היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דוד עקשטיין רופט פרויען רעפארטערס

דוד עקשטיין רופט פרויען רעפארטערס

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2796742

sybarit » 8/6/2010 20:45

דער ראש המוסרים אין יו"ר פון "ווייט פין צניעות" האט היינט אראפ גערופן Channal 12 פרויען רעפארטערס צום שוהל.

אזוי ווי דער ראש העסקנים הרה"ח ר יוסף וואלדמאן האט דאס געהערט איז ער תכף געקומען אין זיי מסביר געווען אינזער זייט.

ווער עס האט בילדער ביטע ברענגען

jwriter » 8/6/2010 22:51

דאס איז די זעלבע מעשה ווי דעם?

NOYOUCANT » 8/6/2010 22:58

עס וועט נישט געדולדעט ווערן קיין פאלטשע תגובות



תוקן על ידי גיטעראיד ב- 09/06/2010 00:58:33

NOYOUCANT » 8/6/2010 23:01

ירה הקהל וישפוט ווער עס איז די גרופע וועלכע איז לוחם קעגן מרן רבינו שליט"א

sybarit » 8/6/2010 23:05

צוויי אנדערע מעשיות

איינס איז זינטאג

רעפארטערס האט דוד געברענגט היינט

לא_לנו » 8/6/2010 23:06

NOYOUCANT כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ירה הקהל וישפוט ווער עס איז די גרופע וועלכע איז לוחם קעגן מרן רבינו שליט"א

וואס דארף מען זעהן (וואלדמאן פארטרעט בכלל נישט א גרופע) ווער עס איז אלס פון די לוחמים, ווען מיר ווייסן פונקטליך ווער דיין רבינו שליט"א איז. מיר קענען אים זייער גוט אויך אן צייגן בילדער.

סעננדר » 8/6/2010 23:18

געווענליך ווען מ'רופט א ריפארטער גיט די מידיא א ברייטע אויסוואל מ'קען זיך וועלן א מאן ריפארטער אדער א פרויען א מעקסיקאנער אדער א שווארצער א הויכער אדער א נידריגער וכו' און יוסל וואלדמאן האט אן א בושה אויסגעקליבן מ'זאל שיקן א פרויען ריפארטער צו די רעבעצין'ס ביהמ"ד!!! ווי זעמיר אונז אנגעקומען?!
 
זאל דאס די וועלט זען!!! 

עכטער_חסיד » 9/6/2010 01:06

איז דאס די זעלבע פלונית וואס דער "יו"ר ועד הצניעות" (לאכט נישט, דער טיטל איז ערנסט) דוד עקשטיין האט געוואלט אנשמירן זיין אייגענעם איידעם?

יואלי808 » 9/6/2010 01:13

דער ארגענטינער מאפיאנער האט שוין א אלטע היסטאריע מיט אנדרייען נשים פאר זיינע צוועקן, ער האט זיי אויף ספיד דייל