היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ניע תקנה אין זאלי פורם!

ניע תקנה אין זאלי פורם!

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2799127

allgood1s » 16/6/2010 00:12

ווי באקאנט ווערט די זאלי פורם געפירט דורך א נוטראלער מנהל וואס דריקט נישט אויס זיין פערזענליכע מיינונג אופן פורם.

לעצטענס איז דאס שטארק ניכר געווען ווען ער האט געפינט די אשכול פון יאשקע'ס יאטוב קליפס (עטס געדענקט נאך זיין SD?)

נעכטען ביינאכט האט דער ניק ביתהחיים וואס שפילט לעצטנס ארוני געפענט אן אשכול וואס ער האט געקאפיט פון אונזער פורום בנוגע די נעכטיגע ס"ק אין בנ"י זאל...

היינט האט דער נוטראלער מנהל געטוישט דעם קעפל אין תגובה צו דאס

"מזל טוב מקודשת! זעקסטע חופה ושלא ברשות פרא דאתרא אין בני יואל זאל!

מזל טוב מקודשת. הגה"צ אבני שלמה שליט"א איז געווען דער בעל מסדר קידושין א באס אין ווילאמסבורג מיט די ארוינישע קרובי המשפחה (בתוכם הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ובניו) האט געווארט ביז נאך די חופה צו זען צו עס גייט עס זיין אזא רב וואס מען זאל קענען איינרעדן די חלה דעקלעך כאלי מען האט באקומען רשות.

קיין שקרים ווערט נישט טאלעריררט ווערן

תוקן על ידי גיטעראיד ב- 15/06/2010 16:34:04"

זעיט אויס עס איז דא א נייע תקנה מ'טאר נישט שרייבן "מרא דאתרא" נאר עס מדארף שרייבן "פרא דאתרא" אויך נישט פארגעסען אריין ווארפן "חלה דעקל"...

FiveBoro » 16/6/2010 00:31

דריי נישט קיין קאפ, דארט איז דא בלויז צוויי תקנות:

1) יעדע תגובה מוז אנטהאלטן דאס ווארט "חלה דעקל". אז נישט ווערט דאס פארמעקט.

2) די תגובה מוז זיין אויף א פארנעם א איינער העכער די ניינצן זאל זיך דערמיט שעימען. אז נישט, צומאל ווערט עס פארמעקט און צומאל ווערט עס פאראכטן.


(אגב: יענער קעפל איז געווען "ברשות", און ער האט געטוישט צו "שלא ברשות" - נעבעך).

allgood1s » 16/6/2010 00:59

יענער קעפל איז געווען ברשות מרא‎" דאתרא‎", און ער האט געטוישט צו שלא‎" ברשות פרא דאתרא‎"‎

רעכטער » 16/6/2010 01:06

זייער קינדישע געדאנק פורום איז א בלויזער קאפי פון זייערע אנ"ש דסאטמאר און ילדים אנחנו פורום'ס, וועלכע האט זיי געברענגט בלויז בושות.

ווען איינער וויל זעהן וויאזוי עס קוקן נעבעך אויס אידן וועלכע די תורה הק' איז ביי זיי נישט מאסגעבענד, און דין תורה איז ביי זיי א איסור מוחלט, איז נישט דא א בעסערער ארט ווי קינדישע געדאנק.

(איך פרעזענליך שפאציר נישט געווענליך אריין אין דעם מקום טמא, צוליב דעם וואס איך ווייס נישט ווי אויסגעהאלטן עס איז ע"פ הלכה.)

העלד » 16/6/2010 01:15

רעכטער
דארפסט שוין נישט אזוי מורא האבן פון דעם מקום טמא, איינער פון די הויפט שרייבערס איו דעם קינדער פארום
מיטן נאמען פארמעגליך שרייבט אז ער האט באקומען רשות פון מרא דאתרא צו שרייבן,
אזוי אז אהרונים זאלן עס אויך קענען ליינען, עס איז שטארק מסתבר אז עס איז אמת צוזעהענדיג די לעצטע רשות געטיילעכטץ פאר זיינע בלוט שונאים.
ממילא דארפט איהר שוין נישט מורא האבן.

רעכטער » 16/6/2010 01:23

אז די פארשטייסט וואס די האסט געשריבן בין איך אויך צופרידן.

דאנקי » 16/6/2010 18:13

ווי אזוי קומט מען אן צו יענעם פורום?

איזראלי » 16/6/2010 18:23

הרחק מן הכיעור ומן הדומה לו

דאנקי » 16/6/2010 18:36

ענק זענען אלע פארנומען מיט יענעם פורום, ענק ליינען אלע וואס עס שטייט אין יענעם פורום און פאר מיר ענטפערט עטץ הרחק מן הכיעור... נישטא ווער זאל לאכן.

חוץ מזה איז ענקער עדות קעגן יענעם פורום נישט באגלייבט עס קען זיין א טאטאל נארמאלער פורום און ענק וועלן ווייטער שרייבן קינדער פורום.

קען מיר איינער זאגן ווי אזוי מען קומט אן אהין?

allgood1s » 16/6/2010 19:09

at simisoflondon

דאנקי » 16/6/2010 19:24

און ענק זענען די וואס גייען רופן יענעם בעבי? איך באקום דא תגובות איינס שפיציקער פון צווייטן יעדער וויל ווייזן אז ער קען קראכן א בעסערע דשאק, הצד השווה שבהם ס'איז נישט דא אפילו איינער וואס קען ענטפערן א נארמאלער תשובה ווי א ערוואקסענער.

זענען דאס טאקע די מיט וועם איך וויל פארברענגען?

allgood1s » 16/6/2010 19:41

ok, Just make a u turn and go all the way back and u will find it there next to the 60 old with a video looking for his SD card...

דאנקי » 16/6/2010 20:45

allgoos1s דיינע חכמות האב איך שוין געהערט, יעצט וויל איך וויסן אויב איז פאר דא צו טרעפן איין אביסל מער ערוואקסענער וואס זאל ענטפערן א נארמאלע תשובה.

אויב ווייסט דא קיינער נישט ווי אזוי מען ענטפערט א נארמאלע תשובה וועל איך ענק געבן א משל.

עס האט זיך שוין עטליכע מאל געמאכט אז א איד זאל מיר אפשטעלן אויפן גאס און פרעגן "ווי איז 14 האפער?" ענטפער איך גייט גלייך ביזן עק פון וו"ב (געווענליך פרעגט יענער "ווי איז די עק?", און איך בין ממשיך) איר קענט זיך נישט טועה זיין מיטן עק ווייל איר קענט פשוט נישט גיין ווייטער, איר גייט ביז איר קומט אן צום גדר וואס נעמט ארום דעם וואסער, מאכט א לינקס, איר גייט גלייך ביזן הייוועי וואס טראגט אויף ב"פ, ווען איר קומט אן צום הייוועי דארפט איר קוקן אויף לינקע זייט וועט איר זען א געז סטעישאן, דארט אינטערן געז סטעישאן איז 14 הופער...

יעצט צוריק צום נמשל.

ווי אזוי קום אים אן צום פורום וואס איר האסט דא אזוי שטארק? איך וויל אויך ליינען וואס דארט שטייט, איך וויל אליינס זען וואס עס נעמט אייך אזוי ארויף פון גלייך געוויכט.

דערמאנונג, חכמות האב איך שוין געהערט גענוג, איך וויל יעצט הערן א נארמאלע תשובה.

allgood1s » 16/6/2010 21:02

WOW how smart! can I get directions to Rodney too? by the way I heard you could read the zali forum on the walls in Rodney, so check it out

דאנקי » 16/6/2010 21:42

algod1s די תגובה איז נישט געוואנדן צו דיר.

איז דא דא אפילו נאר איינער וואס קען ענטפערן א תשובה אויף א ערוואקסענעם אופן?

קאפויער » 16/6/2010 21:46

מיר רעדן צו מענטשן נישט צו בהימות(דאנקיס)

דאנקי » 16/6/2010 21:49

אה ב"ה א פרישער חכם

היראים » 16/6/2010 21:51

דאנקי
ביזט א סעמפל פין יענע פארום
ביטע קריך אראפ פין אינז

יש''כ

היראים » 16/6/2010 21:54

לאזט אים לויפן
זאל ער טוהן וואס זיינע חברים פין ישיבה ווי נפל מיט אלע זיינע שוואגער'ס האבען געטוהן

היום בא והיום ילך

זאל ער גיין פרעגן זיינע אייגענע דיינים וויאזוי מ'קומט אן צו זייער פארום, אויב וויל ער פינקטליך וויסען

allgood1s » 16/6/2010 21:58

Sorry I tried my best, I gave you better directions than what you gave to hooper, at least could you please tell me where rodney is?

allgood1s » 16/6/2010 22:12

For more info you could try to contact joe@simisoflondon.com or jwaldman@frontiernet.net

בשמחה_תמיד » 17/6/2010 00:29

גענוג געווען, איך וויל נישט זען מער גארנישט וועגן די טעמע אין דעם אשכול אדער אנדערע אשכולות.

שלמהווייס » 17/6/2010 01:51

FiveBoro » 17/6/2010 01:58

שלמהווייס\דאנקי אחת היא, און מיר בעטן אז מען זאל זיי ווארפן פון דאנעט, זאלן זיי קריכן אויף א צווייטנס נערוון.

שלמהווייס » 17/6/2010 02:11

וואס קרענקט דיר אזוי אז איך האב אים געגעבן דעם לינק
זאל ער זיך אליין איבערצייגן ווי קידעריש זיי זענען

בשמחה_תמיד » 17/6/2010 02:26

לעצטע ווארענונג. נאך איין ווארט איך זע דא ווערט יענער אויסגעשפארט.