היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דוד עקשטיין צו בני יואל: שטעט ענק צו דין תורה

דוד עקשטיין צו בני יואל: שטעט ענק צו דין תורה

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2798776

וואלןסח » 15/6/2010 05:01

דוד עקשטיין האט געמאלדן פאר די בני יואל היינט נאכן גרויסן געווינס, אז ער געט זיי 10 טעג וואס ער גייט גארנישט טון ווייטער, זיי זאלן זיך קענען שטעלן צו דין תורה

 

ונזכה ונחי' ונראה

שלמהווייס » 15/6/2010 07:10

וואס? ער חלומט נאך אז זיי גייען זיך שטעלן צו די"ת?
נישט אין דעם גילגול!

סאטמער100 » 15/6/2010 23:25

שלמה ווען פארט די ישיבה אין קעמפ

איך וויל זייער וויסן ווען מ'וועט לויז ווערן פון דיר

עס קוקט אויס ווי די זיצט אין ישיבה אין ביה"כ מיט א לעפטאפ אין ווי נאר איינער שרייבט א תגובה שיקסטו גראד ארויס פארקערט

גענוג ניץ אביסל שכל

בשמחה_תמיד » 15/6/2010 23:47

ביטע נישט אטאקירן קיין פריוואטע ניקס

רעכטער » 16/6/2010 01:19

מ'קען קיינמאל נישט אונטערשאצן א איד, ווי פארשווארצ'ט א איד זאל נאר ווערן איז שטענדיג דא א מקום פאר תשובה.

נאכדערצו יעצט ווען די עזות פנים'ער זעהן אין וואס פאר א פלאנטער זיי האבן זיך אליינס אריינגעשלעפט מיטן תובע זיין קהל בערכאות של עכו"ם, האפט מען אז די מרימי יד בתורת משה וועלן זיך בארעכענען.

דער עיקר פראבלעם איז נאר דאס מען זעהט אין ספה"ק, אז תשובה ברבים איז גאר שווער. אבער האפט יעדער איינציגער איד אז זיי וועלן זיך דאך בארעכענען, און זיך שטעלן לדי"ת.

דאס ליגט בלויז אין זייערע הענט.

שלמהווייס » 16/6/2010 07:05

זיכער טאר מען נישט אונטערשאצן א איד
אבער ס'איז נישט מסתבר אז דאס איז די סיבה פארוואס מ'ווארט מיטן גראבן ווייטער
קען זיין מ'ווארט אז פאבליק סעפטי זאל ווערן באשטעטיגט אלץ פאליציי דעפארטמענט

סאטמער100
אין דיין ישיבה קען מען זיך אזוי דרייען מיט לעפטאפס?
און פארוואס קען מען עס נישט מיטנעמען אין קעמפ?

רעכטער » 22/6/2010 20:46

נישט לאכן: "מיר טארן נישט גיין צו דין תורה"
נאכדעם וואס קהל יטב לב האט געשיקט א בריוו געבענדיג די לעצטע געלעגנהייט פאר די מרימי יד בתורת משה צו קומען צו דין תורה, האבן די מיקרי שם אלילים געגעבן א פשוט און פראסטער ענטפער: "מיר טארן נישט גיין צו דין תורה"!

האלטס קאפ: די געריכטן לאזן אונז נישט האבן קיין ביהמ"ד, לאמיר כאטש פרובירן ביי דין תורה, ע"פ הלכה זענען מיר דאך הונדערט פראצענט גערעכט! אבער ניין, צו דין תורה טאר מען בשום אופן נישט גיין! פארוואס? ווייל אין נזקקין! איי וואס קענען מיר דערלייגן, יעצט קען מען דאך אינגאנצן נישט ניצן דעם הויז פאר א ביהמ"ד?

דער ענטפער קען יעדער אליינס ענטפערן: ביי דין תורה פארליר איך אלעס!

די רעדע איז איבערן דירה וואס קהל האט געבויעט פאר רביה"ק זי"ע אונטערן ביהמ"ד, און די גזלנים האבן דאס איבערגעשריבן אנעם וויסן פון קהל אין די אנפאנג נ' יארן.

ווען קהל איז געוואויר געווארן דערפון האט מען געשיקט א בריוו, אזוי ווי מען קען נישט טרעפן א בי"ד וואס זאל שיקן אן הזמנה משום כבודה פונעם אשת חבר ע"ה פון רביה"ק זי"ע וועמען די בעלי מחלוקת האבן געניצט פאר א שטעקן, בעט מען אז מען זאל מאכן א זבל"א, און הכל על מקומו יבוא בשלום.

אנשטאט צוריק צוענטפערן ווי נארמאלע מענטשן אז מען גייט צו דין תורה, האבן זיי אפגעשריבן א לאנגער בריוו א שטיק לצנות. (די "שטר מתנה" איז ערשט געבוירן געווארן לעצטענס.)

ווען קהל האט געזעהן אז מען האט נישט מיט וועם צו גיין צום טיש, האט קהל נאכן אנפרעגן די דעמאלס'דיגע דיני הקהלה באין ברירה גערופן די גזלנים אין געריכט, אז זיי זאלן תיכף ומיד צוריק געבן דעם גזילה.

דער ריכטער האט אבער גע'פסק'ט אז וויבאלד עס איז שוין אדורך געגאנגן דעם דעד ליין פון די אמעריקאנער געזעצן ווילאנג מ'קען יענעם ריפן אין געריכט איבער א פאלשע איברעשרייבונג, קען דער ריכטער גארנישט טון.

פארשטייט זיך אז קהל האט נישט געקענט, און קען נישט, ע"פ הלכה אויפגעבן די רעכטן פון די נכסי הקהלה.

עס איז נישט די צייט דא אראפצוברענגן אלעס וואס האט אריבערגעלאפן אינצווישן, און וויפיל קהל האט אלס צוגעשטעלט לכבודה פונעם רביצין ע"ה.

נאך עטליכע בעטענישן אז מען זאל פאררעכטן דעם סוער וועלכע האט מערערע מאל איבערגערינען, און די ביטעס איז געפאלן אויף טויבע אויערן, האט קהל אן קיינע ברירות פארשפארט דעם אפלויף פאר עטליכע שטונדען, אפשר אזוי וועלן זיי פארשטיין אז א פראבלעם ברויך מען פאררעכטן, און מען קען נישט לאזן סתם אזוי איבערלויפן דעם אפלויף.

אנשטאט צו איינזעהן דעם פראבלעם און דאס פאררעכטן, ניין, מ'גיי מיר אנקלאגן קהל אין געריכט! נישט נאר אויפן סוער, נאר אויך פארן האלטן עירקאנדישאן'ס אויפן דאך און אלעס וואס מען קען קלאגן רעכטס און לינקס. איי רוף צו די"ת? ניין, אין נזקקין! איי קהל האט שטענדיג געוואלט גיין צו דין תורה? אבער ניין, אין נזקקין! און לאמיר שוין זאגן אין נזקקין, וואו שטייט אז מען מעג יענעם רופן אין געריכט צוליב אין נזקקין? דאס לאז שוין פאר אונזערע רע-בנים... איי לאמיר גיין צו דין תורה און דער בי"ד וועט די ערשטע זאך דן זיין אויב עס איז אין נזקקין? ניין, דין תורה איז פטור אבל אסור...!

שוין, אז די תורה-אויסרייסער רופן אין געריכט, האט קהל אריינגעגעבן א קאנטער-קלעים, דהיינו אז לאמיר שוין זאגן אז דער הויז באלאנגט פאר די גזלנים, אבער די אלע ארומיגע לאנד באלאנגט דאך זיכער פאר קהל.

העמער נישט אריינגיין אין די גאנצע טענה'רייען און השתלשלות, סך הכל האט דער ריכטער געהייסן אפשפארן דעם מושב לצים, דער ארט וואו פעך און שוועבל האבן זיך געגאבן אויף אלע גדולי הדור, באנאזאם מיט משקה און הוליערייען, זאל זאפארט ווערן פארשפארט, און בלויז איין פאמיליע קען דארט וואוינען.

האט קהל געהאפט אז ווען די הולכי בערכאות וועלן זעהן כי כלתה עליהם הרעה, וועלן זיי כאטש יעצט מסכים זיין צו דין תורה. אבער ניין, וויפיל בריוו'ן און שליחות'ער מען האט נאר געשיקט, איז דער ענטפער געקומען: ניין, מיר גייען נישט צו דין תורה בשום אופן.

האבן די אנשי דלא מעלי געקלערט, שלו' עלי נפשי, געקלאגט, פארלוירן, און אלעס בלייבט ביים אלטן. האט קהל באשלאסן אז מען גייט פרובירן אויף אלע אופנים צו ברענגן דעם סיכסוך לדין תורה.

צום אלעם ערשט האט קהל אפגעשלאסן די הייס וואסער וואס קהל האט צוגעשטעלט טאג טעגליך ביז דאן. אבער גארנישט, קיין שום ווילן צו גיין צו דין תורה. האט מען אפגעשלאסן די עלעקטריק וועלכע לויפט דורך דעם גרויסן ביהמ"ד, אבער ווידער אין קול ואין אונה. האט מען אפגשלאסן די וואסער, אבער גארנישט, פון דין תורה קיין רעדע. האט מען אפגעשלאסן די סוער, אבער ניין, מען וועט ציען עלעקטריק, וואסער, און אפילו גראבן אן אייגענעם אפלויף טאנק אבי נישט נכשול צו ווערן מיט דער זאך וואס הייסט "דין תורה"!

האט קהל באין ברירה געבעטן דעם געריכט אז זי זאל אינפארסירן זייער פסק, און קלאר ארויסגעשריבן, אז אויב די הולכים בערכאות שרייבן אונטער שטרי ברורין, זאל דער ריכטער אפלאזן דעם גאנצן עסק.

אבער... ניין! מיר וועלן ענדערש ארויסגעבן א "דין מסור" ווי איידער זיך שטעלן צו דין תורה!

דאס איבריגע איז היסטאריע.

נאכדעם וואס די חיות בצורת אדם האבן זיך אונטערגעווארפן אונטערן טראקטאר ווען קהל האט אויסגעגליכן די שטח ארום דעם ביהמ"ד הגדול כדי צוצושטעלן נאך פארקינג פאר די מתפללי ולומדי ביהמ"ד, האט קהל ווידער געשיקט אן אפענעם פארלאנג אז זיי מען וועט נישט צורירן די אלע שטחים ביז צען טאג, כדי צו געבן נאך א געלעגענהייט פאר די מרימי יד בתורת משה זיך צו שטעלן לדין תורה.

וואס איז דער ענטפער? א בריוו מיט שטותים והבלים וואס מען ניטאמאל גלייבן אז מען רעדט דא פון ערוואקסענע מענטשן.

1) קהל האט גערופן אין געריכט! (לאכט נישט, פלענטיף מיינט אנגעקלאגטע, און דעפענדענט מיינט קלעגער)

2) קהל איז דינם כמסרבים לדין. (פרעגט נישט פארוואס)

3) ע"פ הלכה טאר מען נישט גיין צו דין תורה. (הלכה למשה מסיני)

4) קהל האט חרוב געמאכט דעם ביהמ"ד. (אנטשולדיגט: מושב לצים)

5) קהל האט נישט געשיקט קיין הזמנה לדי"ת. (עפעס א אומבאקאנטער בריוו איז עפעס אנגעקומען, עיין הבריוו מזלמן לייב וואלדמאן)

6) דער עיקר (מיט די גרעסטע ווערטער) זיי האבן פאליציי! (אבי זיי זאגן וואס עס טוט זיי באמת וויי)

7) קהל ברויך רופן צו דין תורה (קיין ווערטל) און אויך נאר נאכדעם וואס דער מושב לצים איז אפען. (ווייל ווען עס איז געווען אפען האבן די הולכים בערכאות יא געוואלט דין תורה...) 

תמצית דבר: די מרימי יד בתורת משה האבן קיינמאל נישט גערופן אין געריכט, און דין תורה איז אסור בכל אופן!

איז טאקע צום האפן אז די מחללי ש"ש וועלן טאקע פון היינט און ווייטער נישט האבן קיין שום טענות ומענות פאר קהל.

גאסט » 22/6/2010 21:14

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 22/6/2010 21:15

[בילד – נישט אפגעהיט]

בשמחה_תמיד » 22/6/2010 23:47

(רעכטער:)
הולכים בערכאות: קיין רעדע פון דין תורה! אמת לאמיתו!

[בילד – נישט אפגעהיט]

דיןתורה » 22/6/2010 23:50

רעכטער
ברענגסט ארויס א שטארקע פוינט

דא קען מען זעהן ווי ווייט עס איז זייער סירוב לדין תורה ר''ל
ווייל ער ווייסט אזוי גיט, אז נאר זיך אליין'ס גייט ער אפטוהן ווען ער וועט נישט וועלן קומען צו די''ת אין דאך נעמט ער דעם וועג

לו יהא, אז ער דארף נישט קומען צו דין תורה
אבער אים לוינט ערנדערש צו דערלייגען די גאנצע סטעפס ווי איידער זיך שטעלן צו דין תורה

לכאורה האלט ער אז די ערגסטע קען געשעהן פאר אים ווען ער וועט זיך שטעלן צו דין תורה
אין וועגן דעם איז ער מסרב שוין איבער 20 יאר ר''ל

רעכטער » 23/6/2010 00:02

זיי זאגן דאס אליינס.

די מרימי יד בתורת משה זאגן קלאר, אויב דין תורה, קען מען בשום אופן נישט דן זיין דעם דירה זעלבסט.

פארוואס? מען ברויך נישט קיין קאלקעלעטאר. ע"פ תורה האבן זיי נישט קיין שום זכות אינעם דירה, פינטל.

דיןתורה » 23/6/2010 00:53

דאס אז איז אבער נישט קיין היתר פאר בני יואל
צו רופן אין ערכעות אין מאכען א חילול ד'

אז די ווילסט נישט, אז ס'זאל ארויסקומען אין די גאס א בריוו פין א בי''ד אז עס איז נישט דיין'ס
נו געב עס ציריק מיט א אנדערע ניגון, למען השלום אדער פארהאנדלונג אד''ג
אבער צירוקצוהאלטען די גאנצע בנין אין רופן אין ערכעות עובר זיין אויף גניבה, אין מרים זיין בתורת משה אין מחלל זיין ש''ש
אויף וועמענס אחריות?

נישט צום גלייבן

רעכטער » 23/6/2010 02:00

ביי די אלע עזות פנים'ער איז די תורה הק' רח"ל נאר א מיטל. ווייט פון א ציל ליידער.

דער הייליגער בעלז'ער רב רבי יושע'לע זי"ע זאגט אויפן פסוק וואס בלעם האט געזאגט תמת נפשי מות ישרים ותהי אחריתי כמהו, אז דאס איז דער דרך פון די פושעי ישרא', איך וועל לעבן א לעבן וואס האט מיט די תורה גארנישט, אבער שטארבן וויל איך ווי א איד...

וויפיל מאל קהל האט נאר געבעטן אז די מרימי יד בתורת משה זאלן קומען צו דין תורה ווי א איד, זענען אלע בעטענישן ליידער געפאלן אויף טויבע אויערן. די תורה איז ביי זיי טאטאל אפגעפרעגט ווען זי גייט נישט אין זייערע דרכים נעבעך.

Lechtiger » 25/6/2010 01:55

ס'איז פשוט אז יעדער פארשטייט נאר זיין צד, איך וויל נאר פרובירען מסביר זיין אפאר פונקטען וואס ס'איז נאך נישט ארויסגעברענגט געווארען געהעריג דא אויפען פארום.

קודם כל איז כדאי צו וויסען אז דין תורה איז נישט געמאכט געווארען פאר באגאבונדען צו האבען נאך א שטעקען צו שלאגען. שמוע בין אחיכם מיינט ווען צוויי אידען האבען א סכסוך אין זיי קענען זיך נישט פארגלייכען, זאגט די תורה גייטס צום בי"ד. ווען ס'קומט א חי' א בעל מחלוקת אין נוצט די"ת פאר זיינע צוועקען צו טשעפענען, רודפ'ן א.ד.ג., וועט אן ערליכער בי"ד בכלל נישט אנעמען זיינע טענות. "קעיס דיסמיסד" איז אויך שייך ביי א בי"ד. נאר ליידער דא אין גלות אמעריקע איז שווער פאר א בי"ד דאס צו פראקטיצירען למעשה. די סיבות דערצו איז נישט כדאי דא אויסצושמעוסען ברבים, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די קאנסעפט.

די עצם סכסוך איז ווי פאלגענד: קהל וויל דאס הויז מחמת צוויי סיבות. איינס, זיי טענה'ן אז ס'איז זייערס, אין די דיד פון בית פיגא איז בגניבה איבערגעשריבען געווארען. צוויי, זיי דארפען האבען דאס פלאץ אדער עכ"פ א חלק פאר א חדר/שטוב פאר זייער רבי, וואס היינט איז עס שטארק אין סטייל ביי די גרויסע רבי'ס צו האבען אזא סארט שטוב ביים מזרח וואנט נעבען דעם עמוד. ווייטער בית פיגא טענה'ן אז די נכס האט באלאנגט פאר הרבנית הצדיקת ע"ה, ס'איז לעגיטים איבערגעשריבען געווארען - אידישלעך און גוי'שלעך - דורך די דעמאלטדיגע ראשי הקהילה ה"ה ר' לייבוש לעפקאוויטש, רש"מ ראזנער און ר"מ פרד"מ. ממילא דארף די ביהמ"ד - כפי הצוואה - ווייטער אנגיין, אין זיי די אפוטרופסים וואס די רביצין ע"ה האט געשטעלט דארפען זעהן דאס אויסצופירען.

ס'איז וויכטיג צו באטאנען פאר די אלע וואס ווייסען נישט אדער ווילען נישט וויסען: בימים ההם זענען די א.ד. אידען געווען פולשטענדיג ראשי הקהילה אין זיי האבען געהאט דאס רעכט און כח צו פארקויפען/איבערשרייבען נכסי הקהילה לויט זייער פארשטאנד וואס ס'איז אין די אינטערעסען פון די קהילה און כבוד בית רבינו. ס'איז ווי למשל אז די היינטיגע קהל זאל איבערשרייבען די הויז אויף איהעל קט. אויף קארפ אבני צדק. איך האב דערמאנט די הויז אויף איהעל קט. ווייל צאנז קט., מיין איך איז קיינמאל נישט געווען אויף קהל'ס נאמען. אפילו קהל/ישיבה האבען דאס געפיינענסד.

אויך איז כדאי צו וויסען, אז א גרויסע חלק פון דעם הויז האט די רביצין אליינס געבויעט
פון איר אייגען געלט.

ווער ס'וויל טראכטען גראד, פארשטייט אז די סכסוך איז נאר איבער "די הויז". די אלע אנדערע אישוס וואסער, סוער, לעקטער זענען נאר דרכים צו מאנעווירען די "עיקר" ציל. ווען ר"ד עקשטיין זאל וויסען אז די הויז וועט ער "קיינמאל" נישט באקומען וואלט ער לכאורה אפגעלאזט די אנדערע זאכען. (איך זאג לכאורה, ווייל אפשר וואלט ער עס נאך אלטס געטאן סתם צו פייניגען...). כדי צו באקומען דעם הויז אדער לכה"פ דעם אזוי געגארטען שטוב, טוט ער די אלע פעולות ווי צומאכען לעקטער, סוער און וואסער, אלעס כדי צו דעמאלאזירען די אנשי הרעבעצין זיי צו צווינגען צו פארהאנדלען מיט אים. ער איז אפילו גרייט צו געבען געלט [ווען ער טענה'ט אז ס'איז זיינס...], ער האט פאריגע וואך געשיקט אנטראגען (פאר'ן גאנצען הויז) זעקס מיליאן דאלער!!!

יעצט בנוגע די קארט. בשנת תשנ"ה האט קהל געקלאגט בית פיגא/די רביצין אין קארט בנוגע די בעלות אויפען הויז. אזוי אויך האבען זיי געקלאגט משה פריעדמאן און שלמה מיכל ראזנער. קהל איז מודה אז זיי האבען נישט געשיקט אן הזמנה, מיט א תירוץ אז קיין שום בי"ד האט נישט געוואלט שיקען אן הזמנה מחמת כבודה פונעם אלמנותו של מלך, אין נאכען שיקען א בריוו אז קהל וויל א די"ת, אין ס'איז נישט גענטפערט געווארען (לשיטתם) פאזיטיוו, זענען זיי געגאנגען ברשות בי"ד אין קארט. די רשות/היתר בי"ד איז עד היום הזה קיינמאל נישט געזעהן/געוויזען געווארען. אזוי אויך האט מען קיינמאל נישט געהערט פון וועלעכע בי"ד ס'איז די רעדע. מ'דארף באמערקען אז בימים ההם איז געווען יד החסידים על העליונה ווי קיינמאל בעפאר, אין מ'האט נישט געקענט באקומען א הזמנה לדי"ת? פאר" משה/מיכל" האט בי"ד אויך נישט געוואלט שיקען א הזמנה? לפי ידיעתי האבען משה/מיכל ניטאמאל באקומען דעם "בריוו". אינטערסאנט אז די בי"ד וואס האבען געגעבען די היתר צו גיין אין קארט האבען נישט געקענט שיקען אן הזמנה.


למעשה האט קהל דערלייגט ביג טיים. ממילא איז פארשטעדליך אז די הנהלת הביהמ"ד איז נישט גרייט נאכאמאל דן זיין איבער'ן בעלות נאכדעם וואס מ'האט זיי געשלעפט אין קארט וואס לפי שיטתם און לפי פשטות געווען "שלא" ברשות בי"ד.


דערפאר טוט קהל/דוד אזאנע מאדנע שטיקלעך, ווייל אזוי האפט ער אז ער וועט צווינגען די הנהלת הביהמ"ד צו פארהאנדלען. ווען ער האט ווען באמת א תביעה אויף סוער, פארקינג אדער גראז קען ער ווען שיקען אן הזמנה. ס'טאקע דא אן הלכה אז מ'קען כאפען וואס ס'איז דיינס, אבער ווען ס'דא גראז פאר א בנין פאר איבער דרייסיג יאר, אין פאר איינער וואס ס'ווייסט בכלל נישט אז ס'דא א סכסוך זעהט עס אויס ווי א חלק פונעם פראפערטי, איז בנוהג שבעולם אז מ'שיקט אן הזמנה. נאר וואס האט ער דערפון אז בית יואל וועט זיך שטעלען צו די"ת אויף די גראז? נאר ווי פריער ערווענט רעדט ער זיך איין אז טעראר וועט זיי אראפנאגלען צום פארהאנדלונגס טיש. דערפאר טוט הנהלת הביהמ"ד- לפי הוראות הרבנים און לפי השכל - אים צוריקפייטען דארט ווי ער האט אנגעפאנגען - אין קארט
.

ממילא איז פשוט אז אפילו נאך אלע זיסע ערקלערונגען פון קהל/דוד פארוואס ער דארף טוהן די ווילדע שריט, ברעכען זיי זיך נישט בכלל. ווייל מצד בית יואל איז די דעספיוט איבערען דיד געשלאסען! בעזר השם וועט מען צירוק עפענען די בית המדרש גאנץ בקרוב, אין איינמאל ס'איז אפען וועט שוין אויסמאכען גאנץ קנאפע וואס קארט וועט פסק'ן איבער'ן שטח פאר'ן בנין, צו גראז צו פארקינג
...

תם ולא נשלם. איך האף בקרוב צו באשרייבען מער פארוואס רד"ע האט אזוי שטארק ליב די"ת און ווי שטארק ער איז א ציית דינא
.


 

 


תוקן על ידי Lechtiger ב- 25/06/2010 02:01:19

מבקש_האמת » 25/6/2010 02:04

דיין גאנצע דרשה איז נישטא קיין שום חידושים, סתם געקייט וואסער און געמאלן שטרוי.

לעצם הענין, יעדע זייט האלט אז ער איז גערעכט. די שאלה איז יעצט וואס ווייטער?

נניח אז ר' דוד עקשטיין האט נישט געמעגט גיין אין געריכט, אבער וואס וואלט למשל געווען אויב ער געווינט תשנ"ה דעם גאנצן הויז אין געריכט און שלאגט ענק נאכדעם פאר צו קומען צו די"ת, וואלטן ענק דעמאלטס אויך געשריגן "אין נזקקין", אדער געקומען צו לויפן אויף אלע פיר?

יעצט האט ער טאקע נישט דאס הויז, אבער ער שלאגט פאר זייער א נארמאלע זאך, לאמיר זיך שטעלן צו די"ת! וואס איז א חילוק צי ער האט יא אדער נישט געמעגט דאן גיין, ענדערש וועט מען זיך קלאמערן אנצוהאלטן די מחלוקת און דעם פייער, האבן צוגעשפארט די אייגענע שוהל, אבי נישט חלילה וחס אנצוקומען צו דין תורה?!

איך פארשטיי אז ענק מוזן האבן די העצעריי פאר ענקער עולם, וואס לעבט נאר פון אזעלכע שגץ שטיק, אבער דאס אלעס איז נישט קיין תירוץ פארוואס נישט צו ברענגען דעם סכסוך איינמאל פאר אלעמאל צו די"ת!

Lechtiger » 25/6/2010 03:08

מיר זעהט נישט אויס ווי איך האב געקייט וואסער. איך זעה אז דו זאגסט שוין "נניח אז ר' דוד עקשטיין האט נישט געמעגט גיין אין געריכט". אז דו קענסט עס זאגען אפילו פאר א "נניח" איז מיר עס אויך ווערט.

יעצט צום ענין:

פרעגסט ווען ער געוואונט ווען. ער האט למעשה פאלוירען. ווען ער געוואונט, אין ער וויל נאך אלס גיין צו די"ת, אודאי וואלט בית יואל געגאנגען, משוגע אינגאנצען זענען זיי נישט. נאר ער איז אויך נישט אין ס'וואלט קיינמאל נישט פאסירט.

ווען בית יואל זאל ווען אויסלויפען פון אלע אפציעס, וואלטען זיי זיך דעמאלטס אוועקגעזעצט און דן געווען צו זיי זאלען אנעמען דוד'ס אפפער צו פארהאנדלען. אבער ב"ה זיי האלטען נישט דארט. ס'איז דא ברוך השם מערערע אפציעס און גוטע טשאנסען אז די געריכט זאל פסק'ן לטובת בית יואל. סאו פארוואס זאלען זיי יעצט אויף געבען די רביצין'ס נכסים? 

ראדני_קינג » 25/6/2010 03:18

פארוואס גיין צו דין תורה מיינט אויפגעבן, די איינציגע זאך וואס איר וועט אויפגעבן איז די אש המחלוקה.

איר וועט דאך ממילא געווינען ווייל הדין עמכם.

רעכטער » 25/6/2010 03:37

טאקע, די הולכי בערכאות האבן קיינמאל נישט געקלאגט אין געריכט. קהל האט פשוט גערופן די מרימי יד בתורת משה אין געריכט פארוואס זיי האבן צוגעשפארט די סוער, אמת?

 

און ווי ראדני_קינג זאגט, די שאלה איז נאר פארוואס די געריכט ליבהאבער האבן אזוי מורא זיך צו שטעלן צו דין תורה אין די צייט וואס זיי האבן דאך א "שטר מתנה" אז דאס איז זייער. ס'קומט צום לאכן ווען די שרייבסט נאך מיט אזא ערנסטקייט אז די הויז איז "לעגיטים איבערגעשריבען געווארען" אין די צייט וואס דער שטר איז נאך א 'בן שנה' און האט נאכנישט אויסגעפילט איר שנה ראשונה.

 

און ס'איז קיין חילוק אויב די רביצין ע"ה האט ארייגעלייגט געלט אין א דירה וואס באלאנגט פאר די חברי הקהילה. דאס איז אויסער דעם וואס זעקס מיליאן דאלאר קען דאס דעקן הונדערטער מאל...

 

און ס'איז קיין סוד אז די אלע אישוס איז בלויז ענק צווינגען דין תורה. פאקטיש מעג קהל טון אויף איר פראפערטי וואס זי באגערט. און א וודאי און אוודאי ווען זי איז די וואס וויל דווקא די"ת.

 

נאכאמאל און נאכאמאל, קהל קען טון אויף זייער שטח וואס זייער הארץ גלוסט. אויב האבן ענק נישט געוואלט גיין לדי"ת, האט קהל אלע רעכטן צו רעכענען דעם גאנצן שטח אלס זייערס, און די קענסט נישט האבן קיין שום טענות ומענות ווען קהל טוט אויף זייער פראפערטי כל מה שלבם חפץ. און אז די רעדסט פון נוהג שבעולם האב איך נייעס פאר דיר, אז נוהג שבעולם (איך רעד פון וואס פאלגן נאך דעם שו"ע), ווען איינער רופט צו דין תורה, גייט מען! נישט מען ענטפערט צוריק א בריוו מלא לצנות. און איך רעד שוין נישט פון דעם נוהג שבעולם אז ווען די סוער רינט אריין צום שכן פאררעכט מען דאס. עס איז נישט קיין סוד אז ביי ענק הייסט נוהג שבעולם גניבה וגזילה, כ'מיין אלעס איז מיינס... קהל האט אלעס צוגע'גנב'עט...

 

און אויב ווילן ענק דווקא נישט גיין צו דין תורה, דעמאלס פארוואס ווארפן ענק זיך אונטער דעם טראקטער און פראטעסטירן ווי א כאפטע משוגעים אין די צייט וואס ענק זאגן דאך קלאר אז ענק ווילן נישט די"ת?

 

און נאכאמאל, קהל איז מסכים אויפצוגעבן אלע רעכטן פון דעם דירה אויב בי"ד וועט פסק'נען אז די געריכט קלעגער האבן א דין פון אין נזקקין. דאס קענען נישט די הולכים בערכאות אליין פסק'נען, און אויך נישט ענקער איינזייטיגע דיינים. ווי האבן די דריי מרימי יד בתורת משה די פרעכע חוצפה אפען ארויסצושרייבן אז זיי גייען נישט גיין צו דין תורה בשום אופן.

 

און נאכאמאל, דריי נישט קיין קאפ. אין תשנ"ה האט קהל קלאר געבעטן צו מאכן א זבל"א, און דער ענטפער איז געווען א גרויסער ניין. טא קום נישט יעצט באקן געשיכטעס.

 

און די אלע בויך ווייען אז קהל האט דאן גערופן אין געריכט טא מעגט איר אויך רופן אין געריכט, טאקע פאר אט די סיבה האט די תורה געהייסן גיין פאר א בי"ד, און אויב זיי זעהן איין דעם גערעכטיגקייט, ווערט דאס א פאקט. לויט מיין אינפארמאציע ביסטו נישט קיין דיין ביי ווען די צוויי צדדים האבן אונטערגעשריבן שטרי ברורין.

 

דאס איז נאר א געפערליכער פארברעך צו זאגן אז דין תורה איז נישט אינטערסאנט פאר מיר, נאר איך וויל דוקא יא הערן וואס דער געריכט האט צו זאגן. דאס גרעניצט זיך אין כפירה ר"ל. און די הלכה זאגט קלאר, אז איינער וואס באקומט עפעס פון געריכט שלא ע"פ תורה איז א גזלן, און אזא איינער איז א ריכטיגער כופר ר"ל.

 

ווער ס'איז א ציית דינא ברויכסטו נישט אראפברענגען, ווען די גאנצע וועלט האט געזעהן ווי שיין די דריי מסרבים לדין האבן זיך געשטעלט צו דין תורה. 

Lechtiger » 30/6/2010 00:03

 ראדני_קינג 

אן אריין גיין אין די גרויסע מחלוקת צווישען די היידפארק ת"ח, צו "אין נזקקין" איז א חיוב אדער פטור. אבער א רעכט איז עס עכ"פ זיכער. ממילא איז נישט שייך צו זאגען חילול השם אויב זיי טוען להלכה.


רעכטער

כ'האף אז ס' נישט א שאד אויף מיינע ווערטער, ווייל ס'זעהט מיר אויס ווי דו ביסט בכלל נישט גרייט צו הערען אויב ס'דא (עכ"פ) א טראפעלע אמת ביים אנדערען צד. אלזא לאמיר איבערגיין נאכאמאל שטאטעליך.

ווען קהל/עקשטיין האט צוגעמאכט די סוער איז קהל בית יואל געגאנגען אין קארט. ווייל ווי יעדער פארשטייט און ווי דו האסט אליין מסביר געווען איז בכלל נישטא א סכסוך אויף סוער, וואסער, לעקטער, געז אדער גראז. דאס אלעס זענען נאר אמצעים. ממילא האט הנהלת הביהמ"ד געטאן לפי השכל ולפי הוראת הרבנים, געגאנגען צירוקפייטען דארט ווי עקשטיין האט אנגעהויבען - אין קארט.

דיין סטעיטמענט אז די שטר מתנה איז אין די שנה ראשונה צו נישט, מאכט בכלל נישט קיין נפק"מ. די עיקר איז אז די דיעד וואס ס'איז שוין דרייסיג יאר אלט איז חי וקים, וואס א דיעד האט דאס שטערקסטען כח להלכה ווייל דאס איז די סדר פון איבערשרייבען נכסים, נאכדערצו ווען ס'געווארען אפראווד ביים אטורני דזשענעראל וואס ס'מאכט זיכער ביי אלע זייטען אז ס'איז אויסגעהאלטען.
פון דיין און פון דיינע קאלעגען'ס תגובות, זעהט מען אז פון אזויפיל לייענען און הערען עקשטיין'ס דרשות מיינט עטס אז זלמן לייב וואלדמאן האט עס במחתרת איבערגעשריבען די דיעד. ניין, ניין און נאכאמאל ניין. די דעמאלטיגע קהל האבען עס איבערגעשריבען, ווייל זיי האבען פארשטאנען אז ס'איז אין די אינטערעסען פון די קהילה און למען כבוד בית רבינו. מ'קען דאס איבערפרעגען פון רש"מ ראזנער און ר"מ פרד"מ. די גאנצע "שטר מתנה" האט נאר אויסגעפעלט ווייל די רביצין ע"ה וואס חוץ פון איר צדקות איז זי אויך געווען א גרויסע חכמת, און זי האט פארשטאנען אז אין יארען ארום וועלען אויפקומען אזוינע "עקשטיין - קהל פראטעקארס" און זי האט זיך געוואלט באווארענען פון דעם. דערפאר האט זי עס געוואלט מאכען אויסגעהאלטען אויף אלע אופנים אין אפילו געוואלט באצאלען דערפאר בכסף מלא.

שרייבסט "ווען איינער רופט צו דין תורה, גייט מען! נישט מען ענטפערט צירוק א בריוו מלא לצנות". אמת ויציב!, אין אזוי וואלט מען געטאן ווען מ'רופט צו די"ת ווי ס'איז איינגעפירט אין די גאנצע וועלט, מ'שיקט אן הזמנה. ווען מען שיקט א בריוו, ענטפערט מען א בריוו. קהל האט געוואלט זבל"א? איך אויך. אבער אז איר מאכט זיך ווי איר פארשטייט נישט וועל איך אייך מסביר זיין. אז מ'שיקט א הזמנה אין מ'קען זיך נישט פארגלייכען אויף א בי"ד אדער אז ביידע צדדים ווילען לכתחילה, גייט מען צו בוררות. אבער מען דארף - און עכ"פ אזוי איז איינגעפירט, אז קודם שיקט מען אן הזמנה פון א לעגיטימע בי"ד, נישט מען שיקט א בריוו. משה פריעדמאן און שלמה מיכל האבען געזאגט פאר'ן בי"ד אז זיי זענען גרייט צו גיין צו די"ת אין האבען געווארט פאר א דעיט, די נעקסטע זאך איז געווען...א סאמאנס.

לו יהא אז קהל האט געהאט א היתר, איז עס געווען א סוד און מ'האט עס קיינמאל נישט מפרסם געווען אדער געוויזען (אפשר פאר'ן וויענער רב...). ממילא פאר'ן נאקעטען אויג זעהט עס אויס ווי הליכה לערכאות וואס אויף דעם איז געזאגט געווארען "אין נזקקין לו".

איינזייטיגע דיינים". מיט די טענה קענסטו אפפרעגען די גאנצע תורה. סאו לאמיר אייך מסביר זיין: ביי דיני ממונות דארף זיין א בי"ד "המרוצה" לשני הצדדים. אבער ווען בית יואל האט פריוואט א שאלה פרעגען זיי די רבנים ביי וועם מ'פרעגט אלע שאלות. איעדע רב וואס ס'קען די מציאות הדברים אז קהל איז געגאנגען צוערשט אין ערכאות אן קיין שום היתר קען פסק'ן צו ס'שייך דא אין נזקקין. דיין טענה אז ס'איז נישט גענוג א שאלת חכם אין נאר א בי"ד קען פסק'ן, איך וועל אייך זאגען די אמת איך האב קיין חושן משפט נישט געלערנט, ממילא ווייס איך נישט. אבער דאס איז אמאל זיכער אז "בי"ד" מיינט נישט א לעדערהעד. אז דריי ת"ח זיצען אין פסק'ן איז אויך א בי"ד. איך האב נאר זייער געלאכט פון דיין חידוש אז מ'זאל אינטערשרייבען שטרי בירורין אויף די עצם טענה פון "אין נזקקין", דאס האסטו שוין גע'גנב'ט פונעם שפיץ חכם "הרב" לישע הורוויץ. ממילא קען איך נישט ענטפערען דערויף, איך בין נישט גענוג קלוג דערפאר.

און אגב, איינע פון די רבנים ביי וועם מ'פרעגט אן אלע שאלות זינט די אנהויב פונעם קעיס, האט גראדע א לעדערהעד און איז איז עוסק תמיד אין חו"מ.


תוקן על ידי Lechtiger ב- 30/06/2010 00:14:26

ערענסטער » 30/6/2010 00:26

 וואס קען שוין געשען אויב די בני יואלע וועלען יא קומען צי דין תורה, אין מען וועט דארטען פסקענען אלעס על פי תורה
מ'רעדט דא נאר פון א דין תורה על פי שלחן ערוך. עטץ דארפטץ נישט האבען אזא עקשנות נישט צי קומען.
 
אין פון ענקער סטראטרעגיע פון חוזק מאכען פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין וועט ענק גארנישט העלפען סייווי מער ווי זיך קומען מתדיין זיין על פי תורה.

היראים » 30/6/2010 00:58

נאך אזעלכע שטותים פין דיינע 2 לאנגע תגובות  איז א שאד צו נעמען די מי אין די ענטפרן
ספעציעל נאכדעם וואס רעכטער האט דאס אזוי שיין ערקלערט
איך וויל נאר באמערקן אפאר הערא'ס פין די פרעכע שקרים אין געמאכט פאקטען

 ראדני_קינג 

אן אריין גיין אין די גרויסע מחלוקת צווישען די היידפארק ת"ח, צו "אין נזקקין" איז א חיוב אדער פטור. אבער א רעכט איז עס עכ"פ זיכער. ממילא איז נישט שייך צו זאגען חילול השם אויב זיי טוען להלכה.
גיי טאקע נישט אריין אין די מחלוקה
קום צו א בי''ד, שרייב אינטער ש''ב אין זאל דאס זיין די ערשטע דיון אויב אין נזקקין
ביי יעדע די''ת איז מען די ערשטע זאך  דן אלע מיני אמתלאות קעגן די דיון אין אלע אופני הדיון


רעכטער

כ'האף אז ס' נישט א שאד אויף מיינע ווערטער, ווייל ס'זעהט מיר אויס ווי דו ביסט בכלל נישט גרייט צו הערען אויב ס'דא (עכ"פ) א טראפעלע אמת ביים אנדערען צד. אלזא לאמיר איבערגיין נאכאמאל שטאטעליך.
ווען איינער גייט אין קארט אין שרייט אויף יענעם מסור אין מאכט א לוי' מיט ס''ת קען דארט שטעקן אמת?

ווען קהל/עקשטיין האט צוגעמאכט די סוער איז קהל בית יואל געגאנגען אין קארט. ווייל ווי יעדער פארשטייט און ווי דו האסט אליין מסביר געווען איז בכלל נישטא א סכסוך אויף סוער, וואסער, לעקטער, געז אדער גראז. דאס אלעס זענען נאר אמצעים. ממילא האט הנהלת הביהמ"ד געטאן לפי השכל ולפי הוראת הרבנים, געגאנגען צירוקפייטען דארט ווי עקשטיין האט אנגעהויבען - אין קארט.
דאס איז אבער נישט קיין היתר ערכעות אז ווייל קהל האט פאר 12 יאר ציריק מיך געקלאגט אין קארט לשי' אן קיין היתר מעג איך שוין אייביג קלאגען קהל.
אין אויב יא, וואס האסטו מורא צו קומען צו א בי''ד, אין ווייז אויף אויף דיין א''ג בירור צו גיין אין קארט


דיין סטעיטמענט אז די שטר מתנה איז אין די שנה ראשונה צו נישט, מאכט בכלל נישט קיין נפק"מ. די עיקר איז אז די דיעד וואס ס'איז שוין דרייסיג יאר אלט איז חי וקים, וואס א דיעד האט דאס שטערקסטען כח להלכה ווייל דאס איז די סדר פון איבערשרייבען נכסים, נאכדערצו ווען ס'געווארען אפראווד ביים אטורני דזשענעראל וואס ס'מאכט זיכער ביי אלע זייטען אז ס'איז אויסגעהאלטען.
נו! פארוואס האסטו דעמאלטס א פראבלעם צו קומען צו א בי''ד?

פון דיין און פון דיינע קאלעגען'ס תגובות, זעהט מען אז פון אזויפיל לייענען און הערען עקשטיין'ס דרשות מיינט עטס אז זלמן לייב וואלדמאן האט עס במחתרת איבערגעשריבען די דיעד. ניין, ניין און נאכאמאל ניין. די דעמאלטיגע קהל האבען עס איבערגעשריבען, ווייל זיי האבען פארשטאנען אז ס'איז אין די אינטערעסען פון די קהילה און למען כבוד בית רבינו. מ'קען דאס איבערפרעגען פון רש"מ ראזנער און ר"מ פרד"מ. די גאנצע "שטר מתנה" האט נאר אויסגעפעלט ווייל די רביצין ע"ה וואס חוץ פון איר צדקות איז זי אויך געווען א גרויסע חכמת, און זי האט פארשטאנען אז אין יארען ארום וועלען אויפקומען אזוינע "עקשטיין - קהל פראטעקארס" און זי האט זיך געוואלט באווארענען פון דעם. דערפאר האט זי עס געוואלט מאכען אויסגעהאלטען אויף אלע אופנים אין אפילו געוואלט באצאלען דערפאר בכסף מלא.
א מאדנע שקר
ווייל רביה''ק בעל ברך משה שרייבט קלאר אין די בריוו אז די רעביצין באקומט די דירה ווילאנג זי לעבט
אפגרעדט אז ס'נישט מסתבר אז קהל זאל איר עס אוועקגעבן לעולם וועד, ווען זיי האבען עס פאקטיש געבויט (ס'ליגענט וואס די זאגסט אז די רעביצין האט ציגעצאלט, ס''ה האט זי ציגעלייגט איר אייגענע פיטשעווקעס, אבער נישט געבויט, אין אפי' יא גיבט דאס איר נישט די רעכט אויף קהל'ס הויז)
די רעביצין האט פין אנפאנג געהאט ארום  זיך די גראבע יונגען מיט די אינשי דלא מעלי (לשון רביה''ק ז''ל) אין קהל איז נישט משוגע געווען איבער צו לאזען די דירה וועלכע זיי האבען געבויט פאר אירע שטוב מענטשן

שרייבסט "ווען איינער רופט צו דין תורה, גייט מען! נישט מען ענטפערט צירוק א בריוו מלא לצנות". אמת ויציב!, אין אזוי וואלט מען געטאן ווען מ'רופט צו די"ת ווי ס'איז איינגעפירט אין די גאנצע וועלט, מ'שיקט אן הזמנה. ווען מען שיקט א בריוו, ענטפערט מען א בריוו. קהל האט געוואלט זבל"א? איך אויך. אבער אז איר מאכט זיך ווי איר פארשטייט נישט וועל איך אייך מסביר זיין. אז מ'שיקט א הזמנה אין מ'קען זיך נישט פארגלייכען אויף א בי"ד אדער אז ביידע צדדים ווילען לכתחילה, גייט מען צו בוררות. אבער מען דארף - און עכ"פ אזוי איז איינגעפירט, אז קודם שיקט מען אן הזמנה פון א לעגיטימע בי"ד, נישט מען שיקט א בריוו. משה פריעדמאן און שלמה מיכל האבען געזאגט פאר'ן בי"ד אז זיי זענען גרייט צו גיין צו די"ת אין האבען געווארט פאר א דעיט, די נעקסטע זאך איז געווען...א סאמאנס.
אבער אז די בי''ד זאגט איך קען נישט שוקען קיין הזמנה מאיזהו סיבה שהוא
פטר'ט דאס פין קומען צו די''ת?
אין די הוראה פין רבותיה''ק איז דאך באקאנט אז קהל האט א כח בי''ד
אין שלמה מיכל מיט משה זענען נישט געווען די הויפט נתבעים דא, דער הויפט נתבע האט דאן צירוק געשריבן א בריוו מלא ליצנות, (א קאפיע דערפון איז געווען אין די קונטרס וואס קהל האט ארויסגעגבן)


לו יהא אז קהל האט געהאט א היתר, איז עס געווען א סוד און מ'האט עס קיינמאל נישט מפרסם געווען אדער געוויזען (אפשר פאר'ן וויענער רב...). ממילא פאר'ן נאקעטען אויג זעהט עס אויס ווי הליכה לערכאות וואס אויף דעם איז געזאגט געווארען "אין נזקקין לו".
א בע''ד איז נישט דער וואס קען אפמאכן אויב דאס איז שייך אין נזקקין, אויב די וואלסט געוויסט אז תורה'דיג קענסטו שרייען אין נזקקין וואלסטו געקומען צו א בי''ד, זאל בי''ד עס זעהן

איינזייטיגע דיינים". מיט די טענה קענסטו אפפרעגען די גאנצע תורה. סאו לאמיר אייך מסביר זיין: ביי דיני ממונות דארף זיין א בי"ד "המרוצה" לשני הצדדים. אבער ווען בית יואל האט פריוואט א שאלה פרעגען זיי די רבנים ביי וועם מ'פרעגט אלע שאלות. איעדע רב וואס ס'קען די מציאות הדברים אז קהל איז געגאנגען צוערשט אין ערכאות אן קיין שום היתר קען פסק'ן צו ס'שייך דא אין נזקקין. דיין טענה אז ס'איז נישט גענוג א שאלת חכם אין נאר א בי"ד קען פסק'ן, איך וועל אייך זאגען די אמת איך האב קיין חושן משפט נישט געלערנט, ממילא ווייס איך נישט. אבער דאס איז אמאל זיכער אז "בי"ד" מיינט נישט א לעדערהעד. אז דריי ת"ח זיצען אין פסק'ן איז אויך א בי"ד.
שקר
זיי האבען ארויסגעגבן בריווען ווי זיי זענען מחייב די נתבעים, אפי' די נתבעים האבען זיי קיינמאל נישט געפרעגט
אין נאכדעם וואס זיי האבען פארלוירן האבען זיי געשריבן אויף די ''נתבעים''  אז זיי זענען ''מוסרים'' (נישטו ווער ס'זאל לאכען)

איך האב נאר זייער געלאכט פון דיין חידוש אז מ'זאל אינטערשרייבען שטרי בירורין אויף די עצם טענה פון "אין נזקקין", דאס האסטו שוין גע'גנב'ט פונעם שפיץ חכם "הרב" לישע הורוויץ. ממילא קען איך נישט ענטפערען דערויף, איך בין נישט גענוג קלוג דערפאר.
זייער א נערישע תירוץ ''לישע הורוויץ''
ניין די די''ת גייט נישט זיין אויב אין נזקקין, נאר דאס וועט זיין די ערשטע דיון ביים בי''ד, ווי שוין געשריבן


און אגב, איינע פון די רבנים ביי וועם מ'פרעגט אן אלע שאלות זינט די אנהויב פונעם קעיס, האט גראדע א לעדערהעד און איז איז עוסק תמיד אין חו"מ.
לו יהא, קען ער נאך אלס נישט מחייב זיין דעם נתבע אויב שרייבט דער נתבע נישט אינער ביי 'אים' קיין ש''ב


עס איז דא נאך אסאך צו ענטפרן אויף דיינע לעכערליכע שקרים,

אבער דאס איז קלאר אז אויב האט עטס א הו''א אז הצדק עמכם וואלטס עטס נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די''ת
די שטארקע טשענסעס וואס ענק האבען אין קארט איז פאר יעדען באקאנט
אין האפענטליך וועל איך קענען בקרוב פארקען מיין קאר אויף די פלאץ פין די סעפטיק אויף וואס ענק האבען זיך אזוי מוסר נפש געווען

היראים » 30/6/2010 01:17

איך וויל צייליגען נאר אפאר הערא'ס

וואס די שרייבסט אז בי''ד דארף ווען זאגען קעיס דיסמיסט
שטעל דיך פאר יעדע בע''ד וועט שרייען איך וויל גיין אין קארט און איך דארף מיט דיר נישט גיין צו די''ת ווייל ''קעיס דיסמיסד'', (אגב, אינטערסאנט אז די קארט האט עס נישט געזאגט)

דאס וואס די שרייבסט פארוואס קהל וויל דאס האבען
ווייס איך נישט פין ווי די נעמסט
לויט וויפיל איך ווייס, דארף קהל ארויסבויען די ביהמ''ד ציליב די אפטע שטארקע געדרענג יעדן יומא דפגרא, אין מ'קען נישט ציען ווייטער אויף ביידע זיין ווייל די גרויסע היכל איז אסאך ברייטער ווי לאנג
אבער דאס איז נישט די קעיס, פארוואס קהל דארף עס
ווען איך בוי א הויז אין מיין שטח אין איינער זעצט זיך דארט אריין ווען איך לאז אים שוין נישט, זאג איך אים, איך דארף עס נישט דיין געשעפט פארוואס.

דאס וואס די שרייבסט וועגן ר' לייבוש ע''ה
אה''נ ער איז דאן געווען ראה''ק,
''אבער ער האט געשריבן א קלארער בריוו אז מ'האט געפעלטש זיין חתימה
אין ער האט דאס קיינמאל נישט געגבן פאר די הולכים בערכעות''

וואס די שרייבסט וואס קהל'ס ציל מוטן צושפארען די וואסער
קהל'ס צול איז 2 זאכען, איינס ''די הולכים בערכעות זאלען ארויסגיין פין קארט'' והוא העיקר
צווייטענס זיי זאלען זיך שטעלן צו די''ת

אין לפי טענותם פין קהל, אז די פלאץ איז זייער'ס מעגן זיי טוהן דארט לויט זייער מעגליכקייט כפי אוות נפשם
פינקט ווי זיי האבען אפגעמאכט עס אויפצובויען פאר 40 יאר ציריק מעגן זיי אפמאכען עס צו טוישען

 

 


 

 




ערענסטער » 30/6/2010 02:52

ישר כח היראים פארען ארויסברענגן די נקודה.

רעכטער די האסט זייער קלאר ארויסגעברענגט וואס די דין ודברים איבער קהל'ס שטח איז

נאר איך האף אז די פלאנסט דיך נישט אראפצילאזען מיט די זאלי שרייבער, ווייל ווען ער קומט אן מיט א נארמאלע טענה מילא ס'קוקט אויס ווי ער וויל דא סתם באשמוצען די ראש הקהל מיט  ווערטער באהאלטען אונטער א באהאלטענע שלייער כדרכם, מיט מיסטריעזע  ווערטער,

ווערטער אן קיין דעקונג, ווי למשל ווער עס ווייסט ווי שטארק די ראש הקהל האט ליב דין תורה.

רעכטער, לאמיך דיך מסביר זיין עפעס, די נאכשלעפער פון די כת גלייבען שוין כמעט נישט די ליצנות וואס זייערע פירער פארפירער, פראבירען  זיי צי פארקויפעןגעבעקסען אין שקרים,  פארוואס זיי מוזען גיין אין קאורט אריין אין מאכען א חילול ה',
 
ממילא קומט ער דא פארקויפען זיינע געבעקסען ער כאפט זיך נישט אדער מאכט ער זיך ווי ער כאפט נישט אז די איבריגע וועלט וואס לעבט נישט אין זיין באבעל זענען געהריגע נארמאלע מענטשען אין לעבען נישט מיט, מיט זייערע פוסטע ליצנות. טא פארוואס זיך טענה'ן
ווען מ'וועט פרעגען א סאטמערע חסיד וויפיל 1+1 באטרעפט וועט ער ענטפערען 2. און ווען מ'פרעגט א זאלי קאפ וויפיל 1+1 באטרעפט וועט די ענטפער זיין 1+1=א טלית.



תוקן על ידי ערענסטער ב- 30/06/2010 02:56:25

ראדני_קינג » 30/6/2010 03:08

ענקער אין נזקקין טענה האט 3 גרויסע לעכער, וואס צוליב דעם זענט איר פאלנער הולכי ערכאות,

לאָך 1: מעלום לא שמענו אז "אין נזקקין" ערלויבט צו גיין בקום ועשה בערכאות של עכו"ם און עפענען א נייע קעיס, "אין נזקקין" איז א סארט טענה וואס מען קען טענה'ן בפני בי"ד אז אויב לו יצויר קהל זאל ווען ענק רופן לדין תורה האבן ענק אפשר די זכות צו טענה'ן אין נזקקין און איר זענט מעגליך נישט מחויב זיך צו מתדיין זיין איבער דעם זעלבן סיכסוך, אבער גיין בערכאות? דאס מיינט לגמרי נישט "אין נזקקין".

לאָך 2: ענקער תביעה בערכאות איז לגמרי נישט קיין המשך צו די נ"ה קעיס, פינטל, ס'נישט מעגליך זאל זיין א המשך, ווייל נ"ה האט מען דאך דן געווען איבער די בעלות פון די הויז, נו וואס פאר א גוט יאר האט ענק פונקט בשנת תשס"ד געשטיפט צו לויפן אין קארט, פלוצלינג נאך ווייס-איך וויפיל יארן וואס די קעיס איז לאנג פארשלאסן לויפט מען אין איילעניש אין קארט פאר א קלערעפיקעשן, וואס האט פאסירט דא? האט קהל צוגענומען די הויז? האט קהל געטשעפעט די הויף? האט קהל געטשעפעט די דאך אדער די בעיסמענט? וואס איז פלוצלינג די דרוק פאר א א"ג קלעריפיקעשן? אלא מאי מוז דאך בע"כ זיין אז דא איז דער דיון עפעס אנדערש אויסער די בעלות, צו א סוער, צו השתמשות, צו פארקינג, וואס די אלע זאכן האט איר פארלוירן, קען דאך דאס נישט זיין דער זעלבער דיון ווי נ"ה, ס'דאך נישט מעגליך צו פארלירן עפעס וואס מ'האט שוין יארן פריער געווינען.

לאָך 3: והוא העיקר, מעולם לא שמענו אז א בעל דין זאל זיך אליינס בינו לבין עצמם, געבן זכותים אין התירים, עס ארבעט נישט אזוי, אויב אזוי קענסטו אויסרייסן דער גאנצער ענין פון דין תורה, דאס איז א אומדערהערטע זאך און א לצנות.

רעכטער » 30/6/2010 03:52

יראים האט זייער גוט ארויסגעבענגט עטליכע פונקטן, איך וואלט נאר געוואלט צולייגן אפאר ווערטער.

ערענסטער, איך ווייס באמת נישט וויפיל איי.קיו. די קרעציגע האבן, און איך טראכט אז עס איז גאנץ מעגליך אז דער שרייבער לעבט אין ערנסטע דמיונות. אויסערדעם איז מיר אינטערסאנט צו הערן וויאזוי איינער חלום'ט הויעך.

רב ליכטיגער, איך האב זייער הנאה צו זעהן מיט די אייגענע אויגן ווי ווייט מען קען אלס איינרעדן חלומות מיט דמיונות פאר א בשר ודם, און נאכדערצו מיט אזא לעכערליכקייט. מייין שאלה איז נאר צו די ביסט דער איינגעבאקענער, אדער גאר דער בעקער אליינס. אבער דאס זעהט מען זיכער פון דיין ווערטער, ווי מחללי ש"ש קענען אלס איינרעדן פאר זייער נאכשלעפער אבי נישט צו מקיים זיין וואס שטייט אין די תוה"ק.

די דרייסט עטליכע וועגן פארוואס דער דירה באלאנגט פאר אייך, און פארוואס ענק האבן געמעגט מרים יד זיין בתורת משה רבינו ע"ה, און און גיין אין ערכאות של עכו"ם אנשטאט גיין לדי"ת.

דיינע אלע גערעדעכצער וואס פון דעם ווערט גאר געצויגן דיינע מסקנות, איז האלב דמיונות און האלב חלומות צוזאמען מיט אפענע שקרנות. ס'איז קיין פראבלעם אז די לעבסט אין עולם הדמיונות, אבער ווילאנג ענק וועלן נישט פאלגן די תורה הק', און אונטערשרייבן שטרי ברורין ביי א בי"ד, אפילו דאס זאל זיין הונדערט פראצענט אמת, איז דאס חספא בעלמא. און ווילאנג קהל זענען די וואס ווילן גיין צו דין תורה, און ענק זענען די וואס ווייזן דאס צוריק, איז קהל גענצליך בעה"ב אויף די גאנצע דירה. אפגערעדט פון דעם אז ע"פ תורה האבן ענק נישט קיין שום זכות אינעם דירה (ע"פ תורה מיינט מען ביי די וואס א 'דיעד' איז נישט העכער די תוה"ק).

בשנת תשנ"ה האט קהל נאכן נישט טרעפן א בי"ד וואס זאל גרייט זיין צו שיקן אן הזמנה, האט קהל קלאר געבעטן אין א "בריוו" אז מען זאל קומען צו די"ת, אנשטאט זיך שטעלן לדין תורה, איז דער ענטפער טאקע אויך געווען "א בריוו", אבער נישט אז מען איז מסכים זיך צו שטעלן פאר א בוררת, נאר א בריוו מלא לצנות.

אדרבא ואדרבא, לאמיר טאקע נישט אריינגיין אין דעם "הייד פארק" שמועס אויב מען מעג גיין אין געריכט צוליב אין נזקקין (ווי ראדני קינג האט גאר גוט ארויסגעברענגט), מיין מיינונג איז אז בלויז א בי"ד ווי ביידע צדדים האבן אונטערגעשריבן שטרי ברורין, קען אויף דעם פסק'ענען, און נישט די און נישט דיינע איינזייטיגע דיינים קענען דאס פסק'ענען. אבער ביז דערווייל ביסטו מכובד צו ברענגען אפילו 'איין' פוסק וואס זאל זאגן אז מען מעג גיין אין געריכט צוליב אין נזקקין.

די נעמסט מיינע ווערטער און די מאכסט דערמיט א גאנצער קאקאש-קעיק. אין מיין פריערדיגע תגובה האב איך ארויסגעברענגט אז נאכדעם וואס ענק האבן מרים יד געווען בתורת משה, און תובע געווען קהל אין געריכט, האט קהל געטון אלע מיטלען וואס שייך אז ענק זאלן קומען צו די"ת.

בשנת תשס"ד האט מען געהאט עטליכע איבערפלוסן פונעם אפפאל פון ענקער מושב לצים אריין אין ביהמ"ד הגדול, א קהל איינגעשטעלטער האט עטליכע מאל זיך געבעטן אז מען זאל דאס פאררעכטן, די געבעטן זענען געפאלן אויף טויבע אויערן. האט קהל באין ברירה אפגעשפארט דעם אפלויף אויף עטליכע שטונדען. אנשטאט צו זיך אינאכט נעמען אז דער סוער איז צוברעכן און מען ברויך דאס פאררעכטן, האבן די קראנקע באשלאסן אז מען גייט רופן קהל אין געריכט. און נישט בלויז אויפן סוער, נאר אויך געבעטן פונעם געריכט אלעס וואס מען קען נאר בא'גנב'ען קהל.

קומסטו יעצט מיט א גאנצער פשעטל און די דרייסט אויס מיינע ווערטער, און די ביסט מסביר אז קהל האט אפגעשפארט דעם סוער אין תשס"ד, האט מען ענק בלויז געוואלט צופיקסן, און צוליב דעם האבן ענקערע רבנים געהייסן אז מען ברויך גיין אין געריכט. (די ברענגסט טאקע זייער גוט ארויס וואס פארא 'רבנים' ענק פארמאגן און וואס עס מיינט ביי אייך 'לפי השכל'. די סוער רינט איבער? זייער פיין, זאל זיך גיסן! מ'האט א טענה צום שכן? ערכאות! איך ווייס נישט וויאזוי די שעמסט דיר נישט אליינס אזוי אפען צו באשמוצן דיינע רבנים נעבעך)

א באזונדער גרויל איז צו ליינען וויאזוי א איד האט די חוצפה אזוי אפען ארויסצוזאגן אז א גע'גנב'טע דיעד און א באשטעטיגונג פונעם גוי'אישן אטורני דזשענעראל איז ליידער בעסער ווי די מיינונג פון א בי"ד. וואס דער גוי זאגט איז מיר א מחי', און וואס א בי"ד זאגט איז מיר גענצליך נישט נוגע!

אבער דער שמייכל גליטשט זיך נישט אראפ פונעם געזיכט ווי מען זעהט ווי 'להלכה' איז דער דיעד דער גרעסטער כח, אבער אין די זעלבע צייט ברויך מען מסביר זיין פארוואס א בי"ד טאר דאס נישט פסק'ענען...

א בזונדער געלעכטער געמישט מיט אנטריסטונג איז דיין דעקלעראציע "איעדע רב וואס ס'קען די מציאות הדברים אז קהל איז געגאנגען צוערשט אין ערכאות אן קיין שום היתר קען פסק'ן צו ס'שייך דא אין נזקקין". לאמיר זאגן אז די "מציאות הדברים" איז וויאזוי די ווילסט, אבער פארוואס אין די וועלט ברויכטו א היתר צו גיין אין געריכט אין די זעלבע צייט וואס קהל האט די גאנצע צייט געוואלט גיין לדי"ת?! איז דין תורה טאקע אזוי 'אסור' אז מען ברויך האבן א 'היתר' צו גיין בערכאות של עכו"ם? וויי פאר אזא מויל וואס רעדט אזעלכע ווערטער. און איך רעדט שוין נישט פון דעם וואס קיין איין רב וואס זאל אויסהערן ביידע זייטן וואלט ח"ו געגעבן אזא היתר.

נאכאמאל און נאכאמאל, קענסט האבן די בעסטע טענות אויף דער וועלט, אבער פסק'ענען קען נאר א בי"ד ווי ביידע זייטן וועלן אונטערשרייבן שטרי ברורין. און ווילאנג ענק האלטן נישט ביים גיין צו די"ת, האט קהל אלע רעכטן צו טון מיט זייער דירה כאוות נפשם.

אלענספאלס, איך האף אז דיינע נאכשלעפער גלייבן כאטש עפעס וואס די שרייבסט, און זיי גלייבן יא אז ס'איז דא א טראפעלע אמת אין דיינע געבעקסן. נאכן אפבאקן א תגובה פינף טאג, זאל דיין ארבייט נישט זיין חלילה לריק.

לאמיר טאקע האפן אז די הולכי בערכאות וועלן דאך איינזעהן עס איז יא ענדערשער צו גיין צו דין תורה ווי איידער די דירה זאל ברויכן זיצן אונטער שלאס און ריגל.

ראדני_קינג » 30/6/2010 16:08

איין לעצטער גאר וויכטיגער פוינט, וואס מוז ארויסגעברענגט ווערן, איידער איך שליס מצידי דעם דעבאטע,

ווען מ'רעדט פון זייערע רבנים, אז זיי האבן געהייסן גיין בערכאות, אדער זיי האבן געפסקנט אז עקשטיין איז א מסור, וכו' וכו', מוז מען פארשטיין אז די א"ג רבנים זענען לגמרי נישט קיין נוגעים לדבר, אויסדריקליך נישט, זיי זענען די "בעלי דבר" אליינס, זיי זענען די צדדים זעלבסט, יעדער רעכטזיניגער מענטש זעהט דאס, זיי טרייבערן די גאנצע מערכה, מיטן זיך פארשלייערן אונטער א נייעם לעטערהעד, ווערט מען לגמרי נישט אויס צד.

רעכטער » 30/6/2010 17:43

ראדני, זייער א וויכטיגער פונקט וואס מוז טאקע ארויסגעברענגט ווערן.

פון די אנדערע זייט מוז טאקע אויך ארויסגעברענגט ווערן, אז אפילו די די רעדע וואלט געווען פון אמת'דיגע רבנים וואס נישט נאר זיי זאלן ווען נישט זיין די צד המחלוקה, נאר זיי זאלן זיין גענצליך מרוצה צו ביידע צדדים, וואלטן זיי פונקט אזוי געווען מיקרי שם אלילים מיטן געבן רשות פאר איין צד צו גיין אין ערכאות אין די צייט וואס דער בעל פלוגתא איז צו יעדע צייט גרייט און וויל גיין צו דין תורה.

דאס איז ליידער א אומדערהערטע הרמת יד בתורת משה פון די היינטיגע פני הדור כפני הכלב נעבעך. וואס ביי זיי איז די תוה"ק גענצליך אפגעפרעגט רח"ל.

דיןתורה » 1/7/2010 00:53

זייער תוכן'דיג גענטפערט
 
וויאזוי קען א בע''ד האבען א היתר צו גיין אין קארט וועט דער אנדערער בע''ד זאגט איך בין גרייט צו גיין צום בי''ד?

Lechtiger » 2/7/2010 22:12

אז מ'האלט שוין ביי איי קיו, קרעציגע א.א.וו. ווייס איך נישט וואס איך האב פון ענטפערען, נאכדערצו אז נאכ'ן ענטפערען זאגט מען איבער די זעלבע טענות. נאר ראדני_קינג פרובירט יא עפעס צו פרעגען צו דער זאך, אין אפילו אז ער זאגט אויך איבער די זעלבע זאך, דהיינו: קהל וויל די"ת אין אונזערע רבנים קענען נישט פסק'ן, אבער ער פרובירט כאטשיג צו דרייען יעדעס מאל מיט אן אנדער ענגעל. סאו לכבודו וועל איך ענטפערען אין טאקע אנהייבען מיט אים.

דיין הנחה אז אונזערע רבנים זענען נישט נאר נוגעים נאר גאר די בעלי דינים אליינס, - חוץ וואס דאס איז היפאקריזם אויפען העכסטען פארנעם ווייל ווען ס'פאקערט האסטו בכלל נישט דעם פראבלעם - איז עס לעכערלעך אין מופרך מעיקרא. ווען מ'האט א שאלה צו די בנין איז מיין אדער דיין קען אודאי נישט פסק'ן נאר איינער וואס איז מרוצה לשני הצדדים. אבער ווען די שאלה איז פאר "מיר" וואס איך האב צוטאן פרעג איך ביי מיין רב/דיין ביי וועם איך פרעג אלע מיינע שאלות. ווען איינער האט א שאלה אין איסור והיתר פרעגט ער ביי זיין רב וואו ער דאווענט, ביי וועם ער פארקויפט די חמץ א.א.וו., ס' איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלען און ס'וואלט געווען א גרויס עם הארצות צו זאגען אז דער רב איז א נוגע אין דו מוזט גיין פרעגען דיינע שאלות דוקא ביי א רב וואס קען דיך נישט. עס ווענד זיך אין איין זאך, איז ער אן ערליכער רב, פסק'נט ער כדת של תורה אין אויב ח"ו נישט איז נישט. יעצט אפגעזעהן וואס דו אין דיינע חברים האלטען פונעם שארמאש'ער רב, איז ער ביי אונז זייער קדוש ונערץ. שארמאש'ער רב איז א גאון וצדיק און א געוואלדיגער מתמיד וואס איז זיך ממית עצמו על התורה פון די יונגע יארען, אין זיין גרויסער דעת תורה איז אונז מאסגעבנד סיי ווען ס'זעהט אויס לטובתינו און סיי ווען ס'איז פאקערט. די בנין איז נישט זיינס אין ער באקומט נישט קיין געהאלט פון די ביהמ"ד. ס"ה האט ער געדאווענט דארט אינדערוואכען אין די הנהלה ומתפללי הביהמ"ד זענען פון זיינע שטארקע מעריצים, ממילא אלס א גרויסער ערליכער איד און ת"ח האט מען אים געפרעגט. (איך כאפ אים אן אלס משל, אבער די הנהלת הביהמ"ד האט עס דורך גערעדט מיט אנדערע רבנים אויך.) אודאי אז איינער גייט אין קארט "בתחילה" אן סתם אזוי אן קיין שום הזמנה אין ער זאגט אז ער האט עפעס א היתר דארף מען זעהן וואס גייט פאר, אבער דא זעהט דאך יעדער אז בית יואל - אפגעזעהן צו זיי זענען גערעכט צו נישט - האבען זיי ארגומענטען מיט שטארקע הלכה'דיגע טענות, ממילא האבען זיי געטאן כדת של תורה אין אנגעפרעגט ביי די רבנים וואס מ'האט צו טאן. אודאי אויב קהל וועט באשלוסען צו שיקען אן הזמנה פון א געהעריגע בי"ד (נישט א בריוו...) וועט בית יואל לכאורה ענטפערען מיט זייערע טענות אין נישט סתם איגנארירען ווייל מיר האבען רבנים... אבער ווילאנג דאס געשעהט נישט, טוט די הנהלת הביהמ"ד אזוי ווי די רבנים האבען געהייסען.

יעצט דיינע ערשטע צוויי "לעכער" זענען באמת איינס אין דערפאר האט עס איין תירוץ. איך האב עס שוין מערערע מאל ארויסגעברענגט אז ס'איז נישט דא קיין שום סכסוך איבער סוער, וואסער, לעקטער. ס'דא איין אישו: בעלות הבנין. פון אנפאנג האט עס יעדער פארשטאנען דא, פאר מ'האט געזעהן ווי מ'ציהלט. (נעכטען האט עס נאך איינער געשריבען אין אן אנדער אשכול בנוגע עפעס אנדערש ווייל דארט לוינט אזוי.) איינמאל מ'פארשטייט דאס, איז זייער פשוט אז דאס איז איין סכסוך, נישטא קיין "קום ועשה", נאכדערצו ווען ס'האט זיך אויסגעשטעלט מערערע מאל אז מ'האט דא צוטאן מיט א חי' א גבר אלים. אין קום נישט יעצט נאכאמאל אז מ'קען זיך דאס נישט אליין פסק'ן. קיינער האט זיך נישט אליין גע'פסק'נט. מ'האט געפרעגט חשוב'ע רבנים וואס זענען פאר אונז מאסגעבנד. אין אז דוד עקשטיין האט א פראבלעם דערמיט, זאל ער שיקען אן הזמנה פון א נערמאלען בי"ד אין מ'וועט דאס ענטפערען כדת של תורה.

Lechtiger » 2/7/2010 22:19

היראים

ס'מיר שווער זיך אפשטעלען אויף יעדע שורה עקסטער מיט די "באלד לעדערינג", אבער צו דיינע פוינטס וועל איך צוקומען.

1)
שרייבסט אז קהל איז נישט משוגע געווען אוועק צו געבען די בנין פאר אינשי דלא מעלי. אמת! קהל האט עס פארדעם געגעבען פאר די חשוב'ע רביצין ע"ה פאר אירע הצטרכות'ער ווי עס פאסט פאר די סאטמאר'ער רביצין. (איך זעה אז איר האט נאכנישט געכאפט אז בימים ההם האט מען אין קהל בכלל נאכנישט גע'חלומ'ט פון קיין עקשטיין ובדומה לו, די באלעבאטים אין קהל איז באשטאנען פון מענטשען מיט א קאמפליטלי אנדערע געדאנקען-גאנג.) די רביצין האט אין איר צוואה געבעטען אז ס'זאל זיין דארט א ביהמ"ד לתורה ולתפילה אין דערביי געשטעלט א וועד פון 11 מענטשען וואס זאלען זיין אפוטרופסים דערויף, צעווישען זיי אפאר גאר חשובע אידען.

2)
שרייבסט אז משה/מיכל זענען נישט די הויפט נתבעים. גערעכט. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז קהל האט נישט אינטערסירט די"ת. מ'כלומר'שט האט דאך קהל נישט געקענט באקומען א הזמנה פאר די רביצין. אבער פאר משה/מיכל האט קהל געשיקט הזמנות דורך התאחדות. נאכען ענטפערען פאזיטיוו אז זיי זענען גרייט זיך צו שטעלען לדין האבען זיי באקומען א סאמאנס.

3)
קעיס דיסמיסד: קוק איבער וועסטו זעהן אז איך האב בכלל נישט געזאגט אז דאס איז דא די קעיס. איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען די קאנסעפט אז נישט יעדעס מאל וואס איינער שרייט די"ת מיינט דאס אז מ'דארף אים אויסהערען.

4)
ר' לייבוש: בשנת תשנ"ה איז ר' לייבוש נאך דא געווען. ברבים האט קיינער נישט געהערט פון אים א ווארט דערוועגען. מ'האט געברענגט פאר'ן קארט אן עפידעיוויד פון ר' לייבוש, (אדער פון ריה"ש בשם ר' לייבוש. איך געדענק נישט פונקטליך). די קארט נישט נאר וואס ער האט גע'פסק'נט לטובת הביהמ"ד, נאר אויך טאטאל ארויס געשליידערט די עפידעיוויד מחמת די גרויסע לעכער דערין אין אפילו אויבענאויף אויסגעזעהן זייער נישט קראנט.

רעכטער.

חוץ רעדען פול מיט האס - אזש אז מ'קען זיך אויסמשל'ן די שוים אויף דיין ציין - זאגסטו גארנישט ניי. נאר למען והייתם נקיים, וויל איך מיך אפשטעלען אויף איין פונקט וואס דו זאגסט אז איך האב געזאגט אז א דיעד איז שטערקער פון די תורה. חס וחלילה. איך האב זיך באצויגען צו וואס דו האסט געזאגט אז די "שטר מתנה" איז מזויף. אויף דעם האב איך געזאגט אז ביי די"ת איז א דיעד פונקט אזוי גוט ווי א צעטל געשריבען מיט אותיות מרובעות.

אלע שרייען דא אז קהל וויל דין תורה. איך האב פאר אייך נייעס, בית יואל וויל דאס אויך. אדרבא, זאל קהל מודיע זיין ווי נערמאלע מענטשען אז זיי זענען גרייט זיך צו שטעלען לדי"ת אויף די ("נייע") סכסוכים פון געז, לעקטער, סוער, וואסער, גראז און פארקינג, אין מ'קען דא מונע זיין א חילול ש"ש. נאר איין זאך, אויף די עצם בעלות הבנין האט איר שוין פארשפילט. איר זענט געגאנגען אין קארט אין ב"ה דערלייגט. אין די אלע וואס וואס שרייען אז בי"ד זאל טאקע אויף דעם אויף פסק'ן, אויף דעם האב איך שוין סארקאסטיש גיענטפערט אז דאס איז שוין ר' לישע'ס א חידוש. ווייל אין אונזער שו"ע שטייט נישט אזא הלכה. דער ר' לישע זעהט מיר אויס ווי א גוטער מחדש אין ווען ער לערנט ווען מער אין די אינגע יארען, וואלט ער מסתמא געווען א ת"ח אין קען גאר זיין אז מיר וואלטען זוכה געווען אז דער ברך משה וואלט פאר אים געזאגט די דברי צוואה...אילו זכינו. ווען קהל וואלט ווען היינט געשיקט אן הזמנה פון א געהעריגען בי"ד אויף די עצם הבנין, וועט בית יואל ענטפערען אז ס'נישט דא קיין מקום פאר די"ת מחמת אין נזקקין. ביי מיר איז קיין ספק נישט אז עני בי"ד וועט דאס פארשטיין אין מודיע זיין דוד'ן איר האט פארשפילט. אין עקשטיין ווייסט דאס זייער גוט אין דערפאר רופט ער טאקע נישט צו די"ת, נאר ער דרייט מיט זיינע שטיקעס ווייל מיט זיין קראנקהאפטיגען קאפ-אין-וואנט מהלך מיינט ער אז אזוי וועט ער קענען צווינגען צו א בוררות וואס דארט האפט ער צירוק אריינדרייען די בעלות-סכסוך, וואס אפילו ער האט קנאפ טענות האפט ער מיט א מינימום פשרה וועט ער כאטשיג באקומען א ד' על ד' גענוג פאר א טוילעט אין אזוי וועט ער זיין א געוואונער. אבער ער וואלט שוין געמעגט וויסען אז די רביצין האט באשטומט גאר געטרייע מענטשען וואס לאזען זיך נישט פון זיינע שיקאנעס. יעצט פרעגטס אלע איבער נאכאמאל די געוואלדיגע קשיא אז אויב זענען ב"י אזוי גערעכט דאן פארוואס האט האבען זיי מורא פון די"ת, די תירוץ איז מיר האבען אינגאנצען נישט מורא, נאר מיר האלטען נישט ביים נאכטאנצען דוד'ס געים. דאס זאל ער טאן מיט זיינע אייגענע חברה.

די אלע וואס פארשטיין אז עקשטיין מעג טאן אין קהל'ס שטח וואס זיין הארץ באגערט. אן אריינגיין אין דעם אז די עמטליכע קהל גייט אויף אזא ווילדע און אום-ציוויליזירטע מהלך, לאמיר אייך פארציילען א מעשה: איך האב א שכן וואס האט געבויעט יאר'ן צירוק אן עקסטענשאן. ער לייקענט דאס אבער איך האב שטארקע ראיות און ביי מיר איז ברור אז א גרויסע חלק פון זיין אויסגעברייטערטע הויז איז אויף מיין לאט. צו דעם קומט צו אז לעצטענס מחמת זיין גרויס באנוץ, איז מיין לעקטער פאוער אפגעשוואכט און כסדר'דיגע סוער בעק-אפס. וויפיל איך פרוביר צו רעדען צו אים און דורכקומען אליין צעווישען זיך קומט מען צו גארנישט צו. וואס זאל איך טאן? זאל איך מיך ווענדען צום בי"ד אין אים רופען צו די"ת ווי א נערמאלע מענטש אדער גיין אפהאקען זיין לעקטער און אויסשיסען זיינע פענצטער? האט איינער א תירוץ
?

יעצט צום שלוס וויל איך ארויסברענגען די היפאקריזם וואס ס'גייט דא פאר אויפען העכסטען גראד:

1)
פון איין זייט שטייט איין צד וואס זאגט דער איז מיין רב וואס גייד מיך הלכה'דיג. אין אפגעזעהן וואס איר האלט פון אים שעמען מיר זעך נישט פון אונזערע היתרים. שארמאשער רב האט אין א דרשה ברבים מסביר געווען בטוב טעם ודעת אונזער מהלך. נאכאמאל, קען זיין מיר זענען ראנג, אבער מיר שעמען זיך נישט און מער זענען אפען מיט אונזער היתר/רבנים. פון די אנדערע זייט שטייט א צד וואס איז שוין געגאנגען אין קארט מערערע מאל. אנגעהויבען אין תשנ"ה אויף די בעלות, דערנאך מיט די זאונינג (וואס האט קיין שייכות מיט קיין שום פון די "טענות", ס"ה איז עס א לופאל אויף צומאכען די ביהמ"ד), אין לעצטענס מיט די קאנטעמפט/מסירה קלאגעס. חוץ פון שרייען אויף היידפארק/בלאט אז איר ווילט די"ת, האט איר האט נאך קיינמאל נישט געוויזען קיין היתר אין אפילו נישט געזאגט ווער ס'געט אייך די היתר. אין איר שרייט די"ת???

2)
עטס טענה'טס אלע אז "אין נזקקין" קען מען זיך נישט אליין פסק'ן. אפילו ס'איז א הלכה אין שו"ע קען מען זיך דאס אבער נישט אליין פסק'ן. נניח. אבער ווי קען דאס זאגען איינער וואס איז געגאנגען אין קארט ווייל מ'האט אים נישט גענטפערט אויפ'ן בריוו. דאס קען מען זיך יא אליין פסק'ן? אז התאחדות וויל נישט מזמין זיין ווייל די רביצין איז געווען אשת חבר כחבר פונעם נשיא מעג מען שוין לויפען אין קארט? איז נישטא נאך בתי דינים אין נ"י? אין לו יהא אז די אנדערע ב"ד האבען עס אויך נישט געוואלט אנעמען מעג מען שוין לויפען אין קארט אן א געהעריגע בירור? ווי קומסטו צו זאגען ווען אנדערע ווייזען אן א קלארע הלכה פסוקה, אז מ'קען זיך דאס נישט אליין פסק'ן.

עקשטיין וואס זעהט שוין אז ער האט גאר שוואכע שאנסען ארויסצוקומען א געוואונער, פרובירט ער אראפצוקריכען פונעם בוים מיטען אנדרייען א גאנצע קאשע מיט די קליינע שטח פארנט פונעם בנין, כאילו דאס איז די עיקר סכסוך. אבער ווי איך האב שוין געזאגט, ווען די ביהמ"ד וועט אי"ה זיין אפען גאנץ בקרוב וועט אויסמאכען גאנץ ווייניג צו ס'וועט זיין דארט גראז צו פארקינג

 




תוקן על ידי Lechtiger ב- 02/07/2010 22:23:30

Lechtiger » 2/7/2010 22:27

אאפס! איך האב כמעט פארגעסען פון ערנסטער.

ערנסטער דו האסט געכאפט דעם טאטער. איך מיין בכלל נישט דעם רביצין אדער איר ביהמ"ד. איך מיין דא דעם ראש הקהל(?). אינטערסאנט האסט נישט צוגעלייגט אז אינטער דער" שלייער" מיין איך דא זיין פאזיציע טשעירמאן פון וועד הצניעות... איך וועל דיר זאגען דעם אמת, איך קען כמעט נישט דעם עקשטיין נאר ס'קומט מיר אויס צו רעדען אמאל מיט ארונים, דורך משפחה, געשעפטען, בין איך געוואר געווארען וואס פאר א פארשוין דאס איז (פרעג נאר וואלןסח...). נאר ס'זעט אויס ווי דו ביסט יא פון זיינע געציילטע מענטשען...אבער פאר אונז אנדערע איז זייער קלאר וואס פאר באשעפעניש דאס איז נאכדערצו נאכדעם וואס מ'הערט קלאר אויפען טעיפ ווי דער חכם עדיף מנביא זאגט "דו האלסט דען די תורה, דו ... וואס דו ביסט"... נאר איך וואלט דיר גע'עצה'ט אז דו זאלסט אים נישט איבערפרעגען די מעשה חלילה, דאס איז פון די האקעלע זאכען ביי אים... ער קען נאך מאכען מיט דיר אזוי ווי ער האט געטאן מיט זיין נעפיו סופר ביים בי"ד אין פארנט פון דריי חשוב'ע רבנים...וואטש אוט

רעכטער » 3/7/2010 00:57

צום אלעם ערשט  האב איך שטארק הנאה צו הערן וואס ענקער צד האט צו זאגן, אנעם הערן די זייט פון די עזות פנים'ער, קען זיך ח"ו אמאל דאכטן אז אפשר האבן זיי טאקע עפעס א טענה, נאר נאכדעם וואס די ברענגסט אזוי גוט ארויס זייער זייט, זעהט מען טאקע באשיינפערליך ווער עס וויל דוקא גיין ע"פ דרך התורה, און ווער עס זוכט אלע "התירים" נישט צו גיין צו דין תורה.

 

אונזער לעכטיגער האט גאר גוט ארויסגעברענגט די זייט פון די הולכי בערכאות, רוב זאכן האט מען שוין אויפגעוויזן עטליכע מאל די פאלשקייט און די אפענע הרמת יד בתורת משה רבינו ע"ה. איי איז די פראגע פארוואס איך זאג איבער די זעלבע זאך א גאנצן צייט? איז דער ענטפער זייער קלאר: קהל ברויך נישט צוקומען צו קיינע פרישע געבעקסן און אפענע שקרים. יעדע מאל וואס עס קומט צו פארן א פרישער שיפמענט פון געבעקס און שקרים, ברויך מען נישט מער ווי איבער חזר'ן די פאקטן, און אלעס איז זייער קלאר.

 

א דיעד וואס האט א פאלשער אונטערשריפט, איז ביי די"ת גארנישט ווערט, פינטל. און טאקע פארדעם ברויכסטו נישט מסביר זיין פארוואס די הולכי בערכאות ווילן בשום פנים ואופן גיין צו די"ת, זיי וויסן זייער גוט אז דאס איז ביי זיי דער סוף.

 

מאך דיר נישט ווי אזא תם, קהל האט בשעתו קלאר געבעטן צו מאכן א זבל"א, און דער ענטפער איז געווען א קלארער ניין, טא וואס האט קהל גברויכט צוטון צו צוריקבאקומען די גניבה? וואלטן זיי געברויכט גענצליך זיצן מיט צוזאם געלייגטע הענט? אפילו אויב זיי וואלטן געוואלט האבן זיי נישט די רעכט דערצו, ווילאנג זיי זענען ערוויילטע ראשי קהלה וואס האבן נישט די רעכט אויפצוגעבן נכסים וואס באלאנגט פארן ציבור.

 

פארשפילט? דאס קענט איר נישט פסק'ענען אליינס. נישט אז איך לאז נישט, די תוה"ק לאזט נישט. און נישט נאר די קענסט נישט פסק'ענען דערויף, נאר אפילו אויך דיינע "רבנים" קענען אויך נישט פסק'ענען דערויף. און אז זיי האבן יא גע'פסק'ט אליינס אז דער בנין באלאנגט פאר אייך, זענען זיי פאלנע גנבים. און אויב האבן זיי אויף דעם סמך ענק געגעבן רשות צו גיין אין געריכט, זענען זיי פראסטע מיקרי שם אלילים.

 

און אפילו דער בנין זאל באמת באלאנגען פאר אייך, שטייט אבער אין די תורה אז ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם. און אויב האבן זיי ענק געגעבן רשות צו גיין אין געריכט, אפילו זיי וואלטן געווען גענצליך רבנים וואס האבן נישט קיין שום שייכות צום סיכסוך, זענען זיי גארנישט קיין קלענערע מיקרי שם אלילים און מרימי יד בתורת משה רבינו ע"ה. אזוי לאנג ווי דער צווייטער איז גרייט צו גיין צו דין תורה, איז נישט דא קיין שום היתר שבעולם צו גיין אין געריכט, זאלסטו אפילו באמת האבן די בעסטע און שטערקסטע טענות וואס איז נאר פארהאן אויף די וועלט.

איך האב פאר דיר נייעס, אין שו"ע שטייט אז אין נזקקין לו זאגט דער בי"ד. טא שריי יעצט ווידער אז דאס האט בנש"ק הרה"ח מו"ה אלישע הורוויץ אויסגעטראפן.

 

דאס וואס די שרייבסט אז דיינע רבנים זענען נישט די בעלי הדבר וויבאלד דער נאמען פון ביהמ"ד איז נישט אויף זייער נאמען, איז נישט מער ווי א ביטער געלעכטער. יעדער האט דאך קלאר געזעהן מיט די אייגענע אויגן ווי דאס בנין גייט זיי בנפשיהם, און זיי האבן דאס גארנישט באהאלטן.

 

די זאגסט אז ס'קען זיין אז ענק זענען ראנג, אבער ענקערע רבנים שעמען זיך נישט צו זאגן דעם מיינונג ברבים. איך האב פאר אייך נייעס, אין שו"ע שטייט נישט קיין איין ווארט אויב מען איז א טראפ מער גערעכט ווען מ'זאגט דעם מיינונג ברבים אדער נישט. אין שו"ע שטייט אז בלויז בי"ד קען פסק'ענען ווער עס איז גערעכט, און ר' דוד עקשטיין פילט זיך גענוג באקוועם איינמאל פאר אלעמאל צו זאגן די מיינונג ברבים, און ווער עס וויל זעהן דעם אמת קען דאס זייער זייער קלאר זעהן. און די אלע בירורים פילט קהל גענצליך נישט פאר וויכטיג צו מסביר זיין בשעת פאר די אלע וואס זענען נאך ב"ה נישט בלינד זעהען אלעס זייער קלאר. און קהל וויל טאקע אז בלויז א בי"ד זאל זאגן דעם מיינונג.

 

און איך האב פאר דיר נייעס: קהל איז גרייט אויפצוגעבן אלע רעכטן פון דעם דירה, און דער דין תורה זאל נאר פסק'ענען איבער די אלע אנדערע אישוס. אבער מיט איין תנאי, אז נאר אויב בי"ד וועט פסק'ענען אז די הולכי בערכאות האבן א דין פון אין נזקקין. נאכאמאל, קהל האט נישט קיין שום רעכט אויפצוגעבן נכסי הקהלה ווייל די האסט אזוי גע'פסק'עט.

 

די זאגסט אז די הולכי בערכאות ווילן אויך דין תורה, דאס איז אזא בלויזער לצנות, וואס דיין משל האט דאס טאקע גאר גוט ארויסגעברענגט.

די האסט אזוי גוט אראפגעברענגט דיין משל פון דיין שכן, אז ס'קען ניטאמאל בעסער אריינקומען אין פלאץ. די זאגסט אז די קענסט דיר נישט קיין עצה געבן מיט דיין שכן, טא גייסטו אים רופן צו דין תורה. זייער גוט, און אזוי ברויך א איד טון, און הלוואי הלוואי וואלטן די גזלנים געטון די זעלבע ווען זיי האבן גערופן קהל אין געריכט אנשטאט גיין צו די"ת.

 

אבער לאמיר דיר פרעגן, וואס טוסטו ווען דיין שכן קומט אן צום בי"ד, און ער זאגט אלעס פיין און וואויל, אבער אויף די שטרי ברורין מוז קלאר ארויסגעשריבן ווערן אז די דין תורה גייט זיך בלויז באצוען אויף דעם עלעקטריק פאוער, אבער איבער דעם לאט בעצם גיבסטו אויף אלע דיינע רעכטן. וואס וואלסטו אים געזאגט? די וואלסט דיר גענומען מאכן אזעלכע קולות "די גנב וואס די ביסט" וכו'.

 

אט פונקטליך די זעלבע גייט איצט פאר. די גזלנים זאגן אוודאי זענען מיר מסכים צו גיין צו דין תורה (נאר נאכדעם וואס דער בנין איז צורעק געעפענט...), אבער בעפאר מוז קהל אויפגעבן די רעכטן פונעם דירה! זיי ווילן נאך זיין גנבים ע"פ תורה! א זאך וואס קהל קען ווי פארשטענדליך נישט אויפגעבן אויף די נכסי הקהלה וואס באלאנגט פאר אלע חברי קהלה.

 

נאר איין זאך ליכטיגער, נעם עס נישט פרעזענליך...

Lechtiger » 4/7/2010 17:49

ווער נעמט דען פערזענלעך נאכדערצו דא אויפען פארק? נאר אז מ'האט א דיסקוסיע איבער א ענין אין דו ענטפערסט קרעציג א.ד.ג. פשט איז אז איר האט א פראבלעם צו ענטפערען צום ענין, טא פארוואס אנגיין?

למעשה האסטו גארנישט מחדש געווען חוץ אז מ'האט שוין גיענטפערט אויף "רוב" פון די טענות אין דערפאר דארפסטו נישט מער ווי איבערזאגען וואס מ'האט שוין געזאגט, אין ח"ו נישט ענטפערען צום דבר ווייל יעדער וועט דאך זעהן אז איר האט נישט וואס צו ענטפערען ובפרט אז איך האב זייער גוט ארויסגעברענגט די היפאקריזם דא ווער ס'שרייט דין תורה...

די רבנים האבען נישט גע'פסק'נט אז די בנין איז בית פיגא'ס. דאס האט - ליידער - דער שופט גע'פסק'נט נאכדעם ווי עקשטיין האט עס אריינגעשלעפט אין געריכט. נאר נאכדעם וואס נאך א צייט אפשניט פון באלד 10 יאר האט עקשטיין ווידער אנגעהויבען צו פייניגען, האבען די רבנים ס"ה גע'פסק'נט אז מיט א גבר אלים, א הולך בערכאות גייט מען נישט צו די"ת. ס'גייט זיי בנפשם? אודאי! נא ווען עקשטיין וואלט ווען ענדערשט אויסגעוועלט די"ת וואלט ער מסתמא נישט געגאנגען צו די רבנים. אבער פאר "מיר" צו פסק'ן בנוגע הנ"ל זענען זיי נאך אלס זייער גוט, פונקט ווי ווען איר האט א שווערע ריבית שאלה קענט איר גיין צו א רב וואס גייט אים בנפשו אייך צו העלפען... ווענד זיך אויב ער איז אן ערליכער איד, דאן פסק'נט ער לויט די תורה...

בנוגע דעם דיעד: אודאי א דיעד מיט א פאלשע חתימה איז גארנישט ווערט, נישט ביי די"ת אין נישט להבדיל אין קארט. איך האב זיך ס"ה באצויגען וואס דו האסט געזאגט אז די "שטר מתנה" איז אין די שנה ראשונה... (ווייל דו האסט עס נאכנישט געזעהן בעפאר), אויף דעם ארויף האב איך געזאגט אז ס'דא א דיעד. סימפעל.

דו האסט מרחיב געווען די משל, אבער נישט צום ענין... מיר האלטען ביי דעם אז איך פרוביר זיך אליין אויסגלייכען מיטען שכן, אבער אן ערפאלג. האסטו צוגעלייגט אז קומענדיג אין בי"ד זאגט דער שכן אז ער איז גרייט צו קומען צו די"ת נאר אויף די לעקטער אין סוער טענות אין נישט אויפען לאט. זאגסטו אז איך וועל מסתמא שרייען גנב וואס דו ביסט... ווען די מעשה זאל גיין אזוי, וועט בי"ד פסק'ן צו מיין שכן איז גערעכט מיט זיין טענה צו נישט. אבער מיר האלטען נאכנישט ביים בי"ד. מיר האלטען נאך אז די סוער איז ווידער ארויף געקומען, יעצט וואס זאל איך טאן? זאל איך מיך ווענדען צו א געהעריגען בי"ד אין אים מזמין זיין לדי"ת, אדער זאל איך גיין אפהאקען זיין לעקטער און אויסשיסען די פענצטער?

איך פארשטיי אז ס'איז אייך שווער ענטפערען. סאו לאמיר עס מאכען אביסעל גרינגער פאר מיר און פאר דיר, אין גיין סטעפ ביי סטעפ. אזוי אז מ'זאל נישט דארפען גיין אהין אין צירוק:

ווען קהל (עקשטיין) איז געגאנגען אין געריכט אין שנת תשנ"ה:

א) איז דאס געווען אויסגעהאלטען עפ"י דין?

ב) אויב די תירוץ איז יא, פארוואס איז עס געווען אויסגעהאלטען?

ג) אויב די תירוץ אויף שאלה א' איז יא. ווער האט געגעבען די היתר, האט מען זיך דאס אליין גענומען אדער האט דאס א בי"ד געגעבען?


רעכטער » 4/7/2010 19:55

אויף דיינע שאלות איז דער ענטפער זייער קלאר, ווי שוין ארויסגעברענגט עטליכע מאל.

אין שו"ע שטייט זייער קלאר, אויב איינער וויל נישט קומען לדי"ת, גוט אים בי"ד א היתר צו גיין אין געריכט. קהל האט געטון אקוראט ווי אזוי דער שו"ע הייסט, און געבעטן די גזלנים צו קומען צו דין תורה, דער ענטפער איז געווען אז מען האט נישט וואס צו זיכן ביי די"ת. אזויווי קהל איז בעל אחריות אויף די נכסי הקהלה, האבן זיי געפרעגט רשות בי"ד אויב מען מעג גיין אין געריכט, איז דער ענטפער געווען אז קהל האט אלע רעכטן צו גיין אין געריכט ווילאנג די גזלנים שטעלן זיך נישט צו דין תורה.

יעצט איז אזוי, אין די תוה"ק שטייט אז ווען איינער האט א געפעכט מיט איינעם איבער סיי וואס פאר אן ענין, קען מען דאס נישט אליין פסק'ענען, און מען ברויך גיין צו א בי"ד, וואו ביידע וועלן פארלייגן די טענות, והכל על מקומו יבא בשלו'. און אויב די האלסט אז די טענות פון קהל זענען פאר סיי וואס פאר א סיבה נישט גערעכט, קענסטו לויט די הלכה בשום אופן אליין פסק'ענען. דאס קען בלויז א בי"ד וואו ביידע זייטן וועלן אונטערשרייבן שטרי ברורין פסק'ענען.

אדרבא ואדרבא, פונקט ווי קהל האלט אז איר זענט פאלנע הולכי בערכאות, האט איר אלע רעכטן צו שרייען אז דאס איז פאלש און די געשיכטע איז פונקט פארקערט. אט וואס טוט מען אין אזא פאל? אויב זענט איר אזא איינער וואס גלייבט אז די דיני התורה זענען מאסגעבנד, גייט מען צו די"ת, וואס זיי וועלן געבן דעם גערעכטיגקייט לויט די דיני התורה. און אויף דעם קענען אייגענע רבנים אויף קיין פאל נישט פסק'ענען.

יעצט איבער דיין סטעיטמענט אז די הולכי בערכאות זענען גרייט צו גיין צו די"ת, גלייב איך אז די האסט זייער גוט פארשטאנען די לצנות דערפון ווי איך האב טאקע געניצט דיין משל. יעצט וועל איך דיר פרעגן וואס די וואלסט געטון ווען דיין שכן'ס וואסער ליניע וואס לויפט אריבער דיין הויז פלאצט, די לויפסט שנעל אריבער צום שכן, און די פארציילסט אים וואס דא גייט פאר, אז די וואסער רינט אריין אין דיין הויז, און מאכט אן א גרויסער שאדן. איך גלייב אז דיין שכן איז נאך גענוג פארשטענדליך, און וואלט דאס גלייך פאררראכטן. אבער וואס וואלסטו געטון ווען דיינע רייד פאלן אויף טויבע אויערן? גייט מען צו צום רער, און מען פארמאכט דאס. דו ביסט קיין טראפ נישט שולדיג אז דיין שכן פארשטייט נישט וואס מיינט פאררעכטן א פראבלעם.

אט די זעלבע האט פארסירט מיט'ן הויז אונטערן ביהמ"ד הגדול. דער סוער האט איבערגערינען, מען האט עטליכע מאל געבעטן אז מען זאל דאס פאררעכטן, און גארנישט, פשוט טויבע אויערן. וואס האט קהל געטון? אפגעשפארט דעם אפלויף אויף עטליכע שטונדען, אפשר אזוי וועלן זיי פארשטיין אז דאס ברויך פארראכטן ווערן. און וואס איז געווען דער ענטפער? א פשוט'ער קלאגע אין געריכט מיט א לאנגע ליסטע פון זאכן וואס זיי ווילן פריש גנב'ענען פון קהל.

אין קורצן: ענק האבן טענות און ענק האלטן אז איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט, קהל האט טענות און זיי האלטן אז זיי זענען הונדערט פראצענט גערעכט. ענקער עצה איז געריכט און מיקר זיין שם אלילים איז קיין פראבלעם, און קהל'ס עצה איז דין תורה און בלויז די דיני התורה וועלן געבן גערעכטיגקייט.

יעקב_שמשון » 4/7/2010 20:54

לעכטיגער, כ'מיין פינסטערער. אונז רוף מיר ענק קרעציגע ווייל עטס זענטס קרעציגע.

אדרבא געב נאר א קוק אין שפיגל (פאר ענק צוריגעשטאנענע דארף מען ערקלערן אז דאס איז א גלאז וואס ווען מען קוקט אריין דערין זעט מען זיך אליינס) וועסטו דאס אליינס זען. אין סאטמאר האט מען אלעמאל געוויסט אז א בני יואל מעמבער קען מען דערקענען פון א מייל אוועק און דערשמעקן פון דריי מייל אוועק.

נארמאלע מענטשן אין די גאנצע וועלט קוקן ענק אן ווי די טאליבאן אין אפגאניסטאן און די כאמאס אין עזה. עטס זענטס ווילדע מטורפים וואס האבן נישט קיין סענס פון מענטשליכקייט אדער נארמאלקייט אין זיך.

איך ווייס נישט וואספארא חינוך עטס געטס פאר ענקערע קינדער אבער איך בין זיכער אז אויב זאל די רעגירונג אריינקומען אין א קוק טאן וואס עטס טוט זיך ביי ענק וועט מען ארעסטירן אין אנקלאגן ענקערע מחנכים פאר טשיילד אביוזד און טשיילד ענדענדזשערמענט ווייל ענקערע קינדער אין יונגעלייט קוקן אויס ווי זיי וואלטן ערצויגן געווארן אין א נעגלעקטעד זו, ווייל אפילו ווי נארמאלע חיות פירט עטס ענק נישט אויף.

ווער ס'האט געזען ווי ענק מארשירן מיט ענקערע קינדער אויף פארעסט ראוד אזוי ווי חיות טורפות האט נאר געטראכט פון  די פאלעסטינער מאמעס וואס שיקן ארויס זייערע קינדער אויף זעלבסטמארד מיסיעס. דאכט זיך מיר אז סאיז דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע פון כלל ישראל וואס קינדער ווערן ארויסגעשיקט אויפן שלאכטפעלד.

ווער ס'האט געזען די פיקטשערס וויאזוי ענקערע מענטשן ווארפן זיך אונטער די טרעקטארס און שטעלן איין זייערע לעבנס צו ראטעווען אביסל נישטיגע גדולים (וואס איז אגב די איינציגסטע זאך אינ'ם גאנצן שטח וואס באלאנגט צו ענק ע"פ תורה) האט געשטוינט אין זיך געווינדערט: בין איך אויף אדער איך שלאף? בין איך אין די יונייטעד סטעיטס אדער אין מיטל אלטער?

און דאן ווען די פאליציי איז געקומען און פרובירט ענק אוועקצונעמען פון ארט פאר ענקער אייגענע פראטעקשאן, כדי צו ראטעווען ענקערע לעבנס האט עטס ענק געווארפן אויף די פאליציי און זיי געגעבן מכות און געשריגן אויף זיי "נאציס" און ווען זיי האבן ענק געמוזט ארעסטירן האט עטס זיך געשלאגן מיט זיי, נישט טראכטנדיג מיט ענקער באגרעניצטע מוחות אז פאר אזא זאך באקומט מען אין אמעריקע אן עקסטערע קלאגע פון "רעזיסטינג ארעסט" (אגב, ישר כח יאסעלע פארן ארויפלייגן די בילדער אנליין. סאיז געווען א פלעזשער אין פארגניגן יעדן מינוט צו קוקן אויף די בילדער)

אין אנדערע פלעצער קומט די פאליציי באוואפנט מיט בלעק דזשעקס, בעטאנס, מעיס, טרערן גאז, סטאן גאנס, טעיזער גאנס ועוד, און ווער סשטעלט א ווידערשטאנד כאפט אזעלכע מכות אז ער פארגעסט ווען ער איז געבוירן געווארן און ערשט ווערט ער אנגעקלאגט אין רעזיסטינג ארעסט (דו קוקסט דאך אויס צו זיין אביסל מער "געלערנט" ווי דער עוורידזש קרעציגער איז זיי מוחל גיי ארויף אויף א זאך וואס הייסט אינטערנעט און זוך אויף א פלאץ וואס הייסט גוגל אימעדזשעס די ווערטער "רעזיסטינג ארעסט". די בילדער וואס דו וועסט זען זענען ע"פ רוב געכאפט געווארן אין די דעמאקראטישע אמעריקע ווייל אין דיקטאטארישע לענדער שיסט מען מיט הייסע געווער אויף אזעלכע וואנדאלן) אין קרית יואל וויבאלד די פאליציי האט געמיינט אז ס'רעדט זיך בסך הכל נאר פון פרידליכע חסידים זענען זיי געקומען באוואפנט נאר מיט הענדקאפס. ישר כח פארן אויפקלערן פאר די פאליציי אז חסידים קענען זיך אויך אויפפירן ווי שחורים. (נישט געזארגט, די פאליציי ווייסט אויך וויאזוי צו מאכן א חילוק צווישן קרעציגע און נארמאלע חסידים. אפילו א גוי קען ענק דערקענען אויף די נאז)

אין צום סוף: די רביצינס הייזקע איז קהלס און קהל זענען מיר אונז. עטס זענטס דארט בגניבה און פרייטס ענק מיט יעדן אינטש וואס אונז האב מיר למעשה נישט באוויזן צוריקצונעמען פון ענק ווייל ווען עטס וואלטס געגאנגען צו דין תורה וואלט עטס נישט אזוי גוט אפגעשניטן ווי ווען עטס זענטס געגאנגען אין קאורט. די לעצטע מאל וואס איך האב געטשעקט האט מען נישט געקענט לאזן צוואה אז "איך וויל מאכן א שול אין פלוני אלמוני'ס הויז". האט דער שולחן ערוך און די אמעריקאנער געזעצן זיך געטוישט זייט כאב די לעצטע מאל געטשעקט?

פאלאק » 4/7/2010 21:07

פארוואס טענה מיט די ארונים עס איז א שאד די צייט זיי ווייסען שוין אויך אז סאיז דערנאך.. אז די בית המדרש גייט אי''ה זיין אפען זיי ווייסען אויך אז די קלאק איז טיקיונג... אין קיין סך צייט האבען זיי נישט די הירנג גייט זיין אין ווייניגער פין 30 טעג אין טראץ אלע זייערע געבעטען פארן ריכטער ארויס צי ווארפען די קעיס איז עס געפאלען אויף טויבע אויערן! ממילא פראבירען זיי נאך מיט אלע מיטלען ווי סטראשענען אבער אז מיר האבען שוין אויס געהאלטען ביז יעצט קענען מיר אויסהאלטען נאך א חודש

http://iapps.courts.state.ny.us/webcivil/FCASCaseInfo?parm=Appearance&index=OVVZTsVuuw7MFykSavt_PLUS_Zg%3D%3D&county=xKOLguiacfFIbA7SjbzGpg%3D%3D




תוקן על ידי פאלאק ב- 04/07/2010 21:10:12

Lechtiger » 4/7/2010 22:01

לאמיר פרובירען עס צו האלטען סימפעל. איך האב געפרעגט 3 פשוט'ע קשיות אין איר האט גיענטפערט א פאר פאראגראפען. אלזא לאמיר מאכען א סך הכל פון אייערע ווערטער אין עס מסדר זיין אויף א פשוט'ן שפראך.

איך וועל נאכאמאל ארויפלייגען די קשיות צוזאמען מיט אייערע תירוצים.

א) קהל'ס גיין אין קארט בשנת תשנ"ה, איז עס געווען אויסגעהאלטען? ענטפער: יא!

ב) פארוואס?

ווייל אפילו געווענליך ארבעט עס אז די בי"ד המזמין שיקט 3 הזמנות פאר מ'געט ארויס א "סירוב" אין א היתר הליכה לערכאות, דא אבער האט "התאחדות" מאיזה סיבה שהוא נישט געוואלט שיקען קיין הזמנה פאר די רביצין. צו קהל האט פרובירט ביי אנדערע בתי דינים ווייס מיר נישט. קהל האט פריוואט מודיע געווען פאר די רביצין אז זיי ווילען גיין צו די"ת אין רזל"וו האט גיענטפערט א בריוו מלא ליצנות. דערפאר האט קהל אלס איר אחריות אכטונג צוגעבען אויף אירע נכסים נישט געהאט קיין ברירה אין געקלאגט אין געריכט.

די דריטע קשיא זעהט אויס אז דו האסט פארזעהן:

וועלעכע בי"ד האט למעשה געגעבען די היתר צו גיין אין געריכט על סמך הנ"ל?


ראדני_קינג » 4/7/2010 22:45

Lechtiger כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

לאמיר פרובירען עס צו האלטען סימפעל. איך האב געפרעגט 3 פשוט'ע קשיות אין איר האט גיענטפערט א פאר פאראגראפען. אלזא לאמיר מאכען א סך הכל פון אייערע ווערטער אין עס מסדר זיין אויף א פשוט'ן שפראך.

איך וועל נאכאמאל ארויפלייגען די קשיות צוזאמען מיט אייערע תירוצים.

א) קהל'ס גיין אין קארט בשנת תשנ"ה, איז עס געווען אויסגעהאלטען? ענטפער: יא!  נישט נוגע!

ב) פארוואס?

ווייל אפילו געווענליך ארבעט עס אז די בי"ד המזמין שיקט 3 הזמנות פאר מ'געט ארויס א "סירוב" אין א היתר הליכה לערכאות, דא אבער האט "התאחדות" מאיזה סיבה שהוא נישט געוואלט שיקען קיין הזמנה פאר די רביצין. צו קהל האט פרובירט ביי אנדערע בתי דינים ווייס מיר נישט. קהל האט פריוואט מודיע געווען פאר די רביצין אז זיי ווילען גיין צו די"ת אין רזל"וו האט גיענטפערט א בריוו מלא ליצנות. דערפאר האט קהל אלס איר אחריות אכטונג צוגעבען אויף אירע נכסים נישט געהאט קיין ברירה אין געקלאגט אין געריכט. ווייל אויף קיין שום פאל קען מען זיך נישט אליינס מתיר זיין צו גיין בערכאות של עכו"ם אן א בי"ד מרוצה זאל הערן ביידע צדדי הטענה, צו ס'דא בכלל שייך דא אין נזקקין אדער צו ס'א המשך פון א אלטע דיון וכדומה, אפי' דער דיין וואס איר האט געפרעגט איז דער גרעסטער צדיק קען מען נישט פרעגן א שאלה פון א אייגענע דיין אויפן חשבון פון אן אנדערן צד, ס'ארבעט נישט ע"פ נימוס, ע"פ שכל, וע"פ תורה, [חוץ אויב דער אנדערער צד האלט נישט ביים גיין צו די"ת, און בי"ד שיקט יענעם 3 הזמנות און באקומט א כתב סירוב והיתר לילך לערכאות, וואס איר האט נישט געטאן קיין איינע פון זיי]

די דריטע קשיא זעהט אויס אז דו האסט פארזעהן
:

וועלעכע בי"ד האט למעשה געגעבען די היתר צו גיין אין געריכט על סמך הנ"ל?

כדלעיל, נישט נוגע! 

Lechtiger » 4/7/2010 23:36

ראדני_קינג

מיש ארויף אביסעל וועסטו זעהן אז די תשנ"ה געריכט איז א טייל פון די דיסקוסיע דא, סיי ווען איר האט נאך א טייל גענומען אין סיי נאכדעם וואס איר האט מצידך געשלאסען די דעבאטע. שטאטס יעדער זאל שרייבען לאנגע תגובות פארוואס ער איז גערעכט אין די אנדערע איז ראנג, האב איך פארגעשלאגען אז מ'זאל גיין שטאטעלעך סטעפ ביי סטעפ. רעכטער האט היינט מסביר געווען קהל'ס נימוקים פאר'ן לכתחילה אריין טראגען די סכסוך אין געריכט, נאר ער האט פארזעהן די דריטע קשיאת וועלעכע בי"ד האט געגעבען די היתר.

רעכטער » 5/7/2010 00:16

ראדני, זייער גוט ארויסגעברענגט. און לעכטיגער טייערער, איך ווייס נישט פון וועלכער בי"ד קהל האט באקומען דעם היתר, זיי זאגן אז עס איז גענצליך נישט נוגע פארן פובליק, און ביים בי"ד וועלן זיי ארויסגעבן פונקטליך די אינפארמאציע וואס איז נוגע. יעצט קום מיר נישט מסביר זיין אז זיי ברויכן דאס אויספויקן אין די גאסן, ווייל דאס איז גענצליך נישט נוגע פאר קיינעם אויסער פאר'ן בי"ד.

יעקב שמשון, לכתחילה האב איך נישט געוואלט אריינגיין אין דעם שמועס. עס איז דאך דא א באקאנט ווארט פונעם רבי ר' בינם מפשיסחא זי"ע, אז עס איז דא איינער וואס האט פיינט דעם שקר, און עס עס איז דא איינער וואס האט ליב דעם אמת, דער וואס האט פיינט דעם שקר קען דאך פיינט האבן יעדען איד וואס גייט מיטן שקר, אבער א איד ברויך צו ליב האבן דעם אמת, דהיינו, אזוי ווי יעדער איד האט דאך סוכ"ס א פינטעלע אמת, ברויך מען ליב האבן יעדען איד. איך בין נאך ווייט נישט צוגעקומען צו דעם מדרגה, אבער פרובירן מעג מען דאך זיכער, טאקע וועגן דעם האבעך נישט געוואלט רעדן דערוועגן, נאר זיך האלטן צום ענין פונעם אשכול, און נאר רעדן פונעם הרמת יד בתורת משה. איך האב דאס נאר אריינגעווארפן ווען ערענסטער האט מיר פארגעשלאגן אז איך זאל נישט ענטפערן די גזלנים פארטיידיגער.

פאר א יעדן סאטמארער איד איז קיין סוד מיט וועלכע פערזאנען מען האנדלט ליידער דא. די וועלכע האבן מצער געווען רביה"ק הברך משה זיעועכי"א בלויז פאר איין סיבה: כי בשרירות ליבי אלך. די האבן פשוט און פראסט נישט געברויכט א מנהיג וואס זאל זיי פירן. און ווען רובם ככולם סאטמארע אידן האבן פה אחד אים אויפגענומען אלס מנהיג הקהילה, האבן די אלע בעלי מחלוקת געפילט פאר גאר וויכטיג אים צו דערגיין די יאר'ן, א פאקט וואס אלע זיינע תלמידים וחסידים וועלן דאס קיינמאל פארגעסן. און ווען זיי האבן געזעהן אז דער באן פארט ווייטער, האבן זיי געקלאגט אין ערכאות צענדליגער מאל, און געצאפט דאס בלוט באופנים נוראים ואיום.

אט די זעלבע, ווילן זיך יעצט אנשטעלן א פנים אז זיי גייען גאר בדרך התורה. אין די צייט וואס די ראשי הקהילה האבן זיי צענדליגער מאל געבעטן אז זיי זאלן קומען צו דין תורה און זיי האבן דאס ליידער צוריקגעוויזן, קומען זיי יעצט שרייען מיט קראקעדיל טרערן אז מען בא'גנב'ט זיי און מען נעמט צי זייער אייגענטום אא"וו, איז קהל געקומען מיט א פשוט'ער דעקלעראציע, אז זיי זענען יעדע איינציגער מינוט גרייט צו גיין צו דין תורה, א פאקט וואס יעדער פון די עזות פנים'ער וואס האט אביסעלע שכל אין מוח האבן זיך געכאפט אן עקל, ווען אין די צייט וואס זיי שרייען און מאכן פראטעסטן, קומען זייערע פירער און דערקלערן אז מען טאר נישט גיין צו די"ת, און דוקא די 'קליפה' זענען די וואס ווילן גיין צו די"ת.

יעצט ליכטיגער טייערער, מען זעהט באשיינפערליך אז נישט נאר די ביסט נישט געקומען הערן וואס די טענות פון קהל זענען, נאר די ביסט גאר געקומען אויפצוקלערן אז ענק זענען די וואס ווילן דין תורה, נאר משום איזה סיבה שהוא ברויכן ענק נישט גיין צו דין תורה.

סך הכל: קהל וויל אז א בי"ד המרוצה לשני צדדים זאל פסק'ענען ע"פ תורה ווער איז גערעכט, און ענק ווילן אז דער גוי'אישער ריכטער זאל פסק'ענען ווער עס איז גערעכט. א חרפה און א בושה.

נאך איין פוינט. ווען די מעשה זאל ווען זיין אז קהל זאל ווען רופן צו די"ת, און ענקערע רבנים קומען און זענען מסביר אז מ'ברויך נישט גיין צוליב אין נזקקין, זענען ענקערע רבנים פאלנע גנבים פאר'ן פסק'ענען אין נזקקין אין די צייט וואס ע"פ תורה קען דאס נישט דער בע"ד אליינס פסק'ענען. אבער ווען עס רעדט זיך פון רבנים וואס נישט מאר זיי זאגן אז מען ברויך נישט גיין צו די"ת, נאר זיי הייסן גאר גיין אין געריכט אין די צייט וואס קהל איז גרייט צו גיין צו דין תורה יעדע איינציגע מינוט, זענען זיי נישט בלויז גנבים, נאר זיי זענען פרעכע מיקרי שם אלילים מיט אלע מפרשים. עס איז נישט דא קיין איין איינציגער פוסק וואס זאגט אז מען מעג גיין געריכט בעת דער בעל פלוגתא איז גרייט צו גיין צו דין תורה.

קוק איך אזוי צוריק, זעה איך אז איך שרייב די גאנצע צייט איבער די זעלבע זאך, און בין גארנישט מחדש. יעדע תגובה וואס די שרייבסט זעה איך דעם ענטפער אין די פריערדיגע תגובה. איך וואלט דיר פשוט פארגעשלאגן אז בעפאר די שלח'סט א תגובה, זאלסטו פשוט איבערקוקן צו דער ענטפער דערויף איז שוין אפשר אדורך געשמועסט געווארן.

פאלאק טייערער, איך קען מיר גאנץ ווייניג אויס אין די אמעריקאנער געזעצן, און איך בין ניטאמאל אינטערסירט דאס צו קענען אזוי לאנג וואס זי איז גענצליך נישט באזירט אויפן שו"ע, און דעריבער קען איך דיר נישט זאגו וואס עס 'גייט' זיין. אבער פון די אנדערע זייט האט קיינער נישט געגלייבט אז דער הויז וועט זיצן אונטער שלאס און ריגל, א זאך וואס איר האט זיך אליינס אנגעברענגט דורך ענקער הליכה לערכאות.

אבער פון די אנדערע זייט קלינגט נאך אין די אויערן די דעקלעראציע פון שאול פערעלשטיין אז אלעס בלייבט ביים אלטן... און פון די אנדערע זייט קלינגט נאך דעם באמבאסטישער סטעיטמענט אז "נעקסטע וואך זונטאג גייט מען צוריק"...

היראים » 5/7/2010 01:46

לעכטיגער

איך זעה נישט פאר וויכטיג נאכמאל דיר צו ענטפרן
ווען ע''פ רוב שרייבסטו איבער אין יעדע לאנגע תגובה די זעלבע שקרים אין נאכען ווערן אפגעפרעגט שרייבסטו עס איבער מיט א אנדערע אויסלייג אין נוסח
אפשר אז איך וועל האבען צייט וועל איך יא נעמען אביסל די מיה, אבער דערווייל לאמיך די פרעגן איין קשיא

אין פאקט זעהט יעדער אז די טענה פין נ''ה איז נישט די זעלבע ווי יעצט, 
דעמאלטס האט מען דן געווען אויף די בנין אין יעצט איז מען דן אויף אלעס ארום
אוודאי קהל ווייל אז מ'זאל יעצט נאכמאל דן זיין אויפן בנין, זיי פראבירן שוין ענק צו שלעפן צו די''ת זינט תשנ''ה, אין זיי האפען אז יעצט ווען ס'גייט ענק נישט גיט דורך ענקער אייגענע גריב וואס ענק האבען זיך באגראבען מיטן עפענען א נייע קעיס אין קארט, וועט זיי עס געלונגען,
אבער דאס איז קלאר אז מ'רעדט יעצט פין א פרישע קעיס, וואס די בני זאלי'ס האבען געפענט

אין יעצט צום פוינט

פארוואס בשנת תשנ''ה ווען קהל איז אריין אין קארט קעגן בני יואל (נאך זייער סירוב לדי''ת), זענט איר געווען שטול - אויף יעדע קלייניגקייט האט איר געמאכט יעלות אבער ווען קהל איז אריין אין קארט זענט איר געווען גענצליך שטול
אין יעצט ווען קהל גיבט אריין ''קאונטער קלעים'ס'' מאכט איר אזעלכע קולות....

איך דארף פאר קיינעם נישט זאגען די תירוץ
אין דאס איז די זעלבע תירוץ פארוואס איר האט צו קיין די''ת קיינמאל נישט געוואלט קומען, 

היראים » 5/7/2010 02:15

וואס די שרייבסט בנוגע אז קהל האט עס געגבן פאר די רעביצין, טראץ די אינשי דלא מעלי וואס האבען זיך געדרייט ארום איר, ווייל דעמאלטס איז נאכנישט געווען קיין עקשטיין

די כאפסט נישט ווי די לייגסט דיך דא צונאר
די אינשי דלא מעלי האבען שוין געצאפט די בלוט אסאך פאר די דאטום פין די פאלטשע דיד
ווי רביה''ק בעל ברך משה האט זיך אנגלוטען פין זייער שפיכת דמים וכו' ווען זיי האבען נאר געקענט
אין ציליב דעם איז קהל נישט געווען משוגע אוועק צו געבן פאר זיי די הויז וויסענדיג אז זי האט נישט קיין קינדער אין ווער עס וועט דאס ירשנ'ן
אין רביה''ק בעל ברך משה ז''ל שרייבט דאס קלאר אין די בריוו אז ער גיבט דאס פאר איר ''ביזט איר אריכות ימים''


וועגן דאס וואס די שרייבסט אז משה/שלמה מיכל האבען יא גענטפרט די בריוו פין קהל

לו יהא אז יא
זיי זענען נישט די פאקטישע בעלי דינים דא, אין מ'האט גארנישט פין זייער ענטפר
דער בע''ד האט קלאר צירוק געשריבן אז ער וויל נישט קומען צו די''ת
אין זיי זענען נישט געווען די נתבעים אין קארט, נאר אלס געווזענער חבר הנהלת הקהילה 


דאס וואס די שרייבסט בנוגע ר' לייבוש

ביזט דיך אביסל סותר
פריער שרייבסטו אז א דיד איז א ראי' ביי די''ת אין קהל האט עס איבערגעגבן
אין פארוואס זאל א אפידעיוועט נישט זיין קיין ראי' ביי א די''ת?
ווען ר' לייבוש זאל ווען זיי פארנומען אויסצוקלאפען אין ביהמ''ד קעגן יעדע שקר, וואלט ער נאך יעצט געהאלטען אינמיטן רעדן...



תוקן על ידי היראים ב- 05/07/2010 02:18:14

היראים » 5/7/2010 18:35

בנוגע וואס די שרייבסט וועגן ענקערע רבנים
האט דיר רעכטער שוין גענטפרט ''ווי פרעמד'' זיי זענען אין דעם עסק, אין וויפיל נגיעות זיי האבען
נאר אפי' נישט,
האבען נאך אלס נישט כן שום כח איינצוטיילן אין פסקנן וואס קהל דארף טוהן - א זאך וואס זיי האבען געטוהן בכתב
אין ווילאנג ענק שרייבן נישט אינטער קיין ש''ב קענט עטס נישט מחייב זיין ע''פ פסק בי''ד ענקער צד שכנגד


בנוגע וואס די שרייבסט וועגן גבר אלים
א בע''ד קען נישט אפמאכען אויב דער אנדערער בע''ד איז א גבר אלים, אז די האלטס אז ער איז יא
דאן שיק אים א הזמנה אין בי''ד וועט שוין זאגען וואס די מעגסט טוהן
שטעל דיך פאר יעדער מענטש וואס וועט האבען א סוכסוך וועט שרייען מיין בע''ד איז א גבר אלים אין איך וויל אים רופן אין קארט


בנוגע קהל פארלאנג זיך צו שטעלן צו די''ת
לא יהא אז קהל האט נישט געמעגט אפשפארען די וואסער - טראץ וואס בני זאלי'ס געקלאגט קהל אין ערכעות
זעה איך נאך אלס נישט וואס די פארפירסט
קהל הייסט ענק נישט ענק מוזן אינז רופן צו די''ת
קהל זאגט בלויט, אז די קעיס וואס ענק האבען געפענט אין ערכעות, אט דאס טראגט אריבער צו להבדיל א בי''ד
אין זאל די תוה''ק פסקנ'ן אויף אלע טענות - אין קהל לייגט צו איר קענט זיין רואיג מיר וועלן זיך שטעלן צו די''ת {קהל ווען אויך זינגען יעצט דעם זעלבן אין נזקקין וואס ענק זינגען}
ניין, קהל קען ענק נישט צווינגען צו רופן אינז צו די''ת, קהל טוט אבער כל מה שבידם ענק צו פארמאכען די קעיס אין ערכעות ר''ל

Lechtiger » 7/7/2010 07:44

היראים שרייבט אז נאכ'ן מיך אפ פרעגען, חזר איך איבער די זעלבע זאך נאכאמאל. מיר זעהט עס לגמרי נישט אויס אזוי. ווי איך קוק עס אן האב איך דיר זייער סוקסעספול גיענטפערט אין ווי דו אליינס זאגסט עס - "מיט אן אנדערען אויסלייג". אזא בחינה פון בע"כ יענה... ווייל ס'איז א דבר פשוט אז ווען איינער טענה'ט דער אמת דארף ער טאקע נישט מער ווי איבער חזר'ן זיין ווערסיע, אין ווען דו פרעגסט איבער אויף א פרט/נקודה דארף איך נאר אויסשמועסען אביסעל מער יענער חלק (אנדערע אויסלייג...). אין לאמיר דיך אויסזאגען א סוד... שטייענדיג דא אליין קעגען דעם גאנצען עולם האב איך נאך מיט דיר די גרינגסטע ארבעט. ווייל אין דער צייט וואס רוב עולם דא קויפט אפ [ווילענדיג] עקשטיין'ס מהלך אז מען זאל נאר שרייען הרמת יד, מייקר שם אלילים, כאילו כופר בכל התורה וכו' אין אז בית יואל זענען דאך די וואס זענען געגאנגען אין קארט. אין אז מען האט דאך קיינמאל נישט געהערט קיין אנדער ווערסיע, דויערט אביסל צייט ביז ס'גייט אין קאפ אז ס'דא א זאך וואס הייסט "פאקטען" אין נאכ'ן באקענען זיך דערמיט הייבט זיך אנצוזעהן אן אנדער בילד. אבער דו פרובירסט צו זיין מער א וויסענדער, חוץ שרייען ערכאות וכו' מיינסטו אז דו קענסט אויך די פרטי המעשה, אין דא ליגט דיין שוואכקייט. ווייל ווען ס'קומט צו "פאקטען" האט בית יואל/אהל אלטא פיגא א קלארע אויבערהאנט ווי איך האב דא קלאר איבערגעצייגט. אין יעצט לאמיר נאכאמאל זעהן ווי אזוי דו פרעגסט מיך אפ - אין דיין קאפ, טאקע יא "מיט די זעלבע אויסלייג" נאר בנוסף נפ"ח ווי פאלגענד:

דו הייבסט אן בערך אזוי: אז איך 'לעכטיגער' זאג אז קהל האט עס יא געגעבען פאר די רעביצין ווייל דעמאלטס איז נאכנישט געווען קיין עקשטיין. אין נאכדעם זאגסטו אז די בר"מ האט שוין געליטען פון די אינשי דלא מעלי אסאך פאר די דאטום פין די פאלטשע דיד, ממילא קען נישט זיין אז קהל זאל האבען אוועק געגעבען די דירה פאר די רביצין וויסענדיג אז זי האט נישט קיין יורשים. ע"כ דברי היראים. ס'איז קענטיג ווי דו דרייסט אויס מיינע ווערטער כאילו מיין גאנצע באהויפטונג איז אז "דעמאלטס איז נאכנישט געווען קיין עקשטיין" אין דו איגנארירסט מיין עיקר פוינט אז די דעמאלטדיגע קהל האט פשוט געהאט א טאטאל אנדערע געדאנקען-גאנג. אין אז דו מאכסט דיך אדער דו פארשטייסט נאך אלס נישט, וועל איך דיר עס אביסעל ברייטער מסביר זיין:

איך ווייס נישט אויב אין די היינטיגע פירערשאפט אין קהל/מוסדות איז דא אפילו איינער וואס איז דעמאלט געווען אין א ערנסטע קהל פאזיציע. דהיינו: ר' אברהם ווידער איז קיין ראה"ק אדער אפילו ענליכס נישט געווען. זיין "באגאבטען" פאליטישען חוש האט דעמאלט נאך אויסגעזעהן בערך ווי יאסי ג. אדער ר' א(פ). וו. זענען היינט, רד"ע איז נאך קוים געקומען צו זיך פונעם פאקט אז ער איז א בעה"ב אין ער דארף זיך שוין מער נישט טענה'ן מיט די אידינעס צו די מילך איז פריש אדער נישט, ר' אליעזר ווייס האט נאכנישט גע'חלומ'ט אז ער קען/גייט בכלל זיין א 'קהל'ס מאן' אין נאך לויפען אין שפיץ פון א ליסטע, רזל"ק האט נאך גע'בחור'ט אין ישיבה (איך האב זירא קעגן די לעצטע צוויי, איך וויל נאר מאכ'ן מיין פוינט), אין די נייע סגול יאנקי, עקיבא, בערל האבען נאך דעמאלט געווארפען אראנדזש שאלאכץ אויף די ענגליש טיטשער. פון די אנדערע זייט איז ר' שלמה מיכל אין ר' משה פרד"מ געווען גענצליך אין קאנטראל פון די קהילה והמוסדות אין אזוי אויך די 'אן-דיספיוטעד' פירער פונעם שטעטל (איך גלייך ווי דו רופסט זיי געוועזענע 'חברי הקהילה'), שפעטער זענען שוין נישט געווען אזוינע מענטשען מיט אזוינע פאוער אין יעדען פרט אין שטאט. די צוויי האבען גאנץ אן אנדער בליק אויף די גאנצע אינשי דלא מעלי סלאגאן, איך האב גערעדט אמאל צו די צוויי אידען אין זיי זאגען אויפען, יא! מיר האבען איבערגעשריבען דאס בנין פאר די רביצין, זיי שעמען זיך נישט דערמיט, אדרבא, זיי זענען זייער שטאלץ אז אין א געוויסען זין האבען זיי באוויזען צו ראטעווען די כבוד פון די רביצין. אין די צוויי זענען געווען קהל אין קהל איז געווען זיי.

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער בימים ההם - בשנת תשנ"ה - האבען די נערמאלע "חסידים" זיך זייער געשעמט מיט די גאנצע פרשה, אין אפילו 'דער איד' האט עס קודם נישט געהעריג געדעקט אדער בכלל נישט געדעקט. אלזא קהל/קר"י האט דעמאלט געהאט א אייגענע אויסגאבע מיט'ן נאמען 'אז נדברו'. אין אלעס וואס האט נישט געפאסט אין 'איד' האט מען געדרוקט אין 'פנים אל פנים' אין נאכדעם אויף מער א "קלינערען" (שמוציגען) אופן אין 'אז נדברו'. איך ווייס אז היינט אינעם 'בלאט' תקופה, זעהט דיר עס אויס קאמיש אז מ'האט זיך געשעמט צו לייגען אלעס אין 'איד', אלזא כאטשיג זעהטס אליין ווי מ'זעהט היינט אויס. אלזא, דארט אינעם אז נדברו איז געווען באשריבען די גאנצע פרשה ווי זיי זענען "געוואר" געווארען אז די בנין איז פארשריבען אויף בית פיגא, אין די גאנצע מעשה מיט התאחדות, די בריוו פאר די רביצין. אין דארט איז געשטאנען קלאר אז התאחדות האט פאר די צוויי יא מזמין געווען לדי"ת, אין אויב כ'מאך נישט קיין טעות איז אפילו געווען געדרוקט קאפיעס פון די הזמנות. אלזא, נאר צו זיין עדות אלס 'געוועזענע חברי הקהילה' באקומט מען נישט קיין הזמנה, בי"ד איז סתם מודיע אז מ'וויל זייער עדות. אן הזמנה איז פאר א נתבע.

ר' לייבוש דארף טאקע נישט אויסקלאפען אין ביהמ"ד אויף יעדען ליגענט וואס מ'זאגט אין זיין נאמען, אבער ווען ער הערט אז מ'האט בא'גנב'ט קהל דארף ער יא מוחה זיין ווי דער דין איז, אין אזוי ווי מהר"א האט געטאן פלניא גזלנא הוא ולמחר תבענא לי' בדינא. אין נישט מ'זאל ברענגען אן עפידעיוויט וואס איז מזויף מתוכו אזוי אז דער שופט זאל עס בכלל נישט אנגענומען אלס 'עווידענס'.

מיט'ן ווערען א תנא דמסייע פאר ראדני_קינג, מאכסטו גארנישט שטערקער זיין טענה וואס איז מופרך מעיקרא דהיינו אז די רבנים פון בית יואל קענען נישט "מחייב" זיין קהל אנדעם וואס קהל זאל מסכים זיין אז זיי זאלען פסק'ן. די רבנים האבען גארנישט "מחייב" געווען קהל. זיי האבען נישט גע'פסק'נט אז די בנין באלאנגט פאר בית פיגא, אין אויך נישט גע'פסק'נט אז קהל דארף באצאלען די שאדענס פון די אלע רדיפות, זיי האבען אפילו נישט גע'פסק'נט אז די גראז איז א חלק פון די שטח הבנין. זיי האבען נאר געזאגט אז מ'מעג גיין קלאגען א מפורסמ'דיגע הולך בערכאות אז ער זאל מיר צירוק געבען מיינע יוטיליטיס.

דער אמת איז אז די גאנצע א.ד. איז גענצליך איבעריג. ווייל ווי מיר האבען געשמועסט איז ענדערש צו גיין דא סטעפ ביי סטעפ. נאר געוויסע וואס האבען געזעהן ווי דאס טראגט, האבען אנגעהויבען מיט א געשריי. קודם יעקב_שמשון מיט זיין ראסיזם (י"ש, איך האב באמת געגליכען דיין תגובה, איך האב זייער געוואלט קאמענטירען דערויף. איך האב נאר נישט געוואלט פארדרייען די נושא, עוד חזון למועד אדער ביטע עפען א נייער אשכול אויף די נושא), אין דערנאך ראדני_קינג מיט די רויטע אותיות, אין דערנאך ביסטו געקומען. נאר אזוי ווי דערמאנט, איז דיר ממש א געשמאק צו ענטפערען, האב איך מיך נישט געקענט צירוק האלטען.

אין צו דיר רעכטער, יו רילי מעיד מיי דעי. נאך אלע קוויטשערייען אז מיר זענען הולכי בערכאות, אין אז 'קהל' טוט נאר בצדק, אין וויפיל איך האב פרובירט צו רעדען גראד, איז ענדליך נאך דרוקען צום "פוינט" ביסטו מיר מודה אז דו אין קיינער דא ווייסען נישט ווער האט מתיר געווען פאר קהל צו גיין אין געריכט בשנת תשנ"ה. בראווא! נאכען שרייבען אז דו ווילסט גיין מיט די אמת און אז דו ווילסט נישט פארדרייען די אשכול, גייסטו יא אריבער צום ברך משה'ס רבנות. דער בר"מ קומט דא אריין אין דעם אשכול נאר בנוגע וואס ער האט געזאגט אויף עקשטיין אז ער האלט בכלל נישט די תורה, אפגערעדט פון דין תורה! אז מ'האלט שוין דא, קען מען וויסען צו קהל האט פרובירט צו באקומען אן הזמנה ביי אנדערע בתי דינים, אויף דעם ענטפערט יא קהל? ווען איינער איז מחלל שבת בפרהסיא, אין יארען שפעטער זאגט ער איך האב עפעס א היתר וואס איך גיי ווייזען פאר א בי"ד נאר אויב מען גייט מיך רופען צו דין תורה, וואס טראכסטו דעמאלט? איר קענט זיך פארשטעלען ווען בית יואל האט אזוינע פארבארגענע היתרים, וואס פאר א געלעכטער ס'וואלט געווען. איך האב פאר אייך נייעס, אז חוץ פון די היתרים פון די היימישע רבנים, האבען מיר אויך די 'היתר' פון א באקאנטען בי"ד וואס אויב "קהל" וועט אונז רופען צו דין תורה, וועלען מיר עס ווייזען פאר'ן בי"ד. "יעצט קום מיר נישט מסביר זיין אז זיי ברויכן דאס אויספויקן אין די גאסן, ווייל דאס איז גענצליך נישט נוגע פאר קיינעם אויסער פאר'ן בי"ד". ווי אזוי הערט זיך דאס? נאריש, אמת? אבער דאס זענען דיינע אייגענע ווערטער. אין דאס קויפט מען דא אפ פאר גוט געלט אין ווילאנג מ'שטופט נישט צום וואנט מאכט מען זיך ווי מ'ווייסט נישט דערפון. יעצט מישט צירוק אביסעל אפאר תגובות, וועט איר אסאך בעסער פארשטיין ווי גוט איך האב ארויס געברענגט די היפאקריזם פון די אלע שרייערס.

אז מ'איז שוין פארטיג מיט די סטעפ, קען מען שוין גיין וואס איז פארגעקומען אין תשס"ד. אי"ה בקרוב.


תוקן על ידי Lechtiger ב- 07/07/2010 07:53:50

 



תוקן על ידי Lechtiger ב- 07/07/2010 07:55:56




תוקן על ידי Lechtiger ב- 07/07/2010 07:58:45

היראים » 7/7/2010 21:22

ווי יעדער זעהט האבען די הולכים בערכעות געדינגן א שרייבער זאל פארענטפרן זייערע אימצוויליזירטע אוופפירינג ספעציעל נאך די אראבישע זשיהאד געשרייען אין די גאסען, וואס האט אפגעשפיגעלט זייער בכיסו אין בכעסו
איך בין אבער נישט קיין שרייבער אין נישט באצאלט, אין אוודאי האב איך נישט קיין צייט זיך אריינצולייגען ראשו ורבו אין די גענוי הלכות פין חו''מ,
איך שרייב אין ליין פינקט ווי רוב שרייבער אין ליינער,
אין איך בין נישט קהל'ס געדינגענער טוהן אין PR פארשפרייטער
אבער איך וועל דיר ענטרפן אויבן אויף בקיצור מיט מיין אום-פראפאסנילער פעדער,


[quote]
דו הייבסט אן בערך אזוי: אז איך 'לעכטיגער' זאג אז קהל האט עס יא געגעבען פאר די רעביצין ווייל דעמאלטס איז נאכנישט געווען קיין עקשטיין. אין נאכדעם זאגסטו אז די בר"מ האט שוין געליטען פון די אינשי דלא מעלי אסאך פאר די דאטום פין די פאלטשע דיד, ממילא קען נישט זיין אז קהל זאל האבען אוועק געגעבען די דירה פאר די רביצין וויסענדיג אז זי האט נישט קיין יורשים. ע"כ דברי היראים. ס'איז קענטיג ווי דו דרייסט אויס מיינע ווערטער כאילו מיין גאנצע באהויפטונג איז אז "דעמאלטס איז נאכנישט געווען קיין עקשטיין" אין דו איגנארירסט מיין עיקר פוינט אז די דעמאלטדיגע קהל האט פשוט געהאט א טאטאל אנדערע געדאנקען-גאנג. אין אז דו מאכסט דיך אדער דו פארשטייסט נאך אלס נישט, וועל איך דיר עס אביסעל ברייטער מסביר זיין:

איך ווייס נישט אויב אין די היינטיגע פירערשאפט אין קהל/מוסדות איז דא אפילו איינער וואס איז דעמאלט געווען אין א ערנסטע קהל פאזיציע. דהיינו: ר' אברהם ווידער איז קיין ראה"ק אדער אפילו ענליכס נישט געווען. זיין "באגאבטען" פאליטישען חוש האט דעמאלט נאך אויסגעזעהן בערך ווי יאסי ג. אדער ר' א(פ). וו. זענען היינט, רד"ע איז נאך קוים געקומען צו זיך פונעם פאקט אז ער איז א בעה"ב אין ער דארף זיך שוין מער נישט טענה'ן מיט די אידינעס צו די מילך איז פריש אדער נישט, ר' אליעזר ווייס האט נאכנישט גע'חלומ'ט אז ער קען/גייט בכלל זיין א 'קהל'ס מאן' אין נאך לויפען אין שפיץ פון א ליסטע, רזל"ק האט נאך גע'בחור'ט אין ישיבה (איך האב זירא קעגן די לעצטע צוויי, איך וויל נאר מאכ'ן מיין פוינט), אין די נייע סגול יאנקי, עקיבא, בערל האבען נאך דעמאלט געווארפען אראנדזש שאלאכץ אויף די ענגליש טיטשער. פון די אנדערע זייט איז ר' שלמה מיכל אין ר' משה פרד"מ געווען גענצליך אין קאנטראל פון די קהילה והמוסדות אין אזוי אויך די 'אן-דיספיוטעד' פירער פונעם שטעטל (איך גלייך ווי דו רופסט זיי געוועזענע 'חברי הקהילה'), שפעטער זענען שוין נישט געווען אזוינע מענטשען מיט אזוינע פאוער אין יעדען פרט אין שטאט. די צוויי האבען גאנץ אן אנדער בליק אויף די גאנצע אינשי דלא מעלי סלאגאן, איך האב גערעדט אמאל צו די צוויי אידען אין זיי זאגען אויפען, יא! מיר האבען איבערגעשריבען דאס בנין פאר די רביצין, זיי שעמען זיך נישט דערמיט, אדרבא, זיי זענען זייער שטאלץ אז אין א געוויסען זין האבען זיי באוויזען צו ראטעווען די כבוד פון די רביצין. אין די צוויי זענען געווען קהל אין קהל איז געווען זיי.
קודם כל ר' לייבוש איז געווען פאקטיש ראה''ק נישט זיי, אין ער טענה'ט אז זיין חתימה האט מען געפעלטשט
איך זעה נישט פאר וויכטיג נאכמאל אריינצוגיין אין דעם נושא, ווייל נישט אימזינסט ווילען ענק דאס נישט דן זיין ביי קיין בי''ד

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער בימים ההם - בשנת תשנ"ה - האבען די נערמאלע "חסידים" זיך זייער געשעמט מיט די גאנצע פרשה, אין אפילו 'דער איד' האט עס קודם נישט געהעריג געדעקט אדער בכלל נישט געדעקט. אלזא קהל/קר"י האט דעמאלט געהאט א אייגענע אויסגאבע מיט'ן נאמען 'אז נדברו'. אין אלעס וואס האט נישט געפאסט אין 'איד' האט מען געדרוקט אין 'פנים אל פנים' אין נאכדעם אויף מער א "קלינערען" (שמוציגען) אופן אין 'אז נדברו'. איך ווייס אז היינט אינעם 'בלאט' תקופה, זעהט דיר עס אויס קאמיש אז מ'האט זיך געשעמט צו לייגען אלעס אין 'איד',
(כ'וואלט מיך געוואלט פארהערן מיט דיר ווי 'שמיציג דער בלאט איז קעגן ''דער איד'', אויב דער איד האט סיי וועלכע לימיט פין שקרים, לשה''ר, שנאת חינם, הלבנת פנים, ליצנות, בזיון התורה, ושנאת ת''ח, וכו' ווען עס קומט צו זייערע סאטמערע שונאים, כ'וויל אבער נישט פארדרייען די שמועס)
אלזא כאטשיג זעהטס אליין ווי מ'זעהט היינט אויס. אלזא, דארט אינעם אז נדברו איז געווען באשריבען די גאנצע פרשה ווי זיי זענען "געוואר" געווארען אז די בנין איז פארשריבען אויף בית פיגא, אין די גאנצע מעשה מיט התאחדות, די בריוו פאר די רביצין. אין דארט איז געשטאנען קלאר אז התאחדות האט פאר די צוויי יא מזמין געווען לדי"ת, אין אויב כ'מאך נישט קיין טעות איז אפילו געווען געדרוקט קאפיעס פון די הזמנות. אלזא, נאר צו זיין עדות אלס 'געוועזענע חברי הקהילה' באקומט מען נישט קיין הזמנה, בי"ד איז סתם מודיע אז מ'וויל זייער עדות. אן הזמנה איז פאר א נתבע
.
ווי האב איך געזאגט אז זיי זענען עדות?
ס''ה האבען זיי ''ציגעהאלפען'' די פעלטשערייען אלס געוועזענע חברי הקהילה, 
אין  זייער טיטול אין קהל האט זיי נישט געקענט געבן רשות צו טוהן כל מה שלבם חפץ אין קהל
אבער ווי געזאגט וואס האט מען דערפון ווען די עיקר קלעגער האבען קלאר געשריבן אז זיי ווילן נישט קומען צו די''ת?


ר' לייבוש דארף טאקע נישט אויסקלאפען אין ביהמ"ד אויף יעדען ליגענט וואס מ'זאגט אין זיין נאמען, אבער ווען ער הערט אז מ'האט בא'גנב'ט קהל דארף ער יא מוחה זיין ווי דער דין איז, אין אזוי ווי מהר"א האט געטאן פלניא גזלנא הוא ולמחר תבענא לי' בדינא. אין נישט מ'זאל ברענגען אן עפידעיוויט וואס איז מזויף מתוכו אזוי אז דער שופט זאל עס בכלל נישט אנגענומען אלס 'עווידענס'.
שרייבן א בריוו נאכדערצו אן אפידעיוועט איז נישט גענוג
אפשר צייגסטו מיר די הלכות וויאזוי מ'דארף אויסקלאפען
--------
אין נאכמאל
די באצואנגען צווישען די רעביצין אלטא פיגא מיט קהל איז געווען אנגצויגען פין די ערשטע מיניט וואס מ'האט אויפגענומען רביה''ק בעל ברך משה אלס מ''מ
אין מ'דארף זיין משוגע צו גלייבן אז קהל האט איר אוועקגעגבן די הויז
ספעציעל עטליכע יאר נאך די גניבה'שע דיעד האט נאך רביה''ק בב''מ געשריגן אין די בריוו ''אז זיי קען דארט וואינען ווילאנג זי לעבט'' ווען לשיטתכם האט מען איר עס שוין לאנג געגבן

מיט'ן ווערען א תנא דמסייע פאר ראדני_קינג, מאכסטו גארנישט שטערקער זיין טענה וואס איז מופרך מעיקרא דהיינו אז די רבנים פון בית יואל קענען נישט "מחייב" זיין קהל אנדעם וואס קהל זאל מסכים זיין אז זיי זאלען פסק'ן. די רבנים האבען גארנישט "מחייב" געווען קהל. זיי האבען נישט גע'פסק'נט אז די בנין באלאנגט פאר בית פיגא, אין אויך נישט גע'פסק'נט אז קהל דארף באצאלען די שאדענס פון די אלע רדיפות, זיי האבען אפילו נישט גע'פסק'נט אז די גראז איז א חלק פון די שטח הבנין. זיי האבען נאר געזאגט אז מ'מעג גיין קלאגען א מפורסמ'דיגע הולך בערכאות אז ער זאל מיר צירוק געבען מיינע יוטיליטיס.
ברענג ביטע אלע בריווען וואס זיי האבען ארויסגעגבן ביי דעם סוכסוך
סיי די מיטן קעפל ''פסק בית דין'' סיי די אנדערע

וואס די שרייבסט פאר רעכטער
ווי קומט דא אריין די קעיס פין נ''ה
ס''ה ווילסטו טענה'ן אז מ'מעג אייביג רופן קהל אין קארט ווייל אויף א באזונדערע קלאגע האבען זיי לשיטתכם א דין פין אין נזקקין - א פאקט וואס איז מופרך מעיקרא זיי די טענה זעלבסט אין סיי אז דאס זאל זיין א היתר ערכעות אויף א באזונדערע קלאגע

ס''ה: ווען ענק זאלען האבען די מינדעסטע טשענס לויטן שו''ע וואלטען ענק שוין איינמאל מסכים געווען צו קומען צו א בי''ד
אין זיך איינשפארען פין האבען א פארמאכטע שול וכו'

אלא מאי, מיט היידפארק שרייבער פראבירסטו דיין לאק, אבער פין א בי''ד האסטו מורא
אין וועגן דעם גייסטו אין קארט

אבער געדענק העברת פי ד' הוא לא תצלח