יעצט האט זיך גענדיגט בשעה טובה ומצלחת די חופה פון די זיבעטע בני יואל חתונה
דער מסדר קידושין איז געווען, כבוד קדושת הגאון הצדיק משיירי כנסת הגדולה משארמאש שליט"א
זאל דער אויבערשטער העלפן אז די מחותנים זאלן זעהן אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער,
און עס זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים
עס בלייבט נאר איבער צי וואונטשן פאר די מחותנים און חתן כלה, און זיידעס און באבעס,
אז מען זאל זיך תמיד קענען פרייען נאר אויף שמחות געזונטערהייט. און זעהן אסאך נחת ביים דעם קינד און ביי אלע קינדער און אייניקלעך.
מזל טוב מקודשת! זיבעטע בני יואל חתונה אינעם חתונה זאל אין וו...
אשר על כן האט ער זיך אנטזאגט פון צו זיין היינט דער מסדר קדושין כאטשיג ער איז מקרובי המשפחה.
און דאס נייע פארפאלק האבן געהאט די זכות צו האבן פאר זייער מסדר קדושין
כבוד קדושת הגאון הצדיק משארמאש שליט"א
א מעכטיגן זעץ געגעבן פאר דעם ראש הארונים מיט זייערע פאלטשע רשות'ן
און אהרו'ס אמת'ע רשעות
תוקן על ידי 1satmar ב- 16/06/2010 05:44:39
געהערט יעצט ביי די חתונה:
ווער געדענקט נאך די לשונות!
"אינעם זיבעטן ריפ אריין"
"זיין מיינונג איז קיין מיינונג"
"ער איז א נער"
"עפרא לפומיה"
היינט ביי די חתונה האט קאשוי'ער רב זצ"ל'ס אן אייניקל מקיים געווען די אלע זאכן
"אינעם זיבעטן ריפ אריין" די זיבעטע חתונה
"זיין מיינונג איז קיין מיינונג" מען רעכנט זיך נישט מיט זיין רשות
"ער איז א נער" פירט זיך אויף ווי א קליין אינגל, איך בין די גרעסטע
"עפרא לפומיה" זיין רשות איז ווערט כעפרא דארעיה
אין אנדערע נייעס ווערט פארציילט אז הגה"צ ר' שמחה ישראל בלום שליט"א, האט אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון האברך ר' יעקב דוב כהן ני"ו, בן הר"ר שאול יצחק שליט"א, חתן הר"ר יצחק סרוגא שליט"א, און מחזק געווען זיך נישט צו שרעקן פון די אלע חוצים ובליסטראות וואס ווערן געצילט אנטקעגן זיי, נאכזאגענדיג מימרות וואס ער הערט געהערט פון זיין טאטע'ן זצ"ל און די שווערע זמנים.
תוקן על ידי נוטראלער ב- 16/06/2010 07:13:33