בא ללמד-געגאנגען שרייבט ווי פאלגענד
"סוער פראטעסט": היסטארישע ווענדפונקט אין וועג אראפ פון "תורה חדשה"
נאך קיינמאל פריער אין די אידישע היסטאריע האט נישט פאסירט אזא זאך אז מ'זאל אפהאלטן א 'פראטעסט' קעגן א איד א שומר תומ"צ, ווער רעדט פון א מנהיג רוחני פון טויזנטער אידן יראים ושלמים, מיט אזא 'ערנסטקייט'.
ממש נישט ווייניגער נישט מער, טאטעס האבן געברענגט קליינע קינדער זיי אויסצולערנען 'מצות מחאה'; אידן מיט בארד און פיאות האבן געזאגט שמע ישראל און ה' הוא האלקים אין סאמע צווישן פון שרייען פוי אויף א איד א שומתומ"צ און די הינט בילעריי; און העכער הונדערט אידן האבן צוויי שעה זיך אויסגעכארכלט ביז צום הייזעריג ווערן מיט דעם זעלבן אייפער וואס ערליכע אידן זענען מוחה קעגן די גרעסטע רשעי עמינו.
און דאס איז שוין קעגן די מפורש'ע הוראה פון זייערע אייגענע א.ג. 'רבנים', וועלכע האבן זיי קלאר געזאגט ווינטער ביי די ספרי תורה צירקוס אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן אזא סארט פראטעסט.
און דאס אלעס איבער וואס? א סעפטיק סוער! פון א בנין וואס זיי האבן געגנב'עט און זיי ווילן דערויף נישט קומען צו קיין דין תורה!
צו די מענטשן איז נישטא וואס צו רעדן, און איך פרוביר ניטאמאל. ביי זיי איז דאך במילא אסור אויסצוהערן אפילו די גרעסטע גדולי הדור טאמער ס'קרייציגט זיך מיט זייערע פריוואטע תאוות, אידישע ווי גוי'אישע.
כ'וויל נאר בעיקר ארויסברענגען דעם פונקט פאר יעדן נארמאלן מענטש (און דערפאר האב איך געמאכט א באזונדערן אשכול דערפאר), אז מ'זאל אנערקענען ווי נידריג און שמוציג א איד קען אנקומען איינמאל מ'לאזט זיך ארויס אויף דעם גליטשיגן וועג פון נישט פאלגן קיין שום רב בישראל, ווי זייער נייע תורה לויטעט פאר די לעצטע 30 יאר!
עס דארף נאכאמאל ארויסגעברענגט דעם מציאות און נישט לאזן עם פארדרייען די פאקטן
א. מ'שלאג זיך נישט איבער א סעפטיק סוער, נאר איבער א בית המדרש וואס די סאדיסזטן האבן פארמאכט, און ווער רעדט נאך פון א מקום קדוש בית מעונו פון רביה"ק זי"ע.
ב. די ערשטע אריין אין קאורט אן קיין היתר בי"ד איז געווען די אזויגערופענע קהל יטב לב דקרי"י אין יאר תשנ"ה, און אויף זיין איז געזאגט געווארן אין נזקקין לו.