פאריגע וואך מיטוואך איז פארגעקומען א גאר אינהאלטסרייכע פאנדרעיזינג אין בית רחל אוטודאריעם פאר קופת החסד וואס העלפט ארימע אידן אין'ם בארא פארק געגענט
ס'האבן אויפגעטרעטן גאר געלונגענע רעדנערס, צווישן זיי: ר' אהרן וויינבערג, ר' יחיאל קויפמאן, קאסוב'ע רבי, אייזענשטאט'ער רב, און נאך.
די 'היילייט' פונעם אווענט איז געווען 'די סקיט' וואס האט אויפגעשפילט א געוועזענע עושר, וואס דארף צוקומען צו געלט פון אנדערע, און ווי קופת החסד העלפט איהם...