לעבעדיגע באריכטן: פראטעסט ג' קרח אין וויליאמסבורג קעגן ר' אהרן טייטלבוים
די בעדפארד עוועניו און לי עוועניו גאסן ארום הויז סטריט זענען אצינד פארפלייצט מיט טויזנטער אידן און עס הילכט איבער די גאנצע שטאט געשרייערייען און קולות "אהרון טייטלבוים צא טמא!".
די מהומות ווערן פארשטארקערט פון מינט צו מינוט, און עס שפירט זיך א הייסע לופט אין דער גאנצער אומגעגנט!
תוקן על ידי המהדרין ב- 09/06/2010 17:03:08
די גאסן ארום הויז סטריט זענען שווארץ פון מענטשן. יעדע מינוט ווערט די אנלויף גרעסער. עס קאכט זיך שטארק און די קולות וברקים נעמען נישט קיין ענדע. עס הילכט ווייט "אהרון טייטלבוים צא טמא!".
אהרונים צעווילדעוועט!
אין די מינוטן גייט מכות רצח פון די פארזאמעלטע אהרונים געגנסטערס. זיי שלגן און בריקען פון אלע זייטן. זיי זענען ווילד ביז גאר.
פאליצייאישע כוחות ווערן גערופן צו די צענע.
לאמיך דיך פרעגן א פראגע, אויב 45 טויזענט מענטשן הייסט "קרוב" צו טויזענט, וויפיל מיינט 45 יונגלעך און בחורים'לעך, איי געס "קרוב צו איינס... אלזא איך בין אויך היוס סטריט יעצט, און דארט איז זיך צוזאמען געקומען קרוב צו איין קווינס בחור. [בילד – נישט אפגעהיט]
לאפלאש:
אהרן טייטלבוים ארויס פון באגאץ! שרייען יעצט ספאנטאן אויס טויזענטער פארזאמעלטע. די אהרונים זענען צעווילדעוועט און טיילן מכות רצח.
די גאס ווער פילער און פילער, די מיואש'דיגע אהרונים מאכן קולות. זיי טענה'ן אז זיי מוזן זיך אננעמען פארן רבי'ןס כבוד, ס'באדערט אים געפערליך דער פראטעסט.
די גאנצע הויז סטריט איז בלאקירט דורך די פאליציי, אין יוצא ואין נכנס. א וואונדער צוליב וואס דער רעבע זיצט דארט אין ביתו נאוה און וועמען ער קוויטעלט היינט מיט די שקרי הקודש. זיינע פענסטער זענען הערמעטיש פארשלאסן און די פענסטער אראפגעלאדנט. ס'איז נישט געזונט אז די געשרייערייען זאלן אריינדרינגען אזוי שטארק.
ישמעו רחוקים ויבואו. פון אלע ריכטונגען אויף די גאסן טוט זיך א אנלויף פון הונדערטער מענטשן פון איבער די לענג און ברייט פון די שטאט. די עוועניוס ארום הויז סטריט זענען געדיכט פון מענטשן און די קולות זענען אויף די העכסטע טענער. דער טראפיק איז אינגאנצן פאלאזירט. עס הערט זיך קלינגענדיג "אהרון טייטלבוים צא טמא!".
רוישענדע הצלה אמבולאנסן פארקירעווען יעצט זייער וועג צו הויז סטריט ביי בעדפארד. די אהרונישע געשלעגן האבן געברענגט צו פארוואונדעטע. פאליציי איז ארויסגערופן געווארן צו ברענגן ארדענונג.
דערווייל גייט ווייטער אן די העפטיגע פראטעסט געשרייערייען.
טויזענטער אויפן ארט. דער קידוש השם איז געוואלדיג!
הילכיגע קולות: אהרן טייטלבוים נעם אראפ דיינע רציחה'ישע נעגל פון אידישע קינדער!
שוין מער ווי א שעה צייט, און די קולות לאזן נישט נאך. אלע וויילע ווערט דער אנלויף פארגרעסערט. טויזנטער אידן זענען ביי סצענע און עס גייט אן דער פראטעסט אן אפשטעל, טראץ די רייצערייען און געשלעגן פון די אהרונים.
די פייער דיפארטמענט איז יעצט אנגעקומען אויף ביידע זייטן פון די הויז גאס, און הייבן אן פארטרייבן די פארזאמעלטע.
די קולות שטארקן זיך פון מינוט צו מינוט. דער עולם שטייט אינאיינעם אויף ביידע זייטן פון הויז סטריט, און מען שרייט אויס דעם פראטעסט מעסעדש "אהרון טייטלבוים נעם אראפ דיינע בלוטיגע הענט פון אידישע קינדער!".
אהרונים קאלן איצט ארום די מאמעס דערציילן אז זייער בחור איז יעצט דארט!
און ער איז אפגעפיקטשערט!
אכזרים!
טויזענטער אידן ווארטן אצינד דער סבלן הידוע זאל ארויסקומען פון זיין וואוינארט. די אהרונים האבן פרובירט אים ארויסצופירן מיט א קאמאנדע אקציע, דורך אפאר פייער טראקס, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. יעצט לויפן זיי ארום וויינען צו די פאליציי אז מ'זאל אפשטעלן די קולות ווייל די קליינע קינדער קענען נישט שלאפן... מ'שטיינס געזאגט דער בעבי ר' אהרן קען און טאר נישט הערן און זעהן דעם פראטעסט!
איך בין יעצט אהיימגעקומען פונעם פראטעסט, און איך בין פשוט שפראכלאז
האסט געטראפן דארט גערעכטער1? זונטאג איז ער געווען אין מאנרא און יעצט איז ער אין וויליאמסבורג, זונטאג האט ער געזען צוויי מענטשן און היינט נאר איינס.
איך הייב אן חושש צו זיין אז גערעכטער1 איז דער רבי אליינס. און דאס פארענטפערט שוין אסאך זאכן...
וויפיל טעלעפאן קאלס האט דיין מאמע באקומען?
איינס פון דיר, נאך אקסן האבן געקאלט?
טאנטץ טאנטץ יידעלעך טאנטץ טאנטץ ברידערלעך לאמיר אלע טאנצען
ווען איך וואלט ווען נישט דארטען געווען וואלט איך דאס קיינמאל נישט געגלייבט
שטייען יודען נישט ממש אלע שרייען אבער זיי זענען דארט אין קיינער נעמט זיך ניטאמאל אן פארען סבלן
אלעס וואקט ארים מיט א שמייכעL אויסגעצויגען
פין די אנדערע זייט זענען דא אפאר פאריקטע ארוינים איינער שרייט שנעל אריין זאלי
ווייל אפשר וועט עס אויסקימען פינקט אין די צייט וואס רוב עולם שרייט אהרן טייטעלבוים צא טמא פוי אין ער טרייט עס ציזאמען שטעלין אז זיין שכן דער אנדערע חלה דעקעל זאל מיינען אז יעצט האט מען געשריבען אויף זאלי
נאך דעם שטייט עפעס א איינציגע פערד אין ער שרייט אלע אהרוינים זאלען שוין גיין צים דיין
אבער ער ווארט נאך אז די זיבען דעקעלעך זאלען קימען אבער איך מיין זיין פיס טיט שוין וויי פין ווארטען אזוי לאנג אקיצור א מעשה ווער האט געגלייבט אז דאס גייט אמאל געשען
מענטשען קימען פין אלע זייטען אין שמייכלען ווי גיט עס איז
א קליינער בחורעל מיט זיין זיסע קוויטשעדיגע קול שרייט אויס אן פחד אין מורא אין אלעס שרייט נאך דעם פוי צענדליגע יודען פין אלע קרייזען הענגען זיך אויף געיטס אין העלפען שרייען פוי צא טמא
די קולות הערט זיך ביזען אנדערע עק גאס ווי אינדיג שטייט אין ריקט די בעריקעדס אהין אין צירוק
הער איך ווי איינער פרעגט אים דארט וואס גייט פאר אויף די אנדערע זייט ענטפערס דער חכם ער ווייסט נישט
ריפט זיך אן דער פאליס משה גו טעק א לאק איי וויל טעק יאר פלעס
אבער באמת טאר מען אויף נישט רעדין איך מיין ער האט נאך קיינעם נישט ווי געטין
מה נהדר היה המראה ווי אזוי דער עולם שרייט מיט אזוינע קולות אין מען ווערט נישט מיד
איך געדענק נאך טאמער איינער האט זיך גאוואגט ארויס צי זאגען איין קרים ווארט האט ער געכאפט מכות אין געזיכט זיינע רעדלעך אין פענסטערס א טאג נאך דעם
אין דא שטייען כמעט א טויזענט יודען אין שרייען אויס אהרן טייטעלבוים צא טמא אדרבה זאגטס מיר מיינט דאס עפעס אדער נישט
זייער א שטארקע פוינט, מיר האבן עס שוין געזעהן אין מערערע אשכולות, די פוינט ווערט נישט שטערקער אז שמירסט אן יעדע אשכול מיטן זעלבן געשרייבאכטץ.
פינטל,
מיר ברויכסטו שוין נישט זאגן אז ס'איז א שטארקע פוינט...
עיקר שכחת:
ער איז ארויס פון סאטמאר! אוי...
וויליאמסבורג האט נאך אזא נאכט נישט מיטגעלעבט. עס איז דער געשפרעך ביי אלעמען די נעכטיגע דעמאנסטראציע ווי עס האט נאנט צו דריי שעה אפגעהילעכט אויף די גאסן "אהרון טייטלבוים צא טמא!".
ברוך המקדש שמו ברבים!
מיט אט די ווערטער קען מען אנהייבן דעם באריכט פון דעם מאסן פראטעסט, וועלכער איז פארגעקומען נעכטן, ג' קרח, פארענט פון שטוב פון ר' אהרן טייטלבוים אויף הויז סט. אין וויליאמסבורג.
דער פראטעסט איז אפגעהאלטן געווארן נאך א באלדיגע באשלוס פון די עסקנים, אז מ'מוז טוהן כל מיני השתדלות, די רשעות אין קרית יואל קעגן אונזערע ברודער, זאל זיך זאפארט אפשטעלן. קוים וואס מ'האט עספיעט געהעריג מפרסם צו זיין דעם פראטעסט, אבער מפה לאוזן האט זיך די שמועה צושפרייט בליץ שנעל, און טויזענטער שלומי אמוני ישראל האבן זיך פאראייניגט און אנטשלאסענערהייט ארויסגעקומען צו די באשטומטע צייט צו הויז סט. צווישן לי און בעדפארד עוו.
וויבאלד די אהרונים האבן געהערט איבער די שטורעמישע פראטעסטן וואס ווערן געפלאנט, האבן זיי אנגעהויבן פארלייגן כוחות ביי די העכערע אינסטאנצן אז זיי זאלן זעהן אפצושטעלן דעם פראטעסט. אבער אן ערפאלג, די פאליציי האט נישט געזעהן פאר וויכטיג צו גיין אין די פוסטריט פון די וויטריאל פאליציי אגענטור, און נישט געהאלטן ביים דערשטיקן דעם קול מחאה און וויי געשריי אויף וואס אונזערע ברודער אין קרית יואל מאכן מיט.
ענדליך נאך שעות ארוכות אינטערווינען ביי די פאליציי אז זייער מנהיג איז אין א סכנה אויב מ'וועט אים נישט צושטעלן די נויטיגע שוץ, האט די פאליציי דפט. אפגעשלאסן הויז סט. פון די פארקער, און אויסגעשטעלט מחנות פאליציאנטן וואס זאלן היטן אויף די רואיגקייט און ארדענונג.
צו די באשטימטע צייט, ארום 9 אזייגער אווענט, האבן טויזענטער אנגעהויבן שטראמען אויפן ארט, דער פראטעסט האט זיך אנגעהויבן מיט קולות קעגן די מלכות הרשעה פון ר' אהרן טייטלבוים אין קרית יואל, דער קול מחאה איז געגאנגען העכער און העכער, און די אנוועזנדע אהרונים זענען געווארן ווילד און אנגעהויבן מיט זייער אלטע טאקטיק פון הייבן הענט, די פאליציי האט דאס אבער גלייך אפגעשטעלט.
אזוי איז דער פראטעסט אנגעגאנגען פרידליך ביז 11 אזייגער, דעמאלס האבן די אהרונים אנגעהויבן געפערליך שפרונגען, נעמליך ר' אהרן דארף ארויסקומען פון שטוב, און ער טאר בשו"א נישט זעהן די מאסן און הערן די קולות פון די מוחים. מ'האט ארויסגענומען פון בונקער די אור-אלטע שלעגער'ס, ובראשם יאסי בראך, דער נאנטער ידיד מיט ר' אהרן טייטלבוים, און זיי האבן זיך אנגעהויבן רייצן מיט די פאליציי אויף א שענדליכן אופן. זיי האבן אנגעהויבן שרייען און פארפירן אז זיי וואוינען אויף די גאס, און זייערע קינדער קענען נישט שלאפן, די פאליציי האט זיי אבער געלאכט אין פנים, זיך גענצליך נישט וואוסענדיג געמאכט אז דער בעבי ר' אהרן טייטלבוים קען נעבעך נישט שלאפן...
אויף דערויף האט די פאליציי אויפגעשטעלט ריזיגע לעקטער'ס, צו באלייכטן די גאס פאר די מוחים, זיי זאלן ווייטער קענען פראטעסטירן בדרכי נועם. די אהרונים, זעהנדיג אז די מערכה איז א פארלוירענער, האבן אריבערגעברענגט 4 פייער לעשער טראק'ס, און געפלאנט אז מ'וועט ארויסברענגן ר' אהרן פון שטוב און מ'וועט אנצינדן די סיערינעס פון די פייער טראק'ס, אזוי ארום וועט ר' אהרן גארנישט הערן וואס גייט דא פאר. אבער א טעלעפאן קאל פון ר' אהרן'ס שטוב פאר די שלעגער'ס אויף די גאס האט געמאלדן, אז עס קומט נישט אין באטראכט, מ'קען דעם רבי'ן נישט ארויסברענגן ער זאל זעהן וויפיל טויזענטער אידן זענען פארזאמעלט און פראטעסטירן אנטקעגן אים.
עס איז נאנט צו 12 אזייגער, און ר' אהרן זיצט נאך אלץ פארשפארט ביי זיך אין שטוב, (דאס האט פאר יעדן אויפגעברענגט די זיסע זכרונות ווען ר' אהרן איז שמיני עצרת געזיצן איינגעשפארט אויף באותו מקום, און געווארט אויפן באריכט אז זיינע חיות האבן געמאכט ראדני 'יודן-ריין' און מ'קען אריינקומען צו גשם...) דא האבן שוין די אהרונים ממש אנגעהויבן ווילדעווען און פארפירן, וואס זיי קענען גאר גוט, און זיך גענומען פראטעסטירן אנטקעגן די ... פאליציי, מיינענדיג אז דא אין קרית יואל, און די פאליציי איז זייער'ס, זיי האבן אנגעהויבן געשלעגן און געהאפט אז אזוי ארום וועט די פאליציי אפשטעלן דעם פראטעסט, אבער די פאליציי האט זיך ווינציג דערשראקן. האבן זיי אנגעהויבן ארום רופן די העכערע פענסטער אז מ'מוז טוהן אלעס אין די וועלט דער פראטעסט זאל זיך זאפארט אפשטעלן.
אפאר הויעכראנקיגע אפיצירן האבן זיך באוויזן אויף די צענע, די אהרונים האבן אנגעהויבן שרייען אז אויב גייען זיי נישט צושפרייטן דעם פראטעסט די מינוט גייען זיי אנזייען כאאס אין וויליאמסבורג. די פאליציי האט זיי געזאגט אז ביז 12 אזייגער האבן זיי אלע רעכטן צו פראטעסטירן, און אום 12 אזייגער וועלן זיי צושפרייטן דעם פראטעסט.
12 אזייגער האט די פאליציי צושפרייט די טויזענטער פארזאמעלטע, און א ריזיגע קבוצה אידן זענען נאך געליבן ווארטן אויפן ערשיינונג פונעם סבלן ר' אהרן, און מוחה געווען א העפטיגע מחאה בפניו, וואס האט זיי שיעור נישט געקאסט דאס לעבן...
די פארזאמלטע האבן זיך צושפרייט, און פון יעדען'ס מויל האט זיך ארויסגעריסן "יא! דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, דער זעלביגער וואס האט יארן געווארפן א פחד אויף די וועלט, טערארעזירט רבנים און יחידים, און ער איז געליבן דער זעלבער טעראריסט (דאס איז שוין ווען משה גבאי זיצט נישט ביים רעדל...) דארף היינט זיצן איינגעשפארט ביי זיך אין שטוב, און קען זיך נישט באווייזן דאס פנים אין גאס."
די נעכטיגע פראטעסט האט אויפגעברענגט זכרונות פון יענעם פראטעסט תשמ"ב, נעכטן איז געווען די צווייטע פראטעסט אין וויליאמסבורג קעגן א מנהיג, די ערשטער איז ר' בערעלע בעלזער און דער צווייטער איז ר' אהרון טייטעלבאם, צוויי שונאים פארן סאטמער'ן רבי'ן בעל ויואל משה זי"ע
(איך פארשטיי ס'האט דעמאלטס נישט געבאדערט פאר די בעלזערס און אויך יעצט נישט פאר די ארונים..)
ווי שוין פריער באריכטעט, איז דער סבלן אהיימגעפארן נעכטן אין די שפעטע נאכט שעות, אבל וחפוי ראש, נאך די שטורעמישע פראטעסטן אין וויליאמסבורג וועלכע האבן אים געהאלטן פארשפארט אין שטוב.
יעצט קומט א באריכט, אז בערך 2 אזייגער פארטאגס ווען דער סבלן איז אנגעקומען צו זיך אהיים, האבן אים אפגעווארט א שיינע צאל אינגעלייט, און מוחה געווען אויף דעם רשעות וואס ער זייעט אן אין שטעטל.
ציניקער זאגן, אז אויפן וועג אהיים האט ר' אהרן געהערט ליפא שמעלצער'ס נייע טעיפ, דעם ניגון "איך האב געכאפט", ביי די הויכע פאל האט זיך ר' אהרן צעוויינט און אנגעהויבן מיטזינגען אויף זיין אייגנארטיגע שטייגער; איך האב געכאפט אין קרית יואל, נאכאמאל געכאפט אין וויליאמסבורג וכו'...
סעננדר
על פי דרך הטבע זעט אויס אז די זאלונים גייען אונקומען דארט ווי סאטמאר תשמ"ב איז אנגעקומען היינט צוטאג
פילע פראקציעס וואס איש את רעהו חיים בלעו אין די אהרונים גייען אנקומען ווי בעלז תשמ"ב איז אנגעקומען היינט צוטאג אחדות מיט שטארקייט.
נעכטן ביים פראטעסט אינפראנט פון ר' אהרן'ס הויז, איז אונזער מישמאש בראווער ארומגעלאפן ווי א געביסענער שלאנג, מיט גרויסן בויך און שיפן היט, ער האט זיך געדרייט מיט א קעמרע, און יעדער וואס איז געשטאנען אין זיינע ד' אמות איז גלייך פאטאגראפירט געווארן.
דערנאך זעהנדיג אז דער פראטעסט קומט נישט צו קיין ענדע, איז ער אריבערגעלאפן קיין 550 בעדפארד, ער האט אנגעהויבן שרייען און שעלטן, אבער קיינער האט זיך נעבעך מיט אים נישט געקימערט.
מיט גרויס ווייטאג און צער מוזן מיר מעלדן, אז נעכטן איז בכלל נישט פארגעקומען קיין פראטעסט. נעמליך איינער האט א אנדערע סיבה פארוואס די אהרונים לייגן יעצט בילדער?....
עס כאפט א שוידער ווען מ'טראכט וואסא בעבי'ס זיי זענען, וואס למשל גייט יעצט געשעהן אז זיי גייען לייגן 25 בילדער, פון יעדע פון די 25 בחורים וואס האט זיך דארט באטייליגט, א עקסטערע בילד?! דער פראטעסט וועט פארגעסן ווערן? ר' אהרן וועט צוריק אריינגיין אין די גוטע גוסטע?
מוחים האלטן טאוולעך אנטקעגן די מלכות הרשעה אין קרית יואל
[בילד – נישט אפגעהיט]תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 22/06/2011 04:08:00
ארויפגעברענגט צו דעם היסטארישן טאג.
מ'האלט שוין א יאר שפעטער און זיי האבן נאכנישט געטראפן קיין איין קווינס בחור וואס איז דארט געווען. ווער געדענק ווי זיי האבן געסטראשעט מיט בילדער ווי צענדליגע קווינס בחורים באטייליגען זיך?
פינקט א יאר צוריק, זכור אשר עשה לך ארונים! לא תשכח!
דער רויטע קאפוי וויטריאל שעפט נחת, עס איז צום האפן ער וועט טייער באצאלן דערפאר.