היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » 2# האט זיך דאס געלוינט?

2# האט זיך דאס געלוינט?

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2797105

דיןתורה » 9/6/2010 20:06

איך הייב אן מיט די נוסח פין נעקי

האט זיך דאס געלוינט? לדעתי נישט!

איך וויל בשום אין אופן נישט אריינגיין אינם זינלאזען וויכוח, ביז יא א אהרויני ביסט נישט א אהרויני, איך גיי בשום אופן נישט ענטפערן אויף די סארט שיטה. איך גיי זיך באציען נאר צו די נקודות אין פאקטן ארום מיין עצם דיסקאשען. איך בעט די מנהלים זאלן שטיין וואך און מיר העלפן האלטן די דעם אשכול אויף די רעלסן.

אמת אז עס זענען שוין דא אפאר אשכולות איבער דעם נושא, אבער עס איז נאך נישט דא קיין איין אשכול וואס גייט באהאנדלען די נושא פון מיין פוינט-אפ-וויוא.

יעדער וואס ווייסט אפילו נאר אביסל וואס דא גייט פאר (איך רעד נישט פון די וואס קויפן לאקשן, פון ביידע צדדים)

עכ''ל

קודם א שטיקעל הקדמה פין טרוקענע פאקטען וואס יעדער קען זיך איבערצייגן

אין וואס יעדער האט געקענט ''זעהן'' (נישט שרייבן אדער ליינען) 
 
איך בין נישט קיין שרייבער אין אוודאי נישט אזעלכע לאנגע ארטיקעלן, אבער כ'וועל פראבירן מ'זאל פארשטיין וואס איך וויל ארויסברענגן

אויב די איבערקערניש האט פארשעמט מהר''א צו נישט, דאס וועל איך נישט יעצט אריינגיין אויף די מיניט

די פארזאמלונג/פראטעסט איז נישט געווען גערופן דורך קיין שום ארגענעזעציע אדער מוסד אפיצעיל

קיין שום האט דעת תורה האט נישט אפיציעל געהייסען גיין אין שרייען

אין אוודאי איז קיין איינס פין די שרייער פין צד מהרז''ל זענען נישט געווען פאריגע וואך ביי די גרויסע פראטעסט אין מאנהעטן קעגן חיטוטי שוכבי פין די רשעי הציונים

די פראטעסט איז באשטאנען מער ווייניגער פין קינדער אין בחורים אין העכססטענס יונגעלייט ביז 25 יאר, עס איז זעלטן געווען צו זעהן איינעם העכער 25

די פלאץ וואס איז מ'איז געשטאנען איז געווען מאקסימום 2 אדער 3 הייזער אריין פין לי עוו' אין פין דארט איז געווען נאר באריקאדעס, אין נאר היץ קעפ פין צד מהר''א האבען זיך דארט געדרייט

די שרייער אין ציריק שרייער זענען געווען קאנצעטרירט אינמיטן ראוד אויף די 2 לעינס ווי די קארס פארען

 אויפן סיידוואק – פין ווי מ'האט בעיקר נאר ציגעקוקט איז איף די זייט צו הופער געווען רובא דרובא צד מהרז''ל ,אין אויף די זייט פין פען איז געווען רובא דרובא צד מהר''א, אין ציקוקער אין בילדער כאפער אריינגמישט ביי ביידע זייטן,

אויף ביידע זייטן פין די גאס זענען קארס געווען געפארקט אויף ביידע זייטען געהעריג

אויף די זייט צו בעדפארד איז אויך געווען אפגעשפארט אבער דארט זענען נישט געווען קיין שום מהימות, דארט איז אינדיג פין צד מהר''א געשטאנען מיט די פאליציי איז געזאגט וועם מ'זאל אריינלאזען
בעיקר שכנים, אדער באזוכער ביי מהר''א

עס זענען ארעסטירט געווארען 2 מענטשן פין צד מהר''זל דורך די פאליציי, אויף זייער {די פאליציי'ס} אייגענע האנט

עס זענען נישט פארגעקומען קיין שום געשלעגן (כ'רעדט נישט פין א שטופ אהער אדער אהין) חוץ אין איין פאל פין א יונגערמאן וואס איז אנגעקומען אויף יוז סט' ביז סיגוט, וואס ער האט געטוהן דארט איז מיר נישט באקאנט, אבער דערווייל האבען ליידער מענטשן פין ביידע צדדים געפרעסט טשארזשעס

הצלה אין פייער לעשער זענען עטליכע מאל גערופן געווארען צו פארשטעקערן די מהימות אדער צו פארטרייבן די פארזאמעלטע, אבער האבען למעשה גארנישט געהאט קיין ארבעט דארט ב''ה

ביי מהר''א אין שטוב איז אנגעגאנגען אלעס ווי געהעריג, צענדליגע יונגעלייט זענען געקומט ברענגן 1800 דאללער פין די מקוה טהרה, אין אסאך מענטשן צווישען זיי רבנים אין ת''ח זענען געקומען באזוכען ביז שפעט אין די נאכט, מהר''א האט גענדיגט געזעגנן ווי וועכענטליך ביז ארום חצות– אין ווער ער איז אהיימגעפארען קיין ק''י איז נישטעמאל געווען קיין באריקעידס אויף די גאס (זיין איידעם האט נעכטן געשלאסען א שידוך מיט טשאקערע רב הרה''ג ר' זלמן ה''ש, אין ער איז געווען אין א גיטע שטומינג)

די פאליציי וועלכע זענען געברענגט געווארען דורך צד מהר''א זענען געווען גיט ארגענעזירט אפי' זיי זענען נישט געווען אזוי סאך אין צאל, אבער האבען אפגעכאפט די גאנצע איבערקערנישט אויף ווידיא, אין האבען שפטעטער אנגצינדען גרויסע פראזשעקטער אין ליכטיג געמאכט די גאנצע ארום, וואס האט אסאך בחורים אין די יארען פארשיקט אדער איינגשטילט

ארום 12 אזייער האט די פאליציי געזאגט אז מ'זאל אנהייבן זיך ציגיין אין ווער נישט וועט ווערן ארעסטירט, אין פארשטייט זיך אז די גאס איז ליידיג געווארען

דאס אז זענען אלע טרוקענע פאקטן וואס יעדער האט געקענט ''זעהן'' אין איך האב עס קראנט באשטעטיגט פין ערוואקסענע באטייליגטע אין ציקוקער פין ביידע צדדים

--------

יעצט צום ענין

ווי באקאנט טענה'ן צד מהז''ל שוין לאנגע יארען אז אין קרית יואל ספעציעל אין ישיבה ערציט מען די בחורים מיט שטארקע עזות אין מ'איז מחזק דארט געשלעגן - די טענה באציט זיך ביז די פרשה פין בני יואל, וואס צד מהר''א ווייזט קלאר אויף אז דעמאלטס איז משה גבאי געווען בעל הבית – איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין דעם

די מציאות איז פאקטיש, אז פין די בחורים אין קרית יואל האט מען די לעצטע פאר יאר נישט געהערט קיין שום ספעציעל ווילדע אקטען, כאטש מ'האט טענות גערעכטע צו אימגערעכטע שריט אויף די פאבליק סעיפטי אדער אויף אנדערע יחידים, אבער אויף די בחורים קענט מיר נישט אנווייזען א ''געמיינזאמע אקציע'' פין די גאנצע ישיבה קעגן סיי וועם

למעשה האט די נעכטיגע פרשה, געוויזען פאר די גאס ''ווי יעדער האט געזעהן'' אז דאס וואס צד מהרז''ל שרייט אז די בחורים פין ק''י טוהן, דאס ווערט אין איז פאקטיש געווארען געטוהן דורך זייער אייגענע יונגעלעך אין בחורים

איך ווייס נישט וויפיל בחורים פין ישיבה קטנה אין ישיבה גדולה פין צד מהרז''ל 'האבען געפעלט', אבער דאס האט יעדער געזעהן אז רוב באטייליטגע זענען געווען פין די ישיבות בנשיאת מהרז''ל

די אויפפירינג פין זיי, וועט יעדער קענען זעהן פין די קליפס וואס וועלן ארויסקומען - אויב וועט עס זיין צענזירט נאר אזווי די קליפס פין ק''י (ווייסט איינער פארוואס פינקט היינט נעמט אזוי לאנג ס'זאל ארויסקומען די קליפס?)

פארשטייט זיך ווי א שטארקע בושה דאס איז פאר צד מהרז''ל,

איר מיזט פארשטיין אז די גאס קוקט עס נישט אן וויאזוי איר ווילט מ'זאל עס אנקוקען אין אפי' ערנסטערע ביי צד מהרז''ל האבען זיך געשעמט צו אנדעפצירן אויפן פלאץ

איך האב געזעהן - בשעת איך בין דורךגעגאנגן ווי א בחור'ל פראבירט מסביר צו זיין פאר א דורךגייער אז זיי האבען ציגעמאכט די רעביצין'ס ביהמ''ד אפאר חדשים ציריק דורך א קאנטער קלעים, נאך לענגערע געשלעגן,  אין יעצט האבען זיי אראפגעריסען די גאנצע סטעפס אין א סעפטיק טאנק, אין די פאבליק סעיפטי אין פאליצייי האט גאר זיי געוואטשט, אין יענער האט אים אנגעקוקט מיט אזא ווינדערדיג פנים, ענדיגעןדיג סוי ווי לערענען די אלע בחורים?

איר האלט אז מיט דעם אלעם האט זיך נאך געלוינט די מהימות?

אגב, איך רעדט שוין נישט דא פין די אחריות פין די ביטול תורה אין חילול ש''ש.

תוקן על ידי המהדרין ב- 09/06/2010 20:29:16

תוקן על ידי המהדרין ב- 09/06/2010 20:32:18

תוקן על ידי דיןתורה ב- 09/06/2010 20:48:04

יואלי808 » 9/6/2010 20:25

דין תורה, איך האב פשוט נישט אזוי פיל צייט ווי דיר אפצישרייבן אזא לאנגע ארטיקל דיך אפציענטפערן אויף אלעס וואס יעדער ווייסט....., איך ווינדער מיך אויף איין זאך, וואס וואלסטו געטון אויב שקר וואלט נישט באשאפען געווארן?

בראווער1 » 9/6/2010 20:27

קודם כל אדאנק אייך פאר די גאר גוטע נייעס אז גרויסע רבנים און צענדליגער אינגעלייט זענען נעכטן געווען ביי ר' אהרן אין שטוב, הפנים ווייסן זיי אויך פון דעם פראטעסט...
 
אויך בין איך גאר שטארק פרייליך צו הערן אז ווען ר' אהרן האט פארלאזט וויליאמסבורג, איז ער געווען אין א גוטע גוסטע...
 
יעצט זאגטס מיר צו ס'האט זיך נישט געלוינט!

דיןתורה » 9/6/2010 20:50

די האלטס אוודאי אז די רבנים קוקען דאס אן וויאוזי די ווילסט

זיי קוקען עס אבער אן ווי יעדע פרעמדער מענטש קוקט עס אן

ווען בחורים שטייען אין שרייען ביז שפעט אין די נאכט, קעגן א רבי'ן מיט וועם זיי פירן א פאליטיק מחלוקה

נעקי » 9/6/2010 21:11

קודם יישר כח פארן געבן די ליגיטימאציע און נאך דערצו נאכצומאכן מיין געדאנק. כאטש איך האב כבוד דערפון בעט איך דיר זייער שטארק זאלסט נישט ניצן מיין נאמען אינם עתיד. ווייל איך האב געשריבן נאר 100% אמת און די שרייבט שקרים וכזבים אויף רעכטס און לינקס.

טאקע פארדעם וואס איך שרייב אמת קען די נושא ווערן אויסגעשמועסט אויף א נארמאלע אופן, די רגע די לייגסט אראפ פאקטן וואס זענען נישט מער ווי שקרים וכזבים פארלירסטו דיין גאנצע ציטרוי און עס איז נישט אינטערסאנט צו פירן א שמועס מיט דיר בכלל.

קודם נעם אריין א כלל אין קאפ, די כלל איז א פאקט און עס איז נישט דא אין דעם קיין שום בושה! נישט אלעמאל איז מיין צד גערעכט. איך בין נישט דער וואס מאכט די החלטות, און יענער קען אמאל האבן א טעות. אויסדרייען פאקטן כדי ס'זאל אויסקומען אז איך בין גערעכט איז קינדיש.

איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אז דוד עקשטיין האט געמאכט א פאטאלע טעות מיטן ברעכן און ארעסטירן. ער האט נישט אויסגערעכענט די קאנסעקווענצן, ביי מיר איז קיין ספק נישט אז ווען ער זאל זונטאג פארטאגס וויסן ווי אזוי דאס געשעפט גייט זיך אויסלאזן וועלט ער זיך לכה"פ צייטווייליג אפגעהאלטן דערפון. איז דוד עקשטיינ'ס מעשים מיין בושה? איז דוד עקשטיין'ס מעשים א בושה פארן רבי'ן? בהחלט נישט! דוד איז אליינס א בשר ודם און א יעדער בשר ודם קען מאכן א טעות! פירט דוד עקשטיין די קהלה אויף די ריכטיגע טרעקס? בהחלט יא, עס זענען נישט דא אסאך קהלות אין די וועלט וואס שטייען אזוי גוט פיינענשעלי ווי קהל יטב לב אין קרית יואל, אלס צו פארדאנקן דוד עקשטיין. האט ער געמאכט א טעות, סאו וואט?

איך גיי דיר נישט אויפקלערן יעדע טעות וואס די האסט געמאכט ווייל עס גייט נישט דינען מיין אייגענע אינטערעסע. איך וועל דיר נאר געבן א בכלליות'דיגע בליק אויף וואס דריקט מיר דא, איך האף אז די וועסט ארויסנעמען די ריכטיגע מעסעדש.

די שרייבסט אז די ביסט נעכטן געווען דארט, די שרייבסט פאקטן מיט נאמבער'ס, עידשעס און סלאגאנס וכו' א דורכגייער האט מיר געזאגט אזוי און פון א צווייטער דורכגייער האב איך געהערט א-זי

רבי לעבן, די ביסט "נישט" דארט געווען! מיטן פאקט אז די ביסט נישט דארט געווען מאכסטו אסאך מער שאדן ווי אויפטו.

איין דוגמא, די שרייבסט אז איין זייט סיידוואק און איין לעין זענען געווען זאלוינים די צווייטע זייט סיידוואק און איין לעין זענען געווען אהרוינים און אין ביידע זייטן זענען געפארקט קאר'ס.

איך האב פאר דיר נייעס, יענע גאס האט נאר "איין" לעין! אויב קומסטו צו גיין מיט א גראבע שקר וואס "יעדער קען אליינס זען און זיך איבערצייגן" (אזוי ווי די רופסט דאס) ווי אזוי קען מען דיר גלייבן מיט די פאקטן וואס מען קען "נישט אליינס זען און זיך איבערצייגן?

נ.ב. אויב ביסטו פון די רבי_יונה, ארגינעלער, עירהתורה, יראים סארט ניק'ס ביטע ענטפער מיר ניטאמאל...

YESWECAN3 » 9/6/2010 21:12

זיי נישט באזארגט! מיר וועלען ברענגען בילדער וי אזו ענק צי בליטיגען אידשע קינדער.. אין ענק וועלען ברענגען בילדער וי אזו אידישע קינדער שטייען מיט א מייסטערהאפטיגע ארדער אין שרייען אויס זייער וויי געשריי...
WHATS THE PROBLEM?

בראווער1 » 9/6/2010 21:13

דין תורה; דו האלטסט למשל אז דער באבוב'ער רב ר' יהושע רובין שליט"א, וואס האט באזיכט ר' אהרן נעכטן האט זיך נישט נאכגעפערעגט פארוואס מ'פראטעסטירט אינפארענט פון סאטמאר'ער רבי'ס שטוב?
 
וויל איך דיר זאגן אז יא, און וואס מיינסטו האט מען אים געענטפערט? אז דער פראטעסט קומט פאר ווייל דער וואס שטייט איין אויף 152 הויז סט. ר' אהרן טייטלבוים, פארמאכט שוהלן אין קרית יואל.
 
איז וואס זאגסטע?! ער מיינט אז ס'איז סך הכל אפאר היימלאזע בחורים וואס פירן א מערכה מיט א רבן של ישראל בלויז פאר די נישטיקייט, ניין?

תוקן על ידי בראווער1 ב- 09/06/2010 21:14:34

דיןתורה » 9/6/2010 21:19

אין די האלטס אז ער האט נישט געפרעגט ווער אין פארוואס מ'האט עס פארמאכט?

נפל » 9/6/2010 21:23

דיןתורה, קודם לאמיר הערן פון דיר אליינס,

פארוואס האבן די אהרוינים פארמאכט די רעבעצענ'ס שול?

איך ווייס באמת נישט.

דיןתורה » 9/6/2010 21:27

אזהרה, המהדרין

תוקן על ידי המהדרין ב- 09/06/2010 21:34:50

דיןתורה » 9/6/2010 21:30

נפל
איך וויל מיך נישט לאזען פארדרייען די טעמע
איך וועל דיר איין מאל ענטפרן בל''נ

ווייל לויט זייער שיטה אז ס'איז זייער'ס (אין זיי האבען גערופן די צו די''ת וועגן דעם אין נאכן מסרב זיין אין קארט ווי זיי האבען פארלוירן בטענות חזקה)
פירן זיי זיך דארט אויף כאדם העושה בתוך שלו

ווילסט אים אפהאלטען שיק אים א הזמנה מיט א עיקול ווי יעדער יוד

דער_אקס » 9/6/2010 21:35

די ווייסט נישט דט בית יואל חברה האבן אליין אריין געבען א מסירה עס צי פארמאכן!

המהדרין » 9/6/2010 22:38

דער אקס

נישט איך און נישט די ווייסן פון א מציאות אז בני יואל האט אריינגעגעבן א מסירה צו פארמאכן דעם שול!

באמת וואלט איך געדארפט אזא תגובה אויסמעקן און דיר שיקן שרייבן אין א צווייט פאלץ. הפעם לאז איך איבער דעם תגובה כדי דו און אויך אנדערע זאלן פארשטיין וואס איך וויל.

דער_אקס » 9/6/2010 22:45

איך האב געמיינט אז יעדער וועט וויסן וואס איך האב געטראכט איך האב גערעדט די ווערטער וואס די ארונים זינגן כסדר אז בית יואל האט זיך עס אליין געברעגט מיט זייער אריין גיין אין קארט אין די מסור עקשטיין מיט מסור וויינשטאק האבן גארנישט געטיען "מנהל זיי מיר מוחל איך זע אז איך האב געמאכט א טעות נישט יעדער כאפט מיינע מחשבות פאר נעקסטיים וועל איך שרייבן קלארער"

(אין די צייט וואס בית יואל האט שיין ארויס געברעגט אין זייער באשרייבונג אז זיי זענען אריין אין קארט ס"ד נאך דעם וואס מסור עקשטיין האט אפגעהאקט זייער סוער ליין אין זיי זענען אריין צים אלטן שופט פאר א פארלאנג אז זיי זאלן דארפן צוריק געבען די סוער)

דיןתורה » 9/6/2010 22:59

כ'לייג ציריק מיין תגובה מיט רשות פין מנהל

איך באצי מיך צו דעם שקרן נעקי

קודם יישר כח פארן געבן די ליגיטימאציע און נאך דערצו נאכצומאכן מיין געדאנק. כאטש איך האב כבוד דערפון בעט איך דיר זייער שטארק זאלסט נישט ניצן מיין נאמען אינם עתיד. ווייל איך האב געשריבן נאר 100% אמת
ביזט דאך איין שטיק אמת, כידוע
 און די שרייבט שקרים וכזבים אויף רעכטס און לינקס.
סתם שרייען שרייבסט שקרים, פרעגט נישט אפ קיין מציאות, אדרבה זאג מיר וואס איך שרייב ליגענט

טאקע פארדעם וואס איך שרייב אמת קען די נושא ווערן אויסגעשמועסט אויף א נארמאלע אופן, די רגע די לייגסט אראפ פאקטן וואס זענען נישט מער ווי שקרים וכזבים פארלירסטו דיין גאנצע ציטרוי און עס איז נישט אינטערסאנט צו פירן א שמועס מיט דיר בכלל.
איך צווינג דיר נישט פאר א שמיעס, אבער זאג מיר וואס איז ליגענט

קודם נעם אריין א כלל אין קאפ, די כלל איז א פאקט און עס איז נישט דא אין דעם קיין שום בושה! נישט אלעמאל איז מיין צד גערעכט. איך בין נישט דער וואס מאכט די החלטות, און יענער קען אמאל האבן א טעות. אויסדרייען פאקטן כדי ס'זאל אויסקומען אז איך בין גערעכט איז קינדיש.
100% אין קוק דיר אין שפיגעל

איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אז דוד עקשטיין האט געמאכט א פאטאלע טעות מיטן ברעכן און ארעסטירן. ער האט נישט אויסגערעכענט די קאנסעקווענצן, ביי מיר איז קיין ספק נישט אז ווען ער זאל זונטאג פארטאגס וויסן ווי אזוי דאס געשעפט גייט זיך אויסלאזן וועלט ער זיך לכה"פ צייטווייליג אפגעהאלטן דערפון. איז דוד עקשטיינ'ס מעשים מיין בושה? איז דוד עקשטיין'ס מעשים א בושה פארן רבי'ן? בהחלט נישט! דוד איז אליינס א בשר ודם און א יעדער בשר ודם קען מאכן א טעות!
פירט דוד עקשטיין די קהלה אויף די ריכטיגע טרעקס? בהחלט יא, עס זענען נישט דא אסאך קהלות אין די וועלט וואס שטייען אזוי גוט פיינענשעלי ווי קהל יטב לב אין קרית יואל, אלס צו פארדאנקן דוד עקשטיין. האט ער געמאכט א טעות, סאו וואט?
איך גיי דיר נישט אויפקלערן יעדע טעות וואס די האסט געמאכט ווייל עס גייט נישט דינען מיין אייגענע אינטערעסע. איך וועל דיר נאר געבן א בכלליות'דיגע בליק אויף וואס דריקט מיר דא, איך האף אז די וועסט ארויסנעמען די ריכטיגע מעסעדש.
דאס איז נישט די טעמע וואס איך באהאנדעל יעצט, אויף דעם האטסו שוין געפענט א אשכול

די שרייבסט אז די ביסט נעכטן געווען דארט, די שרייבסט פאקטן מיט נאמבער'ס, עידשעס און סלאגאנס וכו' א דורכגייער האט מיר געזאגט אזוי און פון א צווייטער דורכגייער האב איך געהערט א-זי

רבי לעבן, די ביסט "נישט" דארט געווען! מיטן פאקט אז די ביסט נישט דארט געווען מאכסטו אסאך מער שאדן ווי אויפטו.
איך בין דארט געווען אבער נישט די גאנצע צייט, א גרעסערע חלק פאקטען האב איך אליין בייגעוואינט

איין דוגמא, די שרייבסט אז איין זייט סיידוואק און איין לעין זענען געווען זאלוינים די צווייטע זייט סיידוואק און איין לעין זענען געווען אהרוינים און אין ביידע זייטן זענען געפארקט קאר'ס.

איך האב פאר דיר נייעס, יענע גאס האט נאר "איין" לעין! אויב קומסטו צו גיין מיט א גראבע שקר וואס "יעדער קען אליינס זען און זיך איבערצייגן" (אזוי ווי די רופסט דאס) ווי אזוי קען מען דיר גלייבן מיט די פאקטן וואס מען קען "נישט אליינס זען און זיך איבערצייגן?
דאס איז די גאנצע וואס די האסט מיר געכאפט ?
זאל יעדער זעהן וואס פאר א איש אמת די ביזט במילתא דעבידא לגלי', יוז סט' איז די ברייט פין יעדע סטריט גאס אין וומ''ס אין האט פלאץ פאר 2 קארס טאקע בדוחק
די מאכסט גאר שאדען מיטן ארויסברענגן אז זיי זענען קוים געשטאנען אויף 1 לעין

תוקן על ידי דיןתורה ב- 09/06/2010 23:43:10

יואלי808 » 9/6/2010 23:03

דין תורה, מאמיר דאך געשמועסט , אז גראפיטי איז פארבאטען אין הייד פארק

נפל » 9/6/2010 23:29

סתם שרייען שרייבסט שקרים, פרעגט נישט אפ קיין מציאות, אדרבה זאג מיר וואס איך שרייב ליגענט
איך האב פאר דיר נייעס, יענע גאס האט נאר "איין" לעין! אויב קומסטו צו גיין מיט א גראבע שקר וואס "יעדער קען אליינס זען און זיך איבערצייגן" (אזוי ווי די רופסט דאס) ווי אזוי קען מען דיר גלייבן מיט די פאקטן וואס מען קען "נישט אליינס זען און זיך איבערצייגן?

ע"כ די שמועס צווישן דיןתורה און נעקי

--------

די ווילסט מיר איינרעדן, דעם עולם איינרעדן, דיר אליינס איינרעדן אז ווען די האסט געשריבן "עס איז דא צוויי לעינ'ס" האסטו באמת געמיינט צו שרייבן "עס איז דא איין לעין ווי צוויי קאר'ס קענען זיך בדוחק צושטיפן"? יא? דאס איז וואס די פראבירסט דא צו פארקויפן? און די ווילסט נאך זאגן אז די ביסט נישט א שקרן?

דאס איז מיין קורצע תגובה צו דיין לאנגע פלאפלעריי, יא א גאס וואס האט "איין" לעין קומט א ניק און מאכט דערפון "צוויי" דאס צייגט אז ער איז נעכטן נישט געווען אויף יענעם גאס בכלל, (איך ווייס נישט ווען יא, אויב בכלל). קען דער ניק נישט קומען אינם זעלבן אשכול באשולדיגן א צווייטע ניק מיט שקר, דיינע תירוצים פון "בדוקח" קען מען מאכן דערפון "צוויי" איז טאקע די אמת'ע תירוץ אויף דיין גאנצע געמויזאכט'ס, "בדוקח" קען מען פון דיין געמויזאכט'ס עפעס אמת ארויסקוועטשן. ווען די האסט געשריבן 2 לעינ'ס האסטו נישט געמיינט צו זאגן "איין לעין וואס בדוחק קענען זיך 2 קאר'ס אריבערקוועטשן" בפרט ווען יעדעס אינגעלע וואס איז נאר אמאל געווען ביי א באגלייטן פון רבי'ן ווייסט אז יענע גאס האט איין לעין.

יעצט לאמיר גיין צו דיין צווייטע שקר. די ווילסט פארקויפן (פאר וועם?) אז די ישיבה בחורים אין קרית יואל זענען נישט פארמישט אין קיין פאליטיק. שקרן! האבן נישט די תלמידי הישיבה געטאנצן און געזינגען בשעת קידוש ביה"ח? האבן נישט די בחורים פון ישיבה "פראטעסטירט" קעגן טשאטער רב פאר די חוצפה פון מסדר קידושין זיין אן רשות פון ענקער בעיבי? האבן די פאליציי נישט ארעטירט א בחור ביי יענעם פראטעסט פארן אויסשיסן א פענסטער?

נעקסט די לייגסט אראפ א פאקט אז ס'האבן כמעט נישט געפעלט קיין ישיבה בחורים פון די זאלי'ס נעכטן. די פאקט איז אז ארגינעלער און נאך זיצן שוין זייט נעכטן ביינאכט און זיכן קווינס בחורים מיט לעכט, ער האט שוין דורכגענישטערט צענדליגע אויב נישט הונדערטער בילדער. וויפיל קווינסע בחורים האט ער געטראפן?

דיןתורה » 9/6/2010 23:53

תיקון טעות
כ'האב יעצט געזעהן א בילד
אין דארט קען מען זעהן די עולם איז נאר געשטאנען ביז די ערשטע אדער צווייטע בילדינג פין די גאס
אין נאכדעם איז געווען בעירקעידס פין ביידע זייטן
ד''ה אז אויף לי עוו' האט מען שוין נישט געקענט שטיין

וטעות לעולם חוזר

עס איז גאר מאדנע לויט די קאלקעלעיטר פין דער איד אז פין 5 ביז 10 גאסען אין מאנהעטן איז נאר פין 42 ביז 43
אין אז דארט פיטען נאר כמעט 1000 מענטשן
סוי וויפיל מענטשן פיטען דא אריין?

פריש » 9/6/2010 23:56

דער דיןתורה שטעלט אהער 'פאקטן' געזויגן פון פינגער. דעריבער וועל איך זיך נישט מטריח זיין אפצוענטפערן אלע זיינע פארדרייטע און פריש געבוירענע פאקטן.

ער פרעגט א שאלה (זאל ער מיר מוחל זיין אז איך רעדט נישט צו אים דירעקט). האט זיך דאס געלוינט?

די תירוץ איז יא

וואס האט מען פארדינט (איך וועל אויסרעכענען נאר א חלק)

א.   די אהרוינים האבן באקומען א מעסעדש אז זיי האבן שוין נישט א פרייע האנט צו טון מיטן ציבור אין קרית יואל אלעס וואס זיי געפעלט.
ב.   פאר די אהרוינים נעמען נאכאמאל אינטער אזא ווילדע אקציע ווי דאס וואס זיי האבן געטון זונטאג פארטאגס וועלן זיי טראכטן צוויי מאל אויב עס לוינט זיך זיי
ג.   א גרויסער עולם וואס האט נאך ביז היינט מורא געהאט פון ר' אהרן און זיינע שלעגער האבן זיך יעצט אויסגעלערענט אז פחד איז א זאך פון פארגאנגענהייט.
ד.   ר' אהרן אליינס הייבט שוין אן אנערקענען אז ער קען נישט טון כל מה שליבו חפץ און ארויסגיין אומבאשעדיגט
ה.   עס האט זיך ווידער איבערצייגט אז די בחורים און אינגעלייט וואס געהערן זיך אן צו די זאלוינים זענען נישט קיין טעראריסטן, זיי טיילן נישט קיין פעטש זיי ספרעיען נישט אן ווענט מיט פעינט זיי פארברענען נישט קיין קאר'ס, סך הכל קענען זיי "שרייען" הערט אויף טערעראזירן.
ו.   עס האט זיך ווידער איבערצייגט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא פון עפנען א באזונדערע ישיבה גדולה, א ישיבה ווי דער ראש ישיבה ווארנט אז מען זאל נישט גיין צום פראטעסט און די בחורים גייען טאקע נישט. (די אהרוינים זיכן נאך מיט פארגרעסערן גלאז אין אלע פיקטשער'ס א פנים פון א ישיבה גדולה בחור, דערווייל האבן זיי נאך נישט געטראפן קיין איינס).
ז.   די לאקאלע פאליציי דעפ. פון סיטי האט זיך נאכאמאל איבערצייגט אז די אהרוינים זענען א מינערהייט אין וו"ב.

דאס איז נאר א חלק.

מיר דא אויף הייד פארק האבן פארדינט נאך מער.

א.   מיר קוילערן זיך פאר געלעכטער צו זען דעם פרצוף פונם אפגעריסענעם גרוש און שלעגער הורוויץ, ער לויפט ווי א פארסאמטער דערשראקענער אהין און צוריק, נישט לאנג צוריק (טאקע זונטאג צופרי אין קרית יואל, האט ער זיך געשפירט גאר וויכטיג). יעצט ווייסט ער קוים ווי אזוי ער הייסט.
ב.   מיר באקומען פרישע געבעקסן פון יונה, ארגינעלער, טראק. מיר ווארטן שוין לאנג אויף אזאנע געבעקסן. קודם א פרישע געבעקס וועגן תולדות אהרן און די זאליס אין ירושלים, דערנאך ארויפלייגן נעמען לעבן פנימ'ער אויף פיקטשער'ס פון די נעכטיגע פראטעסט, זיי לייגן ארויף נעמען וואס האבן קיין קשר מיטן פנים. ועוד.

דערלייגט? ניין גארנישט.

יעצט קען זיך נאכמאל פרעגן נעקי'ס שאלה. "האט זיך געלוינט די טפשות פון דוד עקשטיין זונטאג פארטאג'ס? איך מיין אז יעצט זאגן שוין אלע אהרוינים, אפילו דוד אליינס "ניין"

דיןתורה » 10/6/2010 00:46

[סתם שרייען שרייבסט שקרים, פרעגט נישט אפ קיין מציאות, אדרבה זאג מיר וואס איך שרייב ליגענט
איך האב פאר דיר נייעס, יענע גאס האט נאר "איין" לעין! אויב קומסטו צו גיין מיט א גראבע שקר וואס "יעדער קען אליינס זען און זיך איבערצייגן" (אזוי ווי די רופסט דאס) ווי אזוי קען מען דיר גלייבן מיט די פאקטן וואס מען קען "נישט אליינס זען און זיך איבערצייגן?

ע"כ די שמועס צווישן דיןתורה און נעקי

--------

די ווילסט מיר איינרעדן, דעם עולם איינרעדן, דיר אליינס איינרעדן אז ווען די האסט געשריבן "עס איז דא צוויי לעינ'ס" האסטו באמת געמיינט צו שרייבן "עס איז דא איין לעין ווי צוויי קאר'ס קענען זיך בדוחק צושטיפן"? יא? דאס איז וואס די פראבירסט דא צו פארקויפן? און די ווילסט נאך זאגן אז די ביסט נישט א שקרן?
דאס איז מיין קורצע תגובה צו דיין לאנגע פלאפלעריי, יא א גאס וואס האט "איין" לעין קומט א ניק און מאכט דערפון "צוויי" דאס צייגט אז ער איז נעכטן נישט געווען אויף יענעם גאס בכלל, (איך ווייס נישט ווען יא, אויב בכלל). קען דער ניק נישט קומען אינם זעלבן אשכול באשולדיגן א צווייטע ניק מיט שקר, דיינע תירוצים פון "בדוקח" קען מען מאכן דערפון "צוויי" איז טאקע די אמת'ע תירוץ אויף דיין גאנצע געמויזאכט'ס, "בדוקח" קען מען פון דיין געמויזאכט'ס עפעס אמת ארויסקוועטשן. ווען די האסט געשריבן 2 לעינ'ס האסטו נישט געמיינט צו זאגן "איין לעין וואס בדוחק קענען זיך 2 קאר'ס אריבערקוועטשן" בפרט ווען יעדעס אינגעלע וואס איז נאר אמאל געווען ביי א באגלייטן פון רבי'ן ווייסט אז יענע גאס האט איין לעין.
כ'גיי דיר נישט ענטפרן במילתא דעבידא לגלי' זאל יעדער אלייין גיין קוקען
אין נאכמאל אויב יוז האט נאר איין לעין וויפיל מענטש פיטן דארט?

יעצט לאמיר גיין צו דיין צווייטע שקר. די ווילסט פארקויפן (פאר וועם?) אז די ישיבה בחורים אין קרית יואל זענען נישט פארמישט אין קיין פאליטיק. שקרן! האבן נישט די תלמידי הישיבה געטאנצן און געזינגען בשעת קידוש ביה"ח? האבן נישט די בחורים פון ישיבה "פראטעסטירט" קעגן טשאטער רב פאר די חוצפה פון מסדר קידושין זיין אן רשות פון ענקער בעיבי? האבן די פאליציי נישט ארעטירט א בחור ביי יענעם פראטעסט פארן אויסשיסן א פענסטער?
איך רעדט פין שיקען די אלע בחורים צו א אקציע,
קיינער איז נישט אחריות אויף א ציווילער בחור
אין לאמיר שוין זאגען אז די ביזט גערעכט, פארוואס שרייסטו אויף זיי ווען ענקער ישיבה איז אסאך ערגער מיט דעם פר
ט?
נעקסט די לייגסט אראפ א פאקט אז ס'האבן כמעט נישט געפעלט קיין ישיבה בחורים פון די זאלי'ס נעכטן. די פאקט איז אז ארגינעלער און נאך זיצן שוין זייט נעכטן ביינאכט און זיכן קווינס בחורים מיט לעכט, ער האט שוין דורכגענישטערט צענדליגע אויב נישט הונדערטער בילדער. וויפיל קווינסע בחורים האט ער געטראפן?
צו נעריש גענטפערט
אין אויב האט ער נאר 10 פיטקשער איז נאר געווען 10 מ
ענטשן?
[/quote]

דיןתורה » 10/6/2010 00:50

איך וויל דא קלארשטעלן - אלס פותח האשכול
איך גיי נישט דא אפענטפרן יעדן תגובה
נאר אויב איינער רעדט צו די זאך, אין איך וועל האבען צייט וועל איך נעמען די מי צו ענטפרן
סתם שטותים דארפען נישט קיין ענטפר

דיןתורה » 10/6/2010 19:25

פריש
די רעדסט געוואלדיג נעריש
איך האב דיר אינגאנצען נישט געוולט ענטפרן
ווייל לשטיתך גייען די בחורים זיך פארשמען פאר די גאנצע שטאט ווייל זיי ווילן שיקען א מעסעזש פאר צד מהר''א?
ער דערמאנט מיך די משל ווי דער איידעם האט זיך אפגעשניטן די נאז ווייל ער האט געוואלט פארשעמן זיין שווער

נאר עמיצער האט מיך געבעטן איך זאל שרייבן בנוגע וואס די שרייבסט פרידליכע דעמאנסטרירער
האט איר א בילד פין א יונגערמאן פין צד מהר''א וועלכע האט געכאפט א שטיין ביי איינס פין די אומרוען די וואך פין די פרידליכע שרייער

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישמאן » 10/6/2010 19:27

איז ער א בחור מצד מהר"א, וויאזוי הייסט ער? און וואס האט ער געזוכט ביי דעם פראטעסט?

דיןתורה » 10/6/2010 19:27

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
תיקון טעותכ'האב יעצט געזעהן א בילדאין דארט קען מען זעהן די עולם איז נאר געשטאנען ביז די ערשטע אדער צווייטע בילדינג פין די גאסאין נאכדעם איז געווען בעירקעידס פין ביידע זייטןד''ה אז אויף לי עוו' האט מען שוין נישט געקענט שטייןוטעות לעולם חוזרעס איז גאר מאדנע לויט די קאלקעלעיטר פין דער איד אז פין 5 ביז 10 גאסען אין מאנהעטן איז נאר פין 42 ביז 43 אין אז דארט פיטען נאר כמעט 1000 מענטשןסוי וויפיל מענטשן פיטען דא אריין?
פאר די אלע וואס מאכען מיך משוגע אין תיבה פרטיות וועגן מיין תגובהדא האט איר די בילד ווי מ'קען זעהןקיינער שטאט נישט נאך די ערשטע בילדינג פין יוז סט'

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי דיןתורה ב- 10/06/2010 19:38:17

כלהנערים » 10/6/2010 22:01

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פריש
די רעדסט געוואלדיג נעריש
איך האב דיר אינגאנצען נישט געוולט ענטפרן
ווייל לשטיתך גייען די בחורים זיך פארשמען פאר די גאנצע שטאט ווייל זיי ווילן שיקען א מעסעזש פאר צד מהר''א?
ער דערמאנט מיך די משל ווי דער איידעם האט זיך אפגעשניטן די נאז ווייל ער האט געוואלט פארשעמן זיין שווער

נאר עמיצער האט מיך געבעטן איך זאל שרייבן בנוגע וואס די שרייבסט פרידליכע דעמאנסטרירער
האט איר א בילד פין א יונגערמאן פין צד מהר''א??? וועלכע האט געכאפט א שטיין ביי איינס פין די אומרוען די וואך פין די פרידליכע שרייער

[בילד – נישט אפגעהיט]

איך קען נאכנישט צאמשטעלן צו דיןתורה איז סתם א געריבענער זאלי וואס מאכט א גוטן זשאב... אדער איז ער אזא טייפ בלאט שרייבער וואס ווערט רויט ביים זאגן דעם אמת... 

דיןתורה, ליינענדיג דיין אשכול האב איך נישט געזען פאר וויכטיג צו ענטפערן דיינע תגובות כמובן, אבער ביי דעם בילד דא מוז איך מיך שוין אפשטעלן,

דער יונגערמאפון דעם בילד איז א מתפלל אין בית יואל און האלט די קינדער אין בני יואל ער איז געקומען שרייען פאר ווייטאג אזוי ווי אלע פרידליכע מוחים, ער הייסט י.ש.מ. דער שלעגער הייסט א.ר. א תלמוד פון בארדיטשוב רד. א ארוני ווי אלע ארונים אן קיין בארד (ווער ס'דארף דעם פולן נאמען מיט טעלעפאן נומבער קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי, דער שלעגער לייקענט נישט ער איז פראהד מיט זיין שלעגעריי ער טענה'ט אז ער האט זיך אנגענומען פארן מנהיג)

אצינד האט איר אלע א סעמפל, און דאס איז לא ללמד ע"ע יצא כי אם ללמד על הכלל כולו יצא, אט אזוי זעען אויס זייערע אשכולות איין ליגענט אויפן צווייטן באבקע אנגעהויבן אז דער פארטעסט האט זיי פארשטייצעך גארנישט געבאדערט אזוי ווייט אז זיי האבן קיינעם נישט אטאקירט נאר פארקערט די מוחים האבן געטיילט קלעפ... 

דיןתורה » 10/6/2010 23:26

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך הער וואס די זאגסט
איך קען נישט דעם יונגערמאן פערזענליך
אין דאס שרייבן נעמען מיינט נאכנישט אז די זאגסט אמת

איך האב באקומען דעם בילד אין אישי, ציגעלייגט די ווערטער וואס יענער האט געשריבן
כ'בין עס דאס מאל נישט נאכגעגאנגען, ווייל כ'האב געהערט פין די הצלה אז זיי האבען אריינגטראגען איינעם פין צד מהר''א אין שפיטאל פין א שטיין וואס ער האט געכאפט פין בני יואל, אין ווען כ'האב באקועמן די בילד פין יענעם צילייגענדיג אז דאס איז א געשלאגענער האב איך נישט געדארפט אינטערסירן אויב ס'איז טאקע ווי יענער זאגט (ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'שרייבט נאך יענעם'ס מיינונג) אין סיי ווי שרייב איך דארט אז כ'האב דאס אריינגעלייגט פין עמיצן

סיי וויאזוי כ'האף זיך צו פארבינדען מיט יענעם געוואר צו ווערן די פינטקליכע פאקטען ווער דאס איז
אין אויב כ'וועל האבען א קלארגעשטעלטע תשובה וועל איך אי''ה ציריקומען

עכ''פ
וועמענס דאס בילד זאל נאר נישט זיין, האט דאס נישט קיין שייכות מיט די נושא פינעם אשכול
ווי שטארק בני יואל האט דא אריינגענארט צד מהרז''ל (לשיטתם) אין זיי גשיקט פראטעסטירן קעגן מהר''א אין אראפגעשטעלט זייערע בחורים ווי צילזאטע יונגען שרייען אין די גאסען

שארטקאט » 11/6/2010 03:43

אויב האב איך מסופק געווען צו סהאט זיך געלוינט, געב איך א קוק אין שכינותדיגע פארום ווי עס עפענעט זיך יעדע פאר שעה א פרישען אשכול איבערן פראטעסט וואס קיינער באדערט נישט,
יעדע רגע פרישע בילדער מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות פון די מוחים, מיט אפאר קללות אין דער זייט,
לפי זה זעהט אויס אז סהאט זיך שוין איינמאל געלוינט,

נוטראלער » 11/6/2010 06:20

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

פריש
די רעדסט געוואלדיג נעריש
איך האב דיר אינגאנצען נישט געוולט ענטפרן
ווייל לשטיתך גייען די בחורים זיך פארשמען פאר די גאנצע שטאט ווייל זיי ווילן שיקען א מעסעזש פאר צד מהר''א?
ער דערמאנט מיך די משל ווי דער איידעם האט זיך אפגעשניטן די נאז ווייל ער האט געוואלט פארשעמן זיין שווער

נאר עמיצער האט מיך געבעטן איך זאל שרייבן בנוגע וואס די שרייבסט פרידליכע דעמאנסטרירער
האט איר א בילד פין א יונגערמאן פין צד מהר''א??? וועלכע האט געכאפט א שטיין ביי איינס פין די אומרוען די וואך פין די פרידליכע שרייער

[בילד – נישט אפגעהיט]

איך קען נאכנישט צאמשטעלן צו דיןתורה איז סתם א געריבענער זאלי וואס מאכט א גוטן זשאב... אדער איז ער אזא טייפ בלאט שרייבער וואס ווערט רויט ביים זאגן דעם אמת... 

דיןתורה, ליינענדיג דיין אשכול האב איך נישט געזען פאר וויכטיג צו ענטפערן דיינע תגובות כמובן, אבער ביי דעם בילד דא מוז איך מיך שוין אפשטעלן,

דער יונגערמאפון דעם בילד איז א מתפלל אין בית יואל און האלט די קינדער אין בני יואל ער איז געקומען שרייען פאר ווייטאג אזוי ווי אלע פרידליכע מוחים, ער הייסט י.ש.מ. דער שלעגער הייסט א.ר. א תלמוד פון בארדיטשוב רד. א ארוני ווי אלע ארונים אן קיין בארד (ווער ס'דארף דעם פולן נאמען מיט טעלעפאן נומבער קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי, דער שלעגער לייקענט נישט ער איז פראהד מיט זיין שלעגעריי ער טענה'ט אז ער האט זיך אנגענומען פארן מנהיג)

אצינד האט איר אלע א סעמפל, און דאס איז לא ללמד ע"ע יצא כי אם ללמד על הכלל כולו יצא, אט אזוי זעען אויס זייערע אשכולות איין ליגענט אויפן צווייטן באבקע אנגעהויבן אז דער פארטעסט האט זיי פארשטייצעך גארנישט געבאדערט אזוי ווייט אז זיי האבן קיינעם נישט אטאקירט נאר פארקערט די מוחים האבן געטיילט קלעפ... 

איך הער וואס די זאגסט
איך קען נישט דעם יונגערמאן פערזענליך
אין דאס שרייבן נעמען מיינט נאכנישט אז די זאגסט אמת

איך האב באקומען דעם בילד אין אישי, ציגעלייגט די ווערטער וואס יענער האט געשריבן
כ'בין עס דאס מאל נישט נאכגעגאנגען, ווייל כ'האב געהערט פין די הצלה אז זיי האבען אריינגטראגען איינעם פין צד מהר''א אין שפיטאל פין א שטיין וואס ער האט געכאפט פין בני יואל, אין ווען כ'האב באקועמן די בילד פין יענעם צילייגענדיג אז דאס איז א געשלאגענער האב איך נישט געדארפט אינטערסירן אויב ס'איז טאקע ווי יענער זאגט (ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'שרייבט נאך יענעם'ס מיינונג) אין סיי ווי שרייב איך דארט אז כ'האב דאס אריינגעלייגט פין עמיצן

סיי וויאזוי כ'האף זיך צו פארבינדען מיט יענעם געוואר צו ווערן די פינטקליכע פאקטען ווער דאס איז
אין אויב כ'וועל האבען א קלארגעשטעלטע תשובה וועל איך אי''ה ציריקומען

עכ''פ
וועמענס דאס בילד זאל נאר נישט זיין, האט דאס נישט קיין שייכות מיט די נושא פינעם אשכול
ווי שטארק בני יואל האט דא אריינגענארט צד מהרז''ל (לשיטתם) אין זיי גשיקט פראטעסטירן קעגן מהר''א אין אראפגעשטעלט זייערע בחורים ווי צילזאטע יונגען שרייען אין די גאסען

דין תורה:
איך האב ביז היינט געמיינט אז וואס די שרייבסט איז קראנט!
יעצט זעה איך אז יעדע זאך וואס מען זאגט דיר גלייבסטו!
אוודאי ביסטו אן אהרוני, מען האט דיר אליין געזאגט אז מהר"א איז א צדיק!

דער אינגערמאן הייסט ר' יעקב שלמה מאנדל, בן ר' אברהם.
ער איז א בני יואל'ער, זיינע קינדער לערנען דארטן, און ער איז א באס דרייווער ביי זיי.
מען האט אים געווארפן א בערי-געיט אין פנים ביי די מחאה אויף צאנז קאורט.
כאטש זעה וואספארא פיינע בחורים לערנען אינעם ק"י ישיבה................

רבותי געדענקט, דער ניק "דיןתורה" איז נישט קראנט................

jhol » 11/6/2010 14:14

איך האב 1 גרויסע קשיא אויף דער זאליס אויב היילט עטס אז ענקער פראטעסט האט אזוי שטארק אויף געטוהן  און דער אהרונים שעמען זיך אזוי שטארק און אלע ארונים זענען אנגעזעסט דער וועגן און ר' אהרן אליין האט מורא ארויס צו קומען פון זיין הויז .      איז אויב אזוי פארוואס מאכן דאס דער אהרונים נישט צירוק מער זאל מאכן א מעכטיג פראטעסט און דער פראנט פון ר' ז''ל הויז און שרייען ארויס פון בג''ץ און צא טמא וכו' און אלע זאלונים וועלן ווערן אן געזעצט און זיך באהייטן פאר בושה און ר' ז''ל אליינס וועט מורא האבן ארויס צו קומען פון זיין הויז און שלום על ישראל.              [אזוי איז צו געגאנגען א יעדער זאך און דער פאליטיק ביז יעצט אויב האט איינער געטעהון עפעס א גוטע זאך אויף צי בויען דער קהילה האט דער צווייטע זייט נאך געמאכט [אויב ס'איז געווען ביכולת] און אויב איינער האט געטעהון עפעס א גוט שטיקול אינטער צו ברעכעןדער צד שני האט דאס אויך דער צווייטע צד נאך געמאכט .   אבער פונקט ביי מערכה האבן דער אהרונים עפעס נישט געוואלט נאך מאכען....        פארוואס?????????.  

מאןדפליג » 11/6/2010 15:51

יעדער ווייסט אז מהרז"ל איז אנדערש פון זיין ברודער און דעם תחום, און ער האט גאנץ ווייניג א פראבלעם ווען משרייט איהם און פנים.
פרעגט אייך אביסל נאך וואס עס איז פארגעגאנגען און ראדני שמיני עצרת הידוע

jhol » 11/6/2010 16:24

דער תירוץ איז זייער פשוט ...       דער מציאות איז א דער פראטעסט ווייסט נאר אויף פארווייטאגטקייט און אנגעזעצט קייט ...            דער מציאות פון דער וועלט גייט אז איינער וואס איז א געווינער ער לאכט און גייט ארום צופרידען אהייט און ער דארף גאר נישט רעדן ווייל ער איז סיי ווי דער געווינער            משא''כ דער לוזער קען נישט לאכן ווייל ער איז דאך א לוזער [און ער קען גארנישט טעהון און יעדען פאל אויב דער מחלוקה איז למשל געלט און ער האט דערלייגט אדער סתם נצחון און ער האט דערלייגט קען ער נעבעך גארנישט טעוהן ]חוץ איין זאך וואס דאס איז שרייען און שעלטן .אזוי האט דער באשעפער באשאפן דער וועלט אז וויבאלד ער איז א לוזער און ער האט נעבעך גארנישט זאל ער זיך כאטש קענען ארויס געבען זיין בויך ווייטאג און שרייען כדאי ס'זאל נישט דארפן בלייבן און זיין בויך.
לענינינו ס'איז געקומען א מצב ביי דער זאליס אז כלו כל הקיצין זיי האבן אנגעהויבן צי זעהן אז זיי זענען אזעלכע לוזערס אז זיי קענען שוין אפי' מער נישט פאר קויפן קיין שטרוי פאר זייערע מענטשען [אקסן] .און דער לעצטע האלב יאר אליינס האבן זיי געהאלטן און איין כאפן איינס נאכן צווייטן אז זיי האבן זיך ממש נישט געקענט צו זיך קומען .למשל.
1 דער בית החיים.   זיי הייבן אן איין צי זעהן אז זייערע חלמות וואס ר' שאול האט זיי נעבעך פארבירט איין צו רעדן בלייבט ביי א חלום [ביים אלטן]
2 דער קרעטשמע בלייבט פארשלאסן און היילטן און איין דער לייגן קארט'ס דערוועגן .
3 זיי קענען נישט צי רירען דער בית המדרש אויף ראסס.
4 זייערע בית המדרש און ב''פ איז אויף צרות.
5 קענסלען ערשטע נסיעה קיין א''י צוליב א באבע תירוץ.
6 קענסלען צווייטע נסיעה קיין א''י אן קיין שום תירוץ נעבעך [אבער יעדער ווייסט דער אמת'ע תירוץ]
7 קענסעלן נעילת החג שבועות און זיך ממש שעמען פון די בילדער.
8 קענסעלען פראטעסט און פראנט פון דער ווייסע הויז.
9 מער נעמט ארויס דער סעפטיק און דער טרעפן וכו' פון דער קרעטשמע.
10 מער ריפט פאליס אבער זיי קומען נישט אן. ווייל פאפליק סעפטי איז דארט
11 זיי זענען געוואר געווארן אז וויטראל האט א דין ווי א פאליס און קען ארעסטן מענטשען .אוי ס'איז צרות.
12 הצלה פון ק''י האט אויך גענומען א צד.    וכו' וכו'...
האבן זיי בלית ברירה געמיזט אנהייבן צי שרייען און שעלטן און ארויס געבען זייערע בויך ווייטאג ווייל דאס איז דער לעצטע און דער איינציגסטע זאך וואס זיי קענען נאך טעהון . האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און דאס געטעהון . אפי' זיי האבן גאנץ גוט געוויסט אז זיי גייען זיך פארשמיצען זייערע נאמען מיט דעם ..  און אויך גייען זיי ווייסן מיט דעם פארן גאנצע וועלט וואס פארא לוזער'ס זיי זענען און ווי דערפרעסט זיי זענען           אבער אם כל זה האבן זיי נישט געהאט קיין אנדערע ברירה און זיי האבן געמיסט געבען פאר זייערע מענטשען צי שרייען און אויס געבען זייערע ווי געשריי און בויך ווייטאג.
דאס איז מיין  בליק . יעדער האט רעכט זיך צי דינגען אויף דעם.

סעננדר » 11/6/2010 17:17

האט דא איינער געשריבן אז מ'האט געמאכט די פראטעסט צוליב העפינעס...? וואס מיינסטו ארויסצוברענגן מיט דיין לאנגע תגובה? 

לאעליכם » 11/6/2010 17:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

סעננדר » 11/6/2010 18:02

אינטערסאנט אונז איז נישט איינגעפאלן אהייצושיקן מיט די קינדערגארטן קינדערלעך פיקטשערס פון די ארעסטן אין קרית יואל דורך ר' אהרן'ס משטרה,
קינדער זייטס ענק מחזק... איך פארשטיי ענק... 

אבער פארוואס דארף מען איבערלייגן 3 מאל דעם פיקטשער....

jhol » 11/6/2010 19:33

סענדער .     קודם כל א יישר כח פארן מיך לאזן וויסן אז מיין לאנגע ארטיקל איז ב''ה גוט געלונגען.   און צווייטנס פארן מודה זיין אז דער זאליס זענען דיפרעסט [נישט העפי]
יעצט צום ענין   איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען איין זאך אז דאס וואס ענק שרייען דער גאנצע צייט אז דער אהרונים זענען מוראדיג  דעפרעסט פון ענקערע חיי שעה פראטעסטן.  און אז מער היילט עס ממש נישט אויס .אויף דעם האב איך פרובירט מסביר צי זיין אז דער גאנצע פראטעסט ענקערע איז איין שטיק דערפרעסיע און ס'קימט נאר ווייל ענק זענען לוזערס.  און דאס וואס ענק שרייען צא טמא .שרייען ענק נישט באמת צא טמא נאר ענק שרייען באמת איך בין אנגעזעצט [אזוי ווי די האסט מיך פריעהר מודה געווען אז ענק זענען נישט העפי]
נו אויב אזוי פארוואס זאל באדערן אן אהרוני אז די שרייסט אז איך בין אנגעזעצט און איך בין א לוזער און איך באשמיץ מיין נאמען  אויפן גאנצע וועלט מיט דער בילגע חיי שעה פראטעסען.         פונקט פארקערט דער אהרוני לאכט און האט הנאה צי זעהן ווי ענק פלאצן און ענק באשמיצן ענקערע נאמען
דאס איז מיין בליק.

סעננדר » 11/6/2010 20:08

jhol כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז מיין בליק.

נישט יעדער טראגט דיינע ברילן

דיןתורה » 11/6/2010 20:16

נוטראלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

פריש
די רעדסט געוואלדיג נעריש
איך האב דיר אינגאנצען נישט געוולט ענטפרן
ווייל לשטיתך גייען די בחורים זיך פארשמען פאר די גאנצע שטאט ווייל זיי ווילן שיקען א מעסעזש פאר צד מהר''א?
ער דערמאנט מיך די משל ווי דער איידעם האט זיך אפגעשניטן די נאז ווייל ער האט געוואלט פארשעמן זיין שווער

נאר עמיצער האט מיך געבעטן איך זאל שרייבן בנוגע וואס די שרייבסט פרידליכע דעמאנסטרירער
האט איר א בילד פין א יונגערמאן פין צד מהר''א??? וועלכע האט געכאפט א שטיין ביי איינס פין די אומרוען די וואך פין די פרידליכע שרייער

[בילד – נישט אפגעהיט]

איך קען נאכנישט צאמשטעלן צו דיןתורה איז סתם א געריבענער זאלי וואס מאכט א גוטן זשאב... אדער איז ער אזא טייפ בלאט שרייבער וואס ווערט רויט ביים זאגן דעם אמת... 

דיןתורה, ליינענדיג דיין אשכול האב איך נישט געזען פאר וויכטיג צו ענטפערן דיינע תגובות כמובן, אבער ביי דעם בילד דא מוז איך מיך שוין אפשטעלן,

דער יונגערמאפון דעם בילד איז א מתפלל אין בית יואל און האלט די קינדער אין בני יואל ער איז געקומען שרייען פאר ווייטאג אזוי ווי אלע פרידליכע מוחים, ער הייסט י.ש.מ. דער שלעגער הייסט א.ר. א תלמוד פון בארדיטשוב רד. א ארוני ווי אלע ארונים אן קיין בארד (ווער ס'דארף דעם פולן נאמען מיט טעלעפאן נומבער קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי, דער שלעגער לייקענט נישט ער איז פראהד מיט זיין שלעגעריי ער טענה'ט אז ער האט זיך אנגענומען פארן מנהיג)

אצינד האט איר אלע א סעמפל, און דאס איז לא ללמד ע"ע יצא כי אם ללמד על הכלל כולו יצא, אט אזוי זעען אויס זייערע אשכולות איין ליגענט אויפן צווייטן באבקע אנגעהויבן אז דער פארטעסט האט זיי פארשטייצעך גארנישט געבאדערט אזוי ווייט אז זיי האבן קיינעם נישט אטאקירט נאר פארקערט די מוחים האבן געטיילט קלעפ... 

איך הער וואס די זאגסט
איך קען נישט דעם יונגערמאן פערזענליך
אין דאס שרייבן נעמען מיינט נאכנישט אז די זאגסט אמת

איך האב באקומען דעם בילד אין אישי, ציגעלייגט די ווערטער וואס יענער האט געשריבן
כ'בין עס דאס מאל נישט נאכגעגאנגען, ווייל כ'האב געהערט פין די הצלה אז זיי האבען אריינגטראגען איינעם פין צד מהר''א אין שפיטאל פין א שטיין וואס ער האט געכאפט פין בני יואל, אין ווען כ'האב באקועמן די בילד פין יענעם צילייגענדיג אז דאס איז א געשלאגענער האב איך נישט געדארפט אינטערסירן אויב ס'איז טאקע ווי יענער זאגט (ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'שרייבט נאך יענעם'ס מיינונג) אין סיי ווי שרייב איך דארט אז כ'האב דאס אריינגעלייגט פין עמיצן

סיי וויאזוי כ'האף זיך צו פארבינדען מיט יענעם געוואר צו ווערן די פינטקליכע פאקטען ווער דאס איז
אין אויב כ'וועל האבען א קלארגעשטעלטע תשובה וועל איך אי''ה ציריקומען

עכ''פ
וועמענס דאס בילד זאל נאר נישט זיין, האט דאס נישט קיין שייכות מיט די נושא פינעם אשכול
ווי שטארק בני יואל האט דא אריינגענארט צד מהרז''ל (לשיטתם) אין זיי גשיקט פראטעסטירן קעגן מהר''א אין אראפגעשטעלט זייערע בחורים ווי צילזאטע יונגען שרייען אין די גאסען

דין תורה:
איך האב ביז היינט געמיינט אז וואס די שרייבסט איז קראנט!
יעצט זעה איך אז יעדע זאך וואס מען זאגט דיר גלייבסטו!
אוודאי ביסטו אן אהרוני, מען האט דיר אליין געזאגט אז מהר"א איז א צדיק!

דער אינגערמאן הייסט ר' יעקב שלמה מאנדל, בן ר' אברהם.
ער איז א בני יואל'ער, זיינע קינדער לערנען דארטן, און ער איז א באס דרייווער ביי זיי.
מען האט אים געווארפן א בערי-געיט אין פנים ביי די מחאה אויף צאנז קאורט.
כאטש זעה וואספארא פיינע בחורים לערנען אינעם ק"י ישיבה................

רבותי געדענקט, דער ניק "דיןתורה" איז נישט קראנט................

ווען איך שרייב אז כ'ברענג נאך פין אנדערע בין איך נישט קראנט

אבער מיין הויפט תגובה וואס כ'בין אליין'ס נאכגעגאנגען סיי די פאקטען אין סיי די אויספיר - אין די עיקר
האט נאך קיינער נישט באוויזען אפצופרעגן

jhol » 11/6/2010 20:24

סענדער    אמת.           אבער אויב דאס איז דער גאנצע וואס די האסט צי פארענפערן קוקט אויס אז די שטייסט גאנץ שוואך.

דיןתורה » 11/6/2010 20:51

jhol כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב 1 גרויסע קשיא אויף דער זאליס אויב היילט עטס אז ענקער פראטעסט האט אזוי שטארק אויף געטוהן  און דער אהרונים שעמען זיך אזוי שטארק און אלע ארונים זענען אנגעזעסט דער וועגן און ר' אהרן אליין האט מורא ארויס צו קומען פון זיין הויז .      איז אויב אזוי פארוואס מאכן דאס דער אהרונים נישט צירוק מער זאל מאכן א מעכטיג פראטעסט און דער פראנט פון ר' ז''ל הויז און שרייען ארויס פון בג''ץ און צא טמא וכו' און אלע זאלונים וועלן ווערן אן געזעצט און זיך באהייטן פאר בושה און ר' ז''ל אליינס וועט מורא האבן ארויס צו קומען פון זיין הויז און שלום על ישראל.              [אזוי איז צו געגאנגען א יעדער זאך און דער פאליטיק ביז יעצט אויב האט איינער געטעהון עפעס א גוטע זאך אויף צי בויען דער קהילה האט דער צווייטע זייט נאך געמאכט [אויב ס'איז געווען ביכולת] און אויב איינער האט געטעהון עפעס א גוט שטיקול אינטער צו ברעכעןדער צד שני האט דאס אויך דער צווייטע צד נאך געמאכט .   אבער פונקט ביי מערכה האבן דער אהרונים עפעס נישט געוואלט נאך מאכען....        פארוואס?????????.  

די ברענגסט ארויס א גיטע פוינט
אבער איך האלט די סיבה דערפון איז ווי איך האב אנגהויבן

אזעלכע איבערדרייען פארשעמט שטארק די צד וואס דרייט אן זייערע בחורים פאר אזעלכע זאכען
אין איך ווינדער מיך טאקע ווי זענען לכתחילה געווען די קאפ שטיק פין צד מהרז''ל (די עלטערע בעיקר)
האבען זיי נישט געוויסט אז יעצט גייט דאס זיי קאסטען בישות?

jhol » 11/6/2010 21:04

דין תורה.
   דיין פוינט און מיין פוינט ביידע זענען אמת. און ס'איז נישט קיין סתירה .
1 אז זיי פארשעמען זייערע נאמען  2 אז זיי שרייען ארויס אז זיי זענען דעפרעסט נעבעך.

jhol » 11/6/2010 21:21

jhol כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דין תורה.
   דיין פוינט און מיין פוינט ביידע זענען אמת. און ס'איז נישט קיין סתירה .
 הצד השוה שבהם אז זיי גייען קאפ און וואנט . 1 אז זיי פארשעמען זייערע נאמען  2 אז זיי שרייען ארויס אז זיי זענען דעפרעסט נעבעך.