היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "דער איד" פאלט קרבן צו זאלי-דעפרעסיע?

"דער איד" פאלט קרבן צו זאלי-דעפרעסיע?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2798716

FiveBoro » 14/6/2010 23:42

די דעפרעסיע פון די זאליס פאלט געווענטליך אויף אונזער קאפ, א שטייגער ווי די צעיושעטע דעמאנסטראציעס די פארגאנגענע וואך, וועלכע וואלט אין קיין פאל נישט פאסירט ווען עס רעדט זיך ווען פון "טראכטן בעפארן טוהן", וואס דאן וואלטן זיי געזעהן דערין דעם אונטערגאנג פון די נועם המידות שפיל, און די מיאוס'ע פארשעמונג וואס דאס האט זיי געברענגט אלוועלטליך. אלע באצייכענען אז דאס איז ליבערשט געווען א אומ-איבערגעטראכטע שריט וועלכע איז אנשטאנען א דאנק די לאנג-פארצויגענע דעפרעסיע וואס שלאגט יענעם לאגער די לעצטע אייניגע יאר.

אבער, צו מיין שטוינונג זעה איך אז צומאל קען די דעפרעסיע אויסקלאפן 'בינם לבין עצמם', צווישן זייערע רייען זעלבסט. דאס הייסט אז זיי זאלן טרעפן דעם שולד אין זיך אליינס איינער אויפן צווייטן.

א שטייגער ווי די וואך, נאך וואס די פראטעסטן זענען פאריבער, און די חברה שפורן נישט מיט וואס מען גייט יעצט אטעמען ווייטער, די געשרייען זענען שוין שטיל, די קרעטשמע איז פארשלאסן, די בני יואלע זאל איז אויסגעשפילט, די הייליגע שבת גוי איז נעבעך פארשיקט געווארן מיט 5 טיקעטס, די פובליק סעיפטי האבן שוין א כח צו ארעסטירן צעווילדעוועטע, די בעדפארד שול ווערט דערווייל פארזיגלט אלס קארטאפל סטארעדש, וכו' וכו', האט זיך געמאכט א שטיקל באוועגונג אז "דער איד" איז שולדיג... ווארום ער האט  נישט גענוג גוט געדעקט די נייעס...

אט ליינט פונעם קינדער-פארום:
דער איד: סקווירא צייטונג


טאטלע » 15/6/2010 00:38

זייער זייער לאנג נישט געליינט אזנע זיסע דיבורים

שלמהווייס » 15/6/2010 11:10

איך ווייס נישט צו דעפרעסיע איז דער גורם, סך הכל האט ער ריכטיגע טענות
אבער כאטש איז ער נישט בלינד און איינזייטיג, און דערוואגט זיך ארויסצוזאגען זיין מיינונג אפען
א ארוני וואלט קיינמאל נישט קריטיקירט דער בלאט אפי' בטעות

FiveBoro » 15/6/2010 21:19

שלמה איז שוין צוביסלעך מגלה אז ער איז א זאלי.

שכוח שלמה, מיר אקצעפטירן זאליס וועלכע זענען נישט אנדערקאווערד. מאכט אייך באקוועם.

שלמהווייס » 16/6/2010 07:22

ווי זעהסטו דא אז איך בין א זאלי?

שלמהווייס » 17/6/2010 02:35

דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען, די ארונים זענען אזוי איינזייטיג
אז ווען איינער האט טענות ביי די ארונים שרייט מען גלייך זאלי, מעג ער זיין הונדערט פראצענט גערעכט
(צ.ב. ביי די קהל און ווילידזש וואלן)
פייוו, די זאליס ווערן בכלל נישט שוואכער ווען זיי אטאקירן דער איד
און די ארונים וועלן בכלל נישט שוואכער ווערן ווען איינער וועט האבן טענות אויף דער בלאט

FiveBoro » 17/6/2010 05:04

1) די ארונים זענען איינזייטיג און די זאליס צווייזייטיג.

2) שלמהווייס איז א ארוני.

שלמהווייס » 17/6/2010 06:23

א גרויסן דאנק פארן מיר געבן דעם געערטן טיטול (אפי' נאר פאר א וויץ...)
אבער... איך בין נישט קיין ארוני
איך בין באמת נייטראל

מחלל_קדושן » 17/6/2010 06:32

סארי, ראנג אשכול



תוקן על ידי מחלל_קדושן ב- 17/06/2010 06:33:20