היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אנטפלעקט דעם "סוד" - וואס דרוקט זיי??..

אנטפלעקט דעם "סוד" - וואס דרוקט זיי??..

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2796732

משה_גאבע » 8/6/2010 20:17


אצינד כאף איך א קורצע שפאנציר אינע'ם דערנעבענדיגן קינדער פורום, און דארט האב איך תיכף באמערקט א זאך וואס איך ווייס שוין לאנג, נאר אצינד נעבעך דרקוט זיך דארט אויס איינער פון די שרייבער, זיין שטארקע ווייטאג בריש גלי.

זיי באדערט נישט אזוי ווייט דער סעפטיק.

און זיי עגבערט נישט אזוי ווייט די סגירת ביהמ"ד.

און אוודאי נישט דעם כבוד התורה.

אט כאפט א בליק וואס זיי דרוקט באמת עד דכדוכי של נפש:

אויסצוגן פון לאפלאש:

היינט, דינסטאג נאכט ווען דער סבלן וועט וויילן אין וויליאמסבורג, אויפצונעמען זיין ציבור אקסן לברך ולהתברך,

אט דאס עסט זיי אויף!! עס קרענקט זיי ביים הארצן!

ביי ר' זלמניו, ביי הרב מארגענשטערן, ביי ר' ישראל חיים מנשה, ביי הרב פילאפף, וכו' וכו' אלע זייערע קדושים (ווענדט זיך יעדע תקופה וואס דער וועטער איז צו וויסן ווער עס איז דאן דער הייליגער..), ביי די אלע הערשט א שטילקייט בייטאג און ביינאכט, נישטא וואס צו טוהן און מיט וועמען צו רעדן, כאפט א שפאציר ארום זייערע הייזער יעדען אויפדערנאכט און איבערצייגט אייך אליין, צו איז אלול צו איז כסליו צו איז עס ניסן, אלס קוקט עס אויס די זעלבע!

משא"כ, ביים סאטמארער רבי שליט"א, צו איז ער אין וויליאמסבורג, צו איז ער אין קרית יואל, צו סיי ווי, איז אלס דא א שורה (פון אקסן ווי ער רופט עס) וואס ווארט אריין צו גיין "לברך ולהתברך", יא יא, און דער פערזאן טוישט זיך נישט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, ס'איז דער זעלבער פון כ"ו ניסן תשס"ו, און וועט אי"ה בלייבן דער זעלבער ביז משיח'ס טאג, און ס'קען זיין א גרינעם דינסטאג אינמיטן ווינטער אדער זיממער, און ווער רעדט נאך פאר די הייליגע טעג אדער ביום הפורים אדער אין טאג פון א חופה ביי אן אייניקל פון רבי'ן, אלס ווארט א ריזיגער ציבור אזש ס'נישטא קיין פלאץ אין די דירה פאר'ן עולם וואס וויל אריינגיין!

און אט א דאס עגבערט זיי אזוי, און דאס איז די עכטע סיבה פון פאררופן פראטעסטן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג...

מיך וואלט עס אויך אויפגעגעסן...

ברוך שהבדלנו מן התועים...


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/06/2010 03:29:07

ערענסטער » 8/6/2010 20:30

איך ווייס נישט פארוואס, אבער די טמא'נא איד שרייבער האבען ליעב אנציריפען די סאטמאר'ע ציבור אלס אקסען.סקוקט אויס ווי דאס איז זייער שפראך.
זיי זענען מחזק זייערע נאכשלעפער ווען זיי רעדען א נער'שע בעבישע שפראך.
ווי ס'איז באקאנט סטראשענען זיי זייערע קעלבעלך אז ווער ס'גייט נישט מיט זיי אין שפאן, גייען זיי שרייבען אויפען אינטערנעט אז יענער איז נישט מער נישט ווייניגער  א אקס אין מיט דעם דערשרעקען זיי זייערע נאכשלעפערס

לא_לנו » 8/6/2010 20:53

א ציטער. ער האט אלעס אנדעקט.

קושקע » 8/6/2010 21:58

אויב איר זענט אויף יוז סטריט און איינער פרעגט וואס עס גייט פאר זאלט ענטפערן די פאלגענדע:

אידיש:
דאס זענען ר' זלמן לייב'ס חסידים, פראטעסטירן שוין ווייטער קעגן ר' אהרן.

ענגליש:
these are rav zalman followers protesting once again against rav aron. 

רעכטער » 9/6/2010 02:25

די עזות פנים'ער גייט נישט קיין סאך אן זייערע רוחנית'דיגע מנהיגים, זייער שיטה איז דאך אז זינט רביה"ק זי"ע איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים איז נישט דא אזא זאך ווי איינער זאל אנטיילן (פארשטייט זיך אויסער זיי אליין).

זיי וועלן אבער בעקן יעדן איינעם וואס שטעלט דעם מלחמה מיטן סאטמאר'ן רבי שליט"א אלס זיין ציל אויף דער וועלט, אזוי לאנג ווי יענער טוט זיין תפקיד בשלימות. אבער איינער וואס זאל אים אנטיילן? ח"ו.