היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברעיקינג: סבלן קומט קיין וויליאמסבורג אויף שבת - תושבי ווילי...

ברעיקינג: סבלן קומט קיין וויליאמסבורג אויף שבת - תושבי ווילי...

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2797227

לאפלאש » 10/6/2010 05:07

ברעיקינג: סבלן קומט קיין וויליאמסבורג אויף שבת - תושבי וויליאמסבורג הכונו!
ווי באקאנט האבן זיך די אהרונים בכלל נישט דערשראקן פון די פראטעסטן אין קרית יואל, וויליאמסבורג און מאנסי במשך פון די וואך. אזוי אויך האבן זיי בכלל נישט מורא פון דעם שטורעמישן פראטעסט וואס איז געווען געפלאנט קומענדיגן שב"ק אין קרית יואל, וואו דער פלאן איז געווען צו באגלייטן ר' אהרן טייטלבוים שבת צופרי נאכן דאווענען פון ביהמ"ד הגדול, ביז צו זיין שטוב אויף צאנז קט.
 
יעצט קומט דער באריכט אז ר' אהרן וועט ווייטער נישט מורא האבן, און ער קומט אריין אויף שב"ק קיין וויליאמסבורג, נאך וואס די קרית יואל'ע אידן פארשפרעכן נישט אזא מאסן פראטעסט ווי די וויליאמסבורג'ער אידן.
 
תושבי וויליאמסבורג גרייטן זיך אויף א לעבעדיגן שבת בצילתו פון ר' אהרן טייטלבוים. שטורעמישע פראטעסטן און באגלייטענס וועלן פארקומען במשך דעם שבת. פרטים יבואו!

סוג » 10/6/2010 14:42

אז מ'דערלעבט דערלעבט מען

mandala » 10/6/2010 16:31

ׂ��״ ��גיװ ײ��� ׀ הט׀״גב״?

_________________