איך וועל דא אריינלייגן די בלידער און ווארטן אויף באדאפעסט.
איך וועל דא אריינלייגן די בלידער און ווארטן אויף באדאפעסט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט] Phonebook results for 7182371025 Sarah Mertz (718) 237-1025 874 Bedford
[בילד – נישט אפגעהיט] עד כאן זענען אלע בילדער וואס די אהרוינים האבן ארויסגעשטעלט.
הגז"ל'ס אייניקיל
חיים משה ווייסמאנ'ס זין
קווינסער בחורים
מאנטיוודעאר רב'ס זין
עקיבא הערש לעבאוויטש'ס זין
*** אזוי שרייבט דער אהרויני וואס לייגט ארויף די בילדער מיט די הגהות "ווער ס'איז דארט געווען וועט באצלען א פרייז" און ער איז ממשיך לייגן בילדער*****************
יעצט ווארטן מיר אלע אויף באדאפעסט'ער
תוקן על ידי המהדרין ב- 10/06/2010 21:00:08
איי טינק די סעים!
I'm really proud of all of you! Wish I was in your place!
א שאד עטס זענטס שוין אלע חתונה געהאט, ווען נישט נעם איך ווען א איידעם פון אזעלכע בחורים!
*
די ארונים האבן 7 יאר געבורדעט נאכגעשריגן רבי זלמן לייב, מיט ברך משה אויף אלע גאסן ביי יעדע טיש, אינמיטן ליינען (-אפי' ווען די ברך האט גיוויזן מיט די האנט אז מ'זאל זיין שטיל!!!) , ביי גוט שבת זאגן און ווען נישט, על לא עוול בכפם, אלעס נאר פאר'ן איינעם סיבה וויל די ברך משה האט געוואלט פאר'ן 2טן זוהן אויך עפפעס גיבן, און די ארונים 'האבן אנדערש פארשטאנען...'
יעצט קומא אים אלעס אהיים! און שוין גארנישט על לא עוול בכפו........
יישר כח פאר ענק אלע וואס מ'זעהט דא אויף די בילדער, ממנו ילמדו וכן יעשו!
מצות תוכחה אויפ'ן שענסטן אופן קעגן א יוד וואס איז בועט בתורה
– די ערשטע 'רבי' צו גיבן א פערסאנעל טשעק פאר א לויער צו גיין אין קארט!
– די ערשטע 'רבי' צו גיין אין ציוניסטישן בג''ץ!
– די ערשטע 'רבי' צו שיקן א מחנה בחורים מאכן פורים פון זיין אייגענעם טאטן!
– די ערשטע 'רבי' צו רופן זיין טאט'ן אין קארט, און סערוען פעיפערס אויף די גאס!
– די ערשטע 'רבי' צו שיקן בחורים צו פראטעסטירן און שלאגן א צוויטן יוד רב/גדול בישראל!!! (שארמאש/בארדישעל/רבי יחזקאל ראטה/און וועם נישט?
- די ערשטע 'רבי' צו פארברענען א קימפעטארען היים פיל מיט פיצלעך!
- די ערשטע 'רבי' צו נישט פאלגן צו א צואה פון א טאטן!
- די ערשטע 'רבי' צו גיין איבער 15 מאל אין קאורט און פארלירן אלע 15!
- די ערשטע 'רבי' צו זאגן ליגענט ברבים! (עיין ערך דרשה בחוה''מ שעבר...)
- די ערשטע 'רבי' צו בארעדן און מוציא לעז זיין אויף פריעדיגע רבנים ( עיי' ערך פלייש/ווייץ/)
- די ערשטע 'רבי' צו ווילן איינווארפן א שוהל ווי זיין פעטער און מומע א רשכבה''ג האט געוואוינט!
- די ערשטע 'רבי' צו רעדן אויף רבנים וואס קענען זיין זיין זיידע! (וויזניץ/קאשוי/קארלוסבורג ועוד ועוד...)
- די ערשטע 'רבי' צו מאכיל זיין נבילות וטריפות און נאכדען נאך לייקענען!
- ועוד ועוד........... (איך דארף שוין גיין ווייטער ארבעטן J ווער וויל צולייגן איז מכובד
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 10/06/2010 20:35:42
תשל"ט סאטמאר פארלירט דעם בונה און מנהיג פון מלכות סאטמאר. דער ברך משה ווערט אויפגענומען דורך קהל און מוסדות סאטמאר אלס ממלא מקום.
דער ברך משה שטעלט זיין עלטערע זין אלס ראש ישיבה פון די מתיבתא אין קרית יואל. דער ראש ישיבה האט שוועריגקייטן איבערצונעמען די לייצעס, די בחורים זענען זיך נישט מכניע.
דער ברך משה שטעלט זיין עלטערע זין אלס מסייע אין קרית יואל, זיין טיטל וואקסט פון ראש ישיבה צו רב ור"מ. ער הייבט שוין אן האבן א שליטה אויף די בחורים אין ישיבה, פארט פעלט אים נאך די שליטה אויף די איינוואוינער פון שטעטל.
געוויסע יחידים אין קרית יואל זענען נישט צופרידן פון די הנהלת המוסדות, זיי שפירן אז זייערע טענות קעגן מנהלים פון ת"ת און טענות קעגן מלמדים ווערן נישט אדרעסירט, בעיקר איז זייער טענה געווען אז די קינדער ווערן גע'רודפ'ט אין חדר דורך חברים און דורך מלמדים פאר די עוולה פון געבוירן ווערן ביי א טאטע וואס איז נחשד אין מחשבות זרות קעגן ר' אהרן אדער קעגן ברך משה. די עלטערן בעטן זיך צו די הנהלה און צו ר' אהרן אז מען זאל אפשטעלן דאס רודפ'ן תשב"ר פאר די חטאים פון זייערע עלטערן, די בקשות פאלן אויף טויבע אויערן. בלית ברירה נעמען זיי ארויס זייערע קינדער סך הכל 6 קינדער און דינגען א אינגערמאן זאל מיט זיי לערנען אין ביהמ"ד.
פארשטייט זיך (בימים ההם איז דאס נישט געווען אזוי פארשטענדליך ווי היינט) אז ר' אהרן האט נישט געהאט אין חלום איינצושטעלן ארדענונג אין חדר. ער איז געווען זיכער אז די תשב"ר דארפן זיך אנעמען פאר זיין כבוד, און אויב רודפ'ן זיי פאר זיין כבוד קען מען און טאר מען דאס נישט אפשטעלן.
ער האט אנגעדרייט דעם ברך משה ער זאל שארף ארויסגיין קעגן די עלטערן, אבער דער ברך משה האט געהאלטן אז ארויסגיין שארף קעגן די עלטערן וועט נאר מאכן די מצב ערגער.
ר' אהרן האט מחליט געווען נישט צו פאלגן דעם טאטע'ן און געשיקט זיין יד ימין וועלכער האט צוטראסקעט די ביינער פונם מלמד ר' משה מרדכי פרידעמאן פארנט פון די 6 קינדער און ר' אהרן האט שארף געפאדערט פון די עלטערן אז די קינדער זאלן שוין צוריק געשטעלט ווערן אין די מוסדות. די עלטערן פון די קינדער ענטפערן "בלא" אויב איז מען זיך נישט גרייט מתחייב צו זיין אז די קינדער וועלן נישט ווערן גע'רודפ'ט אין חדר בלייבן זיי אין ביהמ"ד מיטן פריוואטן מלמד.
ר' אהרן האט געטון וואס ער האט געטון, זיינע חברה האבן געטון וואס זיי האבן געטון נאך א קורצע תקופה איז פון די 6 קינדער מיט א מלמד ארויסגעוואקסן א 7'טע א 8'טע וכו', עס האט אנגעהויבן קרוסירן אין קרית יואל'ע גאסן א באס פאר די תשב"ר וואס לערנען אין ביהמ"ד פריוואט.
פלוצלינג האט זיך אנגעהויבן א מנהג פון באווארפן דעם באס מיט שטיינער שיש בהם כדי להמית רח"ל. און נאך שרעקליכע זאכן וואס די חסידים פון ר' אהרן האבן געטון קעגן די עלטערן. פארשטייט זיך אז טעראר ארבעט נישט אין אזא מצב, נאר אדרבה, עס איז ארויסגעוואקסן "מוסדות בני יואל" (אנגעהויבן האט זיך דאס מיט 6 אינגלעך, אבער די אהרוינים האבן דאך נישט קיין שכל, האבן זיי אנגעהויבן טרינקן די בליט פון די מיידלעך וואס האבן א ברידער אינם פריוואטען ביהמ"ד. האבן די עלטערן געדינגען א פרוי זאל לערנען מיט די מיידלעך). היינט צוטאגס ציילן זיך "מוסדות בני יואל" אין די טויזענטער תלמידים און תלמידות". אלס אדאנק די נישט קלוגע און טעראריסטישע מהלכים פון ר' אהרן. ווען וואלט ער דעמאלט'ס געהאנדלט מיט שכל, זאל דער רבוש"ע אונז "היינט" אפהיטן.
די אהרוינים האבן נישט אויפגעגעבן זייער מערכה, זיי האבן געשלאגן (פיזיש) געשאסן פענסטער פון דירות און קאר'ן, ווער עס וויל קען באקומען ביי ר' יוסף וואלדמאן א גאנצע עלבאם מיט בילדער פון די אהרוינישע טעראר קאמפיינס.
מיט די צייט האבן זיך מוסדות און קהלת בני יואל זיך צוזאמענגעשטעלט מיט "ביהמ"ד בית יואל" דאס זענען געווען עטליכע אין צוואנציג סאטמארע חסידים וואס זענען געבליבן לימינה פון די סאטמארע רבצי'ן ז"ל.
איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין אלע רשעות'ן וואס די אהרוינים האבן אפגעטון פון דאן ביז היינט ווייל איך וועל נישט ענדיגן. לדוגמא צופליקן די ביינער פאר צענדליגע אינגעלייט. ארויסטראגן א בחור פון מקוה אינם פראסטיגן ווינטער פארטאגס "נאקעטערהייט" ווייל "זיין טאטע" איז א בני יואל. ועוד. שפעטער האבן די זאלי'ס אויך געכאפט פון די אהרוינים דעם ניגון "זיין טאטע" דאס האט פאסירט ר"ח אלול תשס"ט אויפן ביה"ח.
בני יואל פון זייער זייט האבן "קיינמאל" נישט צוריק געטון פאר די אהרוינים פאר דעם וואס די אהרוינים האבן געטרינקען זייער בליט אלע יארן. בני יואל האט קיינמאל נישט געהויבן קיין האנט, בני יואל האט קיינמאל נישט געווארפן קיין שטיינער וכו'
די איינציגסטע אקציע'ס וואס בני יואל האט געטון קעגן ר' אהרן און זיינע מענטשן איז א פראטעסט קעגן דעם פאבליק סקול, געווארפן פאשקעווילן, און זיך באקלאגט פאר די מידיע. דאס האט געדארפט אפענטפערן די מכות רצח וואס בני יואל האט אריינגעכאפט טאג און נאכט.
ווען עס האט אויסגעבראכן די מעכטיגע ספליט אין סאטמאר (פארמעגליך רופט דאס "די חלוקה"), האבן די אהרוינים באקומען פרישע "ארבעט" זיי האבן זיך יעצט געדארפט פארמעסטן קעגן די זאלי'ס. פירן צוויי מלחמות אויף איין מאל האבן זיי נישט געקענט האבן זיי מחליט געווען אז די זאליס זענען א גרעסערע סכנה פאר ר' אהרן'ס "וועלט פירן" פלענער, בפרט ווען די זאלי'ס לייגן אריין ר' אהרן'ס הנהגה אין א סכנה סיי ווי עס געפינען זיך סאטמארע חסידים איבער די וועלט אין די צייט וואס בני יואל שטעלט נאר א סכנה אין קרית יואל זעלבסט. האבן זיי צייטווייליג אפגעלאזט בני יואל און זיך געווארפן אויף די זאלי'ס.
בני יואל האט דא אנגעהויבן לאכן אין די פויסטן, נאכן זיך טינקן אין בליט 20 בליטיגע יארן האבן זיי יעצט אנגעהויבן אטעמען פריי, עס איז געווען פאר זיי א געוואלדיגע נצחון אז אינערהאלב סאטמאר רייסט מען זיך. עס איז נישט געקומען אין חשבון בני יואל זאל זיך צוזאמען שטעלן מיט די זאלי'ס ווייל ביידע סיי ר' זלמן לייב און סיי ר' אהרן זענען זינען פונם ברך משה און בני יואל האט געהאסט דעם ברך משה מיט אלע זיינע קינדער אייניג.
נאך 10 יאר וואס די אהרוינים האבן געפירט א בליטיגע קריג קעגן די זאלי'ס האבן די אהרוינים אנגעהויבן איינזען אז זייערע שלאג ווערטער ווי לגודמא אז ר' זלמן לייב האט אפילו נישט א גאנצע מנין און אז ער זיכט א צענטער בחור אין זיין ישיבה, זענען געגאנגען קראכן, זיי האבן האבן אנגעהויבן איינזען אז זייער ישיבה גדולה וועלכע האט זיך געציילט אריבער 800 בחורים אין זייערע גוטע צייטן ציילן היינט אינטער 500 אין די צייט וואס ר' זלמן לייב'ס ישיבה איז אויסגעשטיגן פון א נייע ישיבה צו אריבער 700 בחורים. אויך האט זיי געשמיסן אין פנים די פאקט אז זייער באלאן אז זיי וועלן עפענען מוסדות אין וו"ב און אויסליידיגן ר' זלמן לייב'ס "אלטע" מוסדות איז געגאנגען קראכן זיי האבן זיך געטראפן מיט ווייניגער ווי א דריטל. אין די צייט האבן זיי אויך אנגעהויבן איינזען אז אין זייערע מעיאר וואלן אין קרית יואל קענען זיי מיט אלע פעלשערייען און שטימע'ס פון די ישיבה גדולה בחורים נישט אנציען קיין 60% אינערהאלב קרית יואל. האבן זיי מחליט געווען אז די זאליס זענען א "לאסט קעיס" די זאליס זענען א פאקט. יעצט קען מען זיך צוריק נעמען צו "די שוואכע" בני יואל.
בני יואל איז די גאנצע צייט געזעצן אין די זייט און געשמייכלט, זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו די זאלי'ס אזוי ווי דער עולם אין גאס האט געמיינט אז ס'וועט פאסירן. זיי זענען געזעצן על מי מנוחות און נישט גע'חלומ'ט אז ביי ר' אהרן טוט זיך הייסע מיטינגען וועגן "בני יואל'ס ביינער".
די אהרוינים האבן זיך אנגעהויבן אומקוקן אויף "בני יואל'ע צילן". דאס ערשטע האבן זיי געווארפן שארפע בליקן אויף די רעבצינס שול. זיי האבן מעסעדשעס פאר די בני יואל'ע ראשי קהלה אז זיי זענען גרייט "בדרכי נועם" צו "פארהאנדלען" אויף אלטע קריגעריי. בני יואל'ע ראשי קהלה האבן נישט געוויסט צו זיי זאלן לאכן אדער וויינען, פון איין זייט האבן זיי געהאלטן אז עס איז נישט דא פון וואס מורא צו האבן ווייל די אהרוינים קענען נישט פירן צוויי מערכות אויף איין מאל, פון די צווייטע זייט איז זיי נאך גוט געלעגן אין די ביינער די רציחות וואס זיי האבן 20 יאר מיטגעלעבט, זיי האבן פארשטאנען אז "פארהאנדלען בדרכי נועם" נוסח אהרוינים מיינט מכות רצח.
בני יואל'ע ראשי קהלה האבן מחליט געווען אז זיי זענען גרייט צו הערן וואס דוד עקשטיין פאדערט. די תשובה איז געווען אז זיי דארפן "באמת" נישט קיין סאך נאר א קליינע שטיקל פון די רבצינס (אזוי אויך קליינע) שול זאל ווערן באהאפטן צו ר' אהרן'ס ביהמ"ד כדי ר' אהרן זאל קענען האבן "א קליינע צימער" און א בית הכסא אויפן מזרח און ער זאל נישט דארפן דורכשפאצירן דאס גאנצע ביהמ"ד יעדעס מאל "דער אפגאט דארף ארויסגיין"...
די תשובה פון בני יואל איז געווען, "עס קומט נישט אין באטראכט" אפילו א אינטש פון די רעבצי'נס ביהמ"ד וועט נישט אראפגיין פאר ר' אהרן'ס ביה"כ.
דוד עקשטיין האט נישט געגלייבט וואס ער הערט. נאכן זיך איבערצייגן אז בני יואל האט זיך במשך די 10 יאר נישט צוגעשטעלט צו די זאלי'ס, און מיינענדיג אז בני יואל האט אין די 10 יאר פארגעסן די רציחות וועלן זיי אוודאי מסכים זיין צו זיין "גוטע" שכנים.
פון דא און ווייטער איז פיין באקאנט. די אהרוינים האבן אפגעהאקט דאס לעקטער און וואסער צו ביהמ"ד בית יואל, האבן די בני יואל געצויגן אייגענע לעקטער און וואסער, זיי האבן אריינגעלייגט א אייגענע סוער. האבן די אהרוינים געשניטן די ווייער'ס און געוואלט ארויסגראבן די סוער מיט כח, האט דאס פאליציי אפגעשטעלט. די אהרוינים האבן פראבירט מיט כח צו צושטערן די בני יואל'ע סכוה א טאג פאר יו"ט. און אריינגעגעבן א "מסירה" אין געריכט אז באמת איז דאס מקום מיחוד געזעצליך פאר א דירה (רעזידענטשאל) און בני יואל ניצט דאס נישט לעגאל אלס א ביהמ"ד. דאס געריכט האט ארויסגעגעבן א סאמונס אז דאס פאלץ קען נישט דינען אלס א ביהמ"ד נאר אלס א דירה. אויך האט דער שגץ און מסור דוד עקשטיין אריינגעגעבן א מסירה דורך א אינגערמאן וואס איז געווען פארמישט אין דאס ארגסטע ליידער (דוד האט אים צוגעזאגט אז מיט דעם מסירה וועט ער אים לאזן לויפן) אז בני יואל שמש פארקויפט וויין נישט לעגאל. בני יואל האט טאקע אפיציעל פארמאכט דעם שול, די תפלות האבן זיך אויפגעהערט און דאס פאלץ ווערט דערווייל גענוצט פאר שיעורים און אויך קומען דארט אידן זיך טובל'ן אין רבי'ן ז"ל'ס מקוה.
דערווייל האט בני יואל איינגעגעבן א ביטע צו די לאקאלע רעגירונג (דהיינו, די ווילידש אוף קעי. דשעי. ווי דער מעיאר איז אויך דער פרעזידענט פון ר' אהרן'ס ביהמ"ד) צו באשטעטיגן דאס עפענען דאס פלאץ אלס א ביהמ"ד. די ווילידש (= די אהרוינים) האבן פארשטייט זיך נישט געגעבן א באשטעטיגונג, אזוי ווי ערווארטעט, עס האט קיינער נישט געמיינט אז זיי וועלן ארויסגעבען אזא זאך אן זיין געצווינגן דורך א שופט.
די אהרוינים האבן זיך געפינען אין זייער א שמאלע פאזיציע, דא האבן זיי זיך פארשמירט די הענט, זיי האבן נאכמאל זיך אנגעהויבן מיט בני יואל און "גארנישט פארדינט" זייער רבי דארף נאך אלס דורכשפאצירן דעם גאנצן ביהמ"ד יעדעס מאל ער דארף זאגן אשר יצר. האבן זיי אנגעהויבן א טאקטיק פון פארקויפן די באקאנטע שקר אז באמת האבן זיי באקומען דעם גאנצן געשעפט פונם שופט. זיי האבן זייער גוט געוויסט אז זיי פארקויפן פאר זייער עולם לאקשן אבער היות זייער עולם גולם גלייבט אלעס וואס מען פארקויפט זיי קען מען געווינען אויך דורך פארקויפן אזוי אין גאס.
עס איז אריבער א שטיק צייט און זייער עולם האט אנגעהויבן פרעגן נערוועזערהייט "נא?" וואס טוט זיך? ווען באקומען מיר דאס פלאץ?
האט דוד געמאכט א קורצע חשבון אז היות די שטח ארום דעם בנין געהערט צו די אהרוינים, און די שטיגן (סטעפ'ס) וואס פירן אריין אין די רבצינס ביהמ"ד געפינט זיך אין די שטח וואס באלאנגט פאר די אהרוינים, וועט ער אראפ-פליקן די שטיגן, ער וועט דאס טון זונטאג פארטאגס ווען קיינער באמערקט נישט, ער וועט תיכף ומיד אויספאלכן דעם שטח און מאכן דארט א "פארקינג לאט" פארן ר' אהרן'ס ביהמ"ד און יעדער וועט זיך איבערצייגן אז ער איז "באמת" יא בעל הבית.
למעשה האט דאס אריינגעפירט די אהרוינים אין א טיפע בלאטע, ווייל זיי האבן פארקויפט פאר די פאליציי אז זיי האבן א "פערמיט" פון די ווילידש צו צוברעכן די שטיגן, צוליב דעם האט די פאליציי ארעסטירט סיי ווער עס האט פראבירט צו שטעלן א ווידערשטאנד צו די טראקטארס פון דוד עקשטיין. למעשה האט די ווילידש נישט געקענט ארויסגעבן א פערמיט אויף א שטח וואס ווערט באהאנדלט אין געריכט. דעריבער מיז זיין אז די אהרוינישע פריער האבן פארקויפט שקרים פאר די פאליציי (א זאך וואס וועט זיי שטארק צוריק שפייען אין פנים ואכמל"ב) אדער אז די ווילידש האט געטון נאך א אומלעגאלע זאך.
דוד האט נישט גע'חלומ'ט אז בני יואל וועט ערהלאטן א עמערדשענסי סטעי (TRO ) פון געריכט זונטאג פארמיטאג, ער האט געמאכט א חשבון אז פון זונטאג פארטאגס ביז מאנטאג ווען דאס געריכט עפענט זיך וועט ער קענען האבן גענדיגט די ארבעט און צייגן פאר אלע זיינע קעלבער אז ער איז יא בעל הבית אויפן גאנצען געשעפט.
דא איז שוין בני יואל ארויס פון די גלייזן, זיי האבן אנערקענט גענצליך אז ר' אהרן שטעלט זיי אין פאלץ. ער איז דא צוריק מיטן אלטן פרישקייט. עס האט פון בני יואל פלוצלינג ארויסגקראכט זייער אלטע ווייטאג, זיי האבן געשפירט אז זיי קענען נישט מער, עד כאן! בני יואל איז שוין היינט א אימפעריע פאר זיך, נישט מער די זעלבע אלטע 6 קינדער, עס איז א ריזן קהלה אין מוסדות. ווען מען זאל זיי רעכענען קעגן די אנדערע קהלות אין גאס קענען זיי סיי ווען לייגן אין די לינקע קעשענע אזא קהלה ווי לדוגמא פאפא. בני יואל מעמבער'ס האבן זיך פארזאמלט אין ביהמ"ד חרדים (א פרשה פאר זיך, דארט האבן די אהרוינים אויך נישט געוואלט געבן א פערמיט, פונקט ווי יעצט, און צום סוף האט זיי א שופט געצווינגן דאס צו טאן און נאך צוגעלייגט א קנס פון 700 אלפים וואס די אהרוינים האבן באצאלט פאר חרדים) ווי עס זענען אפגעהאלטן געווארן דרשות מחאה וכדו' און דערנאך איז דער ציבור ארויס אויף א פראטעסט קעגן דעם הויפט רשע אליינס.
קרית יואל האט נאך אזא מחזה נישט געזען! די קליפס זענען איבעראל צו געפינען, און יעצט דרייט זיך שוין אויך ארום די קליפ ווי מען זען ר' אהרן אנטלויפן די לעצטע מינוט. די אפקלאנג פון דעם פראטעסט קעגן ר' אהרן א פראטעסט אין הארץ פון שטעטל פארנט פון ר' אהרן'ס הויז ווי הונדערטער אידן שרייען "אהרן טייטלבוים צא טמא!" ווען ר' אהרן איז געקומען קיין וו"ב די וואך דינסטאג נאכט צו שטיפן ווייטער זיין חסידות וואגן האט אים אין הארץ פון וו"ב פארנט פון זיין רעזידענץ אפגעווארט א סופרייז... איך ווייס נישט צו איין טויזענט אדער עטליכע טויזענט אידן האבן אים אין וו"ב אויך באזינגען, עס האט נישט געהאלפן די תחנונים פון די אהרוינישע פירער צו די פאליציי אז זיי זאלן צוטרייבן דעם ציבור, די קולות פונקט ווי אין קרית יואל "אהרן טייטלבוים צא טמא!" האבן אנגעהאלטן ביז חצות הלילה.
דאס מערסטע האט פאר די אהרוינים אויפגעגעסן אז ר' אהרן האט זיך געיאגט צו די שידוך שליסן פון א אייניקל זיינס וואס האט געדארפט פארקומען 10:15, די מחותנים פון אלע זייטן זענען שוין פארזאמלט וכו', עס ווערט 10:30 11:00 11:30 און ר' אהרן געפינט זיך אין "תפיסה" אין זיין אייגענעם דירה פון ווי ער קען נישט ארויסגיין צוליב די בזיונות עצומות וואס ווארטן אים אפ. לבסוף ווען די הפגנה האט זיך גענדיגט 12:30 האט זיך ר' אהרן געקענט ארויסלאזן צו די שידוך שליסן.
המשך יבאו
תוקן על ידי באדאפעסט ב- 11/06/2010 02:24:52
תוקן על ידי באדאפעסט ב- 11/06/2010 18:24:07
|
[בילד – נישט אפגעהיט]
דעם בילד מיט די ווערטער אינטערן בילד האבן די אהרוינים אליינס פארשפרייט נישט טראכטענדיג אז דאס וועט זיי גאר צוריק שמיצן אין פנים.