טייערער המהדרין, מיט גרויס הארץ קלעמעניש האב איך געליינט ענקער קינה אויפן היינטיגן מצב אין קרית יואל, גלייב מיר, בלוט האט געטראפט פון הארץ, טאכן טרערן פליסן פון מיינע אויגן, יעדעס מאל ווען איך ליין די ווערטער טרויעריג בארימעטע כת שודדים, אדער ווען איך ליין פון די אגענדע פון רויב און גזילה, און די ווערטער קרית יואל ברענט כמדורת אש, גיט דאס א רייס אין הארץ, ווי א שפיז גיט דאס א שטעך, פלגי מים ירדה עיני אויף די צרות יגון ואנחה וואס איר ליידט אייך אן פון די גזלנים און שודדים, ובפרט ווען איר שרייבט פון די מעשי האלימות וואס האט מיך דערמאנט אין די רציחה פון די בג''ץ משטרה האב איך געפילט אז כלו כל הקיצין, איך טראג דאס שוין נישט אדורך, און ווי נאר איך בין צו געקומען צו די ריזיגע רויטע בוכשטאבן, בין איך געפאלן מאכטלויז אין אונים, ווי קענען אידישע קינדער אזוי פיל מיט מאכן אין דעם עיר הדמים, מיט אזויפיל מעשי רשע ורציחה,
אבער די הויכפונקט פון דעם מעכטיגן אומבאגרייפלעכער צער איז געווען ווען איר שרייבט אז דאס אלעס ווערט גאר פינאנצירט און באצאלט מיט אונזער שווערע אויסגעהארעוועטע דאלארן אין טעקסעס, דאס האט מיך שוין ארויס גענומען פון די כלים, קודם כל כמשמעו, פשוט אז מיר אלע צאלן געלט מען זאל אונז שמייסן, אבער בעיקר האט דאס וויי געטוהן ווייל דאס ווארט "טעקסעס" האט מיך גאר דערמאנט פון די טריפה'נע שחיטה מונחת פון טעקסעס, אויף וואס אינזערע רבנים הקדושים האבן שוין כמה פעמים מעורר געווען אז ס'איז חזיר טריפה, און מען דארף כשר'ן אלע כלים.
נאך איין מזל אז איר האט דארט צו געשריבן דעם פסק הלכה פונעם חשובן בית דין קהל היראים ווי זיי זענען ארויס געקומען מיט א וואורענונג צו די כת מוסרים, און ווען זיי האבן נישט געהארכט צום התראת בית דין זענען זיי ארויס געקומען מיט א פסק דין וואס האט אפגעהילעכט מסוף העולם עד סופו אז די כת גזלנים וחמסנים די כת הולכי לערכאות זענען בגדר מוסרים, דאס האט ביי מיר ארויס געברענגט א שטיקל שמייכל און האט מיך צוריק געברענגט צום באוואוסטזיין, פארוואס האט דאס ארויס געברענגט א שמייכל?, אה! דאס קען איך אייך נישט זאגן, אבער איך בין זיכער אז ווען איר האט דאס געשריבן האט איר אויך א שמייכל געטון.
על כל פנים נחזור לענינינו, איך ווייס אז פון מיד ליידט וועט איר קיין סאך נישט האבן, דאס וועט אייך זייער קנאפ העלפן, במילא וועל איך פראבירן מיט אפאר עצות, איר ווייסט דאך דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים, און דאס ברענגט צום תשועה ברוב יועץ, און נאר מיטן כח הרבים וועלן מיר ביי קומען די אנשי רשע ובליעל, קודם כל עצה נומבער איינס: הערט אויף מיט ליגענט, שקר העלפט נישט, אמת רוב עולם זענען קעלבלעך און מען קען זיי איינרעדן באבקעס, זיי זענען אזוי נאאיוו, אז אפילו וואס מען זעט בחוש קען מען זיי איינרעדן אז זיי זעהן פארקערט, און וואונדער אריבער וואונדער, זיי גלייבן דאס, דאס איז אלעס גיט אויך טעמפערערלי, אדער צייטווייליג ווי מען רופט דאס ביי אונז, אבער מיט די צייט, ווען כל הקהל הקודש כאפט זיך אז מען האט פון זיי געמאכט דאס גענאר ווערן זיי אזוי ביטערלעך אנטוישט און דעמארעלייזט אז זיי ווערן אזוי צו ווילדעוועט אז זיי מאכן אונז אן חרפות און בושות, זיי פארשעמען אונז פשוט, מיר ווערן ללעג ולקלס ביי יעדן, און דער פועל יוצא פון א ליגנער איז, אז אפילו ווען ער זאגט אמת גלייבט מען עם נישט.
איך וועל קודם צולייגן ענקערע שקרים וכזבים אויף קליין געלט, איר שרייבט אין ערשטן פאראגראף: די טרויעריג-בארימטע כת שודדים וגזלנים והולכי בערכאות, וועלכע האבן אין די לעצטע יארן שאנטאדזשירט יעדע קהילה און וואוילטעטיגע ארגאניזאציע מיט די ביליגסטע מיטלען פון רויב און גזילה, און האבן מיט א שרעקליכע הרמת יד בתורת משה זיי אריינגעשלעפט אין די גוי'אישע געריכטן אין יעדע געגנט אויף דער וועלט, האבן זיך אין די לעצטע צייט צואווילדעוועט אין קרית יואל אויף א שרעקליכן פארנעם, מיטן ציל צו רויבן און גזל'נען וואס זיי קענען נאר. נו, ליינענדיג דעם פאראגראף האב איך קודם געמיינט אז דאס שרייבן די אהרונים אויף די בני יואל, און אז אלעס איז אמת ויציב, די בני יואל זענען בארימטע שודדים גזלנים והולכי לערכאות, זיי האבן מזייף געווען דעם דיד פון רעבעצינס דירה, און ביז קהל האט זיך געכאפט איז אדורך דער לימיטעישאן וואס מען קען קלאגן און צוריק דרייען במילא האט דער ריכטער געפסקעט אז איט איז טו לעיט, און דאס בלייבט ביי די גנבים, און ווען מען רעדט ווייטער פון הרמת יד בתורת משה, שטימט ווייטער אלעס, ווייל ווער זענען געווען די ערשטע פורצי גדר צו גיין בערכאות העכו''ם, דער טיטול וועט אייביג בלייבן ביי די בני יואל, זיי וועלן בלייבן לדראון עולם אלס די "ערשטע מרימי יד בתורת משה", איך ליין אזוי געמיטלעך דעם צווייטן פאראגראף, און ווייטער שטימט דאס, ווי זיי שרייבן אז: ווי ס'איז באקאנט איז דורך די גזלנים-קהילה אויסגעשטעלט געווארן א אגענדע פון רויב און גזילה קעגן יחידים און רבים איבער די וועלט, אריינצובאקומען אלעס אין זייער באזיץ, ובפרט אין קרית יואל, אבער פלוצליג, ווער איך סטאק, עפעס שטימט נישט זיי שרייבן: וואו זיי ווערן באגלייט דורך די ווילידזש אינסטאנצן און זייערע קרעפטן. האבן דען די בני יואל דאס בעלות אויפן ווילעדש אינסטאנצן און זייערע קרעפטן?, דיד איי מיס סאמטינג?, איז שוין מענדל שוויממער געווארן דער מעיאר?, איך בין געווארן אינגאנצן קאנפיוסט!,
איך ליין ווייטער ווי זיי שרייבן: נאכן בארויבן דעם בית החיים אין קרית יואל!!! פלוצלינג גיט מיר א בליץ אויפן געדאנק, דאס שרייבן נישט די אהרונים, דאס שרייבן די כת השקרנים העולמי, און אויף זיי איז נישטא קיין פראגעס, שווארץ איז ווייס, מותר איז אסור, אסור איז מותר, בג''ץ איז א מצוה, שחיטה מהודרת איז טריפה, מצות פון מצומחות איז א הידור מצוה, און מצות פון חיטים ווארס וואקסט אין אריזאנא ווי מען טרעפט נישט קיין מצומחות איז חמץ גמור, איז מיר פלוצלינג פארענטפערט געווארן אלע פראגן, זיי קלאגן, אז מען לאזט זיי נישט גנבענען, מען לאזט זיי נישט רויבן, טאקע א הימל געשריי, זיי קלאגן אז מען האט זיך א ווארף געטוהן אויפן בית מקדש מעט וועלעכער איז נתייסד געווארן בביתו נאווה קודש פון רביה''ק בעל ויואל משה (איי די הקדמה פון רבינו הק' אז מען זאל עם געדענקען אלס דער בעל ''דברי יואל'', תיקו) זי''ע וועלעכער האט דארט אפגעראכטן זיין הייליג לעבן אין זיינע לעצטע יארן, טאקע? האט דער דברי יואל, אדער ווי איר רופט עם דער ויואל משה דארט געוואוינט?, ווייל איך האב געמיינט אז ער האט געוואוינט אויף בעיקרטאון, אנלעס איר רעדט פון בעלת ויואל משה'טע, און אויב איז אזוי חשוב אין וויכטיג צו האבן א בית המדרש ווי דער רבי האט געוואוינט, אפשר מאכט מען א בית המדרש אין בעלל-הארבאר אדער אויף בעיקערטאון ווי דארט האט ער היבש לענגער געוואוינט, און וואס איר שרייבט ווייטער אז מען איז געלאפן אין געריכט מיט "ליגענטס און שווינדל" פון וואס פאר א ליגענטס רעדט איר?, פונעם זיוף אינטערשריפט פון רבי לייבוש לעפקאוויטש ע''ה, הרצחת וגם ירשת? איז דען נישט קלאר געווארן איבערגעצייגט אז איר האט דאס בגניבה, נאר דער סיבה פארוואס מען האט דאס פון ענק נישט אוועק גענומען איז די העכער 10 יאר וואס איז אדורך פון אייער גניבה, און לויט די חוקי המדינה, איז דאס פארפאלן און מען קען דאס נישט צוריק דרייען, און דאס איז טאקע די איינציגע סיבה פארוואס איר פארכט אייך אזוי שטארק צו גיין צו א דין תורה, איר זענט גרייט מחלל שם שמים זיין ברבים בהרמת יד בתורת משה נאר חלילה נישט אנצוקומען צו א דין תורה, פארוואס? ווייל די רבנים וועלן גלייך מגלה זיין די גניבה וגזילה און דאס צוריק געבן פאר די אמת'ע בעלי בתים, זיי זענען נישט געבינדן צו די חוקי המדינה, און פאר דעם ציטערט איר אימת מוות. פארזעצונג קומט.....