אין די היצטיגע טעג ווען די מערכה ארום דעם שוהל פון קהל בית יואל איז אין פולן קראפט, ווילן מיר פרעגן א תמימות'דיגע פראגע; וועט ר' אהרן טייטלבוים נאך אמאל זוכה זיין איבערצוטרעטן דעם שוועל פון דעם רעבעצינ'ס שול, צו טון דארט זיינע אייגענע געברויכן, טאקע נישט אין א סעפטיק, נאר אין א געהעריג אויפגעבויעטן סוער קוואל?
מ'שטיינס געזאגט, עס ווערט דאס געפירט א שווערע מערכה וואס קאסט אפ פאר ביידע צדדים אוצרות מיט געלט. אבער דער ציהל איז זייער א קלארער, די חברי קהל בית יואל ווילן זיך צוריקזען אין דעם שול וואו זיי האבן געדאווענט די לעצטע 20 יאר, און דוד עקשטיין וויל אז ר' אהרן טייטלבוים זאל האבן א חדר המיוחד שע"י הביהמ"ד וואו ר' אהרן זאל קענען ארויסגיין פאר זיינע געברויכן.
וואו עס האלט כהיום יום, זענען ביידע צדדים פארלוירענע, אבער עס איז העכסט פארשטענדליך אז ווי נישט ווי איז קהל בית יואל געבליבן דער פולשטענדיגער בעה"ב אויף דעם הויז. צו זיי וועלן דאס מעגן נוצן פאר א שול צו נישט וועט דער געריכט באשליסן, אבער דאס איז אמאל זיכער אז דוד עקשטיין האט קיין שום אחוזה אין דעם הויז זעלבסט. ער קען בויען פארקינג לאט'ס ארום און ארום, ברענגן טרעקטער'ס זונטאג פארטאג'ס צו ווייזן בעלות, האבן ריזיגע בילדער פון סעפטיק טענק אויפן בלאט הויפט-זייט. אבער עס איז דא איין זאך וואס ער קען נישט האבן, און דאס איז "דער הויז".
דוד עקשטיין פירט שוין פאר יארן א פערזענליכע מערכה מיט דעם הויז, און ווי עס שיינט וועט אים דאס באגלייטן אין קבר. זיין ציהל איז געווען; ארויסצושטויסן די קרעטשמע זיצער און די וואס רעדן אויף ר' אהרן פון זיין בעקיארד. און איבער אלעם איז געשטאנען דער ציהל אז ר' אהרן טייטלבוים דארף האבן א שטיבל וואו צו גיין אויף געברויכן. קען זיין אז ער וועט די קרעטשמע זיצער ארויסשטויסן, אבער ר' אהרן טייטלבוים וועט אין זיין זיס לעבן נישט זוכה זיין צו האבן א טיר הארט נעבן זיין עמוד ארויסצוגיין, אזוי ווי דער אינגערער ברודער האט אין דעם גע'גנב'טן ראדני שול.
אין איין ווארט וואס עס טוט זיי וויי: מיר האבן ניקס דעם שול אויף ראדני; מיר האבן נישט דעם בית נאוה קודש אויף 550 בעדפארד; מיר האבן נישט קיין הכנות שטיבל פאר אונזער רבין נעבן זיין עמוד אין גרויסן שול אין קרית יואל; מיר האבן ניקס קיין עתיד אין דין תורה דעריבער זענען מיר געלאפן אין בג"ץ; מיר האבן בלויז א צייטונג וואו טראציגע בחורים זיצן און געבן זיך אויס דעם דם רותחת וואך איין וואך אויס; מיר האבן נישט קיין אנערקענונג פון די גאס אז אונזער רבי איז א גאון הגאונים, נאר בלויז אינעם ציוני'סטישן משפחה מאגאזין; מיר האבן א פארפוילטע חינוך וואו מ'העצט אן די יונגווארג קעגן אלטע ערליכע רבנים; מיר קענען זיך נישט געהעריג אויפטון מיט די טעקסעס שחיטה ווייל עס גייט ווייט נישט אויף דעם וועג וויאזוי אונזער רבי וויל; מיר האבן א רבי וואס דארף ליגענט זאגן ברבים ריינצעוואשן די מפוקפוק'דיגע אריזאנע ווייץ, דעריבער האבן מיר נישט קיין אנדערע ברירה ווי אנפילן בלעטער מיט קאלירטע בילדער פון א סעפטיק סוער, ברענגן טרעקטער'ס צו בארוהיגן דעם יוגענט, שלאגן מיט רשעות די וואס קומען מוחה זיין אויפן כבוד פון זייער שול, אהיימבאגלייטן דעם רבי'ן מיט הונט פון שול שבת צופרי. - ווייל "אז עס טוט וויי שרייט מען"...
און דאס דארף נאכמאל ערווענט ווערן; עס זאל יעדער פארשטיין דעם פראבלעם וואס די אהרונים האבן באמת מיט די פראטעסטן. שמואל ווידער און מתתי' דייטש באדערט גאנץ ווייניג אז ר' אהרן זיצט איינגעשפארט אויף הויז סט. ביז שפעט ביינאכט ווייל אפאר הונדערט אידן שרייען "אהרן טייטלבוים צא טמא", וואס עס באדערט זיי יא איז, אז דער פאלשער שקר'דיגן שלייער ווערט אראפגענומען ווען מען פארשעמט זייער רבי'ן אין די גאסן לעיני העמים. זיי שעמען זיך נישט פאר די סאטמאר'ע, זיי שעמען זיך פאר די סקווירא און בעלזא חסידים, וועמען זיי פרובירן אזוי שווער איינצורעדן אז ר' אהרן איז דער מאכסטפולסטער רבי וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן, עס ווייזט פאר די א.ד. חסידות'ער אז ר' אהרן איז ווייט נישט אזוי שטארק ווי די בילדער אין די מאגאזינען ווייזן.
ר' אהרן האט א ערנסטע פראבלעם, זיינע נאנסטע מענטשן גייט קנאפ ווייניג אן אז ער זעלבסט ווער בזוי ומבוזה פאר די גאנצע וועלט, זייער ציהל איז, און זיי זאגן דאס אפן, אז דער עראפלאן וואס משה גבאי האט געוואלט פירן, זאל ווייטער געפירט ווערן דורך מתתי' דייטש און שמואל ווידער. ווען עס זאל שמואל ווידער מיט די אנדערע אנגיין דעם כבוד פון ר' אהרן טייטלבוים, וואלט ער זיכער געמאכט אז ר' אהרן שרייבט נישט אונטער קיין טשעק'ס פאר א לויער, ביי די פארלוירענע הצלת רבינו קעיס. און בכלל זיכער געמאכט אז ר' אהרן'ס נאמען זאל בכלל נישט קענען פיגורירן ביי די גאנצע סומטאכע פון רופן א טאטן אין קאורט. אנשטאט, האבן זיי באשמוצט ר' אהרן אין די גאנצע וועלט, עס האט יעדער געזעהן די בילדער ווי דער רבי דער ברך משה ז"ל ווערט סערווירט מיט א סובפינע, און א שטארקן דורכפאל אין קאורט האבן זיי - צו אלע צרות - געליטן, אבער וויבאלד זיינע פילאטן האבן געשפירט פאר וויכטיג אז דער קעיס זאל אנגיין, האבן זיי נישט געהאט קיין שום פראבלעם אים אנצושטונקן אין די וועלט, ווייל ביי זיי הייליגט דער ציהל די מיטלען.
א צווייטע דוגמא איז דער הליכה לבג"ץ אין בני ברק, די פילאטן האבן פארשטאנען אז ר' אהרן'ס כח קען גענוצט צו שטארקן די הליכה לבג"ץ, האבן זיי זיכער געמאכט אז הר' אהרון טייטלבוים זאל זיין פארצייכענט אלס דער מורשה אינעם ציוניסטישן בג"ץ, און מיט דעם אנגעשטינקען זיין נאמען אין די גאנצע וועלט אז אזא איינער וואס פאררופט זיך סאטמארער רבי קלאגט אין בג"ץ, אבער וויבאלד דער פארטיי דארף דאס האבן האבן זיי ווידער נישט געהאט קיין פראבלעם אים צו נוצן, ווייל ביי זיי הייליגט די ציהל די מיטלען.
און דאס איז וואס באדערט זיי דא, ווארים די וועלט שטייט מיט אפענע אויגן, און זעהט טאג איין טאג אויס געשלעגן דורך די אהרונים אין קרית יואל, פראטעסטן קעגן ר' אהרן טייטלבוים אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל, קליפס ווי דער סבלן אנטלויפט פון זיין היימשטאט קרית יואל און נאך. און דער פארטיי ווערט פארשעמט. דאס איז וואס מאכט זיי אזוי ווילד, און אז עס טוט וויי שרייט מען און וואנזיניגע שעלטן מיט טויטע קללות.

תוקן על ידי באלאנד ב- 14/06/2010 21:09:25