חדשות שרייבט:
ליידער איז עס זייער באקאנט דאס וואס די יונגאטשעס מאכן ליידער א חורבן עולם פאר די גאנצע קנאות.
די ראש וראשון לכל דבר שבקנאות הרב עמרם בלוי, האט אין זיין לעבן נישט געשריגן "קיין איין" מאהל נאצי אויף א פאליצאנט, ער האט אין זיין לעבן קיין מאהל נישט געווארפן קיין שטיינער וואס איז כדי להמית, ער האט אין זיין לעבן קיינמאל נישט פארברענט קיין גארביטש קענס, ער האט אין זיין לעבן קיינמאל נישט מזיק געווען א פריוואטע רכוש.
ער האט געכאפט מכות רצח, מיט דאס גרעסטע מאס אכזריות וואס עס איז נאר פארהאן, אבער קיין מאהל נישט צוריקגעשריגן.
מיר דארפן זיי נישט בעקן, מיר דארפן בעקן די אלע גדולי הדור וועלכע ליידן צוליב די חיות, אז הגאון די ראב"ד שליט"א זאל ווערן באגאסן מיט מעיס צוליב די חיות, און אז די רב שליט"א בעהט זיך ביי די אלע מוחאים, טוט נישט קיין נערישע שריט, און זיי הערן נישט אויס, דארפן מיר זיי בעקן? עכ"ד
איהר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער לפענ"ד מישט איהר אויס יוצרות (שלא במכוון אדער גאר במכוון).
איך וויל אייך דערמאנען וואס איך האב שוין אויבן געשריבען :
די זאך טיילט זיך אין צוויי, די אומרוען אין די ירושלימער גאסען איז גאר עפעס אנדערש ווי די ענין פון ארויסגיין מיט מסירת נפש אפצושטעלן די טראקטארן פונעם עצם חילול הקברים.
ר' עמרם בלוי האט זיך יא געווארפן אונטער טראקטארס, ער האט זיך יא אוועקגעשטעלט ביים פענצטער ווי מ'פארקויפט טיקעטס פאר .... און זיך געלאזט שלאגען. מיש נישט אויס די ווילדערייען פון פארברענען און מזיק זיין רכושים מיט מוחים וואס כאפן זיך אריבער די באריקאדען פון די פאליציי מיט מסירות נפש אפצושטעלן די חפירות ווי ווייט מעגליך. דאס איז צוויי באזונדערע זאכן. די ראב"ד האט געכאפט מעיס נישט צוליב די ווילדאקעס אין מאה שערים, ער האט עס געכאפט צוליב די מסירת נפש יונגעלייט וואס האבען נישט געהארכט די פאליציי און זיך אריין געווארפן אין די מקום החפירות מיט מסירות נפש.
איך גיי נישט אריין צו די נאצי געשרייען זענען ריכטיג צו נישט. אבער די ברוטאליטעט פון די פאליציי איז נישט געקומען צוליב די געשרייען, נאר פארקערט די געשרייען זענען געקומען צוליבן ברוטאליטעט. די ברוטעליטעט איז געקומען א דאנק די מס"נ. איז דריי נישט קיין קאפ!
תוקן על ידי האורח ב- 18/06/2010 20:32:53
תוקן על ידי האורח ב- 18/06/2010 20:37:24