די וואך איז די אושפיזא פון די בעלי מחלוקת, תעלא בעידנא סגיד לי', מיר אלע בייגן זיך די קאפ פאר זיי, דער קריאה איז דאך מעורר דעם זמן, איז דאך אוודאי געווען א פאסיגע צייט צו ווייזן פאר די וועלט, אז ובני קרח לא מתו. אנגעהויבן זונטאג אין קרית יואל ווען א קנאפע 200 (אסאך געזאגט) פון די אנשי דור הפלגה, הם ונשיהם וטפם, האבן זיך פארזאמלט אויף פארעסט רד. אויסצושרייען זייער וויי געשריי, היתכן אז קהל יטב לב אין קרית יואל וואגט זיך אויסצוברייטערן זייער פארקינג לאט, (דער כן ירבה - קוקט אויס - טוט זייער וויי). די פארשידנארטיגע צווישנרופן האט ריכטיג אפגעשפיגלט דעם קרח ועדתו, יעדער מיט זיין באזונדערע מיינונג, איינער האט געשריגן טריפות! איינער האט געשריגן פאבליק סקול! איינער האט געשריגן וויזניץ! וכו' וכו', יעדער מיט זיין בויך ווייטאג. די פראטעסטירער זענען זיך צוגאנגען אויף צוויי ערליי אופנים, דער עלטערער חלק האט מיט בושה פארלאזט דאס ארט, ווען מען האט נאר איינמאל געדארפט אויסשרייען "ווי איז רויזא'לע", און די איבריגע רוב וואס איז באשטאנען מיינסטענס פון אפרוחים שלא נפתחו עיניהם, זענען פארטריבן געווארן מיט סטעיס פאליס און הינט (האלטנדיג אינמיטן שרייען "פאבליק סעיפטי נאו, סטעיט פאליס יעס...) פון דארט איז געקומען א פארזעצונג דינסטאג, ווען די סלתה ושמנה פון די קווינסער ישיבה האבן זיך פארזאמלט אויף בעדפארד עוו. על פי הרמז פון זייער חשובער מנהל, און האבן זיך אביסל אויסגעגעבן אביסל די בחור'ישע/חי'שע אינסטינקטן, כאשר מסורה בידם פונעם זעלבן מנהל (ביי די חתונה דרשה) אז בחורים דארפן זיך אביסל אויסגעבן אויף בעדפארד, ווער רעדט נאך ווען ס'איז די רעדע פון די ראש הסטרא... אליין. ס'איז קאמיש צו זען די נאכווייען פון א. ג. קנאים ומקדשי שם..., אז עס האבן זיך געיאוועט א פאר יונגעלייט און אנגערופן די עלטערן פון די בחורים וואס זענען דארט געווען, און פראסט מודיע געווען, "זייט וויסן אייער בחור געפינט זיך ביים פראטעסט אויף בעדפארד", זענען זיי געווארן אויפגעשטורעמט, הלמאי, אזא מין רציחה, זאגן פאר עלטערן?, און דערנאך ווען מען האט דא מקיים געווען דעם "והוקע אותם נגד השמש" און געלייגט בילדער פון באטייליגטע, איז דער צארן נאכמער פארגרעסערט געווארן. און מיר שטייען אין די זייט און פרעגן, על מה יצא הקצף הזה, קוים א וואך צוריק איז פארגעקומען א מאסן דעמאנסטראציע אין מאנהעטן, ווי הונדערטער בילדער זענען פארשפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט ווי מען זעט פנימע'ר פון די דעמאנסטריער, בתוכם גם בחורים, האט איר געהערט איינער זאל זיך אפרעדן פארוואס מען זעט אים אויפן בילד?, אדרבה, יהי חלקי ממקדשי שם שמים. נו אויב אזוי, פארוואס ווען לשיטתם האט מען יעצט געמאכט א פראטעסט ממש קעגן דעם ראש ממשלת האהרונים, וואס ער איז דאך (לשיטתם) ערגער ווי דער ראש ממשלת הכופרים (ח"ו), ווייל דער ראש ממשלת הכופרים זאגט כאטש וואס ער איז, מה שאין כן דער אנדערער איז דאך ממש א צבוע'ניק, ער שטעלט זיך פאר א פנים ווי א קנאי, און דערווייל שטייט ער מיט מיט די ציונים, ער איז מקרב אלע ציוני'סטישע רבי'ס, א משיח שקר (נוסח מ. שטערן), ער איז מאכיל נבילות וטריפות, מאכיל חמץ בפסח, מרבה כפירה ומינות אין קרית יואל, ממש טאג טעגליך קומען איבער הונדערט קינדער אינעם בנין אויף דינוב קט. און מען בוקט זיך צום צלם, און מען לערנט אויס אז חלילה נישט דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, מען לערנט מיט זיי (דאן סינדראם קינדער) "עוויעלאשען" ועוד ועוד (לאכט נישט, ווייל דאס האט מען אין זיינער צייט געשריבן און געדרוקט), נו איז עס א בזיון אז מען גייט מוחה זיין קעגן אזא איינעם? פארוואס זענען זיי אזוי אנגעווייטאגט? און אלס געזעגענונג פון אזא וואך ווען דער מזל פון מחלוקת איז שולט, איז אין פלאן אויך אויף שב"ק אביסל איבערצודרייען די שטאט קרית יואל, צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט, איך האב פאוער!, איך האב נישט קיין פראבלעם עובר צו זיין אויפן ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, איך האב נישט קיין פראבלעם עובר צו זיין אויפן ולא יהי' כקרח וכעדתו, מיר זענען שטארק! מי אדון לנו!. * אלזא, וואס מיר דארפן אביסל אויסשמועסן איז, האבן די אלע פראטעסטן אונז שאדן געטון בכלליות?, האט דאס עפעס פערזענליך שאדן געטון פאר רבינו שליט"א?, צו גאר פארקערט, טוט דאס שאדן טון פאר די צד שכנגד?. מען דארף א קלער טון, איז דא אף אחד וואס האט זיך געטוישט זיין מיינונג נעגאטיוו צו אונז לכבוד די מחאות?, קלאר אז נישט!. מיר אלע ווייסן אז רבינו שליט"א איז אימיונט צו די זאכן, כמעט נישטא א עבירה אין די תורה וואס מען קען עובר זיין היינטיגע צייטן, וואס מען האט נאך אויפן רבין נישט אנגעקלעבט, פארשפארן די קרעטשמע איז שוין פון די קליינע עבירות. ווידער די פרעמדע גאס טוישט נישט די בליק קיין כי הוא זה, ס'איז היינט ליידער א וועלט פון מחלוקת, ועדיין השטן מרקד בינינו, יעדער חרד'ישע קהלה אין ניו יארק (כמעט) האט שוין טועם געווען דעם סארט טעם, און יעדער ווייסט אז מיט די מחאות מיינט מען נישט קיין תורה און נישט קיין אידישקייט. ואדרבה ווער ס'פארשט נאך אביסל מער זעט דאך באלד דעם בילד, אז דא מאכט מען א מחאה פארן מקיים זיין והשיב את הגזילה, אדער אין בעסטן פאל א מחאה פארן צווינגען צו גיין צו דין תורה. צו מאכן א מחאה, אדער איבערצודרייען א שטאט, דארף מען נישט זיין גרויסער נומער, צוברעכן קען א קאץ אויך, אדרבה פרובירט עס אויס, סיי ווי אין די דעמאקראטישע אמעריקא, קענט איר זיך אראפשטעלן פראטעסטירן, פון די גרעסטע רבי ביז להבדיל דעם פרעזידענט, ווי לאנג איר פירט זיך אויף פרידליך קענט איר פראטעסטירן, און קיינער קען אייך גארנישט טון. וואס דארפט איר מער פון דעם אז אראבער מאכן כסדר פראטעסטן אין מאנהעטן, נאכאמאל, אראבער!, דער גרעסטער שונא פון אמעריקא, האט אויך זיין רעכט אויסצושרייען זיין וויי געשריי, ווי לאנג ער פירט זיך פרידליך. ממילא דאס אז זיי האבן געקענט ארגאנאזירן מחאות אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג, איז נישט קיין גרויסע מציאה, איי פארוואס האבן זיי דאס ביז היינט נישט געקענט, ווייל אמאל זענען די שלעגערס געווען ביי אונז, און היינט זענען זיי דארט. ובזאת תבחנו, קוקט אביסל וואס איז געווען דעם פארגאנגענעם ווינטער, ווען עס האט זיך געשאפן א סיטואציע איבער סידור קידושין, און ס'זענען אויפגעשטאנען פורצי גדר, זענען געגאנגען אידן און האבן מוחה געווען ביים זאל, וואס מיינט איר, מען האט תיכף ארעסטירט עטליכע מוחים (איר זעט נישט קיין קליפס, ווייל מיר האבן נישט אזא פראפיעסאנעלע ווידיא כאפער), ווען א טראק איז ארומגעפארן קרית יואל וועגן סידור קידושין פרשה, האט מען תיכף געשניטן ווייערס, והיכי תמצא אז ווען דער זעלבע טראק איז געפארן און געשריגן מיאוסע לאזונגען אויפן חשבון פונעם מרא דאתרא בחוצות העיר, האט עס געקענט פארן אומגעשטערט?, ווען די צולאזטע בני יואל יונגען האבן פארפירט אין קרית יואל זונטאג איז מען פראסט געשטאנען אנטקעגן איבער זיי און געלאכט, און מען האט גארנישט געטון איבער א שעה (ביז זיי האבן פראוואצירט א שלעגעריי אויף א שטיק צייט)? דער ענטפער איז זייער פשוט, די שלעגערס זענען דארט! האט דאס עפעס ממעט געווען בקרב קהלתינו הק'? ניין! זענען די מוסדות אין קרית יואל אדער וויליאמסבורג יעצט קלענער געווארן? ניין! האט זיך די טעקסעס שחיטה צוגעמאכט? ניין! איז יעצט די שניט פון די ווייץ אין אריזאנא ערגער געווען? ניין! האט דאס עפעס פערזענליך בארירט רבינו שליט"א? ניין! גייט דאס עפעס אפהאלטן פון לערנען ווייטער די קומענדיגע מסכת אין יסודי התורה? ניין! האט עס עפעס אויפגעטון נעגאטיוו פאר זיי?, דאס זאלט איר אליין ענטפערן, מען געט א קוק, די זעלבע וואס שטעלן זיך אהער אלס נרדפים, די זעלבע וואס פאררופן זיך אלס נועם המדות, מאכן אזעלכע איבערקערעניש'ן, ווערט קלאר פאר יעדן למי החותמת ולמי הפסולים. א שטיק צייט צוריק ווען עס האט זיך געטון א שערורי' איבער די שחיטה, האט רבינו שליט"א דאן געזאגט פאר א געוויסן רב, "ווער ס'האט אמאל געטון פאר כשרות אין פלייש אין אמעריקא, האט געליטן בזיונות, און נישט מצליח געווען, איך האף אז ביי מיר זאל עס אויסגיין נאר אויף בזיונות". מיר אלע האפן אויך אזוי. רבינו שליט"א איז די וואך געווען ביי די ווייץ שניט אין אריזאנא, און דערנאך איז ער געפארן קיין טעקסעס צו די שחיטה, האט רבינו שליט"א זיך אויסגעדרוקט דארט ביי די שחיטה "מען קומט קיין אריזאנא, מען זעט אז מען האט ב"ה אויפגעטון פאר אידן אויף פסח, מען קומט קיין טעקסעס, מען זעט אז מען האט ב"ה אויפגעטון פאר אידן מיט כשר פלייש, א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און מען קען צוקומען צו יוהרא, איך קום אבער אהיים, מאכט מען זיכער פאר מיר אז איך זאל נישט צוקומען צו קיין יוהרא...". עס בלייבט אונז נישט איבער מער ווי צו ענדיגן מיט הייליגע ווערטער פון רבי ר' מענדעלע פון רימנוב, וואס ער זאגט די וואך, פארוואס שטייט די פרשה פון מחלוקת קרח לעבן די פרשה פון די מתנות כהונה, לומר לך, אז די וואס קריגן מיטן צדיק, נישט נאר וואס זיי קענען אים נישט קיין שאדן טון, נאר אדרבה, זיי טוען אים נאך א טובה מיט דעם. און ס'איז באקאנט אויף איינע פון די תלמידי בעל שם וואס האט געזאגט אויף זיך, ער האט זוכה געווען צו אריכות ימים, ווייל ער האט געהאט אסאך רדיפות, שונאים איז א סגולה אויף אריכות ימים. זאל דער אייבערשטער העלפן, ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור, מיר זאלן זוכה לאנגע יארן זיך מתחמם צו זיין לאורו הקדוש פון אונזער הייליגן רבין, עד ביאת ינון.
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 10/06/2010 17:21:41