דרינגענד: שריט מוז גענומען ווערן קעגן וויטריאל פאליציי אגענטור!
דער מצב איז שוין היבש אפגעקיהלט, עס איז צייט צו מאכן א שטיקל סך הכל, און ארויסנעמען וואס מיר האבן זיך געלערנט פון אזא טאג ווי נעכטן.
דאס איז קלאר ווי דער טאג, משה לייב וויטריאל מוז פאר יעדן פרייז אפגעשטעלט ווערן פון צו זיין דער אפיציעלער פאליציי דפט. אין קרית יואל. און ליידער האלט עס נישט ווייט פון דעם, קומענדיגן חודש, ווען א קרית יואל'ער איד וועט דיילן 911 וועט פובליק סעפטי באקומען דעם רוף, און נישט די סטעיט פאליס. און נאכמער, אויב וויטריאל קומט אן צו א צענע דארף די סטעיט פאליס לעגאל שוין נישט קומען, ווייל עס איז שוין דא פאליציי'אישע כוחות אויפן ארט.
אפגערעדט פון זיין פערזענליכן שמוציגן עבר און הווה, וואס דאס איז בכלל נישט דער מדובר דא. נאר בלויז די בלוטיגע רשעות און אכזריות וויאזוי ער מיט זיינע אגענטן פירן זיך אויף צו תושבי קרית יואל, איז א ברענעדיגע נושא, און טאר נישט אראפגיין פון טיש פאר מ'קומט צו א ענדגילטיגן לעזונג.
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס ער פייניגט תושבי קרית יואל פאר פאליטישע אינטערעסן, און מ'האט עס פארקוקט איינמאל און נאכאמאל. אבער נאך אזא טאג ווי נעכטן, ווען ער איז געשטאנען און פשוט גע'רצח'ט אידן, און די סטעיט פאליס איז געשטאנען אין די זייט און קיין ווארט נישט געזאגט ווייל ער מעג לעגאל טוהן דאס זייניגע, איז א פאקט וואס דארף באזארגן יעדן תושב קרית יואל, און מ'דארף טוהן יעדע מיטל וואס נאר מעגליך אים אפצושטעלן, זאפארט!
עסקנים פון די היימישע קהילות אין קרית יואל גייען ארום מיט פעטיציעס, מ'זאל אונטערשרייבן אז וויטריאל דיסקרימינירט אנטקעגן אונז. דאס איז זייער וויכטיג, און יעדער ברויך דאס אונטערשרייבן. אבער דאס איז נישט גענוג! מ'דארף אויפשטורעמען די הויעכע פענסטער'ס, די פאליטישענס אין אפסטעיט, און וועם נאר מעגליך אז דער רשעות'דיגע ארגענעזאציע זאל קומען צו א ענדע, און אפגערעדט אז זיי זאלן ח"ו נישט ווערן די אפיציעלע פאליציי אין קרית יואל.
כולנו למערכה!