דו דארפסט מיר קאלן וועגן דעם, אין גם אחד וואס וועט קענען ענטפערן וואס די 3 מענטשן האבן געזינדיגט אז מען דארף זיי משוגע מאכן:
איינע פון די דריי מענטשן פארגעס איז א איד וואס איז שוין ב"ה אריבער די 60 לאיוש"ט, די איד איז אויפגעוואקסן אין א דור ווי קיין טעלאפאן איז נישט געווען, ער האט נישט קיין מושג אז ביי די היינטיגע בחורים איז פאני קאלס א פאן,
די איד קען אפילו נישט די אידן וואס דאווענען מיט זיין מנין טעגליך ווייל זיי זענען צוויי דורות אינגער פון אים כ"ש אז ער קען נישט קיין בני יואל'ע מענטשן, סא היכי תמצא אז דער איז זאל מאכן פאני קאלס אדער נאכשרייען א קאפעל וואס איז 40 יאר אינגער פון אים????
לו יהא אז ער זאל ווען יא האבן געטוהן די זאכן האט עס קיינער נישט געזעהן און קיין איינער קען נישט ברענגען קיין באווייז אז דער איד זאל האבן עפעס געטוהן,
קיין איינער קען נישט ברענגען קיין באווייז אז איינע פון די 3 אידן זאלן האבן עפעס געטוהן א אומדערהערטע עוולה:
און מיט דעם אלעם מאכן די בני יואל פאני קאלס און טעראזירן אפילו אינמיטן די נאכט,
תמצית היוצא מדברינו:
די פאני קאלס פון די אוינישע חסידים-לייען סעקטע איז:
ווייל זיי האלטן אז רבנים מיט מקדשים האבן געטוהן אזא פארברעכן וואס כמוהו לא נהייתה
די זאכן וואס די רבנים און מקדשים האבן געטוהן איז אומפארלייקנבאר אפילו ביי די בני יואל (עס איז געווען א חופה תחת כיפת השמים)
מיט די רבנים און מקדשים האט מען פרובירט מיט שיינעם און עס האט נישט געהאלפן
די פאני קאלס פון די בני יואל איז:
ווייל זיי האבן געזען אויף הייד פארק אז די אידן האבן געטרינקען בלוט וואס אפילו לו יהא אז עס איז אמת האלטן די אידן אז עס איז מיט רעכט ווייל צו די אומדערהערטע פירצה בחומת הדת דארף גענומען ווערן שטרענגע שריט,
אין גם אחד וואס האט געזעהן ווי די אידן טרינקען בלוט,
אין גם אחד וואס ווייסט וואס די אידן האבן געטוהן,
לו יהא אז זיי זאלן ווען יא וויסן וואס זיי האבן געטוהן איז עס נאר וועגן זיי האבן אזוי געזעהן אין הייד פארק, נישט ווייל זיי ווייסן קלאר א די אידן האבן עס געטוהן, (והא ראי, ווייל יעדער וואס האט געקאלט און מען פרעגט אים פון ווי ווייסטו אז איך טרינק בלוט? ענטפערט עס איז א בפירוש'ע הייד פארק (הייד פארק איז תורת משה מסיני)
זיי האבן נאך מיט שיינעם קיינמאל נישט פרובירט,
און מיט דעם אלעם מאכן זיי פאני קאלס,
סא יעצט לאז איך איבער פאר די ליינער צו ענטפערן:
ווער זענען די טערעריסטן???????
השתא דאתית להכי אברך משה נמי לא קשיא: וואס זענען פשט אין די הייליגע ווערטער וואס ער האט געזאגט
(מוצ"ש תשא תשמ"ט) באולם ויואל משה אין וומ"ס:
וזל"ק: דאס איז זיכער אז די קינדער זענען ווערעמיג,
ווייל אי לאו דחזינן בי נשא בי לא הוי עבדי (ביצה כ"ט:) ווען נישט וואס זיי האבן די חינוך באקומען פון זייערע עלטערן וואלטן זיי נישט אזוי אויסגעקוקט,
ובזה יצאתי ידי חובתי מה שעמעמו ה"היד פארק" שרייבער בסוגיא זו"
תוקן על ידי גיטעראיד ב- 17/06/2010 19:40:20