מיר וועלן עס נישט דולדן מער, איז די אויסדריק וואס קרית יואלער יודן לאזן פאלן די איצטיגע טעג, מיר זענען גרייט צו טוהן וואס מיר קענען
איז דען שייך היינט אזא זאך אז א יונגערמאן קוים איטליכע חדשים נאכדעם וואס ער האט חתונה געהאט, און זיינע גליקליכסטע חדשים און לעבן זאל מורא האבן ארויסצוגיין פון זיין שטוב, צו גיין צו זיין עלטערן, אדער נאר גיין און כולל לערנען אדער צום דאווענען, ווייל ער ווייסט נישט ווער עס ווארט אפ אינמיטן וועג און גייט שרייען אויף עם, און טערארזירן,
איז געהערט געווארן אזא זאך א יונגערמאן שפאצירט מיט זיין ווייב, ביידע גליקליך אנע דאגות, קוים חתונה געהאט (נאכנישט געלאנדעט וויאזוי מיר רופן עס אן) אינמיטן קומען און א באנדע חיות און מען הייבט זיי אן צו באוואשן, און ס'איז דא אפילו מאנכע וואס זענען גרייט אראפצוכאפן זיין שטריימל,
איז דען געהערט געווארן אזא זאך אז מען זאל אויפשטיין אינדערפרי און זעהן פאשקעווילן און די גאסן פון יונגעלייט מיט בילדער פון זיי, און געשריבן אויף זיי די ערגסטע לשונות, אויף זיי און זייערע ווייבער,
איז דען יושר אז עלטערן וואס האבן ב"ה דערלעבט צו חתונה מאכן זייער קינד, זאלן אויסשטיין א חוץ צוצוקוקן מיט צער ווי זייער קינד ווערט געפייניגט און גערודפט, באקומען צאללאזע טעלעפאון רופן פון בייטאג און א גאנצע נאכט און זיי טערארזירן,
איז דען שייך אזא מין זאך און אמעריקא אז א יונגערמאן זאל נישט קענען ארויסגעבן זיין היים פאון נומער מורא האבנדיג אז מען וועט עם נישט לאזן מנוחה איבערן טאג און איבערן נאכט,
און אזוי איז דא צאללאזע טערארעסטישע אקטן וואס ווערט אויסגעפירט טעגליך אקעגן פרישע יונגע פארעלעך,
יא אזוי ווי איר הערט דאס אלעס גייט אן בריש גלי היינט צוטאגס און קרית יואל, די ארטיקל ווערט נישט געשריבן סוף תשמ'ס אדער אנפאנג תשנ'ס, נאר דאס ווערט געשריבן אנפאנג תמוז תש"ע, וואס מכלומרשט איז שוין קרית יואל א דעמאקרטישע שטאט און מען רודפט שוין נישט קיינעם, אבער ביזדערוויל זענען דא יונגע פארעלעך וואס האבן חתונה געהאט בשעטו"מ וכדת משה וישראל, און די נייע זאל אולם עטרת מאיר צבי, און ווייל זיי זענען געגאנגען א ליניע וואס שמעקט נישט פאר דוד עקשטיין, און זיין אדמו"ר ר' אהרן, זענען די בלוט פון די יונגע פארעלעך געוואר הפקר, און ס'איז אלעס מותר צוטוהן, זיי צו פייניגן און רודפ'ן, סיי זיי און סיי זייער משפחה,
ווען מען רעדט פון איינעם וואס איז א פאבליק פיגור, א רב א ראה"ק החרשתי, ווייל ווי נישט ווי האט ער פון איין זייט כבוד מילא איז נישט אזוי געפערליך אז ער כאפט פון די 2טע זייט, ווען ער איז געגאנגען פריוואט און גענומען א צד ער האט איינעם געטשעפעט, ער האט טערארזירט איינעם קען מען אויך פארשטיין, אבער צו נעמען איידעלע יונגעלייט, וואס האבן קיינעם נישט געטשעפעט נאר זיי זענען נישט געגאנגען און די לינע וואס דוד עקשטיין און זיין רבי און זייער אנהענגער האבן זיך פארגעשריבן זענען זיי הפקר, זיי האבן דאך אויך א אייגענע מיינונג, זיי באלאנגען אויך צו א צד, זיי וואינען און אמעריקא, יא קרית יואל איז נישט און רוסלאנד ס'איז געהעריג און אמעריקא,
איך וועל אנהייבן צו גיין און א סדר וואס מען האט מיט זיי געטוהן, און איך ווייס נאר גאנץ ווייניג,
קודם פאר די חתונה האט מען זיי געסטראשעט מיט פנקס און מיט באשמוצן און די גאסן, און מיט צאללאזע פאוני קאלס, איבערן גאנצען נאכט האט די טעלעפאון נישט אויפגעהרט צו קלינגען, איצטעט טראכט אריין איר האלט פארן חתונה מאכן א קינד און מען טוהן צו אייך אזא זאך, לאמיר נעמען די טאג פון יום החופה וואס ביי יעדע נארמאלע מענטש איז עס א מוראדיגע טאג, סיי די חתן וכלה, און סיי די עלטערן, און שטייט אויף צו אזא טאג מיט פאשקעווילן ארומגעווארפן אייער הויז, און איבערן שטעטיל, און א גאנצע טאג זאל אייער טעלעפאון קלינגען די היים פאון און די סעלפאון, מיט קללות נמרצות און נאך ווערטער וואס די פאפיר קען עס ניטאמאל אננעמען,(און אזא טאג פארשטייט איר אז מען קען נישט פארלעשן די פאון,)
ב"ה א דאנק די געניטע ארבייט פון די וואדבוירי פאליציי איז די עצם חתונה אדורך געגאנגען רואיג און מען האט זיך געפרייט און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן באשעפער מיט אמתדיגקייט אז והבדילנו מן התועים פון אזעלכע אנשי רשע, און פון די 2טע זייט א שמחה חתן און כלה פרייען זיך די גרעסטע שמחה און זייער לעבן מען גייט צוזאם אויפשטען א אייגענע ליכטיגע יודישע שטוב מיטן אויבערשטענס הילף, און די מחותנים פרייען זיך מיטן די שמחה מען מאכט חתונה א קינד, איך דארף פאר קיינעם נישט דא מסביר זיין די שמחה ווייל יעדער איינער וואס האט נאר און משפחה א מיטגליד וואס האט שוין חתונה געהאט פארשטייט דאס אליינס, ב"ה גענעדיגט די חתונה אלעס גייט אהיים, חתן וכלה, (מען נעמט סעקירוטי ארום ווייל מען ווייסט נישט וואס עס וועט נאך אויסשטיין פון די אנשי רשע, אבער ב"ה מען איז אנגעקומען אהיים בשלום,) די נעקסטע אינדערפרי די חתן שטייט אויף און גרייט זיך צו דיין און שול אה א שמחה די ערשטע טאג גייט זיך ארומנעמען מיטן טלית, אא"וו, גייענדיג ארויס פונדערהיים נישט מער און נישט וויניגער די גאס און פארנט און זיין הויז איז ווייס פון פאשקעווילן אקעגן עם, מיט מיאוסע לאזונגען, (טאקע נישט אזוי סאך וויפיל מען האט געווארפן א דאנק די געטרייע שכנים וואס האבן צוזאמגענומען וויפיל זיי האבן געקענט,) שטעלט ענק פאר ווען עס פאסירט אזא סיפור אויף ענקער בלוט, ווי וואלט די דערהויבענע פילונג פון די דערהויבענע צייט און יענע מאמענט אנטלאפן, וואספארא רשעות ליגט און אזא אקציע,
די מחותן האט קוים אויסגעפיעט צו כאפן א שלאף, און שוין ער שטייט אויף און לויפט צו גיין אפנעמען זיי נייע חשובע איידעם עם באגלייטן און שול אריין, ער לויפט אראפ און קאר און וואס זעהט ער די גאנצע פראנט ווינשילד איז באגאסן מיט פעינט, און אויך היבש געדעמעידזשט די ענדזשעין, זאג מיר ווייל ער איז נישט געגאנגען וויאזוי דיינע פאנטרעגער האבן זיך פארגעשריבן איז שוין גזל ביי עם נישט שייך, זיין בלון איז הפקר,
המשך יבא אי"ה
תוקן על ידי המהדרין ב- 16/06/2010 04:17:06