גערעכט, איך האב דיך איינמאל געפרעגט און איך וועל דיך פרעגן נאכאמאל,
וואס איז דיין פראבלעם?, וועלעכער פרט איז גורם דיין פלאמעדיגער פנים?
וואס האט דיך אזוי געקעלט? איך האב גראדע הנאה געהאט פון בלאט, מען דארף
מגלה זיין פרצופם האמיתי, מען דארף אויסטוהן די זיידענע הענטשיך, מען דארף
סטאפן צו שפילן נייס, און גלייב מיר בנאמנות אז ס'ארבייט זייער גיט, איך בין מעורב
בין הבריות, איך הער די מיינונג פון די אאוטסייד וועלט, און די בני יואל/זאלי סטאקס
איז מעכטיג געפאלן זייט דער בלאט שרייבט אפן,
יענקעלע טייערער, איך האב זיך געשעמט פאר מיינע קינדער, וואס איך ברענג אריין אין שטוב, נישט אלעס וואס "עס ארבעט זייער גוט" דארפן די צאן קדשים מיטהאלטן - איך האב קיין פראבלעם ווען די אלע שרייבעכצער, וואלט געוועהן פאר זיך - אין א קונטרס / ביכל א.ד.ג. אבער נישט אין העמטליכן צייטונג - וואס איך שטאלציר מיט דעם אז עס איז ריין, - רייט עס קען זיין אז דו סטאקס פון די זאליס/בני יואל זענען געפאלן, אבער אינדערמיט זענען דא נאך וואס קענען פאלן - אויף לשון קודש זאגט מען דאס "עוד ניצחון כזה ואבדנו".
גערעכט, מעגסט דיך טאקע שעמען!, אויב האסטו געלאזט דיינע קינדער ליינען דעם איד און אפילו דעם בלאט ביז היינט, מעגסטו דיך טאקע שעמען, די צייטונגען זענען נישט פאר קיין בחור'מליך, אפגעזען צו זיי שרייבן פון סעפטיק טענק צו פון אבאמא, מיין בחור זאל זיין געזונט לערנט אין ישיבה הק' היכל התורה, און דארט איז פארבאטן צו נעמען אין די האנט סיי וואס פאר א צייטונג, און אויב האסטו ערשט אצינד אנדעקט אז די צייטונגען זענען שעדליך פאר די קינדער ביסטו אין א גרויספראבלעם.
אגב שעפסטו נישט נחת אז די נארישע זאליס האבן זיך צוגעשטעלט צו די בני יואל,
פראסקאך-פראסקי, פליקאך-פליקי, פאטשאך-פאטשי, און וואס איז דער פועל יוצא
דערפון, אז ווען די בני יואל כאפן א פראסק, איז דאס א נקמה אין די זאליס, א נחת!!!
עס איז ידוע אז די זאליס אנענגערס, זענען קיינמאהל קיין חסידים פון ברך משה נישט געוועהן, נאר די פארקערטע פון דעם, די זאליס מיט די בני יואל גייען מיטן גאנג "מיין שונא'ס שונא....", בכל אופן וויא אויוון דערמאנט - "עוד ניצחון כזה ואבדנו"
וועמען מיינסטו?, יאנקל בערקאוויטש?, בנימין הירש? נפתלי גרינפעלד?, אברהם מאיר רייך?, חיים שלמה ווערטהיימער? שמשון גאלד?, וועמען מיינסטו?, איך קען דיר אויסרעכענען צענדליגע זאליס וואס דער נאמען בני יואל האט זיי געהעכערט דעם בלוט דרוק, ס'האט זיי געקעלט, זיי האבן זיך געשאלטן איינער דעם אנדערן, און יעצט איז אלעס איין טאפ, און די בני יואל דארעכפאל איז זייער פערעזענדליכע דארעכפאל לשמחתינו הרם, וואס פאר א שווארץ יאר האבן די זאליס מיט די קרעטשמע?, וואס האבן זיי דארט איינגעלייגט?, אבער ווי דו שרייבסט מיין שונא'ס שונא... על כן שרייבן מיר מיין שונא'ס פריינט האט היינט צוטאג אויך געכאפט א מעכטיגן שאס, כא כא כא....
על כל פנים, ווי לאנג די שרייבסט נישט גענוי וואס דיין ווייטאג איז, און וועלעכער פוינט
ווייטאגט דיך אזוי איז מיט דיר נישטא וואס צו רעדן. סתם בלענק פילינגס איז הבל הבלים.
אויב דו האסט נישט פארשטאנען מיין ווייטאג, קען זיין אז עס פעלט אין מיין הסברה / אדער אין דיין IQ, וועגן דעם אבער - ווערט דאס נישט קיין הבל הבלים.
גלייב מיר, נישט נאר פארשטיי איך דיין ווייטאג, נאר איך האב מיט דיר מיטלייד, און אלץ עצה טובה זאג איך דיר, געוויין דיך צו דערצו, אז די תורה זאגט והיא לא תצלח, איז דאס חי וקים, די קרעפלעך וואס דער איד פארקויפט ענק, וועט אייך קיין סאך נישט העלפן, אויסער אז איר זענט טאקע אויסגעשפראכענע קעלבלעך, וויאזוי שרייבסטו? עוד נצחון כזה ואבדנו!!! איי ווי ריכטיג, ס'איז אמת ויציב, גיי אריין אין ראדני און שריי דאס אויס פאר ענקער הנהלה, עוד ניצחון כזה ואבדנו!!!!!!!!. |