היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כלל ישראל לא בג"ץ - זאליס נאר בג"ץ!

כלל ישראל לא בג"ץ - זאליס נאר בג"ץ!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2799965

טראק » 17/6/2010 18:18

אין די זעלבע טאג ווען 100'דערטער טויזענטער אידן אין ארץ ישרא' פון אלע קרייזען זענען אינאיינעם ארויס געקומען אין די גאסן אין שרייען "לא בג"ץ", מיר וועלען נישט פאלגען דעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ, דאס איז ביי אונז טריפה.

און די זעלבע טאג קומט ליידער די ביטערע בשורה, אז די זאליס די באוויסטע הולכים לבג"ץ, האבן היינט געמאלדען פאר מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, - שוין נאכן אונטער שרייבן געצוויגענערהייט שטרי בירורין - אז זיי בלייבען אין בג"ץ אין שפארן נישט אפ די בג"ץ קלאגע!!!

ווי אויך האבן זיי געמאלדען אז זיי לאזן נישט זייער בורר דער טשאקאווער רב שליט"א פארן קיין א"י, און דאס מיינט אז די דין תורה וועט נישט קענען זיין.

א שאנדע און בושה!

די זאליס קענען זיך נישט בשום אופן אפרייסען פונעם טמא'נעם בג"ץ, און האלטען אן מיט מסירת נפש די הליכה לבג"ץ.

כשיורדים יורדים עד לעפר בג"ץ!

דאנקי » 17/6/2010 19:48

טראק, איך געדענק אז אפאר טעג צוריק האסטו דא אריינגעלייגט א אשכול וועגן א פרישע מלחמה וואס האט כלומר'שט אויסגעבראכן צווישן די זאלי'ס אין ירושלים און תולדות אהרן. איך ווייס נישט ווי צו טרעפן יענעם אשכול וועל איך דיר פרעגן דא. וואס האט זיך למעשה אויסגעקאכט דערפון? איך בין גאר שטארק נייגעריג ווייל וויפיל איך האב נאר פראבירט צו פארשן ביי ביידע צדדים האב איך באקומען דעם זעלבן תשובה "איך האב נישט קיין אהנונג פון וואס די רעדסט". דעריבער בלייבט נאר איבער אז די זאלסט מיר געבן א update

אויששש » 17/6/2010 20:33

דאנקי איך פארשטיי אויך אז ס'איז אומגלויבליך אבער ס'איז ליידער א ביטערע פאקט
דער בורר מצד די סאטמארער מוסדות אין ב"ב הגאון רבי זלמן גראוס האט היינט געמאדן אז די הולכים לבג"ץ הציוני (יא צו די בג"ץ וואס שליידערן אריין אידן אין טורמע) האבן ליידער חוזר געווען פון זיך צו שטעלן צום בוררות
ווי באקאנט האבן די אלע פינף רבנים הבוררים באשלאסן ביי א זיצונג פארגאנגענעם מיטוואך שלח אז מ'פארט קיין אר"י גלייך נאך די ניין טעג אנצוהייבן די בוררות, אבער ליידער האבן די הולכים לבג"ץ חוזר געווען און זייער בורר הגאון מטשאקעווע האט אין זייער נאמען מבטל געווען די באשלוס

די פרומע-ציוניסטישע פארטייען האבן שוין איינגעזעהן אז די בג"ץ הציוני איז מאוס און מוקצה, אבער די זאליס האלטן זיך נאך אלס ביי זייער'ס אז נאר די בג"ץ הציוני וועט שליכטן די סכסוך איבער די נכסי מוסדות סאטמאר אין בני ברק
רביה"ק מי יגלה עפר מעיניך ?