דער רבי האט נאר גערעדט פון בתי מדרשים און מוסדות נישט פון קיין זאל
דא האט איר א העתק
יום ד' ראה כ"ו אב שנת תשנ"ב לפ"ק בביהמ"ד הגדול בקרית יואל
בסעודת יומא דהילולא של כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע
איך וויל אייך זאגן, קרית יואל איז נישט הפקר, איך בין דער מרא דאתרא אין קרית יואל, עפ"י התורה ס'איז נישט קיין ספק, ס'איז נישט ווי סאטמאר צו ווי סיגעט צו גרויסווארדיין וואס ס'איז אייביג געווען דארט א רב און ער איז געווען דער בעה"ב און מרא דאתרא, כאטשיג ער האט נישט געבויט די שטאט און נישט זיין טאטע און זיין זיידע אויך נישט, ער איז געווען רב אין שטאט איז ער געווען דער מרא דאתרא, און וואס ער האט געזאגט אזוי איז געוועזן, אזוי האבן אידן געוואוסט און אזוי האבן זיך אידן געהאלטן, דא איז א שטאט וואס דער פעטער האט אויפגעבויט, אלע אידן וואס שטייען דא וואלטן נישט געווען קיינמאל גארנישט דא, מיט בלוט און מיט שווייס און טרערן מיט וואס ער האט דאס אהערגעשטעלט, און ס'איז אויסגעפאלן אזוי ווי ער האט זיך געוואונטשן, וואס האט ער זיך געקענט וואונטשן, ב"ה בעסער אין שיעור למעלה קען זיין.
וויל איך אייך זאגן היינט בין איך דער מרא דאתרא דא, עפ"י התורה ס'איז נישט קיין שום מין ספק... און ס'איז מוטל אויף מיר אפצוהיטן די שטאט און איך וועל דאס טוהן אזוי לאנג ווי דער אייבערשטער וועט מיר געבן כח, איך וועל נישט לאזן און איך וועל אלעס טוהן ס'זאל נישט חרוב ווערן, פארקערט, איך וועל זעהן ווי ווייט מעגליך ס'זאל ארויפגיין...
איז אזוי וואס איך וויל אייך זאגן, קרית יואל איז נישט הפקר ס'איז ב"ה אוסגעוואקסן א גרויסע שטאט, איינע פון די מעשה פלא'ס וואס איז דא מיט דעם ביהמ"ד, דער פעטער האט געהייסן דא בויען א ביהמ"ד א גרויס ביהמ"ד, גרעסער ווי אין וויליאמסבורג, פארוועם גרעסער איז נאך דעמאלטס נישט געווען צו פארשטיין פארוואס דאס איז, אבער ראתה עיני ער האט געזען אז ס'וועט זיין ענג, ס'איז שוין יעצט אויך ענג, האט מען געמאכט אזא גרויס ביהמ"ד, און קיעה"ר ס'איז דא אזא גרויסע ציבור ס'דארף צו זיין בתי מדרשים ס'איז נישט קיין פראגע, אבער איך זאג בפירוש, יעדע ביהמ"ד וואס דא איז דא איז אונטערגעווארפן אונטער קהל, ס'איז טאר נישט זיין א ביהמ"ד וואס איז חוץ לקהל, יעדער וועמען קהל גיבט ארויס אז מען טאר נישט געבן אן עלי', דער טאר נישט דאווענען און קיין שום ביהמ"ד נישט, אז נישט דאס ביהמ"ד ברעכט קהל, און בשום אופן בין איך נישט מסכים צו אזא ביהמ"ד, דאס ביהמ"ד וואס וועט עובר זיין אויף די תקנה וואס קהל וועט ארויסגעבן דער און דער טאר נישט עולה זיין, טאר דער נישט עולה זיין, אין שו"ע שטייט דארט אז מחרימין המחזיק ביד ההולך לפני עכו"ם, נישט בלויז דער וואס גייט, נאר מ'טוט מחרים זיין דער וואס האלט צו, און טאמער קומט ער אין א ביהמ"ד און מ'רופט איהם אויף, און מ'גיבט איהם דארטן ווייס איך וואס, און דער איז א מסור דער גראבט אונטער קהל, איז דער ביהמ"ד א מחזיק, און איך וויל נישט אזא ביהמ"ד לאזן, און איך וויל ארויסגעבן אן איסור מ'טאר נישט אריינטרעטן אין אזא ביהמ"ד, איך האף אז מען וועט מיר פאלגן, דער וואס וואוינט דא אין קרית יואל דארף זעהן אנצוהאלטן קרית יואל, דאס האט דער פעטער אויפגעבויט און מען טאר נישט צולייגן קיין האנט עס חרוב צו מאכן, ווער עס טוט צוצורירן די האנט עס חרוב צו מאכן איז פוגע ח"ו אין פעטער זי"ע, דאס איז געווען זיין משאת נפשו ס'זאל זיין א שטאט, יעדער איז מחויב צו טוהן דא אויפצוהאלטן קרית יואל, דאס איז נוגע אין אלעמען, יעדער האט א חיוב דא צו זיצן און לערנען און געבן צדקה, און זעהן דאס ווייב און די טעכטער זאלן גיין מיט אזא צניעות ווי דער פעטער האט געוואלט, דאס דארף יעדער איינער דאהי טוהן, חס ושלום צולייגן די האנט חרוב צו מאכן... זיי קענען זיין ערליכע אידן איבעראל, אבער זיי קענען זיך אוועקמופן פון דא, דא אין שטאט קען נישט זיין נישט קיין חברה גארנישט, קען נישט זיין קיין חברה קען נישט זיין קיין תלמוד תורה קען נישט זיין פאר מיידלעך, וואס איז דא היינט ביי זיי איז אסור באיסור גמור, דער איסור וואס מען דעמאלטס ארויסגעגעבן צוזאמען מיט אלע רבנים... און להבא דארף אוודאי נישט צו זיין, יעדער יחיד כאטש ער האט סיי וואס געטוהן, קען ער גיין צו דיינים, מען וועט רעדן מיט איהם, מען וועט זעהן אז ער מיינט חרטה צו האבן, מהיכי תיתי, טאמער נישט מ'מאכט עפעס עקסטער טאר נישט זיין, און איך אסר עס באיסור גמור, ס'איז אסור באיסור גמור, און איך האב בכח התורה עס צו אסר'ן, אז דער פעטער ז"ל שרייבט אז דער פעטראוואסעלע'ר רב האט געהאט א כח דארט צו אסר'ן א תלמוד תורה האב איך א רעכט דא, פעטראוואסעלע האט נישט געבויט דער פעטראוואסעלע'ר רב, קרית יואל האט דער פעטער ז"ל געבויט, און ס'איז ממש ווי זיין הויז... איז דא וואס ווילן חרוב מאכן וועלן גארנישט אויפטוהן און זיי וועלן גיין לחרפה ולדראון עולם...