היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברעיקינג: אהרונישע פערמיט אויף ביהמ"ד החדש פיינעל ריוואקד!!!

ברעיקינג: אהרונישע פערמיט אויף ביהמ"ד החדש פיינעל ריוואקד!!!

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2796827

באלאנד » 9/6/2010 01:46

חסדי ה' כי לא תמנו, אין די מינוטן קומט די פרייעדיגע בשורה אז די חיי שעה'דיגע פערמיט, וואס האט געהאלטן די אהרונים ביים אטעם די לעצטע פאר וואכן, איז היינט פיינעלי ריוואקד געווארן דורך די דעפארטמענט אוו בילדינג'ס פון ניו יארק סיטי.
 
אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר געבן אפ שבח והודי' פאר הקב"ה אז עס איז נישט געלונגען פאר די רשעים זייער בייזוויליגע אקט, ולא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.

יואלי808 » 9/6/2010 01:51

פאפירען ביטע

לא_לנו » 9/6/2010 01:52

פופציג טויזנט אידן - לויט די פאליצייאישע שאצונג - זענען געווען פאריגע וואך מאנטאג ביים פראטעסט אין מאנהעטן.

דער ביהמ"ד איז פאר זיי סייווי קליין און אויסגעוואקסן האט מען דאס אפגעלאזט.

דיןתורה » 9/6/2010 01:54

סוי וואס גייט יעצט זיין
גייט צד מהרז''ל דארט קענען בויען?

יואלי808 » 9/6/2010 03:21

דאס איז א אלטע צעטל--- איז שוין דא א נייע?
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי יואלי808 ב- 09/06/2010 03:23:20

לאפלאש » 9/6/2010 19:33

דערווייל איז דאס נאר געווען א הוראה בע"פ, א צעטיל וועט נאכפאלגן.
 
אהרונים; המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי הויז סטריט וצאנז קארט...

ביתהחיים » 9/6/2010 19:48

לאפלאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דערווייל איז דאס נאר געווען א הוראה בע"פ, א צעטיל וועט נאכפאלגן.
 
אהרונים; המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי הויז סטריט וצאנז קארט...

ווען? די זעלבע טאג ווען ענק גייען געווינען די בית החיים אדער א טאג נאכדעם...ווייל ביז דערווייל איז עס נאך נישט רעוואקט..

http://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/LicenseQueryServlet?allisn=0000034071&licno=0601046&licensetype=GC&requestid=3

יואלי808 » 9/6/2010 19:56

אנטשילדיגט בית החיים , אבער איך זעה גארנישט אויף דעם דאקומענט איבער דעם ביהמ"ד החדש, נאר אז קהל יטב לב איז אויף 163 ראדני, ----- איך זאג נישט אז די ביסט נישט גערעכט, אפשר ביסטו מיר מסביר וואס איך דארף דא זעהן

גערעכטער1 » 9/6/2010 20:20

א פראגע: גייען די זאליס דאס צוריק באקומען? וועלן זיי יא קענען בויען?, קענען זיי דארט ווייטער מאכן די סוכה?, גייט מען נאר ריוואקן די MAY פערמיט פאר יצחק ראזענבערג אדער אויך דעם APRIL פערמיט פאר די זאליס?, פארוואס וואונטשט לאפלאש נאר פאר די אהרונים המקום ינחם אתכם? וואס איז מיט די זאליס? זיי דארפן נישט קיין נחמה? ווי וועלן זיי זיין סוכות? ווי גייט זיין דער נעילת החג צערעמאניע? האט דער לאפלאש בעסער ליב די אהרונים ווי די זאלונים? אז ער וואונטשט נאר זיי א נחמה,

הוא מותיב לה והוא מפרק לה, זעט אויס אז פאר די אהרונים וועט העלפן א נחמה, זיי האבן דאס שוין נישט א 10 יאר, זיי האבן דארט קיינמאל נישט געפירט, זיי האבן זיך נישט איינגערעדט אז זיי האבן דאס און מען האט זיי יעצט גארנישט צו גענוצען, במילא, א נחמה וועט זיי העלפן, אבער די זאליס, וואס האבן זיך איינגערעדט אז דאס איז זייערס, זיי האבן דארט געפירט זייער נח''ש צערעמאניעס, זיי האט מען דאס צוגענומען פון אינטער די הענט, זיי איז א נחמה, בלויז א נחמה פורתא, זיי דארפן אסאך מער ווי נחמה, זיי העלפט דאס נישט, און זעט אויס אז לאפלאש איז ריאליסטיק. 

YESWECAN3 » 9/6/2010 20:42

דזשאסט פאר די רעקארד! וואס גייט זיין קודם, כ''ק אדמר מסאטמר שליט''א אין בית המדרש החדש אויף סכות? אדער ר' אהרן צינדען חנוכה לעכט אין די רעבעצענס הויז...

בראווער1 » 9/6/2010 20:49

אה דער חכם איז דא צוריק מיט זיין יעסוויקען ניק!

NOYOUCANT » 10/6/2010 01:26

קוק אריין אין די איד.

הגזל האט געפירט נעילת החג טיש אין די ראס שוהל.
דו קריגסט זיך מיט א בפירושע איד?
שעם אן יו!

שארטקאט » 10/6/2010 01:33

צו ער האט געפירט נעילות החג דארט צו נישט, דער נעילת השול וואס דיין רבי האט געפירט האט געהאט זייער א שיינער אפקלאנג און עס וועט נאך קלינגען פאר א שטיק צייט,

און איך האב פאר דיר נייעס דער הגזל וועט נאך פראווען שיינע טישן אין דעם שול, ווייל דער ראט וועט זיך נאך באצאלן 25 טויזענט דאלאר חודש'לעך פאר פישמן ער זאל אים לאזן אין זיין פארקינג לאט, וויינען שמחת תורה פאר די זעקסטע הקפה אויף תיקון יסוד,



באלאנד » 25/1/2011 18:27

היינט איז פארגעקומען א הירינג ביי די BSA, וואו די אהרונים האבן אפיעלט דעם דיזישען פון די בילדונג דעפארטמענט אז זייער פערמיט איז ריוואקד.
 
צום ערשט האט אויפגעטרעטן זייער לויער קרעוועט. ער האט געטענהט אז דער שול באלאנגט פאר די אהרונים ווייל אין 98' האט דער "פרעזידענט" בערל פריעדמאן גענומען א פערמיט, און ער איז דער אויסשליסליכער בעל הבית.
 
דערנאך האט דער שר המוסרים והנואפים ארי' לייב גלאנץ אויפגעטרעטן, ער האט אנגעהייבן וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז דא שטייען טויזענטער אידן וואס האבן נישט קיין דאך איבער זייער קאפ, זיי דאווענען אין א געוויסן צוועלעף טאג'עדיגע שול וואס דער ליעס איז שוין אפגעלאפן פאריאר, נאר זיי האבן דאס אויסגעבעטן אויף נאך א יאר. די זאליס ווידעראום האבן ראדני, און זיי נוצן דעם שול נאר פאר אראנדזשעס ערב פסח און פאר נעילת החג. אזוי אויך האט ער געוויינט ער איז אמאל געווען דער עקזעקטיוו אין יו.טי.עי. און ער ווייסט דעם רצון פון ר' לייבוש לעפקאוויטש אז דער שול זאל זיין ביי די אהרונים.
 
די קאמיטע האט אים איבערגעהאקט אינמיטן זיין רעדע און צוריקגעשיקט צו זיין פלאץ וויינען אויף זיינע חטאת נעורים.
 
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נייער "גרויסער" קאפ ביי די אהרונים, ברוך מרדכי גאלדבערגער. מיט גרויס פראפעשענעליזים האט ער אנגעהויבן מסביר זיין אז דער קאמיטע זאל נוצן די מעשה פון שלמה המלך ווען ער האט געפסקט צווישן די צוויי פרויען וואס האבן זיך געשלאגן אויף א קינד. ער האט נאכגעזאגט סטעימענטס וואס יאנקל כהנא האט געזאגט אין מקוה אז די זאליס דארפן נישט דעם נייעם שול.
 
א קורצע רעדע האט געגעבן דער לויער פון די בילדונג דפט. אז די ווערטער פון די אהרונים איז גארנישט משנה, מ'האט שוין די אלע טענות ומענות געהערט.
 
דערנאך האט אויפגעטרעטן אונזער לויער, פאועל רובין. קודם כל האט ער געשטעלט א געוואלדיגע פראגע, אויב איז, ווי ארי' לייב גלאנץ האט געזאגט, ר' לייבוש לעפקאוויטש געווען פרעזידענט אין 1998 וואו קומט די אויטאריעט צו בערל פריעדמאן צו נעמען פערמיטן?! דערנאך האט ער אפגעווארפן די אלע היציגע טענה'רייען פון דעם אהרונישן לויער, זאגענדיג אז מיר האבן גענוצט דעם שטח במשך די אלע יארן און גענומען פערמיטן פאר די שמחות בבית רבינו, די נעילת החג טישן און דינערס פאר די מוסדות. ער האט געטענהט אז די אהרונים האבן שוין במשך די יארן פרובירט צענדליגער מאל צו באקומען בעלות, איבערהויפט אויף דעם נייעם שול, אבער דער קאורט האט זיי אפגעווארפן, דעריבער איז נישט דא קיין סיבה פארוואס מ'זאל זיי געבן דעם פערמיט.
 
די קאמיטע האט געגעבן צייט פאר ביידע צדדים אריינצוגעבן פאפירן און ביז בערך פיר וואכן וועט זיין א דיזישען.
 
ובשם השם נעשה ונצליח!

תוקן על ידי באלאנד ב- 25/01/2011 18:42:48

מלך_מלכים » 25/1/2011 18:30

די ארונים האבן עס שוין פון פאראיאר, וואס פארדרייסטו א קאפ דא מיט א הירינג?

_________________

theחדשות » 25/1/2011 21:23

איך גלייב  נישט. ענק איז נישט ביי ענק? ענק האבן נישט ראסס? וואס איז געשעהן? ווען האט מען עס ענק צוגענומען? אין די איד איז דאך געשטאנען אז ענק האבן דאך יא געהאט דאס נעילת החג טיש אין ראסס.

וואס איך פארשטיי פון דיינע ווערטער איז אזוי:

ענק זענען מואס אינדער ערד, אין די שופט האט ענק געגעבן אפאר וואכן צו ענטפערן פארוואס עס זאל נישט גיין צו אונז. צוריקצוגיין צו ענק איז בכלל קיין רעדע היינט נישט געווען. או טוט דאס וויי. פאלאקס לאט, די הייליגע סעפטיק טאנק, דאס קרעטמשע, ראס שוהל. האסט אמאל געזעהן ווי אזוי מ'שנייד א סאלאמי???? סלייס ביי סלייס. דאס איינציגסטע פעסטונג וואס ענק האבן פולע בעלות (פולע, נישט חיים יהושע, אדער מאנטריאל וואס מ'מאכט נישט מי שברך אדער מי שפרע פאר ביידע) גליטשט זיך ארויס פון אונטער ענקער הענט.

קראך

סטראבערי » 25/1/2011 21:24

מלך האסט פארגעסן די 3 פינטלעך . . .

וויאזוי קען ב. מ. די מעשה פון שלמה המלך? פון אלס קינד?

_________________


ביידען » 25/1/2011 22:54

נעבעך נאך א חיי שעה פיל פאר די ארונים, חדשות מיט יאנקעלע פייערן זיג אז מען האט אפעלירט די באשלוס פון די בילדונג דעפארטמענט,


תוקן על ידי ביידען ב- 25/01/2011 23:10:12

כדרכו » 25/1/2011 23:22

מען בעט יצחק'ן זאל אנכאפען זיין פערמיט פון 1998 מיט ביידע הענט אזוי שטארק ווי ער קען נאר, ער וועט עס נאך אסאך דארפן זיך צי טרייסטען דערמיט,
 ווען ער האט געגנב'ט מיליאנען פון די ציבורישע געלטער פונעם נייעם ביהמ"ד האט ער וויסטען חלום נישט געדמיונט אז ער וועט דארפען וויינען ביים בילדינג דעפארטמענט פאר א פערמיט  

theחדשות » 25/1/2011 23:36

איך פארשטיי נישט פארוואס ענק זענען נעבעך אזוי צושאסן? ענק האבן דאך "אלעס" פון איין ענק וועלט ביז צום צווייטן. אפילו יעקב בער אליינס האבן ענק, סאו פארוואס זענען ענק אזוי צושאסן? שיסן פייער און וואסער אין אלע ריכטונגען.

יצחק ראזענבערג דארף זיך נישט טרייסטן. אים גייט אסאך בעסער ווי געראכטן. פאר צוויי יאר צוריק ווען איך שרייב ווען אז אונז גייען באקומען די בית החיים, פארשפארן דאס קרעטשמע, ארויסנעמען מיט אכזריות דאס הייליגע סעפטיק טאנק, ענק ארויסטראגן מיט בזיונות פון ראס שוהל, ענק זאלן ציטערן וועלכע איז נעקסט וועלכע גייט ווערן פארמאכט, קעמפן מיט ציין און נעגל צו בלייבן מיט סאוט 8, ווערן ארויסגעשליידערט פון געריכט אין ב"פ, געצווינגען צו גיין צו דין תורה אין ארץ ישראל, הגז"ל זאל נישט קענען פארן קיין אר"י אלס פחד פון די רבנים דארט, א בריוו פון אלע גדולים אין אר"י אנקעגן ענק מיט די שארפסטע לשונות, די גויאישע מידיא זאל איינזעהן דאס אמת און שרייבן אן ארטיקל ווי עס דארף צו זיין, צוויי ארטאדאקסישע פרעמדע צייטונגען זאלן אויסלאכן ענקער דרוק און באשרייבן עטליכע מאהל אן הערליכן ארטיקל איבער די בית השחיטה און רבינו שליט"א, משה גבאי זאל זיך דארפן אראפלאזן אין האבן אן אינטערוואו מיט א צייטונג וועלכע האט זיך פארמאכט 3 וואכן שפעטער, די טעקסעס שחיטה זאל זיך אזוי גוט אויסארבעטן, די בית השחיטה  וואקסט אין די מאסן, פרעמדע ווי אייגענע צוגלייך וועלכע האבן קיינמאל נישט געגעסן בהמה פלייש זאלן זיך מתיר נדר זיין און אנהייבן צו עסן בהמה פלייש, ענק זאלן פראבירן צוויי מאהל מיט ענקערע השגחה און ביידע מאהל קראכן (וויין און מילך), ועוד ועוד ועוד. וואלסטו מיר אראפגעווארפן פונעם פורום פארן שרייבן שטותים און לאקשן.

הדא דכתיב "פלאצן זאלן ענק" ויצאו עיניכם

סענעטאר » 26/1/2011 02:02

ווען איך זאל ווען זאגן פאר איינעם מיט צען יאר צוריק אז ר' אהרן טייטלבוים גייט נישט האבן קיין דריסת הרגל אין ראדני, נישט וואוינען אין 550 בעדפארד עוו., נישט האבן קיין דריסת הרגל אין סאטמארע מוסדות אין בתי מדרשים אין ירושלים, מאנסי, לאנדאן, מאנטריאל, נישט זיין דער נשיא המוסדות אין וויליאמסבורג, נישט האבן א אייגענע שול אין וויליאמסבורג, דארפן קעמפן מיט ציין און נעגל ביי דין תורה אויף סאטמאר בארא פארק און בני ברק, דארפן פארן ארום די גאנצע וועלט ערב ובוקר וצהרים ווייל ער וועט זיין דעפרעסט מחוסר המלוכה אשר בידו, זיך שלאגן אויף סידור קידושין אין זיין אייגענע שטאט, נישט האבן א בית כסא אויף מזרח וואנט אין קרית יואל ביהמ"ד, דארפן לויפן צום קלוזענבורגער און וועלן שלום מאכן מיטן בעלזער פאר אביסל אטענטשאן, זיך דארפן אראפלאזן אויפן לעוול פון א משב"ק און זיך באשרייבן אין די צייטונגן למען ידעו תקפו וגבורתו, נישט האבן קיין סטאבילער וואוינונג נאר ארום קלעטערן צווישן וויליאמסבורג און מאנרא פאר קוויטלעך, און נאך. וואלסטו מיר אנגעהאקט אינמיטן די גאס און ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות פארן "רעדן אויפן רבין".
 
הדא הוא דכתיב: פלניא גזלנא...

_________________

ספרינטער » 26/1/2011 02:05

ווען וועט ענקער עם הארץ קענען שפילען א שוי אין איינע פון די מיליאנען בילדינגס וואס עטץ האט אינז ארויסגעווארפן? איז דאס געווען די פלאן אלעף שעמאס ווען נפתלי משה ווייס אין שמואל ווידער האבן אויסגעליידיגט ענקערע קעשענעס?

theחדשות » 26/1/2011 05:15

סענעטאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען איך זאל ווען זאגן פאר איינעם מיט צען יאר צוריק אז ר' אהרן טייטלבוים גייט נישט האבן קיין דריסת הרגל אין ראדני, נישט וואוינען אין 550 בעדפארד עוו., נישט האבן קיין דריסת הרגל אין סאטמארע מוסדות אין בתי מדרשים אין ירושלים, מאנסי, לאנדאן, מאנטריאל, נישט זיין דער נשיא המוסדות אין וויליאמסבורג, נישט האבן א אייגענע שול אין וויליאמסבורג, דארפן קעמפן מיט ציין און נעגל ביי דין תורה אויף סאטמאר בארא פארק און בני ברק, דארפן פארן ארום די גאנצע וועלט ערב ובוקר וצהרים ווייל ער וועט זיין דעפרעסט מחוסר המלוכה אשר בידו, זיך שלאגן אויף סידור קידושין אין זיין אייגענע שטאט, נישט האבן א בית כסא אויף מזרח וואנט אין קרית יואל ביהמ"ד, דארפן לויפן צום קלוזענבורגער און וועלן שלום מאכן מיטן בעלזער פאר אביסל אטענטשאן, זיך דארפן אראפלאזן אויפן לעוול פון א משב"ק און זיך באשרייבן אין די צייטונגן למען ידעו תקפו וגבורתו, נישט האבן קיין סטאבילער וואוינונג נאר ארום קלעטערן צווישן וויליאמסבורג און מאנרא פאר קוויטלעך, און נאך. וואלסטו מיר אנגעהאקט אינמיטן די גאס און ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות פארן "רעדן אויפן רבין".
 
הדא הוא דכתיב: פלניא גזלנא...

_________________



בחור'ל טייערע, פאר 10 יאר צוריק ביסטו נאך געווען מן הסתם אין די ווינדלן. דו האסט נישט קיין איינונג וואס דו רעדסט בחייכון וביומייכון. פאר 10 צוריק (תשס"א) געווען זיכער אז מיר האבן אלעס פארלוירן, אונזער גרעסטע שוהל איז געווען 141 ראסס.

עס האט אויסגעזעהן פארלוירן אינגאנצן און פאר ענק (סארי, פאר דיינע עלטערן) געווינען אינגאצן.

תשס"א האבן די ארונים שיעור פארלוירן די וואלן אין קרית יואל מיט מענדל שווימער.
תשס"א איז מענדעל שווימער און חיים דוד כ"ץ געפירט בארא פארק ביי די נאז מיט די גבאים פרשה
תשס"א האבן די ארונים גארנישט געהאט אין וויליאמסבורג, יוסל פראממער הי"ד איז געפלויגן און מ'האט גארנישט געקענט טוהן דערצי (פרעג פאר דיין טאטע ווער יוסל פראממער איז געווען). נישט קיין ביהמ"ד נישט קיין מוסדות. ניקס
תשס"א האבן די ארונים ניטאמאל געטראכט פון עפענען א שוהל אין מאנסי מיט אזא גאון ווי הרב וואזנער שליט"א (יעצט הייבן אן האקן קעגן אים און אנטקעגן זיין זיידע)
תשס"א האבן די ארונים געציטערט פון מעכל שלעזינגער אין בני ברק. געטאנצן לויט זיינע משוגעת'ן
תשס"א האבן די ארונים געווען זיכער אז אין ירושלים ווי הגז"ל אז געווען רב האבן מיר קוים צוויי אינגעלעך, זיכער נישט איבער 150 אינגעלייט און בעה"ב
תשס"א האבן די ארונים און בפרט הגה"צ אב"ד וומ"ס שליט"א געכאפט מכות אין אנטווערפן
תשס"א איז רבינו הקדוש בעל ברך משה געקומען קיין לאנדאן (איך האב נישט קיין טענות אז דו געדענקסט נישט) און די ארונים זענען געווען זיכער אז דאס האבן מיר אויך נישט.

נישטדא וואס צו רעדן, אז דער משתב"ק האט זיך געהאט צוגעגרייט אפאר יאר פאר אונז, ער האט צוגעגרייט די פאליציי, ער האט צוגעגרייט זיינע שלעגער'ס, ער האט צוגעגרייט די מידיא, ער האט צוגעגרייט ביתו נאוה קודש פון רבינו בעל ברך משה, כורת ברית געווען מיט די גרעסטע שונאים פונע'ם רבי'ן. אלעס האט געשטימט מיט די פלאן, גארנישט איז נישט געווען אומקלאר.

איך געדענק יענע פסח אינדערפרי ווען ליפא האט זיך דאס ערשטע מאהל צולאזט אין געשריגן מתתי דייטש ימ"ש. בין איך אהיימגעקומען אינגאנצן דערשראקן און פארלוירן, וואס וועט דא זיין מיט סאטמאר?? ביי די סעודה בין איך אריבער צו מיין טאטע, האט ער מיר געזאגט אונז גייען מאפן גייען פלעטבוש אדער לעיקוואד, דארט וועט אפשר ר' אהרן (אזוי האט מען אים נאך דעמאלס גערופן) האבן א מנין  און א שוהל.

ווי וואלט איך געגלייבט אז אזוי גייען מיר אויסזעהן אין וויליאמסבורג: א מוסד פון עטליכע טויזענטע קינדער. גרעסער אינעם איכות ווי אין די כמות. די מענהעטן סטייל קינדער איז נישט דא אין מיינע מוסדות און איך בין שטאלץ מיט דעם. א הערליכע היכל תורה פיל מיט לערנערס פון אלע שיכטן אין אלע קרייזן. עטליכע בתי מדרשים אין די גאנצע שטאט. א שוהל פאר אויסגע'ארבעטע אינגעלייט, 12 מורה הוראה וועלכע זענען ארויפגעקוקט אין די גאנצע שטאט (חוץ ביי ענק פארשטייט זיך)
א התאחדות אברכים מיט אלע מיני שיעורים, א רב וואס פאדערט און טוט אסאך אויף, א מקווה טהרה וואס וואלט שוין געדארפט זיין פערטיג ווען נישט ענקער מסירה. גמחי"ם, ועוד ועוד

און אזוי אויך אין יעדע שטאט. בתי מדרשים היכלי תורה ועבודה, שיעורים, און מורה הוראה ישיבות אין מוסדות.

ווען די רבי האט גערעדט דאס ערשטע מאהל אין סאוט פאלעסבורגע ישיבה אין תשס"ב, דאן האבן מיר זיך געכאפט, אז די וועלט קען מען נישט נער'ן. זיי ווייסן ווער דער אמת'ע תלמיד חכם איז און ווער דער ליידיגייער איז. זיי ווייזן ווער עס פארטרעט זיין טאטע'ן און ווער פארטרעט זיין טאטע'נס שונאים.

משה גבאי האט זיך פארעכנט מיט איין זאך, דער עולם. דער עולם האט נישט אפגעקויפט זיינע לאקשאן. 99 פראצענט געטרייע חסידים פונעם ברך משה וועלכע האבן געשוויצט פאר אים, גענומען פיילן פאר אים, זיי זענען כמעט אלע ביי אונז. דאס האט משה זיך פארעכנט. ער האט געמיינט אז סאטמאר איז אזוי ווי אמאל, די רבי'נס מענטשן האבן גע'הרג'ט רויזעלע, דאס איינציגסטע איבערגעבליבענע טאכטער פונעם הייליגן רבי'ן, און דער גאנצע עולם איז געבליבן שטיל. מ'האט געפייניגט אין גע'רודפ'ט דעם רבי'נס בליבטע נעפיו אז ער האט געדארפט מאפן קיין בארא פארק, און יעדער איז געבליבן שטיל. ער האט נישט פארשטאנען אז די צייטן האבן זיך געטוישט. סאטמאר איז נישט וויזניץ. די רבי קען נישט אין זיינע עלטערע און שוואכע יארן טוישן זיין מיינוג פון ווען מיין רבי איז געבוירן (א ערך פון 51 יאר געווען דאן). אונז האבן זייער גוט געוואוסט וואס דער רבי האט אלע יארן געוואלט, און מיר זענען געבליבן מיט די מיינונג.

טראכט גוט אריין און וואס איך האב געשריבן. און איך בעהט אז נאר דער וואס איז געווען העכער די 20 תשנ"ט, נאר ער זאל ענטפערן. די אנדערע בחור'לעך איז נישט אינטערעסאנט

סענעטאר » 26/1/2011 05:38

סארי שעפעלע, איך האב געמיינט צוועלעף יאר צוריק. וטעות לעולם חוזר.

_________________

theחדשות » 26/1/2011 05:59

פאר 12יאר צוריק איז מען נאך געווען אין אסאך אן ערגערן מצב ווי אין ס"א. ניטאמאל דער בלאט האט דאן עקזעסטירט. דאס צימישעניש אין געווען גרעסער ווי דו וואלסט ווען אריין אין א וואש מאשין. קיינער האט נישט געוואוסט וואס עס טוט זיך מיט אים.

און אויב דו ווילסט ענטפערן, ענטפער נאר אויף וואס איך האב געשריבן, און צו די זאך ביטע

סענעטאר » 26/1/2011 07:38

יפה דברת! פאר צוועלעף יאר צוריק איז נאכנישט געווען קיין בלאט, די אהרונים זענען נאך געווען אזוי צעמישט, דא האבן זיי געמיינט אז דער דזשיגאן עם הארץ גייט ווערן דער רב דקהלות הקדושות בכל אתר ואתר, דא האבן זיי זיך איינגערעדט אז ר' זלמן לייב פליט צוריק קיין ירושלים קומענדיגן מיטוואך. אבל, כשנכנס הבלאט להיכל, איז מען געוואויר געווארן אז ר' אהרן איז טאקע יא דער רב הצעיר באתרא הדין ובכל אתר ואתר, ר' זלמן לייב איז שוין לאנג צוריק אין ירושלים, און ר' אהרן דאווענט טאקע יעדע וואך אין ראדני און וואוינט אויף 550 בעדפארד עוו.

_________________

ספרינטער » 26/1/2011 15:46

סענעטאר ווי קענסטו פארגעסן ווי די גאנצע וועלט האט אמאל געציטערט פון דעם עם הארץ'ס פיסק? יעדער וואס האט געהאט אדער געטראכט אנדערש ווי אים איז באפאלן געווארן מיט מכות אכזריות דורך דעם דזשיגאן עם הארץ אליין, היינט אבער לאכט מען פון אים אין פני ער קען וויינען אז מען האט אים אוועקגענומען די סידור קידושין אויטאריטעט אין זיין אייגענע שטעטל וואס דארט האט זיך שוין ביי די לעצטערע וואלן ארויסגעשטעלט אז ער ציהט קוים ניטאמאל אן דארט האלב, די איינציגסטע זאך וואס פאלגן אים נאך זענען די מיטעלמאנס און הרב הצדיק משה פאלקאוויטש...

מלך_מלכים » 26/1/2011 16:14

חדשות, איך פארשטיי נישט דעם וואלקענאוי אויסבראך, כהאב שוין געשריבן אז ענק האבן עס שוין לאנג, פארוואס ביסטו נישט ציפרידן?  רבותי מיר זענען טיף אים דער ערד, די ארונים האבן דעם בית המדרש, א בראך אויף קלומבוס

סעלפאן » 1/3/2011 19:40

Any update?

חזקה » 1/3/2011 20:41

סעלפאן, פארוואס פרעגסטו צו עס איז דא עפעס אפדעיטס, ס'האט געדארפט זיין עפעס נייעס היינט?

_________________

סעלפאן » 1/3/2011 21:11

SatmarLive: Zalis will give in papers 2/8 and we 2/22 and 3/1 will be decision Iy"h! Keep on Davening for Hatzlucha of Kehilusainy Hakdosha.






תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 02/03/2011 00:38:14

ספרינטער » 2/3/2011 00:24

ווייל ער האט אזוי געזאגט?

סעלפאן » 6/3/2011 07:23

איינער ווייסט וואס עס איז געבליבן?