דער "כי אתה החילות לנפול" שטעלט זיך נישט אפ ביים התחלה.
עס שפאנט ווייטער מיט א אויסטערלישע "נפול תפול" געיעג!
נאכדעם וואס בני יואל האט פארגאנגענעם זונטאג געקריגן א "סטעי" אויף די ארבעט פון קהל צו פארברייטערן דעם פארקינג לאט, אויפן לאט ווי עס איז "אמאל געווען" די טרעפ אריין צום רעבעצין'ס קרעטשמע-שול, א לאט וועלכע איז ביי די לעצטע געריכטן - וואו קאנג. בית יואל האט געקלאגט קיט"ל - געווארן נכתב ונחתם אלס קהל'ס לאט.
די בני יואל וועלכע אנערקענען נישט אין קיין דורכפאל האבן נישט געוואלט שלום מאכן מיטן מצב אז דער לאט איז א פארגאנגענהייט, זענען זיי אריין אין געריכט בעטן א סטעי, ווארום קהל גראבט אויף "זייער לאט"... אויך האבן זיי געטענהט אז זיי וועלן נישט קענען אריינגיין דורך יענעם טיר צום "דירה", אויף וואס קהל האט אויפגעוויזן אז לויט די פלענער פון פארקינג לאט וועט נישט אויספעלן קיין טרעפ צו יענעם טיר.
די דשאדשקע, זייענדיג א נייע אין די קעיס, האט זיי צוערשט נאכגעגעבן די סטעי אויף דערווייל.
קהל, וויסענדיג אז דאס קומט צוליב די אומוויסנדיגקייט פון די דשאדשקע, ווייל דער קעיס איז דאך שוין אייגענטליך א אויסגעדראשענע, און די בעלות פון קהל אויפן פאדערשטן לאט איז שוין כתוב וחתום נאך אלע אפעלאט'ס, האט קהל געבעטן א הירינג ביים "אפעלאט דעווישן" איבער די סטעי פון די דשאדשקע, און:
דער אפעלאט האט תיכף ומיד ביים הירינג אראפגענומען דעם גאנצן סטעי, ומפטירין כדאתמול.אצינד האט קהל ווייטער די פולע רעכטן אנצוגיין מיט די ארבעט, און די בני יואל'ע האבן ווייטער די רעכטן צו ארגאניזירן פראטעסטן...(געוויסע באריכטן זאגן אז קהל וועט נישט אנהייבן די ארבעט ביז אפאר וואכן ווען די פובליק סעיפטי וועט שוין זיין באשטעטיגט אלס זעלבשטענדיגע פאליציי, אבער איך בין דאס נישט נאכגעגאנגען).