היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הגה"צ גאב"ד סערדאהעלי שליט"א מוחה קעגען בני המן פראטעטס!!

הגה"צ גאב"ד סערדאהעלי שליט"א מוחה קעגען בני המן פראטעטס!!

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2798114

oאטמאר » 13/6/2010 09:58

בארא פארק: דעם שבת ביי פרקי אבות געגעבן זיין דברי מוחאה אזוי ווי זיין שטייגער יעדער שבת מוחה צי זיין אויף די פרצי הדור (פארגאנגענע וואכען איז עס געווען דברי מוחאה קעגען בוני עולם אדער קעגען די עירוב שרייערס)
ער האט געזאגט עס איז נאך נישט געוועהן אין די היסטאריע אז א כת מתנגדים זאלען מאכען פראטעסטען קעגען א מנהיג, זייט קרח ועדתו אזוי מיר האבען די וואך געהאט אין די פרשה, צי פראטעסטען אדער שרייען קעגן א רבי איז נגד אין היפך די תורה הקדושה אפילו אויב א רבי טיט א עבירה טאר מין נישט לוחם זיין ברבים אין האט געברענגט אסאך ריאות פון פסוקים אין מאמורי חז"ל אז דאס איז קעגן  רצון השי"ת, ער האט שטארק פארדאמט די כת לצים בני יואל וואס האבען ליידער נישט קיין מנהיג אזוי ווי ליבאוויטש אין נעמען זיך די הפקירות צי טיהן וואס זיי ווילען אן קיין דעת תורה!
די סוף פון לוחם זיין קעגען א רבי וועט מען אפ ענדיגען אזוי ווי קרח ועדתו אין די ערד... נפול תיפול!

FiveBoro » 13/6/2010 23:42

די נועם המידות פון די זאליס - וועלכע האט די פארגאנגענע וואך אנגעהויבן שפראצן אין בליען לעיני כל העולם - שפאנט פאראויס אן אויפהער.

אין א פרישע רונדע השמצות קעגן רבנים וועלכע גייען נישט אין שפאן, (נישט פארגעסן, דאס איז אמאל געווען אונזער הויפט אנגעבליכער חטא), איז יעצט געקומען די רייע אויפן וויענער רב, און סעדרעהעלי רב.

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2798362&forum_id=21016

-----------------------------
אין פאל עס ווערט פארמעקט, ברענג איך אראפ איין שטיקל:
אין שטאט האבן צוויי פרק פארלערנער, ר' חיים לייב קא"ץ און ר' אשר אנשיל קא"ץ געטראפן פאר וויכטיג מוחה צו אויף די פראטעסטן אנטקעגן דעם ראש הבריונים פון קרית יואל מיטן אויסרייד כבוד התורה/בזיון התורה.
-----------------------------

על כגון דא נאמר: נועם המידות בתפארתה!

(אייגנטליך, איינער ווייסט דערפון אז וויענער רב זאל האבן מוחה געווען? איך האב מורא אז בלויז צוליב א מילדע חשד וועלכע איז ניטאמאל ריכטיג איז ער שוין געווארן א קא"ץ...)

SatmarBum » 16/6/2010 05:06

SatmarNews: BREAKING!! Letter from Serdahel-BP that he never mentioned anything about the major protests against Aron T"b in Wmsbg and Kiryas Yoel &
 he warned yesterday Maskil Shmeel Wieder not to make political use of his Peirik Sheer in Shind-Blatt. Letter: http://twitpic.com/1x51sl


[בילד – נישט אפגעהיט]

Palin12 » 16/6/2010 17:56

פארוואס ברענגסטו האלבע פאלטשע זאכען

SERDAHEL
  1. @SatmarNews This letter was never written by our Kehila. Rabiny Shlit"a was Meoirir against instigating youngsters to scream against Yiden.

נאטראל » 16/6/2010 17:56

t

נאטראל » 16/6/2010 18:05

ווי איך האב מברר געווען פין א איד וואס האט געפרעגט דעם רב האט דער רב זייער גיט געוויסט וואס איז פארגעגאנגען פאריגע וואך, די בריוו קומט פינעם רב'ס קינדער וואס האלטן נישט אויס אז דער רב נעמט זיך אייביג אן פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר אין זיי האבן געסטראשעט דער בלאט אז אויב זיי שרייבן עפעס וועלן זיי ארויסגעבן א בריוו

findodort » 16/6/2010 19:34

עס איז זייער שווער צי וויסען וואס די רב האט געוויסט אין ווען האט ער עס געוויסט. צי ער האט געוויסט פין די לעצטע געשענישן צי נישט.  


איין זאך איז קלאר אז די רב האלט זיך זייער נאנט מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר אין די קינדער האבן גארנישט דערקעגן.
 

נאך איז קלאר  אז די רב האט שטארק מוחה געווען אויף די הנהגה פין נאכשרייען א צווייטע איד, לאו דוקא א רבי, ווייל ער האלט נישט ווי דיין רב.  ווי למשל די טעראר פין נאך שרייען פרויען אין מענער שבת אויף די גאסן.

 

די שרייען איז א אויסגערעכענטע ניץ פון ווארפן א פחד (אין סטראשען מיט וויילענ"ס) קעגן ציווליזירטע באפעלקערונג כדי אנצוקומען צו צילן פון פאליטיק, גלויבונג, אדער אידיאלאגיע. דאס ווערט געטון דורך אנזייען אין יענעם א פחד צו טון אדער נישט צו טון א געוויסע זאך, אדער מאכן יענעם שפירן זייער ביליג. ווער עס קיקט אמאל אין זייער קינדערישע  משמרת פארשטייט וואס איך מיין.

 

נאך איז קלאר אז אויך די הארלעם פראטעסט פין די וואך גייט אריין אין די גדר אויף וואס דער רב האט שטארק מוחה געווען  – אזוי פארשטייט אידער, אין צי קיין בארשט דארף מען נישט קיין ציין,  קיק נאר ווי גיט זיי אליינס האבן דאס פארשטנען אן דעם וואס מען זאל דאס דארפן מסביר זיין: (א בחינה פין אויף דעם גנב ברענט דאס היטל)

"אין שטאט האבן צוויי פרק פארלערנער, ר' חיים לייב קא"ץ און ר' אשר אנשיל קא"ץ געטראפן פאר וויכטיג מוחה צו אויף די פראטעסטן אנטקעגן דעם ראש הבריונים פון קרית יואל מיטן אויסרייד כבוד התורה/בזיון התורה."

 

ווען א רב איז מוחה אויף שמיסען ביי קדיש דארף ער נישט וויסען פון אידער וואס שמיסט. אבער שעם אן יאא קדיש שמיסער

תוקן על ידי findodort ב- 16/06/2010 19:39:37

שלמהווייס » 20/6/2010 13:26

איך הער אז דינוב'ער רבי האט אויך גערעדט דערפון פאריגע וואך שבת
קען עס איינער באשטעטיגען

אדמיראל » 20/6/2010 20:17

קיינער זאל נישט פירן קיין דיסקאשנס מיט שלמה ווייס, א דאנק.

היראים » 21/6/2010 00:30

אדמיראל

איך שטיץ דיין פאלאנג

אז די וועסט אים נאכקוקען וועסטו זעהן אז זיין ציל איז צו פארעקלען די פארום
ער וועט אייביג ארויפברענגן אלטע אויסגעראשענע אשכולות
אדער מיט שטותים אדער מיט דמיונות

שלמה, יעדער קען זעהן דיין ציל
אין נאכמאל, דער מנהל וועט דיך טאקע נישט אויסשפארען
אבער דער עולם זאל אים איגנארירן
זאל ער ציריקגיין צו זיין פארום
אין זיך שפילן מיט נפל


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/06/2010 00:14:07