היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » די הינט באגלייטן, די קעץ בּילען

די הינט באגלייטן, די קעץ בּילען

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2798362

פדן_ארם » 13/6/2010 23:17

די הינט באגלייטן, די קעץ בּילען

די וואך שבת איז געווען א נחת צו זעהן ווי דער ראש הבריונים פון קרית יואל האט נישט געקענט ארויסגיין פון זיין שטיב אָן זיין באגלייט און באוואכט מיט זיינע הינט ווי אויך די הינט פון סטעיט פאליס!

אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפל לפניו לא תוכל לו כי נפול תפול לפניו..

אין שטאט האבן צוויי פרק פארלערנער, ר' חיים לייב קא"ץ און ר' אשר אנשיל קא"ץ געטראפן פאר וויכטיג מוחה צו אויף די פראטעסטן אנטקעגן דעם ראש הבריונים פון קרית יואל מיטן אויסרייד כבוד התורה/בזיון התורה.

פרעגט זיך א קשיא צו די צוויי פארלערנער, ווי איז געווען ענקער מחאה פאר כבוד התורה/בזיון התורה ווען:

1
די אזויגערופענע אידישע ווילעדש האט פארשלאסן א מקום תורה ותפילה פון איבער דרייסיג יאר??

2
די אזויגערופענע אידישע ווילעדש קאפו'ס האבן ארעסטירט פיר היימשע יונגעלייט מיט אחזריות פאר גארנישט??

3
ווען די תלמידי וחסידי ראש הבריונים פון קרית יואל האבן באזינגען רבנים ואנשי מעשה בשעת מקדש זיין א בית החיים (בשעה שמתו מוטל לפניו)??

4
ווען דער ראש הבריונים פון קרית יואל מיט זיינע קינדער האבן גערופען זייער אייגענע טאטע און זיידע, דער זקן הרבנים און גדול הדור אין געריכט??

5
ווען די תלמידי וחסידי ראש הבריונים פון קרית יואל האבן אין דעם הייליגען יום טוב שמחת תורה איבער געדרייט א שול??

6
ווען די תלמידי וחסידי ראש הבריונים פון קרית יואל דעם פאלגענדיגען יאר אין דעם הייליגען יום טוב שמחת תורה אריינגעברענגט שווארצע כוליגאנס אין א שול איבערצודרייען און טאנצען אויפן ארון קודש און אויפן מקום תפילה פונעם  הייליגען רבין זצ"ל??

7
ווען דער ראש הבריונים פון קרית יואל האט מזלזל געווען בכבוד זקני הרבנים וגדולי הדור מיט די נידריגסטע ווערטר אין זיינע ווילדע דרשות איבער די יארן?

8
ווען די תלמידי וחסידי ראש הבריונים פון קרית יואל האבן פראטעסטירט אנטקעגן אב"ד קארלסבורג אין די גאסן פון קרית יואל??

און נאך אנדערע פעלער

ווען כבוד התורה וואלט אייך אמת וויי געטאהן וואלט מען ווען געהערט פון ענק מוחה זיין ביי לפחות א פאר פון די פעלער.

פני הדור כפני הכלב במלוא מובן המולא

עכטער_חסיד » 13/6/2010 23:49

די רבנים האבן א רעכט מוחה צו זיין, אבער דו האסט נישט קיין רעכט זיי צו באטיטלען מיט לשונות של גנאי. קענסט די זעלבע שאלות פרעגן מיטן פולסטו רעספעקט.

איך גלייב נישט אז די רבנים שליט"א האבן בשעתו מסכים געווען צו די בזיון תלמידי חכמים וואס די אהרונים האבן דורכגעפירט אויב זיי וואלטן געוואוסט דערפון.

יואלי808 » 14/6/2010 00:08

גם אני הקטן מצטרף להמחאה על ביזו ת"ח 

וויכטיג » 14/6/2010 00:16

קודם כל בין איך מוחה בכל תוקף ועוז קעגן די בזיון ת"ח, ביי אונז איז בכלל נישט איינגעפירט צו איינטיילן פאר רבנים וואס צו זאגן אדער טראכטן, א רב מעג אמאל מאכן א טעות אויך, ספעציעלח אויב ער באקומט נישט ריכטיגע אינפארמאציע.

ועוד, ווי איך הער האט הגאון רח"ל כ,ץ מוחה געווען אויף די ענין פון בזיון ת"ח, וואס קען פונקט אזוי מיינען די בזיון פון הגה"צ משארמאש וכו'

און ווי איך הער האט ווינער רב בכלל נישט גערעדט פון דעם, ווי ס'קוקט אויס איז זיין נאמען געווארן מיטגעשלעפט צוליב זיין ברודער.

לא_לנו » 14/6/2010 00:49

פדן ארם לא זו הדרך. איך עגרי נישט מיט דיר אינגאנצן. דו ביסט נישט חשובער ווי די תורה הקדושה וואס יענע רב האט געלערנט. ער דארף דיר נישט פרעגן וואס צו טוהן.

אבער זיין היסטאריע איז פאר יעדן באקאנט, דעריבער איז דאס שטארק נישט ווערד ביי קיינעם.

צביהירש » 14/6/2010 03:10

הר"ר חיים לייב כ"ץ שליט"א איז נישט קיין סאטמערער תלמיד. ער ווייסט בכלל נישט וואס ס'גייט פאר צווישן די חסידים וכלבים בקרית יואל. ער האט מוחה געוועהן אקעגן בזיון תלמיד חכם נישט בזיון ראש הכלבים.

יואלי808 » 14/6/2010 03:22