היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ארטיקלען אין "דער בלאט", מתוקים מדבש

ארטיקלען אין "דער בלאט", מתוקים מדבש

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2797810

FiveBoro » 11/6/2010 17:04

אלעס וואס ליגט אייך אין קאפ און אין מויל בנוגע די פארלאפענע "פרשת קרח..." , איר קענט דאס נאר נישט מסדר זיין און ארויסברענגען מיט אייער שפראך, דאס אלעס וועט איר טרעפן די וואך אין בלאט הערליך צולייגט.

איך גיב זיי א מעדאל די וואך פאר די געלונגענע ארטיקלען, גוט ארויסגעברענגט, און מיט'ן ריכטיגן שכל'דיגן מהלך.

די וואס האבן א קשר מיט איינגעשטעלטע אין בלאט אפיס זאלן ביטע בעטן זיי זאלן ארויסגעבן די פיילס, לזכות את הרבים (אזוי ס'איז שוין געווען דא עטליכע מאל).

FiveBoro » 11/6/2010 17:10

מיין הוספה צום דעקל פון בלאט:

[בילד – נישט אפגעהיט]

אויששש » 13/6/2010 20:06

פארפאלן דער בלאט מאכט א גוט זשאב ער גיסט אריין די אלע דערביטערטע פראטעסטן אין איין "געלע אשר יצר סעפטיק",
שפתים ישק יעדעס ווארט איז פערל
 

היראים » 14/6/2010 01:12

די ארטיקלען זענען מורא'דיג
זייער גיט אין קלאר ארויסגעברענגט אלע 'נקידות'
קען עס איינער פארשאפען?

FiveBoro » 14/6/2010 02:13

יעצט באקומען אין אימעיל. דא קענט איר עס דאונלאודן:

ווען עס טוט וויי שרייט מען, און וואנזיניגע ווערן צעיושעט

FiveBoro » 14/6/2010 05:44

נאך א לינק צו דאונלאודן:

http://tinyurl.com/29omche

colorfull1 » 14/6/2010 06:02

i think the whole article is realy childish

שלמהווייס » 14/6/2010 07:27

איך האלט אויך אז די ארטיקל בפרט די ערשטע העלפט וועגן דעם "סעפטיק" איז געווען היפש קינדעריש
און פאסט בכלל נישט פאר א אפיציעלע חרדישע צייטונג
איי איי דער סעפטיק...

היראים » 14/6/2010 20:01

איך קום מיך נישט אננעמן פאר די בלאט
נאר אויב שרייבען וועגן א סעפטיק פאסט נישט
אבער
נאר צו שיקען די בחורים פראטעסטירן וועגן א סעפטיק, דאס פאסט שוין איינמאל

גערעכט » 14/6/2010 20:06

allgood1s » 14/6/2010 20:30

FiveBoro » 14/6/2010 23:00

גערעכט, אנטשולדיגט פארן דיר ענטפערן אינעם אנדערן אשכול, כהאב פשוט נישט געקענט דיין היסטאריע, האב איך נישט געוויסט וועלכע פוינט עס באדערט דיר. היינט ווייס מיר שוין ווי "אגענדע-ריין" דו ביסט, און מ'פארשטיי מיר גוט וואס דיר באדערט מיט'ן היינטיגן בלאט...

און צו דיר שלמהווייס, שפילן איז נישט אינטערסאנט ווען מ'מאכט עס נישט גוט.

שלמהווייס » 15/6/2010 07:04

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט אז איך שפיל און מאך נישט גוט
איך שרייב פשוט וואס איך האלט

רעכטער » 16/6/2010 01:45

איך וויל פארשטיין א אינטערסאנטע זאך וואס איך שוין געזעהן עטליכע מאל.

פארוואס ווען א סאטמאר'ע איד ליינט דער איד, קען ער נישט אראפנעמען דעם שמייכל. און ווען א עזות פנים ליינט דער בלאט, קומט אים ארויף דאס בלוט אין קאפ אזש ס'קוקט אויס שרעקליך.

לא עלינו.

SatmarBum » 21/6/2010 08:07

http://www.scribd.com/doc/33339782



תוקן על ידי SatmarBum ב- 21/06/2010 08:09:59