אמת אז עס זענען שוין דא אפאר אשכולות איבער דעם נושא, אבער עס איז נאך נישט דא קיין איין אשכול וואס גייט באהאנדלען די נושא פון מיין פוינט-אפ-וויוא.
יעדער וואס ווייסט אפילו נאר אביסל וואס דא גייט פאר (איך רעד נישט פון די וואס קויפן לאקשן, פון ביידע צדדים) ווייסט אז די דירה איז בכלל קיין שאלה נישט אז עס געהערט צו בני יואל, אזוי אויך ווייסט יעדער אז די שטח ארום געהערט צו קהל.
אויף דעם סמך האט קהל יעצט געלאזט אראפברעכן די שטיגן וואס שטעקן זיך ארויס פונם דירה אריין אין קהל'ס פראפערטי. די אפיציעלע ווערסיע איז אז קהל דארף מער פארקינג פאר די לומדי ומתפללי בית המדרש.
דאס איז אמאל זיכער אז די גאנצע געשעפט ליגט יעצט אין געריכט "קיינער" ווייסט נישט וואס די סוף וועט זיין. מאכט נישט קיין טעות, די עצם דירה איז נישט אין געריכט, דאס איז כתוב וחתום פאר בני יואל. סך הכל וואס ליגט אין געריכט יעצט איז דאס עפענען די דירה אלס א ביהמ"ד. און צו דעם קומט צו א דין ודברים בנוגע שטח פון אינדרויסן.
די געזעץ איז אז ווען יענער האט א שטח וואס איז גענצליך ארומגענומען מיט דיין שטח (אזוי ווי די מציאות איז מיט די דירה) ביסטו מחויב איבערצולאזן פלאץ פארן אינעוויניגסטען אנצוקומען באקוועמערהייט צו זיין שטח, די קענסט נישט גענצליך אפשפארן דיין שטח און דערמיט פארמאכן דעם וועג פארן אינעוויניגסטען צוצוקומען צו זיין שטח. אזוי איז אויך די הלכה. און טאקע פארדעם קען קהל נישט אינפארסירן א "נאו טרעספעסינג" אויף זייער שטח קעגן בני יואל ווייל געזעצליך דארפסטו יענעם לאזן אריבערגיין.
יעצט איז שוין גרינגער צו פארשטיין וואס די גייט פאר. קהל האט זונטאג צופרי אויסגעניצט זייערע רעכטן און ארפגעבראכן די טרעפ פון די דירה וועלכע שטעקט זיך אריין אין קהל'ס שטח. דאס איז קלאר אז די אקט פון אראפברעכן די טרעפ איז נישט אזוי גלאטיג ווי קהל שטעלט דאס אהער. נישט בחינם האבן זיך די טרעקטאר'ס אנגעריקט "זונטאג פארטאגס". ווען קהל וואלט געקענט דורכפירן די אקציע מיטן כח פון געריכט וואלט קהל דאס געקענט טון מיטוואך 12:00 אינמיטן העלן טאג.
עס איז קיין ספק נישט אז די שטח פון די טרעפ וועלן אריבערגיין א געריכטיליכער פארהער נישט קיין נפק"מ ווי שטארק קהל קען אויפווייזן אז עס איז געווען אין זייער שטח איז מעגליך אז געזעצליך קען זיך בני יואל באנוצן מיטן שטח.
עס איז קלאר אז ס'קען זיך ארויסשטעלן אז מיט דעם אקט פון אויסרייסן האט קהל פארדינט דעם שטח מיט די טענה אז "די פאקטו" איז נישט דא קיין טרעפ דארט צום דירה. אבער די קלארקייט מאכט די השתמשות אויף דעם שטח אויס ספק, ווייל געריכטליך קען פונקט אזוי זיין אז בני יואל זאל געווינען א זכות השתמשות אויף דעם שטח ווייל ווען קהל האט איבערגעשריבן דעם פראפערטי זענען די סטעפסט געווען דארט. פונקט אזוי קען אין געריכט אויך בלייבן אז קהל האט רעכט אויסצורייסן די טרעפ און לאזן פאר בני יואל א שמאלערע דורכגאנג אויפן צווייטן זייט פונם בנין.
לולא עס וועט זיך יא ארויסשטעלן אז קהל קען ניצן דעם שטח איז דאס סך הכל א פארדינסט פון 2-3 פארקינג פלעצער, נישט מער.
דא קומט אריין מיין שאלה. האט זיך געלוינט פאר א "ספק" פון פארדינען 2-3 פארקינג ספעיסעס. נישט נאר א ספק נאר א "ספק ספיקה" אזוי ווי אויבן געשמועסט אז עס קען זיין אז קהל וואלט דאס סוף כל סוף סיי ווי באקומען פונקט אזוי ווי בני יואל קען דאס נאך געווינען.
חז"ל האבן אונז געלערענט אין אבות, הוי מחשב שכר מצוה כנגד שכרה ושכר עבירה כנגד הפסידה.
פרעג איך אייך, האט זיך געלוינט פאר אזא ספק ספיקה מבזה און משפיל צו זיין די כבוד פונם רבי'ן?
ווען די קליפס פון די שלעגעריי אין סקווירא זענען צושפרייט געווארן האבן די קליפס נישט געברענגט קיין איין טראפ כבוד פאר סקווירא, אפילו עס איז געווען קלאר אז די פראטעסטירער זענען א קליינע קבוצה פון 10-12 פראסטע בחורים אין אינגעלייט ווען אקעגן זיי זענען ארויסגעקומען גאנץ סקווירא אין די מאסן צו פראטעסטירן קעגן די 10 ליידיגייער. ועל כולם זענען די פראטעסטן נישט געווען געריכטעט קעגן דעם רבי'ן.
איז א הוה אמינא אז עס לוינט זיך פאר אזא קליינעם "אפשר'דיגע" געווינס פון 2 פארקינג פלעצער א מאסן דעמאנסטראציע פון "הונדערטער" אידן "אין הארץ פון שטעטל" קעגן רבי'ן און דער רבי האט נישט ווער עס זאל זיך בכלל אנעמען פאר זיין כבוד?
פאר איר ענטפערט מיר קוקט דורך דעם גאנצן קליפ (ווינציגער ווי 10 מינוט).
<* http://www.youtube.com/watch?v=pLnL_EheqIY
תוקן על ידי המהדרין ב- 07/06/2010 20:13:27