היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הצלה ק"י: א הומאניטארע אדער פאליטישע ארגאניזעישן?

הצלה ק"י: א הומאניטארע אדער פאליטישע ארגאניזעישן?

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2796011

עכטער_חסיד » 7/6/2010 01:54

עס איז שוין באלד דורך א קיילעכיג יאר זייט קרית יואל איז ליידער באטראפן געווארן פון א שרעקליכן אומגליק, ווען איינער פון אירע חשוב'ע און איידעלע תושבים איז פלוצלינג נפטר געווארן, וואס האט ארויסגערופן טרויער ביי [כמעט] יעדן.

נישט אריינגייענדיג אין אלעם וואס האט זיך ליידער אפגעשפילט יענעם טאג ווען מענטשן מזרע ישראל האבן אויסגענוצט א טראגעדיע, און דאס פארוואנדעלט אין א פאליטישן צירקוס, וועל איך זיך באציען צו איין זאך וואס האט פאסירט יענעם טאג, א זאך וואס קען פאררעכענט ווערן ווי א שוידערליכע און האר-אויפשטעלנדע סקאנדאל: די הצלה ק"י האט פשוט געהאלטן עטליכע שעה געפאנגען דעם נפטר ביי זיך אין טראק, אפגעזען אז די היצן האבן פשוט געפלאקערט אין דער גאס.

פארוואס האבן זיי דאס געטאן: צו באפרידיגן א געוויסן רעליגיעזן פירער וואס האט געוואלט האלטן די גאנצע וועלט אונטערדרוקט אונטער זיינע לאפעס!

אבער דעם עצם פאקט אז אן ארגאניזעישן וואס איז געגרינדעט געווארן מיט איין ציל, צו ראטעווען מענטשן אן קיין שום אנדערן ציל פון כבוד אדער פאליטיק, האט זיך דערקייקלט צו אזא נידריגן מצב!

און מיר שרייבן דירעקט ארויס "הצלה ק"י", ווייל דאס איז ליידער פארגעקומען אין איין איינציג פלאץ: נישט אין דער איסט-סייד, נישט אין דער וועסט-סייד, נישט אין די פייוו-טאוונס, נישט אין בארא פארק, נישט אין פלעטבוש, נישט אין מאנסי, נישט אין ניו דזשעירזי, אא"וו, נאר ליידער אין ... קרית יואל!

זייט דעמאלסט, במשך די לעצטע חדשים האט מען געהערט פארשידענע טענות אז הצלה ק"י שפילט פאליטיק. זי האט באזייטיגט כמעט אלע נישט–אהרונישע מעמבער, און וויל נישט ארייננעמען קיין פרישע אינגעלייט נישט–אהרונים וואס האבן זיך געטרעינט אלס הצלה וואלונטירן.

אבער דאס וואס עס איז היינט פארגעקומען איז שוין עולה על כולנה.

בשעת דעם רשעות'דיגן איבערפאל אויף די פארארדענונג פונעם רשע-הקהל דוד עקשטיין קעגן ביתו נאוה קודשד פון רבינו הקדוש זי"ע, האבן די משטרה פון די "קיריאט דזשאָועל עירי" דורכגעפירט בלוטיגע אטאקעס קעגן אומשולדיגע אידן וואס האבן פרובירט צו באשיצן דעם מקום קדוש.

אבער ווען מען האט גערופן "הצלה ק"י" האבן זיי זיך בכלל נישט וויסנדיג געמאכט. וויפיל מען האט זיך געבעטן ביי זיי, האט אבער גובר געווען דער באפעל פון דעם רשע–הקהל אז מען זאל נישט קומען. מען זעט די בילדער וויאזוי די רשעים האבן זיך געווארפן אויף די יונגעלייט מיט די גרעסטע מאס רציחה, אז זיי האבן געמוזט אנקומען צו מעדעצינישע הילף, אבער די "הצלה ק"י" איז נישט צום האַבן.

שטעלט זיך די שאלה: איז "הצלה ק"י" א הומאניטארע אדער פאליטישע ארגאניזעישן?

עכטער_חסיד » 7/6/2010 02:10

יעצט לאמיר גיין א סטעפ ווייטער.


"הצלה ק"י" איז א חלק פון די ארענדזש קאונטי עמוירדזשענסי סיסטעם ems.


אויב א קרית יואל תושב רופט אן דעם 911 סיסטעם פון ארענדזש קאונטי וועט דער אפערעיטער אים טרענספערן צו "הצלה ק"י" .


"הצלה ק"י" באקומט דערפאר פאנדס פון די גאווערמענט.


דא איז בייגעלייגט די ליסטע פון אלע ארענדזש קאונטי אמבולאנסן סערוויסעס וואס איז געליסטעט אויף די אפישל וועב-סייט פון ארענדזש קאונטי.


http://www.orangecountygov.com/orgmain.asp?orgid=177&storyID=2211&sid


[בילד – נישט אפגעהיט]

לאפלאש » 7/6/2010 04:25

די טעמע איז זייער א האקעלע, מ'דארף אבאכט געבן אויף יעדעס ווארט, עס איז א פראגע צווישן לעבן און טויט.
 
אבער דאס דארף קלאר געשטעלט ווערן, אויב נוצן די אהרונים אזא הייליגע ארגענעזאציע ווי "חברה הצלה" פאר זייערע פאליטישע אינטערעסן, מוז מען נעמען זייער ערנסטע שריט, אפגערעדט אז מ'טאר זיי נישט שטיצן. נאר אפשר טאקע איז שוין געקומען די צייט אז מ'זאל זיך צוזאמנעמען און עפענען א נייע "חברה הצלה" אין קרית יואל?

NOYOUCANT » 7/6/2010 04:27

אדרבה!

פארוואס זאלן אינזערע מעמבערס מחלל שבת זיין פאר ענק?

צביהירש » 7/6/2010 05:08

שא שאא מאכט נישט קיין געוואלד. םון די הצלה בק"י האבן עטליכע אידישע משפחות א שיינע פרנסה בדרך כבוד. סיי די פאראמעדיקס וועלכע ווערן עמטליך באצאהלט פון די אינשורענס... מעדיקעיד... מעדיקעיר קלעימס. סיי דער דירעקטור החשוב ה"ה ידידי ר' ....... שליט"א סיי די קאלעקטערס וועלכע באקומען א שטיקל פארדינסט און אויב איז דאס פרנסה פאר אידן, דארפסטו נישט זיין אזוי אופגערעגט.

צביהירש » 7/6/2010 05:13

און פאר הכותב ר' נוא יו קען דארף מען ענפערן לויט זיין אייגענארטיגע שפראך.
די וואס לויפן מחלל שבת זיין פאר א איד די האבן די מצוה פון הצלת נפשות אויך אויב זיי לויפן פאר איינעם וואס עסט נישט דיין רעבינ'ס שיריים. און אויב דער הצלה מעמבער איז אויף דיין מיינונג און וויל נישט לויפן, זאלסטו וויסן אז עס זענען ב"ה פארהאנען גענוג און נאך אנדערע טייערע אידן וואס זענען גרייט צו לויפן אום ש"ק אויף הצלה קאל, בלי כבוד ובלי תשלום גמול אהנע פאליטישע חשבונות.

לאפלאש » 7/6/2010 05:15

עס וויל זיי קיינער נישט צוכאפן ח"ו די פרנסות, און עס איז טאקע נישט קיין סוד אז די הצלה פון משה אהרן שטיינבערג איז ווייט פון צו זיין א "וואלונטירן ארגענעזאציע" נאר ליבערשט א "מאני מעקינג ביזנעס", אבער דאס איז נישט אונזער פראבלעם. דער פראבלעם איז אז זיי מישן אריין פאליטיק ווען עס קומען צו הצלת נפשות, און דאס טאר בשו"א נישט פארשוויגן ווערן!

mandala » 7/6/2010 06:13

רבותי !! תושבי קרית יואל לייגט אוועק די בילדער פון די געשלעג היינט צופרי,אז ווען עס וועלן קומען דע בעטעמטע הצלה מעמבערס נאך געלט מיט א קאלביש תאמ' וואטע פנים זאלט איר דאס זיי געבן פאר א נתינה,אדער אריינשיקען אויף די פאסט

לאפלאש » 7/6/2010 07:12

מענדעלע האט רעכט! מ'דארף דאס די פאנדרעיזערס פארווארפן אין פנים ווען אימער זיי קומען נאך געלט.

לא_לנו » 7/6/2010 07:24

וויכטיגע אויפמערקונג!

אידן. גיט שטארק אבאכט אויף אייערע ווערטער דא. איינער האט שוין דערמאנט פריער דאס איז א רעדע צווישן לעבן און טויט.

ריכטיג, פאליטישע מאטיוון טאר נישט צוגעלאזט ווערן ביים רעדל פון אן הצלת נפשות מוסד, אבער דאך דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס.

זיכער אז מען דארף נעמען שריט אויסצושניידן די שלעכטע געוויקסן וואס האבן זיך דארט אריינגעגעסן, אזוי ווייט אז אידיש בלוט שפילט שוין נישט קיין ראלע ביי זיי.

אבער טשעפען און חלילה שאדן מאכן פאר אזא מוסד איז א שרעקליכער שפיל מיט פייער!

zibala » 7/6/2010 07:28

לפי ידיעתי האבן מאנכע מעמבערס א קנאפע פרעבלעם צו לויפן אים שבת דער משומד וויטריאל איז נישט מוותר קיין שבת אן חילול

לאפלאש » 7/6/2010 07:30

.

תוקן על ידי לאפלאש ב- 07/06/2010 07:55:07

לאפלאש » 7/6/2010 07:31

זיבילע, טוה א גענאדע און לייג דיין עקסטרים אין א זייט. די בעבי'שע טענות לאז פאר א צווייטן, די פראגע איז דא וועגן די ארגענעזאציע'ס ראלע אין די סאטמאר'ע פאליטיק, נישט ווען "מאנכע מעמבערס" און נישט וועגן "וויטריאל".
 


תוקן על ידי לאפלאש ב- 07/06/2010 07:53:37

יואלי808 » 7/6/2010 07:45

אויב הצלה איז טאקע א מאני מעקינג ביזנעס וואזשע דארף מען זיי בכלל געבן געלט? ברויכן מיר אנפילען די קעשענעס פון די וואס גלייכן אינזער בלוט? ------

עכטער_חסיד » 9/6/2010 02:58

לאזן א איד ליגן צעביילט און צעבלוטיגט און זיך נישט וויסנדיג מאכן מיינט שפילן פאליטיק!

און ווער עס האט געשפילט פאליטיק זענען דאס נישט קיין אנדערע ווי די ראשי הצלה ק"י.

kj1234 » 9/6/2010 22:48

דאס איז זעכער לויט מיין מיינונג ווי לאנג דער ערל אין רוצח וויטריאל איז א מעבער אין דע הצלה איז די גאנצע הצלה א זאך וואס מטאר נישט געבען קיין געלט

אין נאכאמאל אלע ארונים זענען ביזי אבער ווען ענק דארפן ח"ו הצלה דעמאלטץ ריפט עטץ איז די תורץ יא מיר האלטן אויס די הצלה מיט אינזערע טעקסעס דארפן מיר זיך נישט שעמען עס צי ניצן

סאטמער100 » 10/6/2010 00:22

אן אריינגיין אין פרטים וואס ווי עס קוקט אויס זענען אסאך פשוט נישט באקאנט דא ווייל הצלה ק"י גייט צו איעדעם נאר אסאך מאל איז דא א אישו ווי למשל זינטאג אינדערפרי וואס די פאליס האט געזאגט אז ער שפילט .. איך רעד נישט פון די קלעפ דאס איס נישט געווען די זאך דארט

ער האט געזאגט אז ער קען נישט אטעמען האבן זיי געטאנה'ט אז ער שפילט במיילא האבן זיי געקענסעלט די אמבולאנס אין אויב קומען זיי יא וואלטן זיי גיהאט לעגאלע פראבלעמען

במיילא הצלה ק"י איז נישט שילדיג דא אין עס איז א אחריות פאר די וואס שרייבן אין מאכן שאדן ... שאדן מאכן זיי פאר זיך אליין

NOYOUCANT » 10/6/2010 01:23

איך האב הנאה אז עס איז דא נארמאלע זאליס אויך.

שפילט נישט מיט קיין פייער. עטץ ווילסט עפענען א אייגענע הצלה אהלן וסהלן. אבער ביז דערווייל שפילט נישט מיט אידיש בלוט פאר ענקערע פאליטישע אינטערעסן.

ווי אזוי וואלט עס אויס געזעהן ווען די ארונים עפענען ווען א אשכול אזוי:

נישט שטיצן וומ"ס הצלה.
יעדע סאטמארע געדענקט דאס רשעות און רדיפות וואס דר. מענגעלע דייטש ימ"ש האט אויסגעטיילט פאר רבינו שליט"א. אלזא, ווי לאנג ער איז א מעמבער אין די דארטיגע הצלה, לאמיר נישט שטיצן די וומ"ס הצלה.

אזוי אויך ביי קעטסקיל הצלה.

שארטקאט » 10/6/2010 01:30

דער חילוק איז זייער פשוט

קר"י הצלה איז פינאנצירט פון די רעגירונג און מאכט מיליאנען דאלארן, זיי פארן אום שבת קודש צו גוישע EMS קאלס ווייל זיי זענען די אפיציעלע עמערזשענסי רעספאנס פאר די ווילידש,
דעריבער איז סאך ערגער אויב זיי דעסקרימינעטן קעגן יחידים, אדער אויב זיי ניצן די סערוויס וואס אלע איינוואוינער באצאלן טעקסעס און ניצן דאס פאר פאליטיק, אזויווי למשל איינשפארן א מת מיטן ציל צו באקנס'ן דעם טאטן, אדער נישט קומען צו קיין עמערזענסי קאלס וואס דוד עקשטיין וויל סזאל זיך גיסן בלוט.


וויליאמסבורג הצלה איז א וואלאנטור סערוויס, און אויב א יחיד איז א וואלונטיר דארט איז עס כלו לשמים ער מאכט נישט קיין ביזנעס דערפון, און קיינער מאכט נישט קיין ביזנעס דערפון,
און אפילו אויב די האסט א טענה אויף א וואלאנטור ווייל אין זיין פריוואטן לעבן האט ער אן אנדערן מיינונג אויף דיין רבין איז דאס נישט די הצלה'ס שילד,

אייזענבאך » 21/7/2010 23:19

די חברה הצלה דקר"י האט געמאלדן אז זיי האבן אויסגעבארגט אמבולאנסן פון אנדערע מקומות צו קענען אקאמענדירן די אידן וואס וויילן אין קר"י במשך'ן זוממער, אין אנדערע נייעס איז געמאלדן געווארן אז די חברה הצלה האט היינט ציגעשטעלט ריידס מיט זייערע אמבולאנסן פאר די קלענערע קינדער פון די מוסדות אויף געציל בערגער, שטיצט הצלה דקר"י.

kj1234 » 21/7/2010 23:47

פארגעסט נישט ווי לאנג דער רוצח אין גוי וויטריאל איז א מעמבער געט נישט קיין פעני צי זיייער געלט אקציע יעצט פארטי סוועט מיזן זיין געניג וואס מיר געבען זיי מיט די טעקסעס!

SatmarNews » 11/1/2011 21:30

אין די טעג האט די הצלה אין קרית יואל אראפגעשיקט דעם פאנדרעיזער ר' לוי אפפעל אויפצוטרעטן אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב אין קרית יואל אויף 5 גארפילד רד. אין א פרואוו צוריק צו פאראייניגן דעם ציבור ארום די ארגענעזאציע און ערקלערן אז די הצלה איז נישט א שטעקן פאר די טעראר שטיק פון דעם עם הארץ.



[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


סוג » 11/1/2011 21:48

דער שליח האט מצליח געווען?

theחדשות » 11/1/2011 23:19

איך האף אז יא. פאר די פרידן פון אלע תושבים. קיינער אין וומ"ס האלט נישט ביים באקיאטירן ווייל עטליכע גרויסע זאליס זענען די שישקעס דארט. און יעדער ווייסט דאס

קיינער אין ברוקלין האלט נישט ביים באקיאטירן הצלה פון קעצקילס וואס יואלי גאלד איז דארט א מעמבער. און וואס יואלי גאלד האט געטוהן צו מיין רבי איז אסאך מער וואס משה לייב האט ענק געטוהן.

ר' עמרם בלוי זצ"ל פלעגט שטענדיג זאגן: ביי שמחת און ביי צרות שפילט מען נישט קיין קנאות. הצלה איז אנגעוויזן אויף אסאך געלט, אזוי ווי יעדער ווייסט נעמט 82 לי אסאך שטאטישע פראגראמען און מיט דעם אלעם שטיצן ענק דאס גערן,די זעלבע איז מיט הצלה.

די אשכול האט גע'עפענט איינער וואס חלש'ט צו האבן אביסל לעלאו'ס אבער וואס קען ער טוהן אז אין קרית יואל איז נישט דא קיין שומרים, און הצלה האלט נישט ביים ארייננעמען כל צרוע וכל זב. האט ער פראבירט צו מאכן א שומרים און עס גייט אים נישט, ער האט פראבירט צו ווערן אן הצלה מעמבער און עס איז אים נישט געגאנגען. וויל ער חרוב מאכן הצלה פאר נקמה, אז אפשר וועט איינער עפענען אן הצלה אזוי וועט ער קענען לויפן מיט לייטס און סיירינס ווען זיין רבי קומט צו פאלאקס לאט כ"ו אב. דעטס איט און איך ווייס וואס איך רעדט

סענעטאר » 11/1/2011 23:25

חדשות'ל, דו פרובירסט מיט דיין גליטשיג פעדער'ל צו פארווישן די אלע רשעות און עוולות וואס הצלה אין קרית יואל האט געטון קעגן א גאנצע געמיינדע אידן פאר פאליטישע מאטיוון. אמת, די געמיטער האבן זיך שוין בארוהיגט, און איך מיין אז הצלה קרית יואל וועט נישט נאכאמאל אזוי שנעל איבערמאכן דעם טעות וואס זיי האבן געמאכט ביי די א' קרח שערורי'. אבער עס איז דאך א שיינע זאך אז זיי האבן מודה געווען אז זיי זענען באגאנגען א פארברעך, און געשפירט פאר וויכטיג אריבערצוקומען צו די זאליס זיך צו אויסגלייכן.
 
ווייסט איינער די תוצאות פון יענע אסיפה?

theחדשות » 11/1/2011 23:38

יא.ב"ה אלע זאליס האבן זיך אויסגעניכטערט און באשלאסן צו שטיצן דער וואס איז גרייט 24 שעה א טאג פאר זיי. און עס איז נישט קיין סוד.

די רשעות איז נישט פון הצלה, די רשעות איז פון די אלע וואס ווילן זיי אינטערהאקן. ווען דו דארפסט זיי, רופסטו זיי, און דו ווייסט אז אפילו פאר די גרעסטע בני יואל און זאליס האבן זיי אייביג געהאלפן.

שעמען זאלן זיך די אלע וואס ווילן אינטערהאקן הצלה, כל המקיים נפש אחד מישראל כאילו קיים עולם מלא, ומכלל הן אתה שומע לאו. יא! דער וואס ווילן האבן לעלאו'ס זאלן ווייטער האקן. אבער די אלע פארשטענדליכע, זיי האבן מחליט געווען צו שטיצן ווייטער הצלה אזוי ווי אלע יאר

kj1234 » 12/1/2011 00:04

kj1234 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארגעסט נישט ווי לאנג דער רוצח אין גוי וויטריאל איז א מעמבער געט נישט קיין פעני צי זיייער געלט אקציע יעצט פארטי סוועט מיזן זיין געניג וואס מיר געבען זיי מיט די טעקסעס!


איך האלט נאך אלטץ וואס איך האב געשריבן דעמאלטץ אז זיי זאלן קודם ארויס ווארפן דעם נאצי אין מסור יא ער איז א מסור אויך סאיז יעצט דא בערך 13 קרימאנאלע קעסיס אקעגן אנ"ש אין ק"י אריין געטראגן פין דעם נאצי/מסור וויטריאל יא די הצלה האט באשלסן אז זיי דארפן אויך פין אינז צוויי מאל געלט איינמאל ביי טעקס אין איינמאל פין שנארן ניט קיין פראבלעם אבער לאמיר זעען אויב סקימט דיר 2 מאל געלט ווארפ ארויס דעם מסור/נאצי פין די הצלה ווייל ביז דעמאלטץ זעט מען אז סאיז בלויז א שפיל צי מאכן נאכאמאל געלט אין סוועט מיזן געניג זיין די טעקס געלט וואס מיר באצאלן פאר הצלה אין די צווייטע מאל געלט וועלן מיר נישט געבן

תוקן על ידי kj1234 ב- 12/01/2011 00:09:06

theחדשות » 12/1/2011 00:10

סאו אפשר זאלן מיר מאכן די זעלבע מיט קעצקילס און ווילי?

kj1234 » 12/1/2011 00:19

יא טאקע אזוי געב נאר איינמאל געלט אזוי ווי איך אין ק"י פאר א קאמפאני וואס האט איינע פין אירע גרויסע שוויצערס איז א מסור נאך יעצט בשעת'ן שרייבן די ווערטער איז דא בערך 13 מסירות פין דעם מסור

_________________

theחדשות » 12/1/2011 00:23

אלע ארגענעזאציעס וועלן אינטערגיין אויב וועט יעדער געבן וואס דו געסט

zibala » 12/1/2011 00:30

theחדשות כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סאו אפשר זאלן מיר מאכן די זעלבע מיט קעצקילס און ווילי?


טוה וואס די פארשטייסט, זינט ווען ביזטו זיך שואל עצה מיט אנאנעמיס ניק'ס פון היידפארק??