נאכדעם וואס די בני יואל זענען אנגעקומען צו זייער ערגסטער שטאפל אינעם דורכפאל פון זייער זאל, דהיינו, זיי האבן געמוזט טעראריזירן דעם קאשויער רב נישט צו קומען צו זיין נעפיו'ס חופה, צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט סובל זיין אז דער מחותן האט מכבד געווען דעם מרא דאתרא, וועלכע האט דאס איבערגעגעבן פארן קאשויער רב, און עס איז זיי - אין זייערע אויגן - געווען ענדערשט צו אסר'ן א שליח פון רבי'ן צו מסדר קידושין זיין דארט. פעלט זיך אצינד אויס א שטיקל קלארן בליק אינעם טיפן דורפאל וואו זיי האלטן יעצט, און ווי אויך די טרוקענע פאקטן אנע שום סילופים, וירא הקהל.
געגרינדעט האט זיך דער זאל פאר איין סיבה, וואס מען ברויך נישט מסביר זיין, אויסצורייסן דעם פאקט אז רבינו שליט"א איז מרא דאתרא אין שטעטל.
נאכן פרובירן צענדליגער אופנים וויאזוי צו ווייזן בעלות אין שטעטל, און לא עלה בידם, אריינגערעכנט די געמיינע מערכות ביי די ווילידש וואלן, וואו זיי האבן יעדעס מאל פארלייגט כוחות עצומות און ארויסגעברענגט יעדן איינציגן מענטש וואס האט נאר אמאל געהאט סיי וואסערע טענה ומענה אויף די ווילידש אדער די קהילה אדער די הנהלת הקרי' וכו' וכו' אז זיי זאלן זיך קומען אויסגעבן דאס כעס אין די שטום בודקעס, און אזוי ארום וועלן זיי ווייזן אז זיי האבן ס'רוב שטעטל און זיי וועלן איבערנעמען קאנטראל. ארויסגעשטעלט האט זיך אבער, אז טראץ וואס יעדער יחיד פון זיי איז ארויסגעקומען שטימען, און "נישט" יעדער יחיד פון אונז איז ארויסגעקומען (וויבאלד עס איז נישט קיין וואלן צו דער טיקעט אדער יענער טיקעט, נאר צו דער טיקעט אדער "נישט דער" טיקעט ואכמ"ל), ואחרי ככלות הכל האבן זיי קיינמאל נישט געקענט ארויסברענגען אפילו נאנט צו האלב, און אוודאי נישט קיין רוב שטימען צו זייער טיקעט.
איז זיי מער נישט פארבליבן קיין אפציעס איבערצונעמען גארנישט, די האפענונג איז אויס און די געמיטער זענען דערשלאגן, בלייבט נאר איבער צו פרובירן דאס מינימום. איז זיי איינגעפאלן אז היות דער מרא דאתרא איז דאך דער אויסשליסליכער מסדר קידושין אין שטאט, איז דער סידור קידושין א גוטער וואפן צו ווייזן אז מ'איז נישט אונטערגעווארפן אונטער דאס בעלות.
מצדינו פארגינען מיר זיי דאס גערן... איך מיין אז פאר קיינעם פון אונז באדערט נישט אז די קרעציגע קינדער - וועלכע ווערן נתחנך אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא קיין מחלמה לה' בעמלק מיט די ציונים, נאר ליבערשט מיט די קליפה פון א"ט.. - זאלן האבן א פסולע קידוישן און זייערע דורות זאלן זיין פארזיגלט אלס נישט כשר.
זענען אבער געקומען די רבנים און דיינים פון די קהילה אין שפיץ פון הגאון דער קרית יואלער דיין שליט"א, און ארויסגעזאגט זייער דעת תורה אז אזא זאך מוז פארדאמט ווערן, און קהל איז מחוייב צו נעמען אלע סארט שריט קעגן אזאנע פורצי גדר.
די אפטימיסטן און פעסעמיסטן צוגלייך זענען עפ"י רוב געווען פאראייניגט אז דער מערכה איז ווערדלאז, און מען וועט מיט די משוגעים אין ערגעץ נישט אנקומען, אוטן מען ברויך זיי ליבערשט לאזן לויפן. אבער, דער דעת תורה האט מכריע געווען, און קהל האט געמאכט א אסיפה גדולה, און עס איז פראקלאמירט געווארן קלאר אז דאס איז א הארבער איסור און דאס וועט נישט טעלארירט ווערן ביי אונז אין שטעטל.
קהל האט מודיע געווען אין בלאט, אז זיי וועלן מפרסם זיין די נעמען פון די חוטאים כהוראות רביה"ק זי"ע, אין צוגאב צו אנדערע כפיות וקנסות לקיים את דברי האיגרת פון רביה"ק זי"ע, וועלכע פסק'ט אז קהל איז "מחוייב" צו טוהן "כל מיני קנסות וכפיות" קעגן דעם מסדר און דעם חתן און אבי הכלה.
---- המשך יבא ----

תוקן על ידי מחלל_קדושן ב- 16/06/2010 22:37:09