היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ענדליך!! זאליס שרייבן אונטער שטרי בירורין!

ענדליך!! זאליס שרייבן אונטער שטרי בירורין!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2796018

רבי_יונה » 7/6/2010 03:26

ענדליך ענדליך נאך אזוי פיל יארן וואס די זאליס זענען שוין מחלל שם שמים מקצה העולם ועד סופו, מיט די שרעקליכע מסירות והליכות לערכאות הציונים בג"ץ, בלי היתר בי"ד, קעגן מוסדות יטב לב דסאטמאר בני ברק, וואס רביה"ק זי"ע האט געגרינדערט מיט מסירות נפש, און נאכדעם וואס גדולי פוסקי דורינו שליט"א האבן געשריבן שארפע בריוון דערקעגן, און די ריזיגע עצרת מחאה אדירה נגד ההליכה לבג"ץ בביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג.

און נאך דעם גאר שטארקע דרוק פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, וואס האט געסטראשעט די זאליס אז מארגן מאנטאג אז עס איז נישט דא קיין שטרי בירורין קומט ער ארויס גאר שארף קעגן זיי, און ער האט געהייסען הנגאון רבי נפתלי פרענקל שליט"א צו פארלענגערען זיין נסיעה.

איז ענדליך אנגעקומען דער טאג וואס די אומגלויבליכע האט פאסירט...!

די זאליס האבן היינט זינטאג קרח ענדליך בעל כרחך אונטער געשריבען שטרי בירורין!!!

נאכמאל נישט צום גלייבן

די זאליס האבן היינט זינטאג קרח ענדליך בעל כרחך אונטער געשריבען שטרי בירורין!!!

דאס אומגלויבליכע האט פאסירט...!!!


היינט צופרי האבן די זאליס אונטער געשריבען שטרי בירורין ובראשם רז"ל, די סיבה פארוואס זיי האבן עס געמאכט שנעל היינט צופרי, ווייל דער תימן'נער טאלער האט איינגעלייגט וועלטן אז די זאליס זאלן נישט אונטער שרייבען, ווייל דאס מיינט א סוף צו זייין זאל, ער איז אנטלאפען שבת קיין שווייץ, ער האט געהאלטען וויבאלד ער איז נישט דא וועט מען נישט אונטער שרייבען.

אבער מוצאי שב"ק האט אים די זאליס געזאגט אז זיי האבן נישט קיין ברירה זייי זענען אין קארנער און מיזן אונטער שרייבען, ער האט זיי געווארנט אז זיי זאלן בשום אופן נישט אונטער שרייבען, ער האט געכאפט א פליגער קיין ניו יארק, ווי ער איז געקומען צו פליען, אפצוהאלטען פון אונטער שרייבען, די זאליס זענען געוואור געווארן אז ער איז אויפען וועג, האבן זיי שנעל גע'חתמ'ט שטרי בירורין פאר ער קומט אן אז ער זאל עס נישט קענען שטערן.

איצט איז ער אנגעקומען און ער האט געכאפט אן אטאקע ווען ער האט געהערט די ביטערע נייעס, אז די זאליס האבן שוין אונטערשריבען ער שעלט און שימפט, אויף וואס די זאליס האבן אים אויסגעשפילט, ער סטראשעט אז ער לאזט איבער די הייזער וואס ער האט געקויפעט אין בני ברק פאר די זאליס, אבער די זאליס לאכן פון אים ווייל ער ליגט דארט מיט שווערע געלעטער עיסקא פאר מענטשן, און עס איז היינט אסאך ווייניגער ווערט ווי די גאנצע עיסקא געלט וואס ער איז שולדיג.

רעכטער » 7/6/2010 03:34

עס קוקט אויס ווי א חלום, ווי איז דאס מעגליך?

ערענסטער » 7/6/2010 03:51

ס'קוקט אויס ווי די מאסען פראטעסט אנטקעגן די מדינה האט עפעס אויף געטוען.
א שאד נאר אויף די קווינס בחורים וואס זענען אויף געווען צוויי נעכט. נעבעך, זיי וואלטען ווען געקענט געהעריג גיין שלאפען ביינאכט אין אויפשטיין צופרי לערנען פלייסיג. אנשטאט ארימווילדעוען מיט א געמיינע טעראר אין ערשט בלייבען אזאלכע פארלירער ווען זיי האבען נישט געקענט בשום אויפן בייקומען די העלדישע סאטמארע עסקנים.
אין דא גייט נאך ארויס די זאלי פארטיי פון בג"ץ הציוני.(אויב ס'איז אמת.הלוואי)  נעבעך א רחמנות אויף זיי
 ס'קוקט אויס ווי די זאך .האט זיך ענדליך געגעבן א שאקעל 

שלמהווייס » 7/6/2010 06:22

רבי יונה ואס האקסטו אין קאפ מיט שארפע בריוון און עצרת מחאה נגד וכו' בביהמ"ד וכו'
ווען ס'איז קלאר אז נאר ירושלימער רב האט צושטאנד געברענגט דאס אונטערשרייבן

היראים » 7/6/2010 18:33

אין אידיש הייסט דאס פארשטינקענע פיש געגסן פין פין שטאט געפלויגען
זיך באגראבען אין מאראסט, געקלאגט די מוסדות הק' אין ציוניסטישע בג''ץ אין יעצט נעבעך געמיזט אינטערשרייבען ש''ב - א זאך וואס זיי האבען געטוהן דערווייל נאר ווען א ריכטערין האט זיי געצווינגען ליידער
------

אגב
וואס טוט זיך מיט אלע אנדערע אפענע קארטס וואס די זאלי'ס האבען נאך געקלאגט קהל אן קיין שום הזמנה אדער היתר בי''ד?


גערעכט » 7/6/2010 18:41

יהי רצון מלפני אבינו שבשמים, אז עס זאל זיך שוין ענדיגן דער שרעקליכער חילול ה', און דאס זאל שוין איין מאהל פאר אלעמאהל בריינגען א כלליות'דיגן די"ת צווישן די צוויי צדדים.

איך מיין נישט קיינעם, איך מיין נאר מיר

רבי_יונה » 8/6/2010 03:30

דער תימן'נער טאלער דרייט זיך ארום דא אין ניו יארק ווי המן נאכן באגאסען ווערן, ער שפירצט פייער פון כעס, היינט האט ער זיך טויט צוהרגט מיט דעם הולך לבג"ץ מיכל שלעזינגער.

שלמהווייס » 8/6/2010 08:59

ביז דערווייל הער איך נישט קיין ווארט איבער'ן ארויסגיין פון בג"ץ
איז דאס נישט געווען געבונדן?

אויששש » 8/6/2010 19:06

איך הער אז דער תימענער טאלער מיט זיין שווער דער אפגעריסענער גנב מ. ווייס האבן נאך דערווייל נישט אונטערגעשריבן אויף די שטרי בירורין זיי ווילן נאך עסן אביסל פון די גע'גנב'עטע געלטער