היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וויליאמסבורג וועט שטורעמען היינט דינסטאג ביינאכט אויף הויז ס...

וויליאמסבורג וועט שטורעמען היינט דינסטאג ביינאכט אויף הויז ס...

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2796792
בלאט: 1 2

לא_לנו » 8/6/2010 23:13

וויליאמסבורג וועט שטורעמען היינט דינסטאג ביינאכט אויף הויז סטריט!

וואלןסח » 9/6/2010 00:23

עס איז פאר קיינעם נישט קיין סוד אז די בני יואל שטעלן זיך אהער מיט א פנים ווי נרדפים, זיי זענען נעבעך 10 יאר גערודפט געווארן על לא עול בכפם, פשוט ווייל זיי האבן געהאט מחשבות זרות, מען האט זיך אויפגעפירט מיט זיי ממש ווי אין רוסלאנד, ווער ס'איז נישט געגאנגען אין שפאן האט מען אפגערוימט פון וועג.

דאס איז אלעס וואס זיי קענען פארקויפן פאר אידן ביז 30 35 יאר, וואס זענען פאר צוואנציג יאר צוריק געווען אונטער די בר מצוה, ווייל דער מציאות איז געווען גאר אנדערש.

עס וואלט זיך באמת געפאדערט צו ווידמען א קאפיטל פון זייער טעראר בחיי רבינו יואל - ווייל ווען מען כאפט א בליק ווער עס זענען די ראשי (בעלי בתים) דארט, באגעגנט מען זיך גלייך מיט באקאנטע נעמען וואס זענען אמאל געווען די מושלים בכיפה, און פאר זייער ווארט האט יעדער געציטערט, און ביז דער ברך משה האט זיי נישט פארסטעמפלט אלס אינשי דלא מעלי (א טיטל וואס האט יעדער האט געטראכט אבער מורא געהאט ארויסצוברענגן אויף די ליפן) האבן זיי געטון אלעס כטוב בעיניהם - אבער למעשה די צייט ערלויבט נישט פאר קיין אריכות, וועט מען דאס דארפן איבערלאזן פאר אנדערע.

אבער וואס עס פאדערט זיך יא אויפצווויקלען עטליכע נקודות וואס האבן זיך אפגעשפילט אין די יארן צווישן תש"מ-תשמ"ט, די טעראר וואס די חברה האבן אויסגעטיילט פאר אלע וואס האבן נישט געקרוינט די רעבעצין אלס ממלא מקום, ובעיקר די טעראר וואס זיי האבן אפגעטון פאר רבינו שליט"א.

(איך דערמאן נאר עטליכע נקודות, און ווער עס האט צייט זאל עס ביטע אויסברייטערן)

אט די זעלבע א. ג. נרדפים:

* אונטערגעלייגט א לעכט ביי א אויפגעריסענע געז פייפ בבית רבינו שליט"א אין די נאכט פון א חתונה פון א קינד

* האבן געסטראשעט רבינו שליט"א בהוצאת שם רע על א' מבנותיו (באטאנענדיג אז זיי ווילן זיכער מאכן אז ס'וועט זיין אמת...)

* האבן כמ"פ ארגענעזירט - אין יענע ערשטע יארן - פראטעסטן קעגן די הויז פון רבינו שליט"א.

* האבן מיט פאליציי ארומגערינגלט בית רבינו הברך משה פרייטאג נאכמיטאג סטראשענדיג מיט ארעסט (ביי די טעוועלע פרשה)

ועוד ועוד

יעצט, ווען ס'איז געווען נתמלא סאסתם, און ס'איז נישט געווען מער אויסצוהאלטן פון זייער טעראר אין שטעטל, האט זיך אנגעהויבן א קאנטער אטאקע, און ווי פארשטענדליך אז זיי זענען געווען דאן גאר א מתי מספר, האט מען זיי אונטערגעדרוקט.

דאס אלעס האט זיך געצויגן ביז תשנ"ה תשנ"ו, וואס דאן איז פארהעלטנמעסיג געווארן שטיל, זה פונה לכרמו וזה לזיתו והכל על מקומו יבא בשלום.

למעשה האבן זיי זיך ווי באקאנט שנת תשס"ד זיך דערוועקט אז מען קען ווייטער מאכן צרות, און צוריק אריינגעשלעפט א איינגעשלאפענע קעיס פון די רעבעצין הויז אין קארט, וחסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, זיי האבן זיך געטראפן אן א דאך איבערן קאפ.

יעצט איז אזוי, אין די לעצטע האלבע יאר האבן די חברה צוריק אויפגעוועקט זייער שלעכטיקייט וואס זיי האבן נאך במקורם אין די בלוט פון זייערע עלטערן, און האבן זיך ווידער גענומען טעראריזירן דעם ציבור, והאחרון הכביד, די פארגאנגענע וואך זונטאג ווען זיי האבן איבערגעדרייט די שטאט, ווי צווילדעוועטע שווארצע.

ולא תימא אז מיר גייט אן דעם פראטעסט נעבן די גאס ווי רבינו שליט"א וואוינט, וואס האט געברענגט אז ער האט געדארפט אנטלויפן אזש ביז אריזאנא, ווייל אויב פאר רבינו שליט"א איז דאס נישט אנגעגאנגען גייט דאס מיר אויך נישט אן, דער רבי איז אימיונט צו די זאכן, זיין טאטע דער ברך משה האט שוין מעיד געווען אויף אים ברבים ביי א דרשה, "איך האב איינמאל געזען מיין זון וויינען אין די יארן וואס מען רודפ'ט אים, ווען מען האט אים פארברענט זיינע חידושי תורה", און באמת קען דאס יעדער מעיד זיין, אז במשך די יארן האט מען ביי איין זאך אים געקענט מצער זיין, ווען מען האט (פרובירט) מנתק געווען דעם קשר צווישן אים און זיין טאטן, חוץ דעם האבן די אנדערע זאכן אים נישט אינטערעסירט קיין כי הוא זה. דאס זענען מעיד אלע מקורבים

און כל מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אויך, אז ניטאמאל פאר די וועלט איז עס א בזיון, ווייל ממנ"פ, ווער עס איז אים מעריץ, גייט אים נישט אויפהערן מעריץ צו זיין וועגן א פאר אפגעריסענע מוסרים האבן באשלאסן צו פראטעסטירן (פארוואס מען צווינגט זיי צו גיין צו דין תורה) און ווער עס איז אים נישט מעריץ, האט זיך דאך ווייטער נישט געטוישט.

ממילא א שאדן פון דעם פראטעסט האבן זיך די בני יואל געברענגט נאר פאר זיך אליין, אז אויב איינער האט געקלערט אז נאך אזויפיל יאר איז שוין דא ביי זיי אביסל צוויליזאציע, ווערט ער געוואר אז נישט, וברם זכור "אותו האיש" וואס מאכט זיכער אז טאקע ווי א איד אין די וועלט זאל קענען זען וואסערע משוגעים זיי זענען, מיטן פארשפרייטן די ווידיאס.

אלזא, צוריק צום ענין, אויף היינט האבן די אינשי דלא מעלי פאררופן א פראטעסט ביים רבינ'ס הויז (אנטשולדיגט בונקער) אין וויליאמסבורג, ווילן מיר מודיע זיין פאר די חברה, עס איז דא א גלעזל, אויב ווארט עטץ ס'זאל זיך אנפילן, זאלט עטץ וויסן אז ס'וועט נישט טויגן, דעמאלט וועט מען שרייען הלמאי מען טעראריזירט!, אבער ראו הזהרנוכם, אויב וועט עטץ נישט באצייטנס אויפהערן, איז דא גענוג וועגן אויף צוריק, ס'איז א טו וועי סטריט.



תוקן על ידי וואלןסח ב- 09/06/2010 00:28:11

דיןתורה » 9/6/2010 00:34

איך האלט פאר צד מהר''א איז די בעסטע זיי זאלען  עס גענצליך איגנארירן
אין אזא פאל ווען די שרייער האבען די זעלבע פנים ווי אין קרית יואל
אין די גאס וועט זעהן וואסערע מענטשן די שרייער זענען

עס וועט ברענגן נאר כבוד פאר מהר''א

findodort » 9/6/2010 01:06

גם אני מצטרף לדיןתורה - איך געהער נישט צי קיין צד.

FiveBoro » 9/6/2010 01:18

איינער קלערט דען זיך צו וויסנדיג מאכן דא? איך האף אז נישט.

עס איז אזוי אנגענומען אז "ווען עס טוט וויי שרייט מען". טא, עס טוט זיי וויי! עס קומט זיי די רעכט צו שרייען.

געדענקען זאלן זיי אבער, אז אמאל פלעגן זיי לאכן...

היראים » 9/6/2010 01:24

אלע מינע בעקערייען ווערן יעצט פאברעצירט
לדוגמא אז 3 באסעס פארען ארויס פין ישיבה אין ק''י, וכו' וכו'
אנצודרייען זיינע קעלבער

די בעסטע איז ניטעמאל קוקען אויף זייער זייט
אזווי נעכטן ביי ר' אברהם ווידער'ס הויז, וואס ניטעמאל רעדט איינער דערפון, טראץ וואס יוסלע האט אזוי שווער אנגווארעמט די עולם

נאר איין זאך: וואס קושקע האט שוין געשריבן

אויב איר זענט אויף יוז סטריט און איינער פרעגט וואס עס גייט פאר זאלט ענטפערן די פאלגענדע:

אידיש:
דאס זענען ר' זלמן לייב'ס חסידים, פראטעסטירן שוין ווייטער קעגן ר' אהרן.

ענגליש:
these are rav zalman followers protesting once again against rav aron.

היראים » 9/6/2010 01:25

כ'האף נאר אז דער מסור וועט אינז מזכה זיין מיט א קליפ
אפי' ס'וועט זיין צענזירט ווי אייביג וועט עס זיין זיס

ראוז_פלאזא » 9/6/2010 02:20

וואלןסח: טוב ויפה דברת פונקט געהערט פון איינער פון די מקורבים וואס זענען געווען ביי רבינו שליט״א אין שטוב בשעת די הארלעם סטיל פראטעסטן אז ער האט שוין לאנג נישט געזען רבינו שליט״א אזוי גוטמוטיג און אויפגעלייגט ווי דאן, רבינו שליט״א האלט דאס פאר א כבוד און א זכי׳ אז די וואס האבן אלע יאהרן געוואלט צוברעכן די כח הנהגה פון זיין הייליגן טאטן אין פעטער זצ״ל ווילן אים אויך צוברעכן!

קראך_היט » 9/6/2010 02:48

ב"ה אונזער ציבור האט דער שכל אויפן פלאץ און איך שטום צו מיטן קאנסענסעס דא אז די שעדליכסטע זאך פאר אונז וועט זיין אז ח"ו מ'זאל זיך ציטאן מאכן דארפין,

אויף ענגליש זאגט מען:

 let them self distruct


און ווי קושקע האט געזאגט, מ'זאל זאגן פאר די מידיע אדער פאליס צו סיי וועלכער פרעמדער, אז דאס זענען ר' זלמן לייב טייטלבוים'ס מענטשן, נישט יאסל וואלדמאן, נישט שארמאשער, נישט משה גבאי, נאר איין פארשוין "ר' זלמן לייב טייטלבוים" אז ר' זלמן לייב פארגינט נישט אז זיין ברודער ר' אהרן קומט אויף וומ"ס, זייער סימפל יעדער פרעמדער מענטש פארשטייט דאס גוט.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/06/2010 03:12:03

FiveBoro » 9/6/2010 05:09

א בליק געטאן האב איך יא דארט, און איך מוז אייך זאגן:

א רחמנות נעבעך!


8 בילדינגס אוועק פון בית רבינו שטייען דארט א 30-40 בחורליך וועלכע האבן נעבעך באקומען א טאליבאנעם חינוך, און ווערן הייזעריג על לא עול בכפם...

המקום ינחם וגו'

FiveBoro » 9/6/2010 05:17

א באזונדערע קורות רוח איז צו זעהן ווי הילד לא_לנו מיט לאפלאש פון קינדער פארום חלומען נעבעך אין גרויסן.

אין די צייט וואס די פאליציי זענען שוין דארט פון 6:00 פארנאכט'ס, איז ביי זיי שוין צום צווייטן מאל "פאליציי פלוצלינג ארויסגערופן געווארן צו ברענגען ארדענונג"...

עס טוט זיך ביי אים אין חלום אויף טישן און בענק. אמבולאנסן, אייער, שלעק, פאליציי, און וואס נישט.

איין זאך איז יא א דורכפאל צו אונזער זייט, די קינדער פארום האט שוין קרוב צו 10 אשכולות דערוועגן!...

--------------------------------------------

עס איז צום האפן אז דער עולם וועט וויייטער האבן פארשטאנד און זיך נישט קימערן דארט אויפן פלאץ מיט די ילדי הטאליבאן לרפו"ש.


תוקן על ידי FiveBoro ב- 09/06/2010 05:21:52

לא_לנו » 9/6/2010 05:20


א בליק דארט איז מער ווי גענוג.

איך האב נישט געציילט וויפיל בילדינגס אוועק פון רעבעס הויז, 8 צו גאר 10, אבער אויף די גאס שטייען טויזנטער מענטשן פארזאמעלט עלטערע אידן און ערוואקסענע אינגעלייט, אחוץ די ביסל 30-40 בחורליך וואס זענען אויך אנגעקומען אהין, און אלעס שרייט צא טמא אויף דעם רבן של כל בני הגולה...

יא. המקום ינחם. די הצלה זאל נישט ברויכן ווערן גערופן אהין אויף באהאנדלן די היינטיגע שקלי הקודש וואס מען האט דעם רעבען געגעבן צו געניסן...



לא_לנו » 9/6/2010 05:24


אויב דאס איז ביי דיר קורת רוח, איז וואס קען שוין זיין א דערביטערקייט?...

די גאנצע אנוועזנהייט פון די פאליציי, אויף די הויז גאס זעלבסט, פון אנהייב פארנאכטס צו היטן אויף די גאנצע גלידער פונעם רשכבה"ג וואס האט געדארפט אנקומען צו זיך אין שטוב, איז דיר שוין איינמאל נישט קיין אנגענעמע זאך. נישט דאס האט מען זיך געווינטשן אין די נ' יארן.

און צו מאכן פון א רעאליטעט א פאלנער חלום קען נאר פייוובארא. אמבולאנסן זענען דארט אין גרויסן, פעטש איז געגאנגען פון עטליכע ריכטונגען דורך די געגנסטערס, און אייער איז אויך נישט קיין זעלטנהייט אין די איצטיגע שעות דארטן.

יא. תש"ע און עס הערט זיך קולות וברקים אויף די גאסן אויף דעם רשעות'דיגן רעזשים פון קעי.דזשעי.

FiveBoro » 9/6/2010 05:25

טויזנטער איז נישט דאס ווארט. מיליאנען!!

מיין שאצונג (פון א האלבע שעה צוריק): ארום 50 טאליבאנער, און ארום 100 היימישע אידן.

די טאליבאנע זענען צעיושעט און צוווילדעוועט, און דער היימישער עולם האלט זיך אונטער.

כה לחי.

לא_לנו » 9/6/2010 05:26

פון 30-40 בחורליך איז געווארן פופציג טאליבאנער. און נאכמער דאפלט היימישע אידן דארט....

איך שוין דיר.

פייוובארא דו וואוינסט אין וויליאמסבורג? אדער האט מען דיר איבערגעלאזט אין אריזאנע?

FiveBoro » 9/6/2010 05:27

לא לנו, האסטו שוין היינט געשריבן 2 מאל אז "פאליציי ווערן ארויסגערופן"?

אויב יא, זיי דיך יעצט מסביר.

לא_לנו » 9/6/2010 05:32

ווילסט איך זאל דיר מסביר זיין הויך?

די פאליציי האט מען ארויסגערופן פון הויז סטריט צו די ארומיגע עוועניוס אויף צו מאכן ארדענונג נאכדעם וואס די אהרונישע געגנסטערס זענען באפאלן מיט רציחה'דיגע קלעפ עטליכע אידן וואס האבן פרידליך אנטייל גענומען אינעם פראטעסט.

און פייוובארא פאלג מיר און נעם אן שטילשווייגעניש. לערן זיך פון רעבע וואס ארבעט היפש אויף זיינע אקסישע מידות די לעצטערע יארן. זיי סובל דאסמאליגע פראטעסט. און קום נישט ווי א קינד שרייען טאליבאן.

בן_אהרן » 9/6/2010 05:42

פארפאלן פאר בהמות גוט מען צו עסן שטרוי
די בני יואל וואס שרייען אז זיי זענען די רוב פון שטעטל
און קענען נישט איבערנעמען די רעגירונג לייצעס איינמאל פאר אלעמאל
קומט זיך נישט גארנישט אויסער שטרוי
יא! און עטס קענט'ס אויך שרייען און קוויטשן אויסשפייען די גאל

FiveBoro » 9/6/2010 05:43

נו שוין, אז דו ביסט מסביר הויעך וועל איך ענטפערן הויעך.

קיין פאליציי האט מען נישט גערופן צו קיינע עוועניו'ס, קיינער האט קיינעם נישט געשלאגן, איך בין נאך יעצט אויפן טעלעפאן מיט א אנוועזנדן, נישטא קיין אייער, נישטא קיין שלעק, נישט גארנישט. (און דאס אז דו ביסט ארויס פון די כלים מיינט נאכנישט אז א צווייטער ברויך נעמען א שטילשווייגעניש.)

די טרוקענע פאקטן זענען: די פאליציי האבן נאכמיטאג אפגעשפארט היוס סט. אויס מורא אז די בחורלעך וועלן ווערן צו-ווילדעוועט, און ר' נפתלי משה אינדיג - לעיזאן שטייט דארט אלס אויפזעער וועמען אריינצולאזן.

בחורים פון די טאליבאנער חינוך זענען אויפן ארט און ווערן הייזעריק (א שטיקל באווייז אז וומ"ס איז זייער'ס...), און די איבריגער עולם אנשי שלומינו זענען זיך צונויפגעקומען מיטהאלטן ווי די חברה שרייען ארויס זייער פארשטענדליכע ווייטאג.

ווען עס טוט וויי שרייט מען.

UnitedWill » 9/6/2010 05:47

לא לנו, מאך נישט קיין מעשות

יא עס איז דא א גרויס עולם דארט, אבער פון ביידע זייטן

און א קליינער חלק שרייט הויעך. שוין געהערט אזאנס

לא_לנו » 9/6/2010 05:48

ווען עס טוט וויי שרייט מען, און דערפאר איז דער ערליכער ציבור, א ריזיגער מענטשן מאסע, דארט פארזאמעלט ארום די הויז סטריט גאס, וואו מען שרייט הויך. 

און ווען עס פאטשט אין פנים דער מציאות, דאן נעמט מען טאקע יא א שטילשווייגעניש. נישט מען לייקנט אפ די געשלעגן וואס עטליכע צעיאשעטע אהרונים האבן אנגעפירט, און נישט מען טוישט פון "א בליק געטאהן דארט" צו א "טעלעפאן שמועס מיט א אנוועזנדן".

מער וועל איך זיך נישט באפאסן מיט דיינע ליגנס. ווייל באלד קענסטו רואיג פארקויפן אז דער רעבע איז ניטאמאל געקומען היינט אויף וויליאמסבורג צו דער שיינער קבלת פנים.

FiveBoro » 9/6/2010 05:54

לא_לנו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען עס טוט וויי שרייט מען,
ריכטיג.

און דערפאר איז דער ערליכער ציבור, א ריזיגער מענטשן מאסע דארט פארזאמעלט ארום די הויז סטריט גאס, וואו מען שרייט הויך.
פונעם עיקר האסטו פארגעסן. פון וויפיל באשטייט די "ריזיגע" מאסע?

און ווען עס פאטשט אין פנים דער מציאות, דאן נעמט מען טאקע יא א שטילשווייגעניש.
טא פארוואס שווייגט עטס נישט? טוט עס יא וויי אדער נישט? די מצב ווערט דא צומישט.

נישט מען לייקנט אפ די געשלעגן וואס עטליכע צעיאשעטע אהרונים האבן אנגעפירט
און 10 זענען ארעסטירט געווארן, און 18 פארוואונדעטע פארנעמען די 17 הצלה אמבולאנסן אויפן פלאץ.

און נישט מען טוישט פון "א בליק געטאהן דארט" צו א "טעלעפאן שמועס מיט א אנוועזנדן".
איז עס א סתירה?

מער וועל איך זיך נישט באפאסן מיט דיינע ליגנס.
אנטשולדיגט פאר ביז אהער.

ווייל באלד קענסטו רואיג פארקויפן אז דער רעבע איז ניטאמאל געקומען היינט אויף וויליאמסבורג צו דער שיינער קבלת פנים.
גראדע איז ער יא דארט היינט, אבער פון קרית יואל איז ער זונטאג אנטלאפן קיין אריזאנע...




תוקן על ידי FiveBoro ב- 09/06/2010 05:59:20

FiveBoro » 9/6/2010 06:03

סוף נאכט גייט קומען א ברעיקינג ניוס אז די רבי איז 'אנטלאפן' קיין קרית יואל...

און מארגן אינדערפרי וועט ער אי"ה אנטלויפן פון צאנז קט. קיין בארדיטשוב רד.

-----------------------------

סך הכל, דער סעפטיק איז צוריק?

מנחם_מענדל » 9/6/2010 06:34

עס איז צו ערווארטן און צו האפן אז די זאליס וועלן ארויסשטעלן א קליפ פון זייער אויסברוך רין וומ"ס, זאל טאקע די וועלט זעהן וואספארא משוגעים נעבעך "דער איד" ציהט אויף.

אנגעהעצטע פארפיינטע בחורים וועלכע ווייסן נישט פון קיין טראפ אידישקייט אויסער פיינט האבן א איד (אזש ביז צו שרייען אין גאס ווי משוגעים).

(און אויב וועלן זיי נישט ארויסשטעלן, האף איך אז אונזערע מענטשן האבן געהאט שכל דאס אפצוכאפן).

allgood1s » 9/6/2010 08:55

ממש א שטיק נועם המידות!!!

allgood1s » 9/6/2010 08:57

און אנדערע נייעס ווערט געמאלדען אז די זאליס זענען יעצט זייער אויפבגעברויזט אויף די NYPD און סטראשענען אז זיי גייען יעצט גערינדען אן אייגענע פאבליק סעפטי אין ווילאמסבורג...

אינדפנדנט » 9/6/2010 16:05

די נאראנים. זיי האבן געמאכט אהרן טייטלבוים פאר א נרדף.

יעצט קוקן זיי אויס ווי די אגרעסארס און סאטמאר קוקט אויס ווי פיינע מענטשן.

צום_ענין » 9/6/2010 16:14

אזוי טויזענטער, הייסט עס אז 50,000 ביי די פראטעסט פאריגע וואך איז גאר אינטערגעשצט. אז א קנאפע 50  60 נארישע שפלים ונבזים זענען 1000 איז געווען א מינימום פון 50,000,000,000 אין מענהעטען.
סארי לו לנו איך האב געניצט דיין קאלקולעטער.

לא_לנו » 9/6/2010 16:31

איך האב נישט קיין קאלקעלעטאר...

הבדלה_מנין » 9/6/2010 17:08

דא איז א בילד פון א טייל פון די "קנאפע 50  60 נארישע שפלים ונבזים"

[בילד – נישט אפגעהיט]

וואלןסח » 9/6/2010 17:11

יישר כח פארן בילד

איינער קען דא ציילן מער ווי 50 60 קעפ?

SatmarBum » 9/6/2010 18:30

רעכטער » 9/6/2010 18:50

א גרויסער ת"ח שליט"א האט מיר היינט געזאגט, אז מען טרעפט שטענדיג אין די ספרים איבער וויאזוי עס שפילט זיך איבער די פרשה ווען קריאה איז מעורר הזמן. דאס זעהט מען טאקע היי וואך מיט אונזער אויגן ווי די היינטיגע דתן ואבירם'ס שפילן איבער דעם ויקח קרח.

קען מען כאטש זעהן דאס גדלות פונעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א, אז די אלע רדיפות וואס אלע צדיקים האבן געליטן בזמניהם שפילט זיך טאקע איבער היינטיגע צייטן.

פאר כלל ישרא' איז דאס א גרויס חיזוק. אז מען זעהט אז די דתן ואבירם'ס זענען נאך דא היינטיגע צייטן, איז דאס א סימן אז די משה ואהר'ן זענען אויך דא היינטיגע צייטן.

FiveBoro » 9/6/2010 18:56

דאס וואס מיר קענען שווער מסביר זיין פאר די וועלט, דאס צייגן זיי ארויס אויפן בעסטן פארנעם.

אויב זענען פאראן מענטשן אין די וועלט וועלכע האבן געהאט א בליק אויף די זאליס ווי פרידנס מענטשן, און אויב האבן זיי נאך איינעם געוואלט נערן אז ביי זיי איז פאראן א הנהגה, אדער אויב האט איינער געמיינט אז דארט איז פאראן עפעס א נארמאלער חינוך, האבן זיי יעצט ב"ה אנגעהויבן ווייזן פאר די וועלט זייער ארגינעלן אויסזעהן:

נישטא קיין מענטשליכע מאראל, נישטא קיין אידישקייט, נישטא קיין הנהגה. בלויז איין זאך: האַס און שנאה.
דאס זענען די מידות פון די עלטערע דארט, און דעם חינוך באקומט זייער יונגווארג!


א דאנק אייך זאליס פארן דאס אזוי גוט פובליצירן!

עס איז צו ערווארטן אז מארגן וועלן זיי דאס נאכמער ארויסצייגן ביי די אקציע אין זאל פון ויואל משה, וואו די רעדנער וועלן זיך ווארשיינליך צושמירן די מיילער - ווי זייער שטייגער ווען זיי ווערן עטוואס צעלאזט.

פשווארסק » 9/6/2010 19:05

וויכטיג


ווער עס האט סיי וועלכע בילדער אדער קליפס פין די בחורים ביי די נעכטיגע געשרייען זאל עס שוין שיקען צו satmar500@gmail.com
ביטע איבערגעבן ווייטער

ספעציעל די בילדער ווי מ'זעהט פנים'ער

יש''כ

נ''ב מיר וועלן נישט טוהן קיין שום שריט שלא ע''פ תורתינו הק'


תוקן על ידי פשווארסק ב- 09/06/2010 19:07:07

פינחס_יואל » 9/6/2010 19:17

אזוי אויך ווער עס האט די נעכטיגע דרשה פון נפתלי בלומענפעלד זאל ביטע מזכה זיין את הרבים
איך הער אז מ'קען זיך באלעקן די פינגער דערפון

לא_לנו » 9/6/2010 19:58

רעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א גרויסער ת"ח שליט"א האט מיר היינט געזאגט, אז מען טרעפט שטענדיג אין די ספרים איבער וויאזוי עס שפילט זיך איבער די פרשה ווען קריאה איז מעורר הזמן. דאס זעהט מען טאקע היי וואך מיט אונזער אויגן ווי די היינטיגע דתן ואבירם'ס שפילן איבער דעם ויקח קרח.

קען מען כאטש זעהן דאס גדלות פונעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א, אז די אלע רדיפות וואס אלע צדיקים האבן געליטן בזמניהם שפילט זיך טאקע איבער היינטיגע צייטן.

פאר כלל ישרא' איז דאס א גרויס חיזוק. אז מען זעהט אז די דתן ואבירם'ס זענען נאך דא היינטיגע צייטן, איז דאס א סימן אז די משה ואהר'ן זענען אויך דא היינטיגע צייטן.


איך וואלט נאר געוואלט פרעגן דיין "גרויסער ת"ח שליטא" וויאזוי קומט דאס (לויט זיין פשט) אז די היינטיגע משה ואהרן' זענען שלעכטע מענטשן מיט מידות מגונות וואס האבן הנאה פון צאפן בלוט פון אידישע קינדער!?!

אזא גדלות פון דיין רעבען... ער אונטערדרוקט אידן מיט די גרעסטע סבלונות און נאכדעם איז ער נאך סובל אויך ווען מען שרייט אויף אים...


FiveBoro » 9/6/2010 20:05

לא לנו, וועלקאם בעק.

דו פארגעסט היסטאריע. משה רבינו האט אויך אונטערדרוקט כלל ישראל מיט מידות מגונ.., גענוי ווי רבינו שליט"א.

דו ווייסט נישט די מעשה מיט די אלמנה וועלכע האט געהאט איין קעלבעלע און משה און אהרן האבן פון איר ארויסגערויבט יעדעס ביסל דערפון, מיט זייערע טעראריסטישע תירוצים, ווי מעשר, מתנות, ראשית הגז, וכו' וכו', און זי איז כמעט געשטארבן פאר הונגער?

ערענסטער » 9/6/2010 20:05

די זאלי כת פראבירט זיך אפצישאקלען פון די בני יואלע טעראריסטען אין די בני יואלע טעראריסטען פראבירען זיך אפצישאקלען פון די זאלויניסטישע מסירות אריינגעגעבן אין די קארט סיסיטעם פון מדינת ישראל,

זיי שעמען זיך אפיציעל איינער מיטען צווייטען, אין שרייען אז זיי זענען צוויי עקסטערע קאמפעניס אין קענען נישט נעמען אחריות איינער אויפען צווייטענ'ס שמוץ

זיי זאגען אז נאר די שנאה אנטקעגן סאטמער פאראייניגט זיי, אין אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלטען זיי יא פארדאמט איינער אויפען צווייטען. גיי גלייב זיי. ווער קען דען וויסען.

ס'איז אינטערעסאנט אז מ. מאנרויער, ראזנער, מ. ראטה, מיילעך שטערען, אברהם בער יאקאבאוויטש, זענען אפיציעל פון די זאלי און בני יואלע קאמפעני. במילא פארשטייען מיר נישט וואס עס דריקט זיי צי זאגען אז זיי זענען נישט איינס.    קען זיין אז זיי קענען סתם אזוי נישט זאגען קיין אמת כדרכם

ביי די מלחמה וואס די פארשאלטענע עמלקים, זענען געקומען אויסצירייסען כלל ישראל. האבען זיי מיט זייערע ערמימות, זיך פארשטעלט ווי כנענים אין געוואלט איבער קליגען כלל ישראל אז זיי זאלען אפי' נישט קענען מתפלל זיין, צי השי''ת אז ער זאל זיי העלפען ווי ס'שטייט אין רש''י הקדוש,  אז משה רבינו ז''ל האט מתפלל געווען  אז די באשעפער זאל אים העלפען אנטקעגן אט די פאלק, ווי ס'איז מבואר.

אויכעט דא איז אפשר די סיבה, פארוואס די בעלי מחלוקת אנטקעגן סאטמער זענען אזוי גליטשיק אין באהאלטען זיך כסדר אונטער אן אנדערע שלייער, זיי ווילען נישט אז מ'זאל זיי אינדענטעפצירען מיט די עטליכע היץ קעפ  בחורים אין אפאר באצאלטע אגענטען פאר די ווילדע בני יואלע טערעריסטן וואס האבען געמאכט א חילול השם, וואנדעלעזירט קארס געשאסען שטיינער נאכגעשריגען אימשילדיגע פארביי גייערס. [וואס רוב דערפון האט מען אריינגעברענגט  פון קעי דזשעי,  זיך צי שלאגען אין איבערדרייען די הייליגע שטאט וויליאמסבורג ווי די הייליגע רביז''ל האט דא געוואוינט]
 זיי האבען מורא אז סאטמער וועט מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל זיי העלפען אנטקעגן די פראים ציווילדעוועטע  בני יואלע שלעגער טעראריסטן, בארבארישע אונטער דריקער

אדרבה ווער ס'האט בילדער פון זייערע שלוחים, די בחורים אין מחלוקת צינדער וואס האבען זיך נעכטען זיך אויפגעפירט ווי די גרועים שבאומות, ארגער ווי די שווארצע פון הארלעם רח''ל.
זאל עס דא ארויפלייגען אז מ'זאל קענען זען פינקטלעך ווער זיי זענען אין ווי זיי וואוינען אין ווער זייערע משפחות זענען אין צי וועלכע קאמפעני זיי זענען זיך מתיחס צי זענען קליפת עמלק אדער כנען
איין זאך פארגעסען די מחלוקת צינדער די עטליכע מחוצפים עזי פנים אז דער אייבישטער איז א יודע מחשבות אין פון אים קען מען זיך נישט באהאלטען אין ער ווייסט אלעס צי מ'הייסט יאקאבאוויטש צי וואלדמאן אדער מ. שטערען.

מען בעט א יעדערער וואס איז געווען ביי די נעכטיגע ראיאטען אין האט פיקטשער'ס אדער קליפס פון פענימר פון די היץ קעפ אין טעראריסטען מחלוקת צינדער זאל עס דא ארויפלייגען אין מ'זאל העלפען אינדענטעפצירען א יעדעם עקסטער.

פינחס_יואל » 9/6/2010 20:08

לא לנו, זיי נישט ברוגז אבער קרח האט אויך געהאט טענות וואס האט אויסגעקוקט צו זיין צו דער זאך עד כדי כך אז 250 ערליכע אידן זענען ליידער אריינגעשלעפט געווארן אין זיין נעץ.

צודערזאך » 9/6/2010 22:21

איינס:

מה עשה קרח? כינס כל הקהל… לומר להם דברי ליצנות:

אלמנה אחת היתה בשכונתי, והיו עמה שתי נערות יתמות. והיתה לה שדה אחת. באה לחרוש – אמר לה משה: "לא תחרש בשור וחמור יחדיו": באה לזרוע, אמר לה: "שדך לא תזרע כלאים". באה לקצור ולעשות ערימה, אמר לה: "הניחי לקט, שכחה ופאה". באה לעשות גורן, אמר לה: "תני תרומה ומעשר ראשון ומעשר שני". הצדיקה עליה את הדין ונתנה לו.

מה עשתה עניה זו? עמדה ומכרה את השדה וקנתה שתי כבשות כדי ללבוש מגיזותיהן וליהנות מפירותיהן. כיון שילדו – בא אהרן ואמר לה: "תני לי את הבכורות!" הצדיקה עליה את הדין ונתנה לו. הגיע זמן גזיזה. בא אהרן ואמר: "תני לי ראשית הגז". אמרה: אין בי כח לעמוד באיש זה הרי אני שוחטתן ואוכלתן. כיון ששחטה אותן, בא אהרן ואמר לה: "תני לי זרוע, לחיים וקיבה". אמרה: "אפילו אחרי ששחטתי אותן לא נצלתי מידו, הרי הן עלי חרם!" אמר לה אהרן: "אם כך, כולה שלי", שכך נאמר (במדבר יח, יד): "כל חרם בישראל לך יהיה".

נטלן והלך לו והניחה בוכה, היא עם שתי בנותיה. כך עלתה לעלובה זו. כך וכך הם עושים ותולים בקב"ה (מדרש שוחר טוב תהילים א, א).

איז איינע פון די אויבערדערמאנטע זאכן נישט אמת?? אלעס ריכטיג, די לעצטע שורה: נטלן והלך לו והניחה בוכה, היא עם שתי בנותיה. מסתמא נישט, אבער גיי פארענטפער זיך.

 

וואס טוט זיך מיטן פסוק: כל אלמנה ויתום לא תענון" – שמות כב, כא. האט די משפחה געשריגן אויף אהרן כהנא קדישא?

 

 

נוטראלער » 9/6/2010 22:39

צודערזאך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איינס:

מה עשה קרח? כינס כל הקהל… לומר להם דברי ליצנות:

אלמנה אחת היתה בשכונתי, והיו עמה שתי נערות יתמות. והיתה לה שדה אחת. באה לחרוש – אמר לה משה: "לא תחרש בשור וחמור יחדיו": באה לזרוע, אמר לה: "שדך לא תזרע כלאים". באה לקצור ולעשות ערימה, אמר לה: "הניחי לקט, שכחה ופאה". באה לעשות גורן, אמר לה: "תני תרומה ומעשר ראשון ומעשר שני". הצדיקה עליה את הדין ונתנה לו.

מה עשתה עניה זו? עמדה ומכרה את השדה וקנתה שתי כבשות כדי ללבוש מגיזותיהן וליהנות מפירותיהן. כיון שילדו – בא אהרן ואמר לה: "תני לי את הבכורות!" הצדיקה עליה את הדין ונתנה לו. הגיע זמן גזיזה. בא אהרן ואמר: "תני לי ראשית הגז". אמרה: אין בי כח לעמוד באיש זה הרי אני שוחטתן ואוכלתן. כיון ששחטה אותן, בא אהרן ואמר לה: "תני לי זרוע, לחיים וקיבה". אמרה: "אפילו אחרי ששחטתי אותן לא נצלתי מידו, הרי הן עלי חרם!" אמר לה אהרן: "אם כך, כולה שלי", שכך נאמר (במדבר יח, יד): "כל חרם בישראל לך יהיה".

נטלן והלך לו והניחה בוכה, היא עם שתי בנותיה. כך עלתה לעלובה זו. כך וכך הם עושים ותולים בקב"ה (מדרש שוחר טוב תהילים א, א).

איז איינע פון די אויבערדערמאנטע זאכן נישט אמת?? אלעס ריכטיג, די לעצטע שורה: נטלן והלך לו והניחה בוכה, היא עם שתי בנותיה. מסתמא נישט, אבער גיי פארענטפער זיך.

 

וואס טוט זיך מיטן פסוק: כל אלמנה ויתום לא תענון" – שמות כב, כא. האט די משפחה געשריגן אויף אהרן כהנא קדישא?

 

 



דאס איז א שיינער באקאנטער מדרש, אבער עס איז קלאר אז די גאנצע מעשה איז געווען בלויז א שטיקל ליצנות, און נישט געהאט אין זיך קיין אמת, ווייל אין מדבר איז נישט געווען קיין פעלדער, און מען איז נאך נישט געווען מחיוב מיט לקט, שכחה, ופאה, תרומות, ומעשרות.

פינחס_יואל » 9/6/2010 23:34

ר' נוטראלער, יפה דיברת ובזמנו דיברת:
דאס איז קלאר אז ר' דוד עקשטיין האט בסך הכל פארמאכט א פלאץ וועלכע איז געווען א פלאץ וואס ממנו תצא לשה"ר ורכילות שקרים וכזבים און ליצנות אויפן חשבון פונעם מרא דאתרא און רבן של ישראל (דעס איז אויסער די אנדערע מעשי השחתה וואס ווי באקאנט איז דארט געווען א באקוועמע קרעטשמע פאר השחתה ואכמ"ל) און עפ"י תורה איז מען געווען מחוייב צו טוהן אלעס וואס שייך דאס צו פארמאכן.

און לגבי דעם פארגאנגענעם זונטיג וואס ר' דוד האט אויפגעגראבן א שטח וואס באלאנגט פאר קהל (די חצר ארום די געוועזענע קרעטשמע) כדי צו פארגרעסערן דעם פארקינג לאט, און אפאר אומציווילאזירטע זענען געשטאנען אין וועג און די פובליק סעיפטי אינאיינעם מיט די סטעיט פאליס האבן זיי פארטריבן און מ'גייט און מ'מאכט א גאנצע מעשה מיט הוילע ליצנות באגלייט מיט בילדער כאילו מ'רודף'ט אומשילדיגע פרידליכע מוחים (ממש ווי די ציוניסטישע פאליציי, אומגלויבליך......) איז דאס גערעכטע טענות אדער אומגערעכטע???

וויאזוי שרייבסטו? אבער עס איז קלאר אז די גאנצע מעשה איז געווען בלויז א שטיקל ליצנות, און נישט געהאט אין זיך קיין אמת,

אלזא! יפה דיברת ובזמנו דיברת

טראק » 9/6/2010 23:44

די הייליגע אלמנה הרבנית הצדיקת מרת אלטא פייגע ע"ה שטייט פון אויבן עולם האמת, און פריידט זיך אז די לשון הרע מחלוקה רכילות קרעטשמע וואס איז אפען געווען אונטער איר נאמען איז ענדליך פארשפארט געווארן, דאס איז א געוואלדיגער זכות פאר איר נשמה.

היראים » 10/6/2010 00:00

עס איז נישט צו באגרייפן וואס דא טוט זיך
אפאר אימעראלישע אימצוויליזרטע משוגעים, דאס מאל פין קווינס ישיבה

גייען פארקויפן מעשיות וואס יעדער האט געקענט זעהן נעכטן

זיי זענען געשטאנען פין פאר די צווייטע בילדינג אויף יוז, ביז די סיידוואק פין לי עוו
בערך די ברייט פין איין ברייטע בילדינג, ווען קארס זענען געפארקט ביי ביידע זייטן פין די גאס
נאכדעם איז שוין געווען בעריקעידס, - זיי זענען געווען ארוםגענועמן מיט בעריקעידס פין ביידע זייטן

אין געשריגען ווי אימצווילירטע מענטשן
עס האט געברענגט א שמייכל ביי יעדן דורךגייער פין די נעימת המידות פראקציע'ס אויפפירונג
ווילדע פרעים אין די יארגענג פין 11 ביז 19 יאר גארגעלען זיך
ס'האט אויסגעקוקט ווי א קאנטעסט ווער עס קען שרייען העכער

זיי האבען געוואלט אנדרייען זייערע קעלבער האבען זיי אנגעהויבן שיקען מעסעזשעס יעדע 2 מיניט ס'גייט קלעפ פאליציי קומט ס'איז יו''ט (פאליציי איז דארט געווען פין פארנאכטס)

די  מעסעזש ליינער זענען געקומען צו לויפן מיט איין שמחה, אבער זענדיג דעם ריזיגען גאס גענצליך ליידיג אין ביי די ערשטע 20 פיס שטייען זייערע בחורים אין שרייען ווי אראבישע היפי'ס, האבען זיי געוואלט די ערד זאך זיך עפענען

זיי האבען נאר פראבירט מ'זאל זיך מיט זיי שלאגען אדער סיי וואס פאר איבערקערניש ס'זאל קענען ציען מער דעקונג
אבער דער עולם האט זיך זיס אינטערגעהאלטן פין די היפי'ס

הלוואי צום ווידער זעהן

אגב, ווייסט איינער פארוואס ס'נעמט אזוי לאנג ארויסצוקועמן מיט די ווידיא'ס
סאמטינג פישי

רעכטער » 10/6/2010 00:24

ערענסטער, איבער דיין פונקט איבער די פארשידענע פראקציעס, איז דא א באקאנטער טייטש פארוואס עס שטייט ויקח קרח מיט א לשון יחיד אנשטאט ויקחו קרח ודתן ואבירם מיט א לשון רבים, נאר וויבאלד די אלע בעלי מחלוקת ווען עס איז געקומען צו מחלוקת קרח ועדתו האבן זיי זיך טאקע צוזאם געשטעלט מיט איין ציל מלחמה צוהאלטן מיט משה רבינו, אבער אין אמת'ן זענען זיי אלע געווען א באזונדערע פראקציע פאר זיך. דאס איז דער לשון יחיד.

דער הייליגער יערות דבש זי"ע איז טאקע מסביר די משנה איזהו מחלוקת שסופה להתקיים זו מחלוקת הלל ושמאי ואיזוהי מחלוקת שאין סופה להתקיים זוהי מחלוקת קרח ועדתו. איז די פראגע פארוואס שטייט הלל ושמאי, און ביי קרח שטייט נישט קרח ומשה? נאר ביי זיי אליין האט מען זיך ארומגעקריגט, דאס איז די קרח ועדתו. קוקט טאקע אויס אז דארט האט זיל יעדער אויך געשעמט איינער מיטן צווייטן...

אז מען רעדט שוין, איז אינטערסאנט אראפצוברענגן די גמרא, ווי די גמרא רעכנט אריין קרח צווישן די אלע שנתנו עיניהם במה שאינו ראוי להם מה שביקשו לא ניתן להם ומה שבידם נטלוהו מהם, אז קרח האט געזוכט גרויס צו ווערן, און צום סוף וואס ער האט שוין יא געהאט האט מען אים צוגענומען.

דאס קען מען באשיינפיליך זעהן ווי די הולכי בערכאות נתנו עיניהם במה שאינו ראוי להם, זיי האבן - טראץ די בעטענישן פון קהל אז מען זאל גיין צו דין תורה -  מרים יד געווען אין תורת משה רבינו ע"ה, און געגאנגען אין געריכט שלא ברשות בי"ד און פארלאנגט אז דאס געריכט זאל זיי געבן די דאך אא"וו. מה עשה הקב"ה, מה שביקש לא נתנו לו ומה שבידו נטלוהו ממנו, דאס וואס זיי האבן געבעטן האט די געריכט נישט געגעבן, און דאס וואס זיי האבן גע'גנב'ט פון קהל, קען זיי אויך נישט ניצן.

זעהט כאטש די וועלט מיט וועם מ'האנדלט ליידער דא.

פינחס_יואל » 10/6/2010 01:45

עס איז אינטארסאנט און מערקווירדיג אז אלעס וואס האט פאסירט בימים ההם בימי קרח ועדתו קען מען זעהן בזמן הזה.

צום ביישפיל:
די ערד (שיינע סטעפס און גראז) האט זיך געעפנט פאר זייערע אויגן
250 (מערסטנס) מענטשן האבן זיך צאנגענומען אגעגן א מנהיג ישראל
יעדער פון זיי מיט א אנדערע סלאגאן און אנדערע טענות צומישט און צוחוש'ט און יעדער אין א צווייטע מדרגא אין שנאה
די שונאים פונעם צדיק זענען ארויסגעקומען "הם וטפם"
און דערצו איז קעטשאפ ליבערמאן געשטאנען דארט מיט די ציצית אלס רמז פון "טלית שכולה תכלת".......
וכו' וכו'

רעכטער » 10/6/2010 02:05

ויקהלו על משה ועל אהרן. בלוט זויגער פון רביה"ק זי"ע והבחל"ח סאטמאר'ער רבי שליט"א.

FiveBoro » 10/6/2010 02:32

יא! ווי געזאגט, זייער פרצוף איז באקאנט געווארן פאר א גרויס טייל פונעם יהדות החרדית.

ווי גוט וואלט אבער געווען ווען די וועלט זאל ווען ליינען וואס די בחורים [וועלכע האבן זיך נעכטן געגארגלט] שרייבן היינט אין זייער קינדער פארום. דאס געמיינקייט שרייט נאך פיל מער. און למען האמת: פיל מער ווי איך גלייב אליינס!

עס איז פשוט נישט צום גלייבן וואספארא דור די בני קרח ציען אויף.

אט איז וואס א בחור זייערער מיטן ניק "זיבעלע" שרייבט דארט: (באמת שעם איך זיך דאס צוצוברענגעןף אבער ההכרח וגו')

לאמער זיך נישט לאזן נארן די ווייסט דאך בעסער ווי מיר אז די גאנצע מערכה וואס עטס פירטס דא מיט גרויס סבלנות איז נישט מער פאר סעפטיק פאר דיין רעבין'ס געמאכאכטס, זיין מעגעלע דערהייבט שווער די סאבראישע פאלאפעל פון גברת סשה, דאס סעפטיק איז היצטערט אויף געגראבן, במחילת כבודך לייג עס אינטער דיין רבין אין קעיס אף עמערדזענסי על כל צרה שלא תבא זאל ער מקיים זיין דעם וכסית את צאתיך

גלייבט מיר נישט, און קוקט אריין:
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2796323&whichpage=2&forum_id=21016#R_4

FiveBoro » 10/6/2010 02:38

רבותי! איך וואלט מיך שוין היינט ערלויבט צו זאגן אז נאכן קומען אין בארירונג מיט א בני יואל/זאלי ברויך מען גיין אין מקוה.

תוקן על ידי FiveBoro ב- 10/06/2010 02:41:22

בלאט: 1 2