סטעיט פאליציי האט באזייטיגט די א.ג. קעי דשעי אלייענס סעיפטי פאטראל נאך פרייטאג צונאכטס, און אלעס איז געפאהרן ב"ה על מי מנוחות.
קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו געבן א פיפס.
תוקן על ידי קהל_יטב_לב ב- 13/06/2010 05:04:04
תוקן על ידי קהל_יטב_לב ב- 13/06/2010 05:04:04
דאס געלכעטער פון שטאט; דער מרא דאתרא מיט security !!!
יא! יא! איר האט גיט געלייענט, דער מרא דאתרא מיט security !!!
דעם שבת קודש איז געווען דער געלעכטער אין שטאט, דא אין קרית יואל.
דער מרא דאתרא וואס האט אויסגערופן אז, דא בין איך רב און וועם עס געפעלט נישט קען זיך גיין פון דא.
דער מרא דאתרא וואס בלעדו לא ירים איז את ידו ואת רגלו לסדר קידושין, אפי' בגלילות.
דער זעלבער מרא דאתרא האט זיך דעם שב"ק געדארפט דרייען אין זיין אייגענע שטאט, באגלייט מיט פאליציי, מיט הינט.
ווי זאגט דער וועלט "אלעס קומט אהיים",
וואס איז טאקע פשט?
איך האב שוין מערערע מאל באמערקט אז געוויסע צייטן איז דא 24 שעה פאליציי וואך און פראנט פון רז"ל'ס דירה און צומאל אויך ביי ראדני (מיילא ביי הופער פארשטיי איך נאך ווייל אפי' אין ק"י איז ער א ציל פון טעראריסטן, איז כש"כ אין א שטאט ווי דער "נועם המידות" איז רבי...),
אבער רז"ל, איז ער טאקע אזוי אומזיכער אפי' אין זיין אייגענע דירה???