דער בארימטער מנהל רוחני פון די סאטמארער ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג הגאון רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א האט היינט נאכמיטאג געהאלטן א דרשה פאר די העכער 700 בחורי חמד בלעיה"ר ביי וועלכן ער האט דערקלערט אז די בחורים זענען נישט די ארמיי, און זייער פליכט איז בלויז צו זיצן און לערנען.
דער חשובער מנהל האט לאר און דייטליך געווארענט די בחורים קעגן זיך באטייליגן אין די געפלאנטע פראטעסט היינט נאכט אין וויליאמסבורג קעגן דעם ראש ממשלת האהרונים אין מאנראו.