לדעתי האלט איך אז דאס גייט נישט אנהאלטן, און דאס גייט שיינערהייט צוריק גיין צו אנשי הרביצין,
די מציאות איז אז דער שטח איז לכתחלה געווען געבויט זאל זיין א חלק פון די הויז, די שטיגן די גראז, און אלעס ארום, און ס'איז שוין אזוי פונעם טאג וואס דער הויז שטייט, 30 יאר, ממילא וועט לכאורה דער קארט עס אזוי צוריקשטעלן, פונקט ווי דער קארט האט פארשטאנען אז מ'קען נישט פון איין טאג אויפן אנדערן ארויסווארפן די ערקאנדישנס, ווייל יעדער האט פארשטאנען אז לכתחלה האט מען עס געבויט אדעתא דהכי אז דער הויז זאל פיסילטעטן די יוטיליטיס פון ביהמ"ד, די זעלבע קען מען נישט פון איין טאג אויפן אנדערן טוישן די סטאטוס קווא פון דעם שטח וואס איז שוין אזוי פון די טאג די הויז שטייט,
ווי מ'זעהט גייט דער קארט אויף א שכל'דיגן דרך, זיי זאגן אזוי: ביז די 2 צדדים וועלן קומען צו א פארשטענדיש (וואס ליידער קוקט עס אויס ווי קיינמאל) זאל אלעס פונקטליך בלייבן אזוי ווי עס איז געווען אינעם טאג וואס מ'האט געבויט די הויז, דער הויז האט מען געבויט פאר א איין פאמיליע הויז, זאל עס בלייבן א הויז, דער דאך מיטן בעיסמענט האט מען געבויט זאל האלטן די יוטיליטיס פארן שול, זאל די יוטילטיס בלייבן, און קהל זאל האבן ציטריט צו עס, די זעלבע אויב דער שטח מיט די שטיגן פארנט און ארום די הויז איז געבויט זאל זיין א חלק פונעם הויז, והא ראי' ס'איז אלס אזוי געווען, זאל עס אזוי בלייבן.
כן נראה לפי עניית דעתי