קומענדיגן דינסטאג וועט מען אויסראפלען די גרעסטע ראפעל אין די היימישע היסטאריע, הונדערט און דרייסיג טויזנט דאלער!
היות דער אווענט גייט זיין באגלייט מיט א היסטארישע פרנסה סעמינאר, באגלייט מיט גאר אינטערסאנטע דעטאלן וועלכע זענען נאך ביז יעצט נישט געווען ביים היימישן עולם, גרונד איך דעם אשכול וואו איך וועל פראבירן צו אפדעיטן דעם עולם מיט אלעס וואס שייך.
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס גייט זיין אן עקסקלוסיוו אינטערוויו מיט מרדכי בן דוד וויאזוי אויסצוארבעטן א פעאיגקייט צו א ביזנעס.
דער אווענט גייט ווערן אנגעפירט דורך חיים קאמפעל (איידעם ביי ר' יעקב מיללער) און הילל הילל.
עס גייט רעדן דער ריזיגער חרדישער פילאנטראפ ר' אהרן נאה.
יואלי לעבאוויטש וועט אראפלייגן פארשידענע מצבים אין פרנסה מיט לעבעדיגע פארבן.
דער באקאנטער ביזנעס קאוטש ר' יואל קליין וועט האלטן געשפאנט דעם עולם.
אויך דער בעל הבית פון דער בארימטער פירמע "פיטעקס" (וואס שטייט אונטער גאר אסאך חרדישע קאמפיינס) וועט אויפטרעטן.
מער אפדעיטס טו פאללאו.
מרדכי בן דוד איז א זינגער
יואלי לעבאוויטש און הילל הילל זענען קאמידיען'ס
גייט דאס זיין א פרנסה סעמינאר אדער א קאנצערט/פארברענגען?
יפה שאלת, עס איז בעיקר געבויעט אויף פרנסה, די דריי מענטשן וועמען דו האסט דערמאנט זענען בלויז א חלק פון די אקטיארן, און מרדכי בן דוד וועט -ווי איך פארשטיי - לכאורה נישט זינגען נאר מסביר זיין וויאזוי אויפצובויען א טאלאנט און ארויסנעמען דערפון געלט, וואס דאס איז א עיקר באשטאנדטייל אין ביזנעס.
און אויך יואלי לעבאוויטש און די קאמיקער וועלן אלעס זיך דרייען ארום פרנסה.
ס'איז גראדע נישט אזא שלעכטע פלאן צו געבן אביסל הומאר פאר די ביזנעסלייט אין די יעצטיגע עקאנאמיע
אבער זייט ווען איז עם בי די א רעדנער? דו האסט שוין אמאל געהערט א דרשה פון אים?
דא קען מען הערן יואל קליין רעדן פון די סעמינאר
http://en.audiofarm.org/audiofiles/10893 הערליכע ניגון "איעדער קויפט פרנסה ראפעל"
צו הערן דא:
http://en.audiofarm.org/audiofiles/10894איך הער דארט ווי קליין זאגט אז עמ בי די וועט רעדן פון זיין פערזענליכע ערפארונג אין פרנסה
א אויפשפיל פון די טעלעפאן קאל וואס וועט געמאכט ווערן אי"ה דינסטאג נאכט כחצות הלילה. האלט מיט לעבעדיג!
http://en.audiofarm.org/audiofiles/10939(ביטע מודיע זיין אויב דזשעי נעט באניצער קענען אריינגיין)
אינטערוויו פון ר' הערשל פרידמאן מיט ר' מנחם האפמאן פון "פיטעקס" וואס האט אראנדזשירט די גאנצע פרנסה סעמינאר
http://en.audiofarm.org/audiofiles/10941דא גייט מען אויך קענען מיטהאלטן אפדעיטס במשך'ן גורל
http://twitter.com/Parnassahraffleדא איז די יואלי לעבאוויטש פראמא פאר די סעמינאר
יא מיר קענען עס זעהן
יישר כוח פארן זיך רעכענען מיט אונז
היינט ביינאכט! (פרישע רעקארדינג)
http://en.audiofarm.org/audiofiles/10952צו זעהן א ליסטע פון אלע רעדנערס דרוקט
https://parnassaraffle.org/seminar.htmlדאס זענען די רעדנערס,
חברת שירה וועט אי"ה אראפלייגן א מאסיווע ארבעט במשך דעם אווענט, און באגלייטן דעם גאנצן אווענט מיט מוזיקאלישע אינסטראמענטאלע מעלאדיעס, ספעציעל צוגעפאסט צום אווענט.
מען גרייט זיך צו צום אווענט:
http://twitpic.com/1z3mlsדער עלאקטאראנישע מיקסער וועלכע וועט פארזיכערן בעזה"י אז די טיקעטס ווערן אויסגעמישט אויפן שטערקסטן אופן וואס איז שייך, צו פארזיכערן א יושר'דיגע ארויסצואאונג (עס וועט קענען מיטגעהאלטן ווערן לייוו כחצות הלילה).
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך קען נישט פארזיכערן צו אפדעיטן דא אגאנצן צייט, ביטע פאלאוט פרנסה ראפעל אויף טוויטער מיטצוהאלטן כסדר'דיגע אפדעיטס:
http://twitter.com/Parnassahraffleברוך השם געווען ביז יעצט אומגלויבליך הערליך, און עס קומט נאך אסאך מער בעזה"י.
מרדכי בן דוד רעדט יעצט סודות פון חדר, וואס ער האט לפי ידיעתי נאך קיינמאל נישט געזאגט אין פאבליק
דער געווינער פון די פרנסה ראפעל איז ר' יעקב יוסף לונגער ב"ר חיים פון שיכון סקווירא