היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ליצנות אין שטעטל: אלייענס שבת גויים

ליצנות אין שטעטל: אלייענס שבת גויים

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2798338

מנחם_מענדל » 13/6/2010 21:47

די זאלי'ס/בנ"י אין קרית יואל זענען נישט פון היינט באקאנט אלס נעבעכדיגע מענטשן וועלכע לעבן אין אן אנדערן וועלט, ערגעצוואו נישט אינעם רעאליסטישן ערדקוקל.

דעם שבת האבן זיי ארויסגעברענגט א שמייכל ביי ידען תושב, ווען זיי האבן געדונגען 2 אייגענע "שבת גויים", און געהאנגען מודעות אין זייערע שולן אז די ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך נישט באנוצן מיט די טריפה'נע "פובליק סעיפטי" זאלן האבן "אייגענע" שבת גויים...

עס איז נישט קלאר וואס זייער הוה אמינא איז דא געווען, אז עס זאל לוינען זיי די געלט צו צאלן פון טאש פאר גויים, אבער ווארשיינליך איז דאס א רינגעלע אין די קייט פון פיטערן זייערע קינדער מיט שטרוי. ווארום: "מיר זענען מעכטיג"! "מיר האבן אייגענע גויים"! (נעבעך).

עס האט מיר דערמאנט א מעשה, אין יאר תשנ"ח א שבת בעפארן גרויסן עצרת פאר "קרן הצלה" האט ר מאיר יודל טענענבוים (לרפו"ש) געיאמערט ביי זיין ש"ס תורה פאר זיינע קרוב צו אנדערטהאלבן מנינם חסידים, אז מ'זאל חלילה נישט גיין צום עצרת, נאר עס גייען אן פלענער צו גרינדן א "אייגענע קרן הצלה" (...). האט זיך דעמאלט א ת"ח זיך אויסגעדרוקט, אז זיי מאכן אלעס אליינס, זיי וועלן נאך האבן "אייגענע ציונים" אויך...

עפעס אזוי האט עס אויסגעקוקט ווען מען האט געדינגען "אייגענע שבת גויים", אז אין פאל די לעקטער לעשט זיך אויס, זאל מען חלילה נישט נוצן קיין אומאויסגעהאלטענע גויים דאס אנצוצינדן...

צום_ענין » 13/6/2010 21:59

אה וואס רעדטסטו דער עולם האט זיי געניצט אין גרויסן פאבליק סעפטי איז געשטאנען אן א שטאך ארבעט נעבעך. (נוסך נוטראלער)

FiveBoro » 13/6/2010 22:17

דאס איז וואס איך ברענג שוין ארויס עטליכע מאל, אז די מענטשן ווייסן נישט פון קיין 'רעאליטי'.

איך בין זיכער אז זייערע יונגלעך זענען געווען אויסער זיך מיט די מעכטיגע שבת גויים...

(זעהט אויס אז דאנערשטאג אין ויואל משה איז אריינגעקומען אפאר טאלער, און מען האט דאס תיכף פארנוצט אויף די ריכטיגע פעולות...)

טראק » 13/6/2010 22:51

כאפט א שמייכל...!

די זאליס האבן פלענער אויף ווייטער אויך.

1) זיי גייען מער נישט ניצן די טמא'נע וויליטש גארביטש טראקס - נאר זיי גייען מאכן אייגענע גארביטש טראקס...

2) זיי גייען מער נישט ניצן די טמא'נע וויליטש וואסער - נאר זיי גייען כאפן רעגן...

3) זיי גייען מען נישט ניצן די טמא'נע וויליטש סוער - נאר זייי גייען לייגן אייגענע סעפטיק...

4) זיי גייען מער נישט גייין אויף די טמא'נע סיידוואקס - נאר פליען מיט העליקאפטערס...

5) זיי גייען מער נישט ניצן די טמא'נע וויליטש מצילי אש - נאר זיי גייען לאזן אפברענען די הייזער...

6) זייי גייען מער נישט לאזן ניצן די טמא'נע וויליטש הצלה - נאר גייען אויסגיין על קידוש ה'...

7) זיי גייען מער נישט פארן מיט די קארס אויף די טמא'נע גאדער - נאר זיי גייען ? איך האב נישט קיין עצה...

8) זיי גייען נישט נהנה זיין פון די טמא'נע וויליטש לעקטערס אויף די גאסן - נאר זיי גייען ביינאכט גיין צוגעדעקט די אויגן...

וואס נאך?

אזוי וועט מען איינמאל פאר אלעמאל אונטער ברענגען די טמא'נע וויליטש....

אבער...?

שטייערן וועלן זיי ווייטער באצאלען...

חכמי חעלעם....

מישמאש » 13/6/2010 23:40

נישט נאר דאס אפי' אטעמען קען זיי נעבאך אויך נישט, ווייל די ליפט געהרט אויך פאר די ווילדש, די איינציגסטע פלאטץ וואו די אנטי ווילדשניקס קענען אטעמען איז נאר און פאלאקס, דארט איז די ליפט קלאר, אזוי די רבי זי''ע האט געוואלט!

היראים » 14/6/2010 01:53

די זאלי'ס האבען די וואך דירעקט געלאזט אויסגעלאשען די לעקטער אין געווארט מיין פרייד ווען מ'וועט שוין קענען רופן דעם הייליגען שבת גוי

אבער צו זייער באדויער האט אים די סטעיט פאליס שוין אווקעגעשיקט פרייטוג צו נאכטס

טייל האבען באקומען א היתר דאס מאל צו רופן פאבליק סעיפטי די איבריגע האבען געגעסן די סעודות אין ביטערע היצען אין טינקעלער שטובער מיט קאלטע טשולענט

ס'איז געווען א שיינע שבת