ווער עס האלט מיט, די לעצטע געשענישן אין מדינת ישראל, קען זעהן בחוש אז ס'רעדט זיך מיט די ערגסטע תקופה פון די מלכות זדון ורשעות זייט ס'האט זיך אנגעהויבן די מרידה אין מלכות שמים פאר 62 יאהר ארום.
די גראבערייען פון קברי אבות אין אשקלון – יפו – יבנה רח"ל.
די בלוט בלבולים וואס הערן כסדר אין די מידיעס אנטקעגן די ערליכע אידן.
די פריש גזירה פון בג"ץ אז די מדינה מעג נישט געבן געהאלט פאר ארימע אינגעלייט וואס האבן נישט קיין ברויט צו עסן [פון די געלט נעמן אויך סאטמארע חסידים ואנ"ש, ס'רעדט זיך נישט פון געלט פאר מוסדות און ישיבות וכוללים, ס'רעד זיך פון פשוט אביסל געלט וואס די מדינה געבט פאר יעדן וואס קען נישט אנקומען צו ריכטיגע פרנסה, אביסל געהאלט, און פאר אינגעלייט וואס לערנן אין כולל מעג מען דאס נישט געבן לויט די פרישע גזירה].
ועל כולנה, די איצטיגע שרעקערדיגע גזירה פון בג"ץ, וואס שיקט ערליכע חסידישע עדה שמאכטן און טורמע, אויפן בלויזן חטא פאר נישט זיי פאלגן אין נישט שיקן זייערע מיידעלעך לערנן צוזאמען מיט פארדארבענע קינדער. ווייטער, דער עולם האט א שטיקל טעות, און ממיינט אז די גזירה האט צו טוהן מיט דעם וואס די מוסדות נעמט געלט פון די מדינה. אבער ניין! לא, באל"ף רבתי. אין די לעצטע צוויי וואכן לערנן די מיידעלעך און מוסד וואס באלאנגט פאר סאטמאר [יא, סאטמאר אין בני ברק, נישט די מוסדות פון משה חיים וייס, נאר פון דוד מאיר טאהלער], און אויף דעם גייט מען זיי ארעסטירן.
ס'איז ללא ספק מלחמה כוללת על ה' ועל תורתו, און עפעס שווייגט מען דא.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/06/2010 20:05:29